ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

ווער דען פלעגט שיבן אויב נישט חזקי?
ער איז געווען רעגלמעסיג די שיבער פאר לאנגע יארן, און טאקע זיין פנים פלעגט אגאנץ ווינטער זיין רויט צוליב די נאכאנאנדע היץ ביים שטיין נעבן אויוון.

מיר געדענקען גוט זיין איבערגעגעבענקייט צו קליימער שול, זיינע שיעורים ביינאכט, זיינע תהלים זאגן פארטאגס, זיין שלאפן אין שול יום הקדוש, זיין גוטן קאפ, זיינע קולות.. זיין לב טוב העולה על כולם.

דארף דא אויך דערמאנט ווען זיין זעלטענע סארט בעלות, אזש די הויכע שחורים האבן געציטערט אין קדחת פון "העסקי"..

המקום ינחם את המשפחה השבורה בתוך אבלי ציון וירושלים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

מ'קען ווען זאגן אז מיט זיינע טאלאנטן און הענט האט ער אנגעפירט אלע פיר קעמפס,זייענדיג דער בעל אחראי אז די "באנען זאלן פארן אין צייט," מיט אלע ארדערס, דעליוועריס, יוטיליטיס, וכו', וכו', ווי מ'זאגט, די "קאנטראל פענעל" פונעם גאנצן סיסטעם, וואס אן דעם קענען די קעמפס נישט פונקציאנירן א האלבן טאג.

אגב, וואס רוב עולם ווייסט נישט, איז ער געווען א "יחיד בדור" צו פירן "חליצה." אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'האט אים ממלא מקום געווען אין דעם.

תנצב"ה, און המקו' ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

ר' יום טוב, נישט נאר חליצה'ס נאר אסאך שלום בית פראבלעמען און וואו אויך גיטין ווען עס האט אויסגעפעלט האט ער ערלעדיגט,
מ'האט עס דערמאנט ביי די לוי'.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

אגב, וואס רוב עולם ווייסט נישט, איז ער געווען א "יחיד בדור" צו פירן "חליצה." אינטערעסאנט צו וויסן ווער ס'האט אים ממלא מקום געווען אין דעם.
.


וואס מיינט דאס? ווי א גרויסער מומחה דארף מען אנציפירן חליצות... אפשר פארשטייעך נישט...

ער איז געווען שטארק אקטיוו להשכין שלום בין איש לאשתו,
ווער געדענקט עם דען נישט פין קליימער שול? , זיין שמייכל צי יעדן איינעם אןו גיט ווארט ווי אימער, זיין פלינקן מוח און ענדלאזע ענערגיע,... יהא זכרו ברוך ונשמע ונתבשר אך בשורות טובות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

נישט געוואוסט ער איז געווען אין די שלום בית אשכול אויכעט.

און חליצה? וויפיל חליצות קומען דען שוין פאר? איינס אין ווייסעך ווען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

שוועמל האט געשריבן:און חליצה? וויפיל חליצות קומען דען שוין פאר? איינס אין ווייסעך ווען.

וואו ווייניגער, אלס בעסער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

חליצה האט זייער קאפליצירטע הלכות אין ער האט עס גיט געקענט, און אסאך שטובער האבען אים צו פארדאנקען אז אלעס גייט אויף די גיטע רעלסן, אפגערעדט פון זיינע צדקות בדרך כבוד

חזקי חזקי וואס האסטו געטיען מיט אינץ, ווער גייט פירען די קעמפ דעי יאר (לויט ווי עס קוקט אויס וועט מען מיזען האבען 3-4 מענטשן זאלען אים איבערנעמען)

חזקי דיין שמייכעל, ווי קען מען עס טרעפן היינט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

דארפסמאן האט געשריבן:חליצה האט זייער קאפליצירטע הלכות אין ער האט עס גיט געקענט, און אסאך שטובער האבען אים צו פארדאנקען אז אלעס גייט אויף די גיטע רעלסן, אפגערעדט פון זיינע צדקות בדרך כבוד

חזקי חזקי וואס האסטו געטיען מיט אינץ, ווער גייט פירען די קעמפ דעי יאר (לויט ווי עס קוקט אויס וועט מען מיזען האבען 3-4 מענטשן זאלען אים איבערנעמען)

חזקי דיין שמייכעל, ווי קען מען עס טרעפן היינט



וואס איז חזקי'ס ניק?

הרב כן,
אוודאי קען מען טרעפן א צווייטער פאר די חליצות, למעשה אזוי ווי א סופר צו שרייבען גיטין איז נישט פארהאן קיין סאך, דאס זעלביגע איז מיט דעם, למעשה איז דאס א זעלטענע זאך און ער האט געהאט די קבלות אין א געוויסען זין איז ער געווען דער דיין אויף חליצה נישט נאר שמש.

יהא זכרו ברוך
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

כ'בין געווען אויף א חליצה אין ווילי. פאר עטליכע יארע ציריק, כ'האב עם נישט געזען דארט......
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

קרעמער האט געשריבן:... איבער זיין איבערגעגעבנקייט צום קעמפ, ער האט ממש אראפגעלייגט אן עבודה המפרכת את הגוף דארט. ... יהא זכרו ברוך.

כ'דענק אפאר יאר צוריק האט ער זיך ל"ע ציבראכן א פיס און געגאנגן מיט קראטשעס, אבער ס'האט איהם גאר ווייניג צוריקגעהאלטן פון אריין קריכן אין די אפלויף עפענונגען
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

הרב 'יהי' כן,'

קען זיין דעמאלט איז ער שוין געווען ליידער בימי חליו און נישט געקענט מיטהאלטן.

איך שיהי', ביים יהדות החרדית אין אמעריקע האט מען געוואוסט אז "ר' חזקי פירט די חליצות."

געהערט היינט פון אפאר מענטשן, און איצט דא אין קרעטשמע, אז ער האט געטאן אין שלו' בית, להשכין שלו' ווען ס'איז געווען שייך, און ערלעדיגן גיטין "איינס צוויי" ווען דאס איז געווען די זאך צו טאן, אבער געשיקט אן קיין מחלוקות און סכסוכים אויף געלד און בנים. קיינמאל נישט געוואוסט (ב"ה) אז ער האט אזויפיל געטאן אין די ענינים.

וי להאי שופרא דבלע בארעא.

*
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

מרת יאקאב אשת הר"ר יצחק ע"ה
לא הניח זש"ק ל"ע
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

leiby האט געשריבן:מרת יאקאב אשת הר"ר יצחק ע"ה
לא הניח זש"ק ל"ע

מרת גיטל בת ר' יחיאל צבי ע"ה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

בי די שבעה זיצן נאך הרב החסיד יחזקי ראזענבערג ע"ה. ווערט געזעהן ר' אביגדור און ר' דוד.
אטעטשמענטס
אבלים.jpg
אבלים.jpg (13.94 KiB) געזען 2299 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובה דורך ווארד2007 »

המקום ינחם אתכם וכו'

ווער איז דארט מיט די הענט אויף די מויל?

און אפשר ביטע א בילד פון ר' יחזקאל ע"ה, איך בין נייגעריג צו איך האב אים געקענט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

דער צו רעכטס זעהט אויס ווי ר' משה אברהם רז"ב, עלטסטער זוהן פון ר' יחזקאל ע"ה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובה דורך סתם_אזוי »

ר' אביגדור איז א רויטער, נישט אזוי?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

יא, דער בילד איז זייער נישט קלאר
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

דער מיטעלסטער זעהט מען קלאר אז עס איז ר' אביגדור
די בילד איז פארטינקעלט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובה דורך קבל את האמת »

ר' יחזקאל ע"ה איז געווען דאכט זיך א זעקסטער דור פון חתם סופר זי"ע
אביו ר' יודל נכד ר' אברהם חנוך פר"מ נכד החתם סופר
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

אודות ר' יחזקאל רז"ב.
דאס איז דער צווייטער שמש אין סאטמארער קהלה מיטן נאמען 'יחזקאל' וועלכער איז פריצייטיג נסתלק געווארן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

בד"ה.
ר' יוסף ב"ר יוסף ריבא (91) מ'אמשינאוו וויליאמסבורג.

לוי' מארגן ביי צעהלים'ע ביהמ"ד,

שנשמע ונתבשר...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

אוי, ר' יוסף ריבא ע"ה בד"ה......
אויך פון די פורניטשור פון קליימער בית מדרש....................
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

איי, פון די צדיקים נסתרים בדורינו, זאל ער זיין א גוטער בעטער.

מיין אינטערעסאנטסטע זכרון פון ר' יוסל איז, איינמאל חול המועד פסח, בערך 11 אזייגער אין אמאליגן ראדני סטריט, דער עולם האט געדאווענט און געווירבלט אויף כוח, אויפאמאל גיט ר' יוסל א שפאן צו צום ערשטן טיש מערבית דרומית און קלאפט אויס הויך: רבותי, מ'טיילט טיקעטס אינדרויסן!!!!!

מיט זיין אייגנארטיגע טריט, מיט זיין אייגנארטיגע תמימות, מיט זיין אייגנארטיגע פוילישע אקצענט, און נאך מיט א הוט לכבוד יום טוב, איז דאס געווען א סצענע צום געדענקן לעולם ועד.

נאך א סצענע צום געדענקן איז געווען דער שרעקליכער גאלאפ פונעם עולם... כמעט ווי צו א כאפצעם.

זכרונות, תנצב"ה.



*
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

תגובה דורך חידוש נפלא »

רבונו של עולם וועק אויף אידישע הערצער צו תשובה דורך זיי באגיסן מיט חסדים אזש אז זיי זאלן זיך שעמען "ווי קומט זיך צו אונז אזויפיל חסדים"

ווי דער הייליגער בעש"ט טייטשט משוך חסדך ליודעיך קל קנא ונוקם אז דער אייבערשטער איז א קנא ונוקם דורך דעם וואס ער שיקט חסדים

רבונו של עולם שיק שוין די גאולה שלימה און באפריי אונז פון די אלע צרות ונגישות
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”