הכשר אויף מוזיק טעיפ'ס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
הכשר אויף מוזיק טעיפ'ס
אנגעפאנגען פון די טעג, וועט יעדע נייע טעיפ אדער סי די וועלכע וועט ארויס קומען אין ארץ ישראל, און וועט וועלן זיין אנגענומען ביי אלע אידישע שטובער, וועט מוזן האבן אן אפיציעלען הכשר פון א וועד הרבנים וואס איז אין די טעג געגרינדעט געווארן.
די נייע וועד הרבנים באשטייט פון הרבנים הרה"ג ר' יוסף מאיר אלטמאן, הרה"ג ר' אליעזר הלוי דינער, הרה"ג ר' יוסף בנימין וואזנער, הרה"ג ר' מנחם מנדל פוקס שליט"א.
לויט ווי עס ווערט יעצט איבערגעגעבן, וועט שוין אין די קומענדיגע טעג ארויס קומען די ערשטע נייע טעיפ מיט א הכשר פון די רבנים. די רבנים שליט"א האבן ארויס געגעבן אנווייזונגען פאר די זינגער שפילער און די טעיפ פרודעצירער, וואו זיי שרייבן ארויס קלאר, די פארלאנגען וואס מען דארף נאכקומען כדי צו באקומען די הכשר פון די רבנים.

-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
אריין אין פארברענגן פארום..
ווילסט מיר זאגן אז הגאון הגדול רב אלטמאן גייט זיך אראפזעצן מיט העדפאנס הערן ווער איז יענער פון שמעלצער.. צו רב וואזנער גייט איבערהערן טרעק 5 פון שניצלער?.. און רב פוקס גייט גאר צולייגן א שטיקל צו מי מי אדיר פון גרין ס'זאל נישט זיין אזוי פאטריקאניש?...

זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
נעקסט קימט א הכשר אויף קארס
די תנאים וועלען זיין - צעווישען אנדערע:
די סטייל טאר ניש זיין "גויאיש"
קאנווערטעבלס איז בבל יראה ובל ימצא
די קאליר פין די קארס וואס וועלען באקימען א הכשר וועלען דארפען זיין מיט א איידעלע קאליר
די העדללייטס טארען נישט שיינען אויף א אופן וואס איז ניש יודישליך
ס'זאל זיין ווי מער עקיג, אין נישט האבען ציפיל רינדעכיגע חלקים, "קורווס" בלע"ז, וואס איז א גויאישע באגריף (די אמאליגע סטעישען וועגאנס איז מצוה מן המבחר)
די מאפלערס טארען ניש ארויסגעבען ציפיל רויעך, נאר מיט א איידלקייט די מינימאם וואס איז שייך
"טינטעד ווינדאוס" מעג מען נאר האבען לצורך פרנסה, צב"ש אויב מ'איז א דיימענד דיללער וכדומה.
צי האבען לעדערנע סיטס וועט מען דארפען האבען א עקסטערע היתר פין א רב, אויב עס פעלט אויס פאר די געזינט.
ותן לחכם ויכחם עוד...
די תנאים וועלען זיין - צעווישען אנדערע:
די סטייל טאר ניש זיין "גויאיש"
קאנווערטעבלס איז בבל יראה ובל ימצא
די קאליר פין די קארס וואס וועלען באקימען א הכשר וועלען דארפען זיין מיט א איידעלע קאליר
די העדללייטס טארען נישט שיינען אויף א אופן וואס איז ניש יודישליך
ס'זאל זיין ווי מער עקיג, אין נישט האבען ציפיל רינדעכיגע חלקים, "קורווס" בלע"ז, וואס איז א גויאישע באגריף (די אמאליגע סטעישען וועגאנס איז מצוה מן המבחר)
די מאפלערס טארען ניש ארויסגעבען ציפיל רויעך, נאר מיט א איידלקייט די מינימאם וואס איז שייך
"טינטעד ווינדאוס" מעג מען נאר האבען לצורך פרנסה, צב"ש אויב מ'איז א דיימענד דיללער וכדומה.
צי האבען לעדערנע סיטס וועט מען דארפען האבען א עקסטערע היתר פין א רב, אויב עס פעלט אויס פאר די געזינט.
ותן לחכם ויכחם עוד...
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
אויב וועט דאס זיין אזא וועד הרבנים א_ווי אויף די ליין מאטריאל וואס איז געגרינדעט געווארן פארגאנגענעם זומער דא אין אמעריקע, קוקט נישט אויס ווי ס'דא פון וואס מורא צו האבן..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
הער מאנאגראמס.
אם אין דעה הבדלה מנין?
טעיפס ווערן גהערט און אריינגעלייגט אין קינדס קאפ, איך האף אז די פארשטייסט אז דאס איז נישט קיין קאר.
און גיי נישט אויס פאר רחמנות פאר די ארץ ישראל'דיגע יודען, (ענדערש אויף די אמעריקאנע וואס ווערן געשטאפט מיט אלע היפ האפ מוזיק.

מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
פריילאך האט געשריבן:הער מאנאגראמס.
אם אין דעה הבדלה מנין?
טעיפס ווערן גהערט און אריינגעלייגט אין קינדס קאפ, איך האף אז די פארשטייסט אז דאס איז נישט קיין קאר.
און גיי נישט אויס פאר רחמנות פאר די ארץ ישראל'דיגע יודען, (ענדערש אויף די אמעריקאנע וואס ווערן געשטאפט מיט אלע היפ האפ מוזיק.
איך גיי בכלל נישט אויס פאר רחמנות פאר זיי, איך בין זיי פלעין נישט מקנא.
זיי דיך נאר מצייר וויאזוי ס'וועט אויסקוקן די מוזיק דארטן אויב עס קומט צושטאנד די הכשר מעשה... די רבנים קענען נאר די זעקסטע הקפה ניגון ווייל (געווענליך) די איינציגסטע מאל וואס זיי הערן מוזיק איז ביי חתונות און דעמאלטס הערן זיי נאר דאס...
אין א"י זארגט מען נישט נאר פאר קינדערס קעפ, דארט נעמט מען קעיר פון די יונגעלייט אויך. (עיין ערך סעלפאן מאושר)
אגב אורחא, קיינער ווערט נישט געשטאפט מיט קיין מוזיק. ווילסט עס הערן, הערסטו. אז נישט, נישט.
- my_music
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 344
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
- לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ
רעיא מהימנא האט געשריבן:נעקסט קימט א הכשר אויף קארס
די תנאים וועלען זיין - צעווישען אנדערע:
די סטייל טאר ניש זיין "גויאיש"
קאנווערטעבלס איז בבל יראה ובל ימצא
די קאליר פין די קארס וואס וועלען באקימען א הכשר וועלען דארפען זיין מיט א איידעלע קאליר
די העדללייטס טארען נישט שיינען אויף א אופן וואס איז ניש יודישליך
ס'זאל זיין ווי מער עקיג, אין נישט האבען ציפיל רינדעכיגע חלקים, "קורווס" בלע"ז, וואס איז א גויאישע באגריף (די אמאליגע סטעישען וועגאנס איז מצוה מן המבחר)
די מאפלערס טארען ניש ארויסגעבען ציפיל רויעך, נאר מיט א איידלקייט די מינימאם וואס איז שייך
"טינטעד ווינדאוס" מעג מען נאר האבען לצורך פרנסה, צב"ש אויב מ'איז א דיימענד דיללער וכדומה.
צי האבען לעדערנע סיטס וועט מען דארפען האבען א עקסטערע היתר פין א רב, אויב עס פעלט אויס פאר די געזינט.
ותן לחכם ויכחם עוד...
האהאהאהאהא
גוט געזאגט
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1115
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
לייצעם!!!! דאס מאכט ליצנות פון אלע אנדערע איסורים וואס וועלן ארויסקומען פון די רבנים.
סוואלט געווען ראטזאם איינער זאל ארויפשטעלן דעם איסור דא, כ'מיין, מטאר נישט מאכן א ביעט אויפ'ן ארגאן וואס איז 2/4 און מטאר נישט נוצן קיין גיטאר?!
דער שרייבער האט עפעס אזא מין האס צו מוזיק, כפארשטיי עס נישט
אויב שרייב איך צו שארף ביטע מיר מעקן, אבער דאס איז ארויס פון יעדע מין גדר, און סמאכט שוואך די רבנים, יעצט וועט מען לאכן פון זיי ווען זיי אסרן דברים האסורים.
(לאמיתו של הלכה, איז אסור בכלל צו הערן מוזיק, עיין שו"ע)

תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
ארעסטאנט,
לדעתי האט דער הכשר אויף ליין מאטריאל פיין אויפגעטוהן, אזוי ווייט אז מאנכע רעדן זיך אפ אז די 'שטערן' און 'שפאקטיוו' זענען לעצטענס אומאינטרעסאנט.
האמת אגיד, איך האב זיך געפארכטן אז דער הכשר וועט זיין אבי-געזונט און עס וועט זיין בזיונות פאר די רבנים, למעשה האט עס זיך אויסגעשטעלט פיל בעסער ווי געראכטן.
און יא, עס קוקט אויס ווי מען רעדט פון ערענסטע רבנים, און עס קען בעזר השם זיין מיט א גראנדיעזע הצלחה.
.....
כ'הער זאגן אז די רבנים וועלן אדורך לאזן אזוינע אלבומס ווי: לחיים אידן, לחיים ברודער, בהר המורי', לעילא ולעילא, נגוני בית אבא, אידיש קאלעקשאן, מבד, האפ קאזאק, יענקל יענקל, רגש 8 חלקים, משה גאלדמאן טעיפס, די גרויסע חתונה, בעלזא'ער טעיפס. ועוד כהנה וכהנה.
איך בין יא מקנא די איינמאל די בני א"י,
און גלייבט מיר, מיט אביסל שעפערישקייט, קען מען אהער שטעלן הערליכע זאכן על טהרת הקודש.

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- מבין נומ 1
- שר האלף
- תגובות: 1115
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm
עטליכע שרייבערלעך פרובירן זיך צו פארמעסטן מיט רבנים יושבים על מדין, די איסור האט אויך אפשר מיט פאליטיק?.... אתמהה... און מ'דינגט זיך נאך ווער ס'איז גערעכט?..
שיין זעה מיר אויס רבנים VS אינטערנעט שרייבערלעך.
ס'איז אמאל נישט געווען קיין הכשר אויף ברוינפן, נישט קיין הכשר אויף קארן פלעיקס, מ'קוקט צוריק קען מען זיך פארשטעלן וואס די רעאקציע פון די גאס איז געווען, אבער למעשה איז עס היינט א פאקט.
עס איז ערווארטעט אז די הכשר וועט אריבערקומען פריער אדער שפעטער קיין אמעריקע, און די אלע וואס האבן זיך אייביג אויסגעלאכט פון די רבנים וועלן זיך ווייטער אויסלאכן, און די אלע וואס ווילן אראפלייגן א יסוד פאר די חינוך פון זייערע קינדער, און אפשטעלן דעם ווילדן גאלאפ אויף אראפ וואס די היינטיגע מוזיק האט גענומען, וועט עס אננעמען און עס פעסט אראפשטעלן ביי אים אין שטוב.