איך וויל מיך לערנען קאמפיוטערס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

איך וויל מיך לערנען קאמפיוטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז מיר אריין א מורא'דיגע חשק זיך צו לערנען קאמפיוטערס,

אזוי וואו איך בין א גרינער און די פעלד, האב איך געטראכט דא אנצופרעגן אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע.

לאמיר עס צוטיילן און אפאר קאטאגאריעס,

1) ס'איז דא פראגרעמס, וואו למשל, עקסעל,ווארד,קוויק בוקס, און נאך, דאס זענען פראגרעמס אויפן קאמפיוטערס,

2) איז די קאמפיוטער אליין, טייטש, וואס איז א קאמפיוטער? וואו אזוי ארבעט ער? ווען איך האב א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער און איך רופ איינעם אראפ צו פאררעכטען, וואו אזוי ווערט די מענטש אנגערופן? און וואס דארף ער זיך לערנען צו קענען זיין פאך?

3) איז נעטווארקינג, וואס דאס איז די קאנעקשען וואס די קאמפיוטער האט מיט די דרויסענדע וועלט, וואו אזוי סעט מען אויף א נעטווארק? וואו אזוי הייסט די מענטש וואס טוט דאס? און ווייטער! וואס דארף מען זיך לערנען צו קענען די פאך?

4) פייער וואלס, איז דאס און איינע פון די אויבערדערמאנטע פאכן אדער איז דאס א פאך פאר זיך? און אויב איז דאס א פאך פאר זיך, וואס דארף מען וכו' און וואו אזוי וכו'.

ס'קען זיין אז איך האב אויסגעלאזט אדער גאר איבער געזאגט אפאר פונקטן, נאר וואו אויבן דערמאנט איך בין א גרינער, און איך קען באשטיין איינער וואס ווייסט מער זאל עס צוטיילן און מסביר זיין, און פארשטייט זיך אז נאכן מסביר זיין און ציטיילן די חלקים וועלן מיר אויסשמיסען וואו און ווער מקען זיך גיין לערנען די אלע זאכן,

די פאקט, איך מיין אז איך גיב דיר איבער די מייק.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נו, קען איינער בייהילפיג זיין?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בייהילפיג זיין?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געלעגער, דו ווילסטעך לערנען קאמפיוטערס דא אויף אייוועלט?

אויב ווילסטו זיך געהעריג לערנען פארבונד דיך מיט די פאקט, ער האט דא א שיינע פאר תלמידים.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאס מיין איך צו פרעגן, די פאקט לערנט אויס וואס?
עקסעל,ווארד? אדער מער וואו דעם?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הרב די פאקט זז"ג
לערנט אויס מער ווי דעם אויך
אנגעפאנגען פון בעסיק קאמפיוטערס ביז קאמפליצירטע קאמפיוטער פראגרעמינג
קאנטאקט מיך אין אישי פאר מער דיטעילס
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

דע פאקט
קנאקט
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גיימיר קאנטאקטען די פאקט עמער זעהן צו ער פארשטייט מיין פארלאנג.

און שטייצעך רבותי אז איך וועל מערצאשעם צוריק קומען מיט רעזולטאטן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א דאנק פון פאראויס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אזוי וואו געשריבן אויבן, איך האב צוגעזאגט צוריק צוקומען מיט די אפדעיטס, ענד הער איי עם.

כ'האב געטוהן וואו אפגעשמוסט, ג'אימעילט די פאקט זז"ג און אנגעפרעגט צו ער פארשטייט מיין פארלאנג,
די אימעיל האב איך געשיקט נעכטען ביינאכט,
היינט צווייע צייט באקום איך א אימעיל פון אום אז איך זאל אום קאנטאקטען און ג'טולק און אזוי האב איך געטוהן, נאכן רעדן אפאר מינוט אויף טאלק (און פארשטייט זיך די ערשטע קשיא איז געוועהן וואו אזוי רוף איך דיך....? געלעגער?) זאגט ער מיר אז איך זאל אום קאלן און ער געט מיר די אפיס נאמבער.

איך רופ אום אפ, און איינער הייבט אויף די טעלעפאון,
העלאו,
יא, דא רעדט געלעגער...
אמ.... (פארלוירענערהייט...) סארי דו האסט א ראנג נאמבער...

איז דאס 718-___-____?
יא, איימענוט לאמיך דיר טרענספערן..

עעענדליך זענען מיר אנגעקומען צו רעדן צום מלך אליין,
זאגט ער מיר אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר ער האט געזעהן די ארטיקל האט ער געמיינט אז יא.. נאך אן ארטיקל פון געלעגער, ס'איז אום ניטאמאל בייגעפאלן אז דאס מאל מיין איך עס ערענסט, איך בין געוועהן היפש אינסאלטעד, כ'מיין כ'האב דאך קלאר געשריבן אז איך בין טויט ערענסט דא, אזוי האב איך פארלוירן מיין טראסט דא?
עניוועי, מיר האבן שיין ארום געשמוסט, און איך דארף טאקע דא ארויסברענגן אז דער די פאקט א-חוץ וואס ער פארשטייט צו זיין דזשאב, (אזוי זעהט עס יעצט אויס עטליעסט...) האט ער גאר א גוטן שפראך און מסביר זיין אן ענין, איך ווייס נישט צו ס'איז פארט פון די דזשאב אדער ס'איז סתם א זייטיגע מתנה,

עכ"פ אזוי רעדענדיג צו אום הער איך וואו ער לאכט... פרעגענדיג וואס גייט פאר זאגט ער מיר אז זיין שותף הערט זיך צו צום שמועס,
יא די זעלבער שותף וואס איז פריער געווארן פארלוירן ווען ער האט אויפגעהויבן און איך האב געזאגט אז דאס איז געלעגער דער זעלבער זיצט יעצט צוגעשמידט צום טרייבל...

שוין, מ'האמיר זיך נאכאמאל אינטערדיוסד, און אפגעשמועסט אז איך גיי צוריק קומען מיט א צייט ווען ס'איז גוט פאר מיר און מ'גיימיר אנהייבן זיך לערנען קאמפיוטערס.....


פאטאקי איז וואר?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

געלעגער ביסט אנגעקומען צום גוטן אדרעסע... הרב די פאקט וועט דיר קענען איבערגעבן אסאך איבער קאמפיוטער'ס בס"ד.

יעצט וועגן דיין ארגינעלע תגובה אויבן, איך האב געוואלט מגיב זיין ביים דאס ליינען גאנץ אנהויב אבער די צייט האט מיך נישט ערלויבט, אלזא כ'האפ אז מיינע רייד וועלן צוניץ קומען אניש פאר דיר כאטש פאר עמיצין אנדערש.

א קאמפיוטער איז א כלי וואס מ'קען מיט דעם זייער אסאך זאכן טאן פיל מער ווי דריקן א דאקומענט מיט ווארד, אדער ארום קריכן דערמיט אינעם וועלט-ברייטן-נעץ.

אקעי לאמיר גיין שטייט,

א קאפיוטער איז צוטיילט אין צווייען, איינס הייסט הארדווער - דאס איז די פיזישע געבוי פונעם קאמפיוטער, דעס איז א פאך פאר זיך.
דאס הייסט דער וואס פארקויפט און סערוויסט דעם קאמפיוטער, דער דארף זיך אויסקענען מיט די פארשידענע ערליי פראסעסערס, מעמארי, ברענד'ס און נאך וואס אונבלאנגט דעם פיזישן געבוי. חוץ דעם די מענטשן מאכן אויך געווענטליך נעטווארקינג, דאס הייסט קאנעקטן עטליכע קאמפיוטער'ס אין איין אפיס זאלן ארבעטן צוזאמען (גארנישט מיטן אינטערנעט, אפי' ס'הייסט אויך נעט) דאס האט אויך אביסל צוטאן מיטן פיזיש'ן געבוי.

צווייטע איז סאפטווער - דעס ווערט אויך צוטיילט אין פארשידענע קאטאגאריעס, קודם אידא די "אפערעטינג סיסטעם" דאס איז די יסוד פונעם קאמפיוטער אלע פראגראם'ס ארבעטן אויף דעם. די מערסטע באקאנטע אפערעטינג סיסטעם'ס זענען ווינדאס סעווען, ווינדאוס וויסטע, ווינדאוס עקס פי, מעקענטאטש האט זיך זיין סיסטעם און אזוי ווייטער.

נאכדעם אידא סתם סאפטווער - דאס איז אלע פראגראמען וואס איר זעהט אויפן קאמפיוטער, ס'דא וואס זענען געמאכט פארן ברייטן גאס וואס מיליאנען מענטשן נוצן למשל די פאר וואס די האסט אויסגערעכנט,
נאכדעם אידא קלענערע וואס זענען געמאכט פאר א געוויסע ליין, למשל גראסערי'ס האבן א ספעשעל פראגראם, ס'איניש ממש קאסטעם מעיד פאר איין סטאר אבער ס'איז נישט עפעס וואס מ'דאנלאדט פונעם וועב, ביים היימישן ציבור אידא אפאר פירמע'ס וואס שטעלן דאס צו.
צום לעצט אידא קאסטום מעיד, דאס איז פאר גרויסע פירמע'ס געוויינליך וואס זיי מוזן האבן א ספעציעלע פראגראם נאכצוקומען זייערע געברויכן אויפן בעסט'ן וועג שייך.

און די קאסטעם מעיד ביזנעס קומט אריין אויך וועב סייט'ס, דעס האט נישט יעדער קאסטעם מעיד, מ'קען קויפן פארשידענע אויפגעסעטע פראגראמען, אבער רוב מאל דארף מען עס קאסטעמייזן צום פירמע'ס באנוץ.

אז די פרעגסט וועגן קאמפיוטער פאכ'ן לאמיר פרובירן צו מאכן א ליסטע.

1. פארקויפן הארדווער - די דארפן זיך נישט קיין סאך לערנען, מען דארף האבן אביסל אינפארמאציע און מ'קען קויפן און פארקויפן קאמפיוטער'ס.

2. נעטווארקינג - א. ציען ווייער'ס און קאנעקטן, נישט קיין גרויסע חכמה... ב. אנשטעלן און מעפ'ן די נעטווארק דרייוו, אויך נישט קיין גרויסע זאכן, מ'שטעקט איין די ווייער און ווינדאוס טוט שוין היינט רוב זאכן אליינס.

3. דריקן צעטלעך, טייפן ספרים - מ'דארף זיך צולערנען טייפן מיט די עשר אצבעות, ס'דא פארשידענע אנליין פראגראמען פארדעם, איך האב מיך געלערנט דורך א אלטע קונטרס פון בית רחל... מ'קען עניוועי נישט אויסלערנען מ'דארף וויסן די פאר כללים וואס שטייט אין די בוך דאן דארף מען טייפן אין טייפן ביז ס'ווערט א געוויונהייט.

4. ארבעטן מיט א געוויסע פראגראם - למשל קוויק בוקס אדער אנדערע פראגראמען ווי עקסעל וכדו' - אויף דעם אידא קלאסן ווי מען לערנט אויס פונקטליך וויזוי מען נוצט דאס, וואס מ'קען אלץ טאן דערמיט און אזוי ווייטער און ווייטער.
אבער... אויב מ'האט אביסל געדולט קעמען די אלע זאכן אליינס אויספיגערן! געוויינליך ווען מ'מאכט א פראגראם נעמט מען נישט אן אז דער באנוצער וועט נעמען א קורס דעראויף, אנטשטאט מאכט מען עס אזוי אז מ'זאל כאפן וואס איז וואס. חוץ דעם אידא סטאנדארטן, דאס הייסט מיט אביסל געוויאונהייט מיט'ן קאמפיוטער כאפט מען וויזוי זאכן ווערן "געווענטליך" געמאכט, למשל אויבן אויף די לינקע זייט שטייט געווענטליך פייל דארטן קעמען געווענטליך עקזיט'ן די פראגראם און נאך פארשידענס וכדו', ווען מ'מאכט א רעכטע קליק מיטן מייז'ל קומט ארויף פראפערטיס און אזוי ווייטער [און אויף די פראגראמער'ס ליגט טאקע א פליכט צו זעהן זייערע פראגראמען זאלן זיין לויטן סטאנדארט מען זאל נישט ברויכן א נאכט-קלאס זיך צו לערנען עס נוצן].

5. מאכן/פארעכטן קאסטעם מעיד פראגראמען - אין דעם וויליך נישט יעצט צופיל מאריך זיין אפשר אינעם דיוועלאפער'ס ווינקעל העט מען מער ארום שמועסן דערפון.

6. די וועלט ברייטע וועב (אויך באקאנט אלץ דער 'טאמענער אונטערנעט') - און דעם איז אויך דא פארשידענע אפטיילונג אנגעהויבן פון דיזיינען די סייט, עס אויפהאלטן, ארויף לייגן אינפארמאציע דערויף, אראפנעמען אינפארמאציע, פארקויפן, קויפן. און נאך אסאך כידוע.

די אלע זאכן וואס מ'האמיר אויסגערעכנט איז יעדע זאך א פאך פאר זיך, אבער ס'דא מענטש'ן וואס האבן "א חוש צו קאמפיוטער'ס", דאס הייסט זיי האבן א ידיעה אין אלע אויבענדערמאנטע חלקים פונעם קאמפיוטער. לויט ווי כ'פארשטיי פון דיין ערשטע תגובה ווילסטו צו דעם צוקומען, צום באדוירן קעמען דעס אבער נישט אויסלערנען, און זיכער נישט אויף איין פיס, ס'איז בעיקר א מתנה פון הימל פונקט ווי אלע אנדערע חושים וואס א מענטש פארמאגט, אבער קודם מיט'ן היינטיגן גאגעל איז זייער גרינג צו זיין א עקספערט, שטייצעך נאכן זיך צולערנען וויזוי צו נוצן גאגעל... און אויך האט עס צוטאן מיטן נוצן דעם כלי, ווי מער מ'נוצט עס באקומעט מען מער א חוש דערצו.

מיט דעם ביניך מסיים מיין דרשה פאר יעצט, קאמענטארן זענען וועלקאם. אויב האביך עפעס פארגעסן אדער נישט גענוג מסביר געווען וועט דאס אי"ה צוקומען אנאדערס מאל.

גוט שבת
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאז'ל א ברכה אויף דיין קעפעלע פארן זיך נעמען די מיה און אזוי שיין צולייגן די זאך, דאס איז וואס איך האב געזוכט און געוואלט ביים עפענען די אשכול,
איך האב שוין טאקע געהערט פון הרב די פאקט זז"ג אלע פרטים אבער איך פריי זיך אז די האסט גענומען די מיה עס אפצושרייבן.
איך האב נאך אסאך פראגן וואס ווירבלן און מיין קאפ, אבער צו דעם וועט מען צוריק קומען נאך שבת אי"ה.

האב א לעכטיגן שבת.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לאז'ל זייער פיין געזאגט.

איין זאך איז אים נישט פארענטפערט געווארן "וויאזוי רופט מען די סארט קאמפיוטער קענערס".

וועל, אין זשענעראל רופט מען אזא איינעם א 'קאמפיוטער טעקנישאן', דאס איז א פונקט ווי א קאר טעקנישאן (מעקעניק) אדער א באדי טעקנישאן (דאקטאר), וויבאלד ער קען זיך אויס אין די געבוי פונעם קאמפיוטער און פארשטייט צו טריעטן א פראבלעם.
אבער עס קען ווערן צעטיילט אין כמה וכמה קעטאגאריעס, ס'יז פארהאן א הארדוועיר טעקנישאן, נעטווארקינג טעקנישאן, סאפטוועיר טעקנישאן וכו'.

ווי געזאגט ווי מער וועסט נוצן א קאמפ. וועסטו אליינס אויפכאפן די זאך אויב דיינע חושים וועלן עס דערשנאפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אקעי, מיר פארן אויפן ריכטיגן וועג, דער עולם זעהט ענדליך אז מיר מיינען עס ערענסט, שוועמל שכח פאר דיר אויך פארן צוגעבן די פאר טרעפליכע ווערטער,

און יעצט עמער נעמען לאז'ל ווערטער און פראבירן צו צולייגן און אריין ווארפן די פראגן וואס מיר האבן.

1. די וואס פארקויפן קאמפיוטערס, זאגסט אז דארפן קענען אביסעל, פארשטייט זיך, יעדער וואס פארקויפט א פראדוקט דארף קענען און וויסען וואס ער פארקויפט.

2. נעטווארקינג, די רופסט עס אן גרינג, איז דאס טאקע אזוי פשוט וואו די מאכסט עס? איז דאס נישט קיין פאך וואס מ'דארף זיך גיין לערנען?

3. איז פשוט

4. איז ארבעטען מיט פראגרעמס, דאס געסטו אויך א מאך אוועק אז אויב מ'וויל קען מען זיך אליין דערלערנען... איז דאס טאקע אזוי? איז דען נישט עקסעל א פראגרעם וואס איז עמוק עמוק? איך פארשטיי אז בעסיקס קען מען קענען מיט זיך שפילן, אבער ווען ס'קומט צו די מער קאמפלעצירטע זאכן וואו MACROS אדער אנדערע זאכן איז דאס טאקע אזוי פשוט?

5 און 6 וועל איך יעצט נישט אריין גיין.

און דאס וואס די ענדיגסט צו אז צו קענען קאמפיוטערס איז א חוש, דאס איז מיר א גרויסע חידוש.
די וואלסט צוגעשטעלט קענען קאמפיוטערס צו שפילן מוזיק אויף א קיבאורד?
וואס איך מיין צו פרעגן איז, א מענטש וואס איז נישט געבוירן מיט די חוש פון קאמפיוטערס איז א שאד אז ער זאל זיך לערנען דעראויף?

און דאס פון וואס שוועמל רעדט א טעקנישען דאס איז אויך א חוש?
און דאס איז אויך א זאך וואס אויב מ'וויל קען מען זיך אליין דערלערנען?

אגב, לאז'ל וואו ס'שיינט פארשטייסטו אביסל צו קאמפיוטערס (פראגרעמינג חלק) בין איך גערעכט?
אויב יא, ביסטו דיך געגאנגען לערנען ערגעץ?

לאז'ל ווען די האסט אן איבריגן מינוט זיי אזוי גוט און קום צוריק.

תודה למפרע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יא עס איז קלאר א חוש.
פונקט ווי פיאנא איינער וואס האט א חוש קען זיך אליינס דערלערנען און ביי קאמפליקאציעס פרעגט מען א מומחה, דאס זעלבע ביי קאמפיוטערס.
אין פאקט די אלע גרויס קאמפיוטער זשעניס האבן א שטארקן חוש דערצו און דערפאר האבן זיי געגרייכט אזוי הויך.

נאר וואס דען? איינער וואס האט נישט קיין באזונדערע חוש דערצו קען זיך טאקע דערלערנען אבער ס'וועט נעמען צען-פופצן יאר לויט ווי די ביכער לויטען. איז עס ווערט?

רעדענדיג פון חוש וויל איך צולייגן צוויי זאכן:
איינס, דער וואס נעמט צוזאם די חוש פושקע איז פונקט די וואך געווען ביי מיר עס אויסליידיגן.
צוויי, אפילו להאא"ה די תורה הקדושה איז אויך א חוש, יעדער איד האט חוש צו תורה און דערפאר איז ער ביכולת צו פארשטיין א מהלך אין גמרא, תוספות, רמב"ן אא"וו. אבער א גוי איז באקאנט דער ווארט 'גיי לערן מיט א גוי ברטנורה'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

לאז, איך בון געוואור געווארן אסאך אינטערעסאנטע ידיעות. שכוח!

געלעגער ערשטענס א שכוח פארן אים מאכן רעדן, צווייטענס דא האט לאז געמאכט א אינטערעסאנטע באשרייבונג וויאזוי ער האט אנגעהויבן.

http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p296753
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס טייטש א חוש?
ביי א פיענא איז אלעס אפען פאר דיר און די דארפסט נישט מער וואו דריקן קנעפלעך און אזוי קען מען זעהן צו די פארשטייסט צו א ניגון אדער נישט,
אבער ביי קאמפיוטערס וואס איז שייך א חוש? פון וואו זאל ער וויסן אז אונטער טולס ליגט די ספעציפישע זאך וואס ער זיכט צו פארריכטן? אדער אז די ) סימבאל מיינט דאס און דאס ווען מ'שרייבט א פראגרעם? מיט דעם ווערט מען געבוירן?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שכח הערשי פאר די לינק, מיר האבן שוין איינמאל געליינט די ארטיקל, און יעצט איבער געליינט, דארט באצוהט ער זיך בעיקר אויף פראגרעמינג חלק, און וואו ערקלערט אויבן מיר ציהט מער (ווייס איך דען וואס איך וויל??) טעקנישן חלק.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה ב"ה כ'האב נישט גערעדט צו די וואנט... כ'האב הנאה אז איר האט הנאה. שכח ר הערש פארן ברענגן די לינק דאס האביך געוואלט ברענגן ווען ער האט געפרעגט צו איך האב מיך געלערנט.

אז די פרעגסט וועגן די טעקנישן חלק איך האב מיך קיינמאל נישט געלערנט דערויף. וויפיל כ'קען איז נאר פון זיך שפילן, פרובירן, פרעגן, גאגלען, און אזוי ווייטער.

און פאקט האביך מיך שוין געשפילט מיט א ווינדאוס 95 קאמפיוטער - טראץ נישט צו סאך צוליב מיין יונגן עלטער, אבער דורך אויס די יארן האביך אסאך גענוצט, עקספלארט, געפיקסט, (צובראכן...), געטרייט קאמפיוטער'ס, און אזוי בס"ד האביך איינגעשאפט אסאך באקאנטשאפט'ן אין אט דעם כלי.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

געלעגער האט געשריבן:2. נעטווארקינג, די רופסט עס אן גרינג, איז דאס טאקע אזוי פשוט וואו די מאכסט עס? איז דאס נישט קיין פאך וואס מ'דארף זיך גיין לערנען?

יא, איך קוק עס אזוי אן.
געלעגער האט געשריבן:4. איז ארבעטען מיט פראגרעמס, דאס געסטו אויך א מאך אוועק אז אויב מ'וויל קען מען זיך אליין דערלערנען... איז דאס טאקע אזוי? איז דען נישט עקסעל א פראגרעם וואס איז עמוק עמוק? איך פארשטיי אז בעסיקס קען מען קענען מיט זיך שפילן, אבער ווען ס'קומט צו די מער קאמפלעצירטע זאכן וואו MACROS אדער אנדערע זאכן איז דאס טאקע אזוי פשוט?

כ'זאג נישט אז ס'איז זייער פשוט, אבער כ'האלט קלאר אז מ'קען דאס מיט אביסל זיך שפילן דערלערנען פיל בעסער ווי עמיציר זאל דיך דאס לערנען, מבשרי אחזה.

געלעגער האט געשריבן:און דאס וואס די ענדיגסט צו אז צו קענען קאמפיוטערס איז א חוש, דאס איז מיר א גרויסע חידוש.
די וואלסט צוגעשטעלט קענען קאמפיוטערס צו שפילן מוזיק אויף א קיבאורד?
וואס איך מיין צו פרעגן איז, א מענטש וואס איז נישט געבוירן מיט די חוש פון קאמפיוטערס איז א שאד אז ער זאל זיך לערנען דעראויף?

ס'איז פאר קיינעם נישט קיין שאד, יעדער קענעס דערלערנן באט מ'ברויך האבן א געפיל דערצו, אויב מ'האט דאס נישט איז זייייער שווער. אבער מיט א שטארקע חשק קענעס יעדער קונה זיין.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאז'ל אזוי שנעל ריספאנדעד? נישט געגלייבט, גרויסן שכח.

וואו איך באמערק אויף דיר ביסטו בטבע א גרויסע שפרינגער, די גלייכסט אריין צושפרינגען און נעמען גרויסע טריט, א קעפעלע זעהט אויך אויס וואו די פארמאגסט א פיינע, און נאך א קלייניקייט, די ביסט א גרויס חסיד פון גוגל,
בין איך גערעכט?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך בין מסכים מיט יעדע ווארט פון לאז געמאכט! חוץ, אז עס איז נישט נאר א חוש, נאר אויך א געפיל, דהיינו, צו האבן נערוון זיך צו שפילן און אויסלערנען קאמפיוטערס, מוז מען האבן א שטארקע געפיל צו דעם!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך בין גראדע בטבע נישט קיין שפרינגער איך נעם נישט גרויסע שריט.

כ'מיין נישט דייקא גאגעל... ס'איז נאר א כינו אויפן אינטערנעט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווער ס'קכן אביסל 'אמפיוטער וויסט אז גוגל אויסער זייער ברענד נעים זענען זיי פשוט גוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געלעגער טייערער
סדא א אפאר זאכען וואס מדארף טעסטן אויב מאיז אויפן וועג צי ווערן א קאמפיוטער דזשעני ווי די ווילסט ווערן
נומבער וואן דארפסטו טעסטן אויב די קענסט זיצן 12 שעה אין איין צי ציגעקלעבט אויפן זעלבן סקרין צי סאלוון איין פראבלעם....
דאס איז טעסט נומער וואן אויב קענסטו נישט איז א שאד צי ספענדן שווערע געלטער זיך צי לערנען עדוועסנד קאמפיוטער סקילס
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”