בילדער אויסגאבעס דעבאטע

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יוסלמאן

בילדער אויסגאבעס דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קודם הרב גרעפיקס ווי איז דער קאווער? כ'האב שבת געהערט פונעם אויסגאבע און כ'לעכץ עס צו זעהן.

אפאר קליינע הערות (איר זענט טאקע נאר דער גרעפיקער, אבער איבערגעבן קענט איר זיכער) איבער וועלטליכע בילדער, לדעתי, דארף עס האבן שטארקע גדרים. דהיינו: א בילד פון אן עלעפאנט ווי ער עסט זיין בורדעי קוכן (יא, א אידישע צייטונג האט שוין געהאט אזאנס) איז בכלל נישט אינטערסאנט פאר א אידישע מאמע וואס וואוינט אויף מורטיל, אדער אויף מאנסי בלווד, א בילד פון א שניי באדעקטע פליגער אין שוועדן, ווי מ'זעהט נאר די נאז אין דער פילאטס פענסטערעל רעדט נישט גארנישט פאר א אינגערמאן וואס פארט אריין ארבייטן צופרי. א בילד, ווי אויך א אידיש שטיקעל נייעס, דארף רעדן צום מענטש, ס'דארף אים זיין נוגע, למשל א נייעס וועגן קאווע איז אינטערסאנט פאר רוב פון אונז אידעליך זייענדיג הייסע קאווע טרינקער.

לייג דער עיקר בילדער פון אידישע וועלטליכע נייעס, ווי דער ארבייט מאכט פריי שילד וואס מ'האט אוועק געלקחט, אדער ווי מ'צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז... אבער ווייל מוחאמאד זאקאראסקי האט געוואלט אויפרייסן א פליגער דארף ער נאכנישט באקומען דעם פראנט קאווער אין קיין שום אידישע אויסגעהאלטענע אויסגאבע! בילדער פון גוים דארף זיין שטארק לימעטירט.

עניוועי, כ'האף אז כאפסט מיינט פוינט, כ'האב אסאך קאמענדס וועגן א וועכענטליכע אויסגאבע כ'קען נאר נישט אלעס ארויסברענגן מיטן קיבאורד.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

עמך אנכי יוסלמאן!

די רייץ פון אלע יודישע צייטונגען און מאגאזינען איבערצושטייגן דעם צווייטען, ברענגט אז זיי זאלן נישט האבן קיין גדרים, און עס איז ממש א עקל די גוי'אישקייט וואס מען קען היינט זעהן אין אידישע אויסגאבעס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

איך האלט אויך א'ווי יוסלמאן מיטן פארט אז די פיקטשער'ס דארפן זיין אינטערסאנט פאר אינזערע ליינער'ס אין נישט סתם יעדע פייגל וואס פליט העכער א וואסער דארף מען פאטאפגראפירן אין אוואדע נישט דריקן.

צירוק צום נושא!

איך וואודער מיר פארוואס האסט אים נישט געמאכט א לאגא, א לאגא איז א וויכטיגע זאך מיין איך.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

דאכצעכמיר אז מ'קען שוין טוישן דאס קעפל צו "קריטיק - און נאר דאס - אויף דער נייער בילדער אויסגאבע 'די וואך'"!
גייס, וואטס ראנג ווהיט יו?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קיינער מיינט נישט קיין קריטיק, אדרבה, מ'האף מיר אז ס'וועט זיין א אויסגעהאלטענע אידישע אויסגאבע אז מ'זאל עס קענען אריינעמען אין שטוב, די קינדער לעכצן נאך עפעס.

---

די קאווער וואלט - נאר לדעתי - געדארפט האבן א קאלעגע בילדער. א אינהאלט איז פיין, אבער בילדער קאן צומאל זיין מער צוציענד.

אפשר קען מען ארויפלייגן איין פעידזש פון די אידישע און איין פון די וועלטליכע וועלמיר זעהן ווי ס'זעהט אויס?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

רעיא מהימנא האט געשריבן:די אנדערע קאסטען נישט פינעף דאלער, בלויז דריי דאלער איטש.


אזוי? פון וואס רעדט איר? אפשר די בינה אויף אינגליש, די מעלות, צייטשריפט, שטערן און שפאקטיוו בעטן כאטשיג א פיניפער, 1.95 איז זייער ביליג ותשו"ח להם.

צייטליך, וועגן דיין טענה אז מ'וויל יא זעהן דעם גוי ימח שמו וזכרו, כ'גיי מיר נישט אריינמישן, אבער קיין יראת שמים ברענגט עס נישט און וויכטיג איז עס זיכער נישט, בפרט אז מ'וויל קענען האלטן דעם אויסגאבע אין שטוב און קינדער זאלן האבן צוטריט דערצו, און ס'פארארא תכלית איז פארן קינד צו זעהן דעם ערל? אז אין חדר ביי אמר אביי זאל אים אויפקומען דער גוי? אדער זאל ער ביינאכט נישט פארמאכן קיין אויג ווייל דער גוי האט געוואלט אויפרייסן א פליגער?

ב"ה אז אונזערע (כ'רעד פון די וואס גיבן שטארק אכט אויף וואס מ'נעמט אריין אין שטוב) זענען פארמאכט צו די גאס, ס'קומט נישט אריין פון אלעס און אלעמן, נו פארוואס דארף מען עס עפענען?! כ'בין בכלל נישט פאראינטערסירט אז מיין קינד זאל וויסן פון יעדע סארט נייעס, אוודאי קען מען נישט האלטן אינגאנצן מצומצם, און אויפ'ן נארמאלן אויסגעהאלטענעם וועג מעג דאס קינד וויסן אז ס'דא א מלחמה אין אפגאניסטאן און אין איראק, און אז ס'טוט זיך וועגן א העלט קעיר ביל אז די רעגירונג וויל עפעס איבערמאכן, און יא, א קינד מעג וויסן אז ס'דא שווערע עקענאמישע צייטן און מיר אידן טוישן זיך גארנישט, מ'האמיר ווייטער אמונה און בטחון יעדע רגע.

עניוועי, ס'דא אסאך צו רעדן, יותו ויותר ממה שכתבתי קען איך רעדן פריוואט, אבער איין זאך וואלט מען יא געקענט איינפירן, קליינע נייעסליך, ממש איין פאראגראף, און אנע בילדער, א בילד גייט אריין אין מוח שטערקער ווי אפאר שורות, ווען מ'לייענט א נייעס וואס מיינט דיר נישט דירעקט, ווי א מלחמה אין אפגאניסטאן וכו' וועט אים נישט בלייבן צו שטארק אין זכרון, ס'וועט זיין יוצא ונכנס, אבער א בילד גייט שוין אריין פאר לענגער.

אזאליכע קורצע נייעסליך טוט אויף אז קיין גאנצער צמצום איז מען נישט, און איבריגע שטותים בלייבט נישט אין קאפ. קוק א דוגמא פון אזא נייעס, כ'האב געלאזט לויפן א געזיכעניש איבער "שולע זיכערהייט" (School Safety), און כ'האב געטראפען א נייעס: 'סקול' אדמינסטראטארן און אדוואקאטען פאראייניגט צו פארבעסרן "סקול זיכערהייט" ביי קאנפרענץ אין קאלאראדאו. ס'איז סאך בעסער צו האבן עפעס פון ניו יארק, אבער סקול סעיפטי אין קאלאראדאו האט מער מיט מיר ווי א איבערגדרייטע קאר אין סטעטען איילענד.
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

פיין לאמיר מאכן א פשרה,
מען זאל לייגן אלע גוי בילדער אויף איין בלאט, און מען זאל דאס קענען ארויסרייסן אזוי ווי א ראפעל רעסיט
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]
הייליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגער »

אנטשולדיג'ט, איך קען זיך נישט איינהאלטען פון שרייבן מיינס, הרב יוסלמאן שרייבט ממש צום זאך, און ווען אללע וואלטן אזוי געהאלטן [בעיקר מיין איך בנוגע א בילד פון א גוי ובפרט א רוצח], וואלט מען געהאט אביסעל מער יודיש נחת [בדרך אגב, אויך פאר אונז עלטערן האט קיין בילד פון א רשע קיין גוטע השפעה, וכדאיתא בספה"ק קב הישר לענין חי' טמאה וק"ו לרשע], און דאס וועט אביסעל אפהאלטען פון קאליע מאכין דער הרגש צו א דבר שבקדושה רח"ל, ודי.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יוסלמאן האט געשריבן:צייטליך, וועגן דיין טענה אז מ'וויל יא זעהן דעם גוי ימח שמו וזכרו, כ'גיי מיר נישט אריינמישן, אבער קיין יראת שמים ברענגט עס נישט און וויכטיג איז עס זיכער נישט, בפרט אז מ'וויל קענען האלטן דעם אויסגאבע אין שטוב און קינדער זאלן האבן צוטריט דערצו, און ס'פארארא תכלית איז פארן קינד צו זעהן דעם ערל? אז אין חדר ביי אמר אביי זאל אים אויפקומען דער גוי? אדער זאל ער ביינאכט נישט פארמאכן קיין אויג ווייל דער גוי האט געוואלט אויפרייסן א פליגער?

ב"ה אז אונזערע (כ'רעד פון די וואס גיבן שטארק אכט אויף וואס מ'נעמט אריין אין שטוב) זענען פארמאכט צו די גאס, ס'קומט נישט אריין פון אלעס און אלעמן, נו פארוואס דארף מען עס עפענען?! כ'בין בכלל נישט פאראינטערסירט אז מיין קינד זאל וויסן פון יעדע סארט נייעס, אוודאי קען מען נישט האלטן אינגאנצן מצומצם, און אויפ'ן נארמאלן אויסגעהאלטענעם וועג מעג דאס קינד וויסן אז ס'דא א מלחמה אין אפגאניסטאן און אין איראק, און אז ס'טוט זיך וועגן א העלט קעיר ביל אז די רעגירונג וויל עפעס איבערמאכן, און יא, א קינד מעג וויסן אז ס'דא שווערע עקענאמישע צייטן און מיר אידן טוישן זיך גארנישט, מ'האמיר ווייטער אמונה און בטחון יעדע רגע.

עניוועי, ס'דא אסאך צו רעדן, יותו ויותר ממה שכתבתי קען איך רעדן פריוואט, אבער איין זאך וואלט מען יא געקענט איינפירן, קליינע נייעסליך, ממש איין פאראגראף, און אנע בילדער, א בילד גייט אריין אין מוח שטערקער ווי אפאר שורות, ווען מ'לייענט א נייעס וואס מיינט דיר נישט דירעקט, ווי א מלחמה אין אפגאניסטאן וכו' וועט אים נישט בלייבן צו שטארק אין זכרון, ס'וועט זיין יוצא ונכנס, אבער א בילד גייט שוין אריין פאר לענגער.

אזאליכע קורצע נייעסליך טוט אויף אז קיין גאנצער צמצום איז מען נישט, און איבריגע שטותים בלייבט נישט אין קאפ. קוק א דוגמא פון אזא נייעס, כ'האב געלאזט לויפן א געזיכעניש איבער "שולע זיכערהייט" (School Safety), און כ'האב געטראפען א נייעס: 'סקול' אדמינסטראטארן און אדוואקאטען פאראייניגט צו פארבעסרן "סקול זיכערהייט" ביי קאנפרענץ אין קאלאראדאו. ס'איז סאך בעסער צו האבן עפעס פון ניו יארק, אבער סקול סעיפטי אין קאלאראדאו האט מער מיט מיר ווי א איבערגדרייטע קאר אין סטעטען איילענד.


הרב יוסלמאן איך האלט 100% ווי דיר,

די אלע לאנגע גוישע באריכטען (+די בילדער) נעמען אוועק דעם קאפ פון ערענסקייט, איך קען מיך באגיין מיט א קורצע נייעסל
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

רעיא מהימנא האט געשריבן:וועגען די אנדערע זאכען וואס איר שרייבט, פארוואס פאלט אייך ביי אז אייער קינד וועט טראכטען פין דעם נארישען טעראריסט בשעת לערנען פין אביי? מען רעט נישט דא פין ראיות אסורות און מחשבת זרת, פשוט א פיקטשער פין א טעראריסט...?


אויב איר פארשטייט נישט דאן פרעגט סיי וועליכער מלמד צו ס'איז נישט קיין שטער אז דאס קינד זעהט זיך אן מיט גויאשע בילדער.
הייליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגער »

קיין 'רעיא מהימנא קדישא' וואקסט זיך נישט אויף מיט די סארטן בילדער פון גוים רוצחים ועוד, ודי.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

יוסלמאן האט געשריבן:
רעיא מהימנא האט געשריבן:וועגען די אנדערע זאכען וואס איר שרייבט, פארוואס פאלט אייך ביי אז אייער קינד וועט טראכטען פין דעם נארישען טעראריסט בשעת לערנען פין אביי? מען רעט נישט דא פין ראיות אסורות און מחשבת זרת, פשוט א פיקטשער פין א טעראריסט...?


אויב איר פארשטייט נישט דאן פרעגט סיי וועליכער מלמד צו ס'איז נישט קיין שטער אז דאס קינד זעהט זיך אן מיט גויאשע בילדער.


איך זעה אז איר פארשטייט פינקט אזוי גיט ווי מלמדים, אדרבא - זייט מסביר וואס די שטער איז? לויט ווי איך זעה טיען די פיקטשערס פין רעבעס פיל מער שטערען די יונגע מוחת
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

קודם א ווארט:

כ'בין נישט קיין מלמד און אוודאי נישט קיין בעל מחנך, אחוץ אויף מיינע זיסע ליכטיגע קינדערליך טראג איך נישט קיינעמס חינוך אחריות, אבער פאר מיינע קינדער נעם איך יא "פול ריספאנסעביליטי" און יעדע זאך וואס קען זיין א שטער צום ערציונג פון מיינע קינדער פורביר איך צוזאמען מיטן בני בית זז"ג עס מרחק צו זיין כמטחוי קשת. דאס איז א שטיקעל קלאריפיקאציע.

יעצט צום ענין וועגן בילדער אין קליינע מוחת.

ווען א מענטש זעהט א סצענע, נישט קיין חילוק וואס, נעמט דער מוח גלייך א בילד דערפון און ס'גייט אריין זיך צו באזעצען פאר אייביג און ס'ווערט אוועקגעלייגט אינעם מוח קאמערעל וואס דער רבוש"ע האט באשאנקן פארן מענטש. איינמאל א זאך גייט אריין אין מוח ווערט עס נישט אויסגעמעקט, נאר ס'קען ווערן ווייט פארפאקט אזאש אז מ'דענקט נישט וואס מ'האט געהערט אדער געזעהן, ס'איז פשוט נישט צו די האנט, אבער בלייבן בלייבט עס טיעף אוועקגעלייגט. ווען איינער דערמאנט זיך אין עפעס וואס ער האט אמאל געהערט אדער געזעהן, איז עס פשוט ווייל ס'איז אים אויפגעפרישט געווארן, ס'איז אים פשוט געקומען אויפ'ן אויבערפלאך, ס'איז אים נישט פריש אריין אין קאפ.

וואס גייט אריין טיפער אין מוח און וואס בלייבט אויפ'ן אויבערפלאך אז מ'דענקט עס? ס'ווענט זיך ווי שטארק די זאך אינטערסירט דעם מענטשן! אויב מ'וויל געדענקן א זאך, מ'האט א שטארקע אינטערעסע דערין און מ'גלייכט עס וועט עס בלייבן לענגער אויפ'ן אויבערפלאך און פארקערט איז פארקערט. דאס איז פשט אז מ'פארגעסט ליידער וואס מ'האט געלערנט, אנדערע זאכן אינטערסירן מער, וק"ל.
כך שמעתי כמה פעמים ממורי ורבי הרה"ג ר' י"א מאסקאוויטש שליט"א.

היוצא לנו מזה, ווען א מענשט זעהט אדער הערט עפעס זעצט זיך עס אריין ביי אים אין מוח, ווי שטערקער ס'אינטערסירט אים, ווי מער ס'איז ביי אים א נייע זאך, א חידוש וואס ער האט נעכטן נישט געוויסט, וועט ער עס מער שעצן (כ'רעד נישט פון ארויפקוקן וכו', פשוט געבן א דין קדימה אין מוח, עס צו האלטן אויף א העכרן שטאפעל צו געדענקן), ער טראכט דערפון מער און ס'נעמט לענגער ביז ער וועט עס פארגעסן.

ווען א קינד זעהט א בילד פון לאמיר זאגן ריטשארד ראוויטש'ס איינשווערונג צערמאניע, איז עס ביי אים נייעס, ער איז נישט געוואוינט צו זעהן און הערן פון די סארט זאכן, ער ווייס אז שווערן שווערט א שומר חנם, מילא ווערט עס איינגעקריצט אין מוח און ס'פארגעסט זיך נישט אזוי שנעל, ס'וועט ווערן ביי אים א פריארעטי און דאס וועט ער דענקן בעסער ווי א שטיקעל גמרא. יא, דאס ציעט ליידער מער ווי א שטיקעל גמרא!

פון אלעם כאפט מען אבער שנעלער אויף א בילד. א קינד וועט נישט און קען נישט ליינען אלעס, איבערהויפט ווען ער דארף זיך מוטשען צו פארשטיין (ווען ער קומט שוין פרעגן ווייל ער וויל וויסן "פונקטליך" וואס ווען און ווי, ליגט א פליכט אויפ'ן טאטען אדער סיי ווער ס'איז אים מחנך, ממאס צו זיין דערין פארן קינד, אים צו לאזן הערן, אויף א נארמאלן וועג שטייצעך, ס'קומט אים נאכנישט קיין פראסק דערוועגן, אז דאס איז נישט אונזער תכלית, נישט פאר דען לעבן מיר), אנדערש איז א בילד – וואס פארלאנגט נישט קיין עיון צו פארשטיין – מ'דארף נישט צולייגן קאפ, און ס'גייט אריין איינס צוויי זיך בזעצענדיג אינעם אינגן מוח'ל לעולם זייענדיג אויפ'ן אויבן-אן אין זיין קליין קעפעלע.

וואס דער פראבלעם דערפון איז? זייער פשוט! ער באקומט א נייע אינטערעסע אין לעבן, נעכטן האט ער געשטרעבט צו קענען ס' גאנצע פירוש המילות פון בריך שמיה אז ער זאל באקומען פונעם מנהל די נייע שמירות הלשון אויף אידיש אריינגעקריצט זיין נאמען, אדער אפילו אן אייז קרעם, און היינט האט ער שוין די זעלבע אינטערעסע צו וויסן און זעהן מער איבער דעם בילד וואס ער האט הערשט געזעהן!

און אויב איר האלט פונקט פארקערט, ס'איז יא גוט פארן קינד צו זיין אביסל אפען, די מוח טאר נישט זיין אזוי מצומצם?! אויף דעם איז דא אסאך צו ענטפערן, אבער די פינגער זענען מיר שוין צו מיד פון שרייבן, אבער קוק אויף אלע שטובער ווי מ'האט אריינגעברענגט א שמחות החיים טאנצענדיג שבת ביי די סעודה אוי אוי אוי שבת, מ'האט אויסגעניצט יעדע געלעגנהייט צו זיין פרייליך בשמחה של מצוה, ווי מיט רינעדיגע ראלאש קעיק פאר די אושפיזון סוכת וכו'; און קוק דארט ווי מ'איז געווען מער אפען, מ'האט געלאזט א קינד זעהן, הערן און ליינען, זאל ער האבן א ברייט מוח, מ'קען דאך נישט זיין עקסטרים! ס'זענען טאקע דא אויסנאמען, אבער ביי רובי דרובי איז דער חילוק הפלאדיג.

עקסטרעמיזום איז טאקע נישט קיין עסק, א קינד איז נישט קיין חתיכת עץ וואס מ'לייגט אים ווי מ'וויל און ער וועט דארט בלייבן, מ'דארף צוצושטעלן פאר יעדן קינד וואס ס'ברענגט "אים" באקוועמליכקייט אז ער זאל נישט זוכן קיינע פרעמדע אקטיוויטעטן. ס'פארלאנגט זיך אסאך ארבייט, במחשבה, דיבור ומעשה צו מחנך זיין קינדער על דרך הישר, און דער עיקר שבעיקרם איז אוועקגעבן פון זיך, יא דיין באקוועמליכקייט, דו ווייסט אז ס'איז דיר אינטערסאנט, שטרעבסט עס צו ליינען אדער זעהן, אבער האלט דיר צוריק צוילבן חינוך פון דיין קינד. יעדע שטיק צייט ווען כ'זעה א קאווער פון א אויסגאבע וואס קוקט אויס אינטערסאנט, און כ'גלייך שטארק צו ליינען (ווען נישט בין איך נישט דא...), וויל כ'עס נעמן, אבער כ'האלט זיך צוריק און אלעס וועגן "חינוך"!

אלזא, טייערע חברים, אויב מ'וויל זיין אן אויבער חכם, בעסער און זיך מאכן חשבונת, געזונטערהייט, אבער better be safe then sorry. כ'האב געהערט ווי א אינגערמאן וואס ארבייט מיט שוואכערע בחורים זאגט פאר א ברודער זיינעם: "האסט נישט קיין איינונג וואספארא נסיונת א נארמאלער בחור גייט דורך טאג טעגליך, מ'דארף זין דראפעווען אויף די גראדע ווענט צו זיין א איד" און ער האט צוגעלייגט בתוך הדברים "צייטונגען און מאגאזינען געבן ליידער זייער אסאך צו דערצו" און ער איז ביטער גערעכט!

וועגן רבנים האב איך נישט וואס צו זאגן. אויב דיין קינד ווייסט אויף עפעס א רב/רבי/ראש ישיבה אז ער טויג נישט, איז א גרויסער פראבלעם, ואכמ"ל.

איר קענט האלטן אנדערש, כ'וועל אויף קיינעם נישט ברוגז זיין און זאלמיר אלע זוכה זיין מגדל צו זיין אונזערע קינדער על דרך הישר והטוב, ואך טוב וחסד ירדפינו כל ימי חיינו לאורך ימים טובים ארוכים, אמן!
הייליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגער »

יישר כוח הרב יאסעלמאן אויף די ווארעמע ווערטער, דער זכות זאל אייך ביישטיין אויף א סאך נחת מכל יוצ"ח.
אבער אן די אללע חשבונות, פאר פשוטער יוד איז גענוג דאס וואס ספה"ק שרייבין פון זיך היטן פון נישט קיין שיינע ראי' - ע' צעטיל קטן קב הישר ועוד ועוד, אין עס איז פשוט אז א הסתכלות בפני אדם רשע [וואס איז אויך א איסור] איז נישט מסוגל אויף יראת שמים. אבער נאך אמאל א גרויסען דאנק פאר די דברי חיזוק.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יוסלמאן. שפתיים יושק! כ'האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר קיין לענגערע דרשה. (עכ"פ נישט פון דעם ענין..)

גאר בקיצור: איך בין גענצליך מחולק מיט דיר. איך האלט אויך אז א איד איז מען נישט דורך די בילדער, אויך בין איך מודה אז מיין טאטע איז געווען גערעכט ווען ער האט מיר אייביג אריינגעבאכעט און געזאגט אז "מ'שעפט נישט קיין יראת שמים דורך קוקן אויף די בילדער", גערעכט. אבער מודה זיין וועל איך אויך אז מ'ווערט נישט אויס יראת שמים ווען מ'קוקט אויף די בילדער.

מיין פוינט בעיקר איז אז דאס איז דאס "קלענסטע" פראבלעם היינט אין אידישקייט. און אויב דארף מען זיך היינט דראפען אויף די גראדע ווענט צו בלייבן אן ערליכער איד איז ב"ה די בילדער העפטן נישט קיין שטער. און אדרבא, א נארמאלער בחור'ל מעג וויסן וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט און ליינען פונעם פרעזידענט'ס איינשווערונג, מעג וויסן ווער ס'איז פרעזידענט און ווי עס האלטן די וואלן, אוודאי זיך נישט אריינלייגן דעראון (וואס איז אגב אויך נישט דער גרויסער פראבלעם, איך קען אסאך ערליכע אידן, תלמידי חכמים וואס זענען "אויך" אויסגעקאכט אין די וועלטליכע נייעס) אבער מיטהאלטן דארף מען - לדעתי - לאזן א בחור'ל.

בקיצור, איך האב מורא אז דאס גייט אריין אין ענין פון לערנען און אזויווי יעצט איז ניטול מוז איך אובאכט גיבן נישט אריינצוגיין אין א שאלה..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יוסלמאן
שפתים ישק

יישר כח
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יוסלמאן און צייטליך, איר האט קעגנגעזעצטע שיטות, אבער עס איז געווען א געשמאק צו ליינען ביידע זייטן פון די מטבע (לבי נוטה צו יוסלמאן, הגם צייטליך האט דעם דעת בעל הבית פון 2010).
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

די עולם איז טויט ביזי זוך טענה'ן צו קוקן אויף רבי'ס איז א סגולה אדער א שטער פאר יראת שמים....! אז מהאט אינגאנצען פארגעסן פון מגיב זיין אויף די הערליכע נייע קאווער פון פרשת שמות, ואס אגב איז אויפדערווייל עקסלאזיוו אויף איי-וועלט.
וואס זאגט דער עולם דערויף?
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

יוסלמאן
הערליכע אויפריכטיגע רייד מיט אסאאאך אמת דערין.
א דאנק פאר די שיינע ערקלערונג.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

קרעמער האט געשריבן:יוסלמאן און צייטליך, איר האט קעגנגעזעצטע שיטות, אבער עס איז געווען א געשמאק צו ליינען ביידע זייטן פון די מטבע (לבי נוטה צו יוסלמאן, הגם צייטליך האט דעם דעת בעל הבית פון 2010).

אזוי אויכעט די דעת פין א ריזיגע חלק פין עהרליכע רבנים. וואס האלטען קלאר אז מ'דארף צישטעלען נייעס אין אינפארמעישאן פין איבער די וועלט, ווידער די נארישע פיקשטער'ס פין רעבעס הארגעט אוועק די יונגע דור, אלעס ווערט א דזשאוק - זיי מיינען אז אמאליגע עהרליכע אידען זענען אויכעט געוועהן אזעלעכע פיקטשער-רעבעס. אין די גאנצע ערענסקייט ווערט א חוזק.
לאמיר זיך נישט נארען, יעדער ווייסט אז ווען א רבי וויל אז מ'זאל נישט חוזק מאכען פין אים (אין פין אידישקייט) דורעך דריקען פין אים א פיקטשער אין די פיקטשער מעגעזינס קען ער עס באווייזען. זעה נאר וואס די מאנסי וויזניצע רבי שליט"א האט געטין! דאס מיינט אז אלע אנדערע שטיצען די בלאף אין שקר. דאס מאכט חרוב די קינדער.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רעיא, במחילת כבודכם כי רבה:

קיין רבי ווערט נישט מבוזה בעיני הקינדער בלויז ווייל ער פיגורירט אין בילדערהעפט, פרט אויב איר זענט דאס זיי מסביר, אנדערש איז אבער ווען דאס קינד זעהט דעם טריפה'נעם פרצוף פון א גוי מנוול וואס אויף זיין צורה שוועבט די טומאה פון אלע זיינע מעשים רעים וואס לאזט איבער א שטארקע השפעה אויפ'ן קינד, ואל תיתן לנגיעותיך לטשטש את דיעותיך.

ואתך הסליחה?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

רעיא מהימנא

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נעמט אייך וויפיל איר ווילט - געוואלדיג
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

רעיא מהימנא האט געשריבן:זעה נאר וואס די מאנסי וויזניצע רבי שליט"א האט געטין! דאס מיינט אז אלע אנדערע שטיצען די בלאף אין שקר. דאס מאכט חרוב די קינדער.


דער נייער לעלוב'ער רבי (בית שמש), איז אריין צום בית-דין פון ר' ניסן קרליץ אין בני ברק, און געפאדערט אז היות אדם אוסר את שלו, וויל ער אסר'ן מיטן כח פון בית-דין, אז מען זאל נישט טארן מאכן קיין בילדער פון אים. בית-דין האט ארומגעשיקט בריוולעך צו אלע בילדער אויסגאבעס און געפאדערט אז מען זאל נישט לייגן קיין בילדער פון אים.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

רעיא מהימנא און צייטליך איך האלט ווי ענק! ;l;p-
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כ'האב היינט נישט קיין צייט צו שרייבן. אבער דאס וואס רעיא זאגט וועגן רבי'ס איז מיר א וואונדער. איר פארשטייט אז אין 2010 דארפן קינדער וויסן און זעהן אביסל מער, (כאטש וואס דאס קענט איר נישט אפווענדן אז ס'גייט אריין אין קאפ צו מאכן א ישיבה עולמית) אבער דאס אז אין 2010 קען א רבי לאזן נעמן פון זיך א בילד דאס וועט אויסמאכן אז א קינד זאל לאכן פון רבנים? אתמה?

כ'ווייס פון א פרוי וואס נעמט אסאך בילדער און ווידיאו קליפס פון טישן און מעוראת ביי איינע פון די גרעסטע אדמורי"ם ומשפיעם בדורינו און זי ווייסט עס פאר חולים וואס ליגן נעבעך אין שפיטעלער. האט די פרוי געשיקט איר מאן זז"ג פרעגן זייער רבין צו ס'ער האט אן הקפדה אז זי נעמט בילדער. האט ער געזאגט: אמאל האט מיר עס שטארק וויי געטאן, היינט איז אבער דא אזויפיל אנדערע פראבלעמן, מ'קוקט זיך אן מיט אזויפיל נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אז הלוואי זאל מען נאר קוקן אויף די בילדער.

אראפרייסן רבנים פארן לאזן מאכן בילדער וועט קיין זאך נישט העלפן, אויב ס'איז א דור פרוץ אין כמה ענינים איז דאס נישט פון די אויבערשטע צען. ס'באקאנט אז הרה"ק רבי מרדכי דוב מהארענסטייפעל זי"ע האט זיך געלאזט נעמן א בילד ווייל א איד האט געהאט דערפון פרנסה. לייגט נישט די שולד אויף רבנים ווייל איר ווילט זעהן כומעני במלוא הודו וטינפו.

צייטליך ידידי, ביזט גערעכט, די גאנצע אידישקייט ליגט נישט אין בילדער, נישט אזוי ווערט מען אויס איד רח"ל, אבער פונקט נעכטן, נאכן זיך אביסל אויסגעבן מיט מיין געשרייבאכץ, גיימיר אריין אין ספרים געשעפט און מ'זעמיר א נייע ספר כתבי אדמו"ר בעל פני מנחם מגור ז"ל, ואלוקים אינה לידי צו זעהן וואס ער ברענגט מאביו אדמו"ר בעל אמרי אמת ז"ל וואס ער האט געזאגט בעפאר תקיעות שופר, און ווי ער ברענגט האט ער אין זיינע פערציג יאר אלץ מנהיג קיינמאל בעפאר געזאגט א תקיעות שופר דרשה, אבער יענס איינמאל וואס ער האט געזאגט האט ער פארפירט וועגן די צייטונגען וואס זענען – כלשונו – מטמא הגוף והנפש, וואס דארפסטו מער? אזוי האבן געקוקט אמאליגע גדולים אויפ'ן ענין פון די דעמאלדיגע צייטונגען, ונחנו מה נענה אחריהם?!

בילדער פון רבנים, ווען דאס קינד איז נאך קליין און ער מאכט נישט קיין הבחנות ווער ס'איז גוט און ווער נישט, קען נישט שאטען, ווי אימער א בילד פון אן ערל טמא, זאל ער זיין פרעזידענט אבאמא, קען האבן א שלעכטע השפעה אויף אים. דער גוי איז גרויליג, ער איז עובר אויף אלעם און אלעמען; די בעסטע פון זיי זענען מלא טינוף; דאס ביסל נארמאלקייט איז נישט ווייל זיי האבן מידות, ס'איז פשוט צו זיין שיין אין יענעם אויגן; אזאליכע געשטאלטן דארף א אידיש קינד זעהן?

און כ'פארשטיי נישט וואס איר זאגט אז דאס איז די קלענסטע פראבלעם פון אידישקייט? ווי דען הייבט זיך עס אן? פארוואס זאל א בחור וואס קומט פון א פיינע שטוב, ער האט באקומען א פיינע חינוך און ס'האט אים גארנישט געפעלט זיך דארפען דראפעווען אויף די ווענט מיט נסיונת? ער איז דאך אויסגעבויט אויף א פעסטן יסוד? נאר וואזשע דען? די קאפ איז פול מיט נישט סתם נארישקייטן, נאר מיט אומווירידגע ערלים! שוין אפגערעדט ווען ער האט זיך גוט אנגעלייגט מיט מעשיות פון מערדער וכו', ס'האט זיכער א נעגעטיווער רעזולטאט. שוין צופיל גערעדט.

ווילאנג דאס קינד איז קליין האלט פארמאכט די טיר פון גאס, לאז נישט אריין אין זיין קליין מוח'ל קיין פארדארבענע ערלים און פוסטע נארישקייטן, דערצייל אים א מעשה – אפילו א פיקציע, נאר ס'באט נישט די סגולה – פון א גרויסע צדיק וואס איז געפארן מיטן פערדעל'ע, חא, אזוי האט מען געוויגט אונזער וויגעלעך, אזא חינוך האבן באקומען אונזערע זיידעם וואס זענען דורך נסיונת קשים ומרים. פאק אן דיין קינד מיט יראת שמים ווען ער איז נאך פיצי. איך רעד צו מיין דריי יעריג קינד אז ווען זי טוט אן עבירה וויינט דער באשעפער ווייל זיין וואוילע מיידעלע איז נישט וואויל! און נאל ווי ס'גייט אריין ב"ה.

שוין, כ'האב געוואלט ארבייטן היינט, זייטזשע מיר געזונט.

אפשר קען מען צוטיילן דעם נושא אלץ "צייטונגען, אויסגאבעס והמסתעף" און אריבער פירן דעם אשכול אין קרעטשמע אדער ווי די גבאים וועלן מחליט זיין? א דאנק עניוועי. דער קליינער יוסלמאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”