וואס וואלט איר געוואלט זעהן אין א קינדער הגדה?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 9:18 pm

וואס וואלט איר געוואלט זעהן אין א קינדער הגדה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער שפיל »

אזוי ווי מיר ארבעטן יעצט איבער דעם "הגדה מרבה לספר" א הגדה מיט טייטש, תורה'לעך, הלכות, טעמים, מנהגים, וכו' פאר קינדער, איז אינטרעסאנט צו הערן פונעם ציבור, וואס האלט דער עולם איז כדאי אריינצולייגן אין א קינדער הגדה.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א. נישט קיין בילדער פון ליפא.... דאס איז פאר טאטעס און דו רעדסט פון קינדער, איא?
ס'נאר א וויץ, סאו לאמיר זעהן:

טייטש האט איר דאך, להערה, מאכט זיכער אז דער טייטש איז דער זעלבער ווי מען לערנט אין די מוסדות החינוך כהיום, איך מוטשע זיך נאך עד היום צו פארשטיין וואס מיינט 'א שטיקעלע פעטרעזעהל ווינציגער וויא א כזית'...

גענוג?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מלכות (וקסברגר) האט פאריאר ארויסגעגעבן א הגדה, די אדווערטייזמענט דערצו איז געווען גאר גרויס, די אויג-פארכאפענדע בילדער האט מיר גאר שטארק געצויגן, אבער צו מיין באדויערן, ווען כ'האב פארציילט פאר די קינדער פון די הגדה (די מכות, יציאת מצרים וכו'), האט מיר מיין קינד געפרעגט ווי זעהט מען פרעה'ן ארום לויפן מיט די נאכט-בגדים איבער די גאסן פון מצרים צו זוכן משה ואהרן. איך האב מיך גענומען מישן רעכטס און לינקס, און אזא בילד נישט געטראפן.
ביי די קינדער איז דער מאורע גאנץ אינטערעסאנט צו הערן און זעהן, ווי מ'מאכט חוזק פון פרעה וויאזוי ער איז ארומגעלאפן אחר חצות הלילה מיט די בגדי-שינה, אבער קיין בילד האב איך זיי נישט געקענט ווייזן.

לענ"ד איז ריכטיג צו מאכן אזא גוטן בילד, אז די קינדער זאלן זיך מחי' זיין.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

פרעגסט גוט, איך דארף ארויסנעמען מיין הגדה מרבה לספר צו זעהן וואס מ'דארף אלטס תיקונים, איך האב אבער שטארק הנאה אז מ'פרעגט, דאס ווייזט און זאגט זייער אסאך.
הימל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימל »

קודם זאל מאכן אן הגדה פאר טאטעס
ס'זאל שטיין נאר דעיס:
קדש, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל און ער מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפען.
נאך דעם וועט שוין יעדע הגדה זיין אינטערסאנט פאר די קינדער.
אויב אבער לערנט די טאטע אפ אנדערש פון אונזער מסורה, דהיינו:
קדש, דריי שעה נאכדעם וואס דער טאטע קומט א היים פון שול, און איין שעה נאכדעם וואס ער טוט זיך אן די ווייסע קיטל מאכט ער שטיל קידוש כדי די קליינע קינדערלעך זאלן זיך נישט אויפוועקן.
דעמאלט איז שוין נישט אינטערסאנט אפילו די אינטערסאנסטע הגדה
פארשטייט זיך אז אלעס וועט געטון אונטער א שלייער פון הכנות מיט חומרות און קדושה צום סדר
אויב אבער ווען ס'קומט למעשה צום פארציילן די נסים פון יציאת מצרים הערן שוין די קינדער זיך נישט צו, צו ווייל זיי שלאפן שוין אדער ווייל זי האבן שוין נישט קיין נערוון האט מען בכלל נישט יוצא געווען די עיקר מצוה פון די נאכט פון והגדת לבנך
ס'איז פונקט ווי איינער וואס גרייט זיך צו מיט די גרעסטע הכנות צו פארן ערגעץ ער פאקט זיך איין גאנצעטע רענצלעך, באשטעלט פורסט קלעס, די טייערסטע האטעל רום, ועוד ועוד,
אויב אבער פארשפעטיקט ער די פליגער גייען די אלע הכנות'ער אין גארביטש אריין
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ביטע פארקריכט נישט פונעם שאלה. לאמיר זיך אריינלייגן אין 'קינדער שפיל'ס' שאלה, און אויפקומען מיט זאכן וואס וואלט געווען אינטערעסאנט לנו ולבנינו. ודי בהערה זו.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מאכן "גרויסע אותיות"!

גאנץ פשוט, ניש אזוי? יא יא. הערט.
יענע יאר ביניך געגאנען קויפן א הגדה פאר מיינע קליינווארג, און כהאב ניש געקענט טרעפן א הגדה מיט גרויסע אותיות וואס די קליינווארג זאל ניש דארפן מוטשען מיטצוזאגן אפיצקעלע די הגדה...!!! אלע שיינע הגדות מיט שיינע בילדער און תורות מיט אלע שיינע זאכן.... אבער קליינע ווערטער.
ביז ענדליך ענדליך האט מיר א חבר מיינער וואס ארבעט אין א גרויסע ספרים געשעפט איינגעהאנדעלט אפאר שטיק פון עפעס א הגדה וואס האט ניש קיין בילדער מיט גארניש צודערצו בלויז די הגדה אבער מיט שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות אז די קינדער האבן געקענט מיטזאגן שיין אז סאיז געווען א מחי'.
סא אז איר מאכט איבער די שיינע קינדער הגדות פארגעסט נישט אז די קליינע קינדער וואס דארפן דאס ניצן ברויכן זיך מוטשן צו זאגן אין קליינע ווערטער... פארוואזשע?
יישר כחם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'דא אסאאאך זאכן וואס מ'קען טוהן, די שאלה איז צו מ'מעג, למשל אויסלאזן געוויסע זאכן וואס קינדער זאגן נישט. (די זוהר, וכד')

אבער איין גוטע הערה האב איך, מ'זאל עס מאכן שטארק! סאל זיך נישט צורייסן, און אויף אזא מין פעיפער, אז סאל נישט נאס ווערן פון גרעיפ-דזשוס וואס גיסצעך לרחצה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

קינדער שפיל.

דער פאסיקער פראפארציאנעלער אינהאלט דארף זיין: 70% בילדער. 30% טעקסט. (כדאי צו באמערקן אז דער טעם פון קינדער אין בילדער איז אנדערש ווי ביי דערוואקסענע)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רבותי,
קינדער שפיל האט אן אנדערע הגדה פאר 'קליינע' קינדער, יענץ איז לאמינירט ס'זאל נישט נאס ווערן, עס איז דרייסיג פראצענט טעקסט און זיבעציג פראצענט בילדער, בקיצור אלע מעלות.

דא רעדט מען פון א הגדה פאר קינדער פון בערך צען און ארויף, קינדער וועלעכע זאגן נאך תורה'לעך וכו'.

בעק טו יו הגדה...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אויב רעדט מען יא פון אביסל עלטערע, איז אפשר כדאי צו לייגן בילדער פון ענינים וואס איזנישט געווען קיין בילדער אין "הילף פארן קינד" למשל פון מדרשים, פון די מכות, מער ווי סתם א פראש מיט אסאך קליינע פרעש, עפעס דיפרענד אויך, סאיז דאך געווען אזויפיל אינטערעסאנטע זאכן און מקען מאכן בילדער דערפון, (סוועט זיין אינטערעסאנט פאר קינדער און פאר טאטעס)
סאיז דא א הגדה וואס הייסט the katz haggadah וואס איז דא דארט אזא בחינה אבער סאיז נישט געמאכט פאר קליינע קינדער מקען מאכן בילדער פאר די לעוועל פון די קינדער
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

עס איז דא הערליכע מדרשים אויף יציאת מצרים, וואס לפי דעתי איז דאס וויכטיגער ווי תורה'לעך, וואס יעדע קינד ברענגט עניוועי אהיים פון חדר א גאנצע ספר, ווי אויך פסח מעשה'לעך אין די בעק.


נאך א וויכטיגע זאך, נישט אננעמען איין מנהג, אויב איז דא עטליכע ביטע ארויסשרייבן. איך דארף נישט מיין זון זאל אריינשרייען אין זיין הגדה שטייט אנדערש.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אפי' ווען מ'רעדט פון הגדות פאר קינדער פון 10 יאר מעג נאך אל די גרעפיק'ס זיין שיין און קינדעריש,
און די בלעטער גליטשיג אראפ צו גליטשן די גרעיפ דשוס, נישט ווייל ער איז 10 יאר ווייסט ער שוין וויאזוי זיך אויסצומיידן פון א פיל בעכער...,
מיינע 1ם יעריגע גיסן אזש ס'גייט א רויעך,

גרויסע אותיות איז קריטשי וויכטיג,
ביי מיר קריגט מען זיך אויפן כוס ישועות הגדה (סיגוט'ע הגדה) ווייל דארט איז דא די גרעסטע אותיות, שפוך חמתך איז אפשר אנדערהאלבן אינטש גרויס...

אויב מאכן בילדער, זייער אסאך גרעפיקער מאכן דעם טעות, און מיינע אז וואס איז שיין פאר זיי איז שיין פארן קינד, ס'טאר נישט זיין צו שטארק גערעפיקל, און צו געפאטשקעט, א בילד דארף זיידן באשיידן, א שטייגער ווי הילף פאר דעם קינד, (אגב דארט איז דא פלענטי איידיעס וואס מ'קען אלץ פיקטשער'ן)

יעצט איז שפעט, איך וועל פרעגן מיינע קינדער מאגן וואס זיי וואלט ליב געהאט אין א הגדה,
זאג מיר נאר וועלכע עידש קינדער, (ס'איז דא א אויסוואל פון אלע...)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פריערט געזען ביי דורן אויף די שעלווס
אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער שפיל »

ייש"כ פאר די וואס האבן גענומען די מיה ארויסצוהעלפן מיט עצות און געדאנקען.
אטעטשמענטס
Marbah_Cover.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”