אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
קרעמער האט געשריבן:איך וואלט דאס אויסגעלייגט "פרואוו".
קרעמער:
על זה אנו דנין. פארוואס עפעס "פרואוו?". איך וואלט פארשטאנען "פראווו". פארוואס? ווייל דער שורש פונעם ווארט קומט אויסגעלייגט מיט א מלאופים, וואס דאס איז "אול"
העכסטענס מיט א שוריק, וואס דאן דארף דאס קומען אויסגעלייגט "פרולוו"
אבער אז א מלאופים זאל קומען אויסגעלייגט, דער ו"ו פארן אל"ף, כזה: "וא", האב איך נאך קיינמאל נישט געזען. אדרבה ילמדנו רבינו.
(איך פארשטיי אויך דעם אומאיינגענעמער פראבלעם פון דריי ווי"ן נאכאנאנד...)
ר' זרח;
דריי ווין נאכאנאנד זענען נישט בלויז אומאיינגענעם, נאר א פארבאטענע זאך אין די אידישע שפראך, לויט ווי מיינע מלמדים האבן מיר איבערגעגעבן הלכה לאידיש מקרעפלעך.
די אידישיסטישע צייטונגען זענען זיך מקיל מיטן אריינשטעלן א פינטעל אינעם ערשטן וואס ווערט פארוואנדעלט אין א מלאפום, אבער אני הקטן גלייך צו שרייבן כדרך המסורה לנו, וואס מען לייגט אריין אן אלף צווישן די ווין, א שטייגער ווי אינעם ווארט: איר מוזט "צואווארטן".

- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
סאכדעס האט געשריבן:מעסטער, כ'ווייס נישט צו דו האסט געמערקט, אז קרעמער האט קלאר געשריבן, הלכה לאידיש מקרעפלעך, די סיבה פאר'ן נישט אזוי שרייבן איז טאקען ווייל די אידישיסטן די אפיקורסים האבן יא אזוי געשריבן.
ס'איז דאך תרתי דסתרי!
אדער די סיבה נישט צו שרייבן דריי ו"וין נאכאנאנד איז הלכה לאידיש וכו', אדער די סיבה איז משום דרכי האידישיסטן.
און די נפקא מינה וועט זיין אויב די אידישיסטן וועלן אויפהערן שרייבן אזוי און אנהייבן שרייבן "פרואוון" בהפסקת האל"ף.
און די עצה מוציא צו זיין עצמו מן הספק - מיר קענען דאך דערווייל אויסלייגן דאס אויך "פריוון", פונקט אזוי ווי מיר לייגן אויס "געוויסט" אנשטאט "געוואוסט"/"געווולסט".
איי, וועט עס שטערן פאר די ליטוואקעס? נו, דאס איז שוין זייערע פראבלעמן.
די וואָר הענגט אויף א האָר
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
סאכדעס האט געשריבן:איצט אן ערענסטע שאלע אין די זייט. זענען זיך די חבד'ניקעס ניט מבטא מיט א מלאפום אזוי ווי די ליטוואקעס? ביז היינט האב איך געמיינט אז יא, עפעס פון דיין תגובה קוקט אויס אז נישט.
צווישן די חב"ד'ניקעס ס'איז דא כל מיני עדות. ס'רוב שטאמען טאקע פון ליטע (רייסין) - הייסט עס אז זיי אליין זיינען ליטוואקעס (אינעם געאגראפישן זין), זיי מאכן יא חילק צווישן א מלאפום (מיר רופן דאס "שורוק") און א חיריק, אבער א חולם ביי זיי איז פונק ווי א צירה (EY).
דא אין ירושלים איז פארשפרייט אין חב"ד ירושלים'ער הברה וואס איז ענלעך אויף ליטווישע אבער א חולם דא איז א חולם (OY) און א צירה איז א צירה.
אבער ס'איז דא אין חב"ד אויך א סך אזעלכע וואס שטאמען פון אוקראינע, רומעניע, פוילן אדער גער הונגאריע, און זיי (ריכטיקער זאגן - מיר) רעדן אזוי ווי זיי זיינען געוווינט פין שטיב. וקל להבין.
די וואָר הענגט אויף א האָר
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
על כל פנים, איר רעדט און רעדט און רעדט, אבער א תי' א נארמאלן האב איך נישט געקריגן.
קרעמער, אדרבה, צייג מיר אן א מקור ביי א מלאופים צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו
אגב, דיין הלכה מקרעפלעך לאידיש איז לכאורה אן הלכה לקרעפלעך מאידישסטן, ווייל לפי ידיעתי זענען אלע - און אלע מיין איך טאקע אלע בלי שום יוצא מן הכלל - אידישע כללים פון די אידישסטן. אדרבה נעם דעם בית יהודא חומש אדער א צאינה וראינה, און זאג מיר צי ס'שטימט לויט דיינע היינטיגע כללים. א"כ מה נשתנה הווי"ן? איבערהויפט ווען ס'האט נישט קיין שום מקור צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו.
קרעמער, אדרבה, צייג מיר אן א מקור ביי א מלאופים צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו
אגב, דיין הלכה מקרעפלעך לאידיש איז לכאורה אן הלכה לקרעפלעך מאידישסטן, ווייל לפי ידיעתי זענען אלע - און אלע מיין איך טאקע אלע בלי שום יוצא מן הכלל - אידישע כללים פון די אידישסטן. אדרבה נעם דעם בית יהודא חומש אדער א צאינה וראינה, און זאג מיר צי ס'שטימט לויט דיינע היינטיגע כללים. א"כ מה נשתנה הווי"ן? איבערהויפט ווען ס'האט נישט קיין שום מקור צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו.
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
לכבוד מו"ה חצי-מת.
אזוי ווי איך זעה אז דו פארלייגסט דיך שטארק אויפ'ן אויסלייג פונעם אידישן שפראך, און דו ווילסט באמת זיין קארעקט אין דעם ענין, וועל איך פרובירן כיד ה' הטובה עלי דיך מעורר צו זיין אויף פארשידענע גרייזן אין דיינע ווערטער, מיט'ן איינציגן ציל דיך צו פארבעסערן כאוות נפשך הטוב, און נישט ח"ו מיט קיין שום אנדערע חשבונות.
פארן - צ"ל פאר'ן
ברודער - צ"ל ברידער (לשון רבים שרייבט מען מיט א יו"ד)
געחזר'ט - צ"ל גע'חזר'ט (מ'דארף לייגן א שטרעכל סיי בעפאר דעם לשה"ק טייל פונעם ווארט, און סיי דערנאך)
געדריטעלט - האסט גאר אראפגענומען. צ"ל געטריפלט
פראבירט - רוב שרייבער שרייבן "פרובירט"
באגרעניצט זיך - צ"ל גרעניצט זיך (באגרעניצט מיינט לימיטעד, מוגבל/מצומצם)
מיטן - צ"ל מיט'ן
באצאהלן - צ"ל באצאלן
צוקנופט - צ"ל צוקונפט
אפיר נעמען - לכאורה צ"ל אפירנעמען (בנשימה אחת)
אויף די וועלט - לכאורה צ"ל אויף "דער" וועלט
צוריקצאהלן - צ"ל צוריקצאלן
סענט - רוב שרייבער שרייבן "צענט"
טול קורה...
(אקעי, עפעס א ווערטל האב איך געמוזט אריינווארפן...)

האלב טויט האט געשריבן:א דאנק אייך פארן טיילן זיך מיט גוטע ברודער אין אייער פראבלעם - געזאגט, געחזר'ט, געדאפעלט און געדריטעלט.
די טייערע לייענער האבן אייך פראבירט העלפן מיט פארשידענע עצות.
מיר קומט גראדע פאר אז אט די בקשה אייערע בעגרעניצט זיך מיטן כלל פון "אין צועקין על העבר". וואס איז געווען איז געווען און אז מען האט געבארגט ברויך מען באצאהלן.
נאר אין צוקנופט וואלט כדאי געווען זיך אין האנט צו נעמען און אויך אפיר נעמען די ווייב. אז מ'האט נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.
אייער סיפור איז א מוסר השכל. דער מענטש לאזט זיך וואויל גיין אויף די וועלט, ער קויפט, בארגט, עסט און טרינקט. אבער עס קומט דער טאג און מען דארף אפגעבן דין וחשבון - צוריקצאהלן יעדן סענט.
נ.ב. איך וואלט אייך געראטן נעמן א קורס אין דער אויסלייג פונעם אידישן שפראך. איר מאכט א גאנצן מיש-מאש פון יו"דן מיט וי"ון.
פארן - צ"ל פאר'ן
ברודער - צ"ל ברידער (לשון רבים שרייבט מען מיט א יו"ד)
געחזר'ט - צ"ל גע'חזר'ט (מ'דארף לייגן א שטרעכל סיי בעפאר דעם לשה"ק טייל פונעם ווארט, און סיי דערנאך)
געדריטעלט - האסט גאר אראפגענומען. צ"ל געטריפלט
פראבירט - רוב שרייבער שרייבן "פרובירט"
באגרעניצט זיך - צ"ל גרעניצט זיך (באגרעניצט מיינט לימיטעד, מוגבל/מצומצם)
מיטן - צ"ל מיט'ן
באצאהלן - צ"ל באצאלן
צוקנופט - צ"ל צוקונפט
אפיר נעמען - לכאורה צ"ל אפירנעמען (בנשימה אחת)
אויף די וועלט - לכאורה צ"ל אויף "דער" וועלט
צוריקצאהלן - צ"ל צוריקצאלן
סענט - רוב שרייבער שרייבן "צענט"
האלב טויט האט געשריבן:נ.ב. איך וואלט אייך געראטן נעמן א קורס אין דער אויסלייג פונעם אידישן שפראך. איר מאכט א גאנצן מיש-מאש פון יו"דן מיט וי"ון.
טול קורה...
(אקעי, עפעס א ווערטל האב איך געמוזט אריינווארפן...)
מאשקע האט געשריבן:פארן - צ"ל פאר'ן
ברודער - צ"ל ברידער (לשון רבים שרייבט מען מיט א יו"ד)
געחזר'ט - צ"ל גע'חזר'ט (מ'דארף לייגן א שטרעכל סיי בעפאר דעם לשה"ק טייל פונעם ווארט, און סיי דערנאך)
געדריטעלט - האסט גאר אראפגענומען. צ"ל געטריפלט
פראבירט - רוב שרייבער שרייבן "פרובירט"
באגרעניצט זיך - צ"ל גרעניצט זיך (באגרעניצט מיינט לימיטעד, מוגבל/מצומצם)
מיטן - צ"ל מיט'ן
באצאהלן - צ"ל באצאלן
צוקנופט - צ"ל צוקונפט
אפיר נעמען - לכאורה צ"ל אפירנעמען (בנשימה אחת)
אויף די וועלט - לכאורה צ"ל אויף "דער" וועלט
צוריקצאהלן - צ"ל צוריקצאלן
סענט - רוב שרייבער שרייבן "צענט"
מאשקעלע,
1. איך האב גאר נישט געוואוסט אז איר האט מיר געשריבן אזא שיינעם תגובה. צופעליק, ליינענדיג דער אשכול האב איך דאס באמערקט.
2. איך האב שוין געשריבן אין אנדערע מקומות אז איך נעם אן באהבה יעדע הערה, ולא הביישן למד.
3. איך בין מסכים מיט רוב תיקונים אייערע. (איך האב עפעס א שגעון אריינצושטעלן א 'ה' אין פארשידענע ווערטער.
4. אוריאל וויינרייך שרייבט אז עס איז ריכטיג צו זאגן "די וועלט".
5. KEEP THOSE COMMENTS COMING!
חסר/מלא
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:צו ווייזן אפאר דוגמאות אז אפילו אין לשה''ק קומט א יודעל נאך א סעיגול
כן עינינו אל ד' אלוקינו עד שזיחוננו
הגבור לנצח והנורא בנוראותזיך,
אין אמתן איז דא נאך למשל והשב את העבודה לדביר ביתזך אבער דארט איז די יודעל פארדעם קען מען נישט ברענגעין קיין ראיה
די צוויי דוגמאות וואס איר ברענגט, שיחננו און בנוראותיך, האבן איינס מיט'ן אנדערן א קשר ווי איך מיט מיין שכן'ס עלטער-פעטער'ס גרינעם הינדל.
דאס ווארט 'שיחננו' איז געבויט פון פיר חלקים: חן, חננו, יחננו, שיחננו. חן איז דער שורש, חננו: שענק אונז (אזוי פלעגט מען טייטשן אין חדר), יחננו: ער זאל אונז שענקן. שיחננו: וואס ער זאל וכו'. די יו"ד איז "לשון עתיד" און האט גארנישט מיט'ן כלל פון מלא/חסר.
'שחננו', אן א יו"ד, האט גאנץ אן אנדער משמעות: וואס ער האט אונז געשענקט.
דאס ווארט 'בנוראותיך' קומט פון נוראות, וואס מיינט פארכטיקייטן. דער כלל אין לשון הקודש איז אז ווען מ'טשעפעט-צו לשון רבים (מערצאל) צו לשון נוכח (דיין, דיינע, אייער, אייערע) קומט א יו"ד. וויבאלד אז דאס ווארט "נוראות" איז מערצאל (פארכטיקייטן און נישט פארכטיקייט) קומט א יו"ד 'בנוראותיך' און נישט 'בנוראותך'. די יו"ד איז א צוגעקומענע.
נאר דא זענט איר שוין גערעכט, דא איז גילטיק דער כלל פון מלא/חסר. דהיינו אז אע"פ וואס דא באלאנגט א באהאלטענע יו"ד, קען מען דאך שרייבן דאס ווארט בלשון חסר 'בנוראותך' אן א יו"ד (דער יודעל ווערט אריינגעשלונגען מיטן תי"ו. מען זאגט עס נישט ארויס אלס אות פאר זיך אליין נאר אלס המשך פונעם תי"ו. די תי"ו ווערט אנגערופן "הברה פתוחה" מען זאגט דאס ארויס פונקט אזוי מיט די יו"ד ווי אן די יו"ד).
ביי דאס ווארט 'שיחננו' איז מען מבטא (מען זאגט ארויס) די יו"ד שז יא חננו (ווי לויט דעם כלל פון "משה מוציא וכלב מכניס - אבער דאס אן אנדער מאל).
ביים דריטן דוגמא גאר, ווערט שוין דאס הינדל רויט פאר בושה. דאס ווארט ביתך איז צוזמענגעשטעלט פון בית, ביתך. דעריבער קען מען נישט שרייבן ביתך אן א יו"ד ווייל די יו"ד געהערט צום ווארט אליין - א בית אן קיין יו"ד (איד) איז קיין הויז נישט...
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
האלב טויט, אויף דיר ווארט איך שוין מיינע אלע לעבנסטעג, כאב נישט געהאט קיין סאך צייט אליינס זיך אראפצוזעצן אלעס לערנען. און דא ווי פון הימל אראפ, אזא גאלדענע מתנה. אהה געלויבט איז גאט.
עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)
עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
סאכדעס האט געשריבן:האלב טויט, אויף דיר ווארט איך שוין מיינע אלע לעבנסטעג, כאב נישט געהאט קיין סאך צייט אליינס זיך אראפצוזעצן אלעס לערנען. און דא ווי פון הימל אראפ, אזא גאלדענע מתנה. אהה געלויבט איז גאט.
עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)
סאכדעס, איך שעם מיר פאר אייך. אזוינע קאמפלימענטן קאנען, גאט מיינער, שאטן צום געזונט..
עס איז ביי מיר א גרויס חשיבות אז איר לייענט אדורך מיינע תגובות אזוי גרינדלעך.