וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Jewboy האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען אין אידיש.

מנגו.
אפרסמון.
קיווי
קולורבי
גרעיפ פרוכט
קלמטינות
סטראבערי
אבוקדו

איך וועל שרייבן דעם אמת.
כ'האב עס געוואלט שיקן צום מעלות (איך באקום עס יעדע חודש אויפן פאסט) אבער ביז כ'וועל טרעפן א פאקס מאשין וועט נעמען ווייסעך נישט ווי לאנג


קודם א הילכיגיען שלום עליכם הרב ג'ובאי, שוין לאנג נישט געזעהן.

איבער אייער אנפראגע וועגן די מיני פירות וירקות און זייער אידישע טערמין, אן אריינקוקען און קיין אידישע ווערטער-בוך (מילון) ווייס איך נישט צו איינע פון די אלע האבן א אריגינעל-אידישען טערמין, הפנים ביינונז זאגט מען/שרייבט מען אלעס;

מאנגאו
(אפרסמון?)
קיווי
קאלאראבי
גרעיפ-פרוכט
טענזשערינען/קלעמענטינען
סטראבערי
אוואקאדע
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שלום עליכם קעניג דזשו בוי!

אפרסמון איז מיסתמא "פיטש". (אויב דאס איז די זעלבע ווי אפרסק)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

שכויח פארן שלום געבן. איך געב צוריק. :smile:

ס'האט זיך מיר גארנישט פארענטפערט, איך האב עס געריבן און עברית און איר האט עס געשריבן אין יידיענגליש.

אפרסמון איז דאס.

בילד

אגב'דיג, כ'האב נאך א גאנצע ליסט אין געשפעט וואס כ'האב געוואלט וויסן ווי אזוי מ'זאגט עס אין יידיש, אבער לאמיר שרייבן שטאטלעך.
רוב מענטשען וואס כ'האב געפרעגט אין געשעפט (די עכטע ירושלימער) האבן נישט געוויסט צו זאגן.
סטראבעריס האט יא איינער געזאגט עפעס אבער כ'דענק שוין נישט.

(ס'איז נישט קיין בושה צו זיין אין א פרוכט געשעפט, אמת?)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

פיטש איז טאקע אפרסק
זעה בילד פון אפרסמון
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אהה, כ'האב מיר יעצט דערמאנט, ס'איז דא א פרי וואס הייסט פמולה,אזוי אויך איז דא פמולית (א קליינע פמולה), אין אמעריקע איז עס נישט דא כמעט, ווען איך פלעג וואוינען דארט איז געווען צו באקומען נאר ביי איין געשעפט אויף קאני איילענד, ס'איז בעסיקלי א ישראלדיגע פרי.
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (16.72 KiB) געזען 3820 מאל
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

סטראבערי = יאגדעס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ארפסק-פיעטש = פערזשעך
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מיללער, אפרסק
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלום עליכם דזשובוי!!!

עס איז א בושה אז מיר זעהן זיך נישט אפטער!..

(אפילו דו וואלסט געהאט א פאקס מאשין, וואלסטו נישט געקענט שרייבן צום "מעלות", ווייל זיי שטעלן נישט קיין פאקס נומער, און נעמען נאר אן בריוולעך אויף די פאסט).
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

מיללער האט געשריבן:ארפסק-פיעטש = פערזשעך

אזוי האב איך טאקע געזעהן אין משניות פון שמחה פיעטרושקה(!) כלאים פ"א מ"ד, נאר דארט מוז עס זיין אן אנדער פרוכט פונעם פערזשכע (אדער פערישקע), ווייל אין משנה איז עס אזא פרוכט וועלכער איז פון מאנדלען-סארט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Jewboy האט געשריבן:אהה, כ'האב מיר יעצט דערמאנט, ס'איז דא א פרי וואס הייסט פמולה,אזוי אויך איז דא פמולית (א קליינע פמולה), אין אמעריקע איז עס נישט דא כמעט, ווען איך פלעג וואוינען דארט איז געווען צו באקומען נאר ביי איין געשעפט אויף קאני איילענד, ס'איז בעסיקלי א ישראלדיגע פרי.

דאס רופט זיך דאהי אויך א "פאמעלא" צייטענווייז קען מען דאס געפונען אין טייל געשעפטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אפרסמון האט גארנישט מיט פיטש, עס קוקט אויס ענליך צו א טאמעטע.
אויף ענגליש רופט מען עס 'פערסומען'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל, Persimon איז א פרי האדמה, אפרסמון דארף לכאורה זיין א פרי העץ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חרמש בקמה

אפרסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

אין פרשת מקץ (ברא' מג, יא) אויף "בטנים" שרייבט רש"י: "לא ידעתי מה הם ובפרושי א' ב' של רבינו מכיר ראיתי פישטיצי"ש, ודומה לי שהם פרסקין" עכ"ל.
רש"י האט אזוי ערקלערט וויבאלד פרסקין זענען א מין מאנדלען אדער ניס (כלאים פ"א מ"ד). און טאקע פישטיציש (פיסטוקן) איז נוס. פארהאן א נוס וואס הייסט פיסטוק חלווי, און אין ארץ ישראל רופט מען איהם "גן-עדן נוס", און זיין קערנדל איז ענליך צו א מאנדל-קערנדל.
דאס וואס אין עברית איז אפרסק א פערזשכע, דאס איז איינס פון די ליסטע אידישע ווערטער וועלכע זענען אריינגעטונקען אין די עברית-טבילה (פערזשכע=אפרסק).
דאס גלייכן איז געטאן געווארן מיט באַרשט=מברשת, שילט=שלט, און נאך אנדערע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בנוגע אפרסק הם היא פערזיך, שמעתי פעם משו שגרעינו דומה לשקדים, ובתחלת גידולו דומה במראה' ולמעשה הם כלאים, רק ההוה אמינא היא כנ"ל, כך שמעתי, ואיני יודע הם היא אמת
למה זה תשאל לשמי...
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

פערשלופען, כל מי שאינו יודע לקרות מקרין אותו. איך קאן נישט קיין ווארט ענגליש.
חוקר ודורש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר ודורש »

וויי אזוי זאגט מען און אידיש

לבנה?

חלום?

(עס איז דאך לשון הקודש)
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

חלום - טרוים
לבנה - ???
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חוקר איבער לבנה האט מען שוין דן געווען באריכות, יבואו המלנקים וילנקו הלינק.

חלום-טרוים: יישר-כח רעב יוד, הגם יעצט זעהט עס אויס פשוט ווייל עס איז אין איינקלאנג מיטן עניגלישען 'דריעם' דאך האבן מיר ניט געוואוסט דערוועגן.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

reb yid האט געשריבן:חלום - טרוים
לבנה - ???

קען איינער טרוימען ביינאכט?
אדער איז דא אזא זאך ווי א פארטרוימטער מענטש?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

דאס א.ג. "אידיש" ווארט פאר לבנה איז "מונד". באמת זענען די אידישע ווערטער "חלום" און "לבנה"; "מונד" און "טרוים" זענען דייטשמעריזמען.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויף דייטש זאגט מען לבנה = מונד = MOON.
חלום = טרוים = TRAUMA (?)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

[quote="קארל"] באמת זענען די אידישע ווערטער "חלום" און "לבנה"; quote]

וואס אידיש?? דעיס זענען לשון קודשע ווערטער.
חוקר ודורש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר ודורש »

ריכטיג און דייטש איז א חלום = TRAUM
ווייסט איינער ווי אזוי מען א tissue napkin און אידיש (נישט פארטשיילער)?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”