ידיעות באגאזש...
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דער געדענקט אביסל, און האט א דומם, אבער דער דומם אליינס אן א מדבר איז גארנישט ווערד, מען דארף אביסעל קענען געדענקן צו וויסן וויאזוי צו ניצן דעם דומם, גראדע דאס האב איך געדענקט אז עס איז דא א מקור אין די פריערדיגע חסידישע ספרים, שכן בבעלזא הקפידו מאד ע"ז, ובילדותי הי' אבי שליט"א מזהירני ע"ז
למה זה תשאל לשמי...
scy4851 האט געשריבן:געווען היינט און באלטימאר, געדאווענט מנחה און רב היינעמען'ס שוהל.
דער שטח וויא דער בעל תפילה שטייט און אויך דער עמוד איז נידעריגער וויא די פלאר פונעם גאנצען בית מדרש, אלטץ דער פסוק 'ממעמקים קראתיך ד'
שלום עליכם ר' שמחה, א גאסט פון מערילענד, רב היינימאן איז דאכציך פון די סטאר-K.
מן-הסתם ווייסט איר אז אין רמ"א'ס שוהל אין קראקא איז אויך נידריגער ביים עמוד אלס 'ממעמקים'.
שטארק זיך האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:איז פארדעם געווען די פאדלאגע שיף אינעם ווינער שוהל אויף ליע עוועניאו?
ניין, די ווינער שול איז פריער געווען, להבדיל, א טעאטער\אודיטאריאום.
די סיבה פון די שיפקייט אין וויענע שוהל איז אפשר נישט געווען דערפאר, אבער דעם מקום הבעל תפלה איז געווען מיט א טרעפל נידעריגער צוליב דעם פסוק ממעמקים קראתיך.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
היינט געזעהן אין ישמח משה, אז מ'שטייט נישט אויף פארטאג'ס איז מען נישט זוכה אויפצושטיין ח"ו לתחי'.
ואעתיק לשון קדשו (משלי ו, ט): "עד מתי עצל תשכב ומתי תקום משנותיך, ר"ל כי הישן על מטתו ומעורר עצמו לקום בזריזות לעבודת הבורא ית"ש, הרי מדה כנגד מדה שיזכה ליקיצה מהשינה בעת התחיה, כמו שנאמר ורבים מישני עפר יקיצו, והנה זה שיזכה לתחיה הוא נשמר בהשגחת הבורא בקבר עד עת התחיה, אף שמדרך הטבע שיבלה בעפר עד כלותו וישוב עפר אל הארץ כאשר היה, מ"מ השי"ת שומרו ע"צ הפלא, כמו שנאמר בשכבך תשמור עליך בקבר, ונאמר ותניח ותעמוד לגורלך לקץ הימין, משא"כ אם שלא יזכה לעמוד בתחי' לא עביד קוב"ה ניסא למגנה, ונבלה בקבר בזמן קצר, והיינו שאומר הפסוק להעצל אתה העצל השוכב על מטתך זמן ארוך, ובקבר שהוא שכיבה אמיתית כמו שנאמר בשכבך עליך, שם לא תשכב זמן ארוך, דכיון שאתה עצל ואינך מקיץ לעבודת הבורא ית"ש לא תקיץ לתחיה, ולא עביד קב"ה ניסא למגנא לשמרך זמן ארוך בקבר, וזה שיעור הפסוק עצל עד מתי תשכב בקבר כי לא יאריך לך בזמן, והטעם מתי תקום משנתיך הלא לא תקום, דאם היית קם השי"ת שומרך עד אותו עת והבן", עכל"ק.
פאר די וואס שטייען אויף איז עס א גרויסער חיזוק, און די וואס נישט זאלן זעהן זיך מזרז צו זיין.

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
קרעמער האט געשריבן:דער געדענקט בליעה"ר.
ער שרייבט אזוי: לא יסתכל בעכו"ם או בפני אדם הכועס או בפני אדם שוטה או משוגע, ובפני אדם רשע ובפני אדם עצב וסר וזעף כו', ולא יסתכל בפני המת כו', ומצוה להסתכל בשמים ובכוכבים לקיים מה שנאמר שאו מרום עיניכם כו' אבל לא בלבנה.
ס'איז אינטערעסאנט צו קוקן אין ספר חיי שלמה לר' שלמה'ניו מסאדיגורא, ער שרייבט כמ"פ אז זיין טאטע ר' ישראל סאדיגערער פלעגט ביינאכט ארויס גיין מיט די קינדער און זיי ווייזן די שטערנס, ער שרייבט אז דער טאטע האט איהם אויס געלערנט וויאזוי צו צו קומען דורך דעם צו יראה עילאה אמיתית!!
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
געזעהן אן אינטערעסאנטע מדרש תנחומא פרשת נח
פון דער צייט פון מבול ביז די צייט וואס שלמה המלך האט געבויט דאס בית המקדש האט א יעדעס יאהר גערעגענט 40 טעג נאכאנאנד די זעלבע צייט פון יאהר ווען עס האט גערעגענט ביים מבול.
ווען שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש האט ער מתפלל געווען און עס האט אויפגעהערט

the SCY is the limit
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
לפי שמצינו שהימין היא השובה בתורה לענין עבודה ולענין בהן יד ובחן רגל של מילואים
ושל מצורע ולענין מצות חליצה, לכן בלבישה וכן בשאר דברים לעולם יקדים של ימין
׳לשל שמאל, ובחליצת המנעלים ושאר בגדים יחלוץ של שמאל תחלה (שזהו כבולם של ימין)
ואך לענין קשירה השמאל חשוב יותר מפני שקושרין עליו את התפילין, ולכן כשצריך לקשור
יקשור של שמאל תחלה, כגון מנעלים שיש בהם קשירה גועל של ימין ואינו קושרו ונועל
את של שמאל וקושרו ואח״כ קושר של ימין, וכן בשאר בגדים
דאס מיינט אויב לייג איך תפילין אויף די רעכטע האנט דארף איך יא קודם צובינדען די רעכטע?

געזען א הייליגע אין חכמהדיגע ווארט פין רבי'ן זצ"ל אין דברי יואל (פ' ויקהל).
וכל העם רואים את הקולות שטייט אין מכילתא "רואים את הנשמע". איז שווער פארוואס ווערט דאס נישט אויסגערעכנט צווישען די ניסים שנעשו במתן תורה.
זאגט דער רבי אז דאס איז נישט קיין נס, ווייל דאס איז מחוקי הטבע, וויבאקאנט ווייסט מען היינט בחוש אז דיבור האט א ממשות (אזוי ארבעט טעלעפאן וכו'), ד.ה. אז דיבור מאכט א געוויסט מציאות אין די ליפט וואס שפילט אפ וואס ער זאגט. - נאר מ'קען דאס נישט זען ווייל עס איז זייער דין (אזוי מ'קען נישט זעען DNA נאר דורך א פארגרעסערונג גלאז). משא"כ קול ה' בכח האט מען געקענט זעען ווייל עס איז מיט א שטערקערע כח מאכט עס מער א היכר וכו', ע"כ.
די חידוש איז אז דער רבי זי"ע איז מסביר אזא הייליגע זאך מיט חוקי הטבע.

ברוקלין האט געשריבן:געזען א הייליגע אין חכמהדיגע ווארט פין רבי'ן זצ"ל אין דברי יואל (פ' ויקהל).
וכל העם רואים את הקולות שטייט אין מכילתא "רואים את הנשמע". איז שווער פארוואס ווערט דאס נישט אויסגערעכנט צווישען די ניסים שנעשו במתן תורה.
זאגט דער רבי אז דאס איז נישט קיין נס, ווייל דאס איז מחוקי הטבע, וויבאקאנט ווייסט מען היינט בחוש אז דיבור האט א ממשות (אזוי ארבעט טעלעפאן וכו'), ד.ה. אז דיבור מאכט א געוויסט מציאות אין די ליפט וואס שפילט אפ וואס ער זאגט. - נאר מ'קען דאס נישט זען ווייל עס איז זייער דין (אזוי מ'קען נישט זעען DNA נאר דורך א פארגרעסערונג גלאז). משא"כ קול ה' בכח האט מען געקענט זעען ווייל עס איז מיט א שטערקערע כח מאכט עס מער א היכר וכו', ע"כ.
די חידוש איז אז דער רבי זי"ע איז מסביר אזא הייליגע זאך מיט חוקי הטבע.
איך פארשטיי נישט די קשיא בכלל, עס שטייט דאך יא קלאר אין די תורה וכל העם רואים את הקולות. וואו נאך זענען אויסגערעכנט די נסים פון מתן תורה?
אפשר לינקט איר אהער די תורה (אויף מיי-סאטמאר קען מען געפונען ספרי דברי יואל).
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
קרעמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די קשיא בכלל, עס שטייט דאך יא קלאר אין די תורה וכל העם רואים את הקולות. וואו נאך זענען אויסגערעכנט די נסים פון מתן תורה?
עס שטייט טאקע און די תורה,
אבער דער רבי זי"ע רעדט פון די פלעטצער וויא חז"ל און גמרא און און מדרשים רעכענען אויס די ניסים פון מתן תורה, וויא למשל 'נתרפאו בעלי מומים' וכדומה. און די אלע פלעטצער דעמאנען נישט חז"ל דער 'רואים את הקולות'
the SCY is the limit