אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאמיר גיין ווייטער מיטן ווערטער שפיל: און "ספראוון" (צום ביישפיל, דאס קינד איז אזוי ווילד אז מען קען זיך שווער ספראוון מיט אים) איז שוין גאר א דריטע ווארט..
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און וואס טוט זיך מיט פראוון א פוינט?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יאנאש, דאס איז שוין אן ענגלישע ווארט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמתדיג?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער האט געשריבן:איך וואלט דאס אויסגעלייגט "פרואוו".

קרעמער:
על זה אנו דנין. פארוואס עפעס "פרואוו?". איך וואלט פארשטאנען "פראווו". פארוואס? ווייל דער שורש פונעם ווארט קומט אויסגעלייגט מיט א מלאופים, וואס דאס איז "אול"
העכסטענס מיט א שוריק, וואס דאן דארף דאס קומען אויסגעלייגט "פרולוו"
אבער אז א מלאופים זאל קומען אויסגעלייגט, דער ו"ו פארן אל"ף, כזה: "וא", האב איך נאך קיינמאל נישט געזען. אדרבה ילמדנו רבינו.
(איך פארשטיי אויך דעם אומאיינגענעמער פראבלעם פון דריי ווי"ן נאכאנאנד...)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ר' זרח;

דריי ווין נאכאנאנד זענען נישט בלויז אומאיינגענעם, נאר א פארבאטענע זאך אין די אידישע שפראך, לויט ווי מיינע מלמדים האבן מיר איבערגעגעבן הלכה לאידיש מקרעפלעך.

די אידישיסטישע צייטונגען זענען זיך מקיל מיטן אריינשטעלן א פינטעל אינעם ערשטן וואס ווערט פארוואנדעלט אין א מלאפום, אבער אני הקטן גלייך צו שרייבן כדרך המסורה לנו, וואס מען לייגט אריין אן אלף צווישן די ווין, א שטייגער ווי אינעם ווארט: איר מוזט "צואווארטן".
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

גראדע האב איך לעצטענ'ס געליינט אן ארטיקל פון אן אלטן אידישיסט, שרייבט ער דארט נאכאנאנד דריי וו'ן ס'איז מיר פשוט געגאנען אויף די געהירן. אבער אזוי שרייבט ער, סאו קרעמער איי דאונט נאו, קען זיין אז יענער האט נישט געוויסט פונם כלל פון נישט שרייבען דריי וו'ן, ווייס איך נישט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מעסטער, כ'ווייס נישט צו דו האסט געמערקט, אז קרעמער האט קלאר געשריבן, הלכה לאידיש מקרעפלעך, די סיבה פאר'ן נישט אזוי שרייבן איז טאקען ווייל די אידישיסטן די אפיקורסים האבן יא אזוי געשריבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

סאכדעס האט געשריבן:מעסטער, כ'ווייס נישט צו דו האסט געמערקט, אז קרעמער האט קלאר געשריבן, הלכה לאידיש מקרעפלעך, די סיבה פאר'ן נישט אזוי שרייבן איז טאקען ווייל די אידישיסטן די אפיקורסים האבן יא אזוי געשריבן.

ס'איז דאך תרתי דסתרי!
אדער די סיבה נישט צו שרייבן דריי ו"וין נאכאנאנד איז הלכה לאידיש וכו', אדער די סיבה איז משום דרכי האידישיסטן.
און די נפקא מינה וועט זיין אויב די אידישיסטן וועלן אויפהערן שרייבן אזוי און אנהייבן שרייבן "פרואוון" בהפסקת האל"ף.
און די עצה מוציא צו זיין עצמו מן הספק - מיר קענען דאך דערווייל אויסלייגן דאס אויך "פריוון", פונקט אזוי ווי מיר לייגן אויס "געוויסט" אנשטאט "געוואוסט"/"געווולסט".
איי, וועט עס שטערן פאר די ליטוואקעס? נו, דאס איז שוין זייערע פראבלעמן. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ערענסטער, כאב הנאה פון דיין תגובה.

איצט אן ערענסטע שאלע אין די זייט. זענען זיך די חבד'ניקעס ניט מבטא מיט א מלאפום אזוי ווי די ליטוואקעס? ביז היינט האב איך געמיינט אז יא, עפעס פון דיין תגובה קוקט אויס אז נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

סאכדעס האט געשריבן:איצט אן ערענסטע שאלע אין די זייט. זענען זיך די חבד'ניקעס ניט מבטא מיט א מלאפום אזוי ווי די ליטוואקעס? ביז היינט האב איך געמיינט אז יא, עפעס פון דיין תגובה קוקט אויס אז נישט.

צווישן די חב"ד'ניקעס ס'איז דא כל מיני עדות. ס'רוב שטאמען טאקע פון ליטע (רייסין) - הייסט עס אז זיי אליין זיינען ליטוואקעס (אינעם געאגראפישן זין), זיי מאכן יא חילק צווישן א מלאפום (מיר רופן דאס "שורוק") און א חיריק, אבער א חולם ביי זיי איז פונק ווי א צירה (EY).
דא אין ירושלים איז פארשפרייט אין חב"ד ירושלים'ער הברה וואס איז ענלעך אויף ליטווישע אבער א חולם דא איז א חולם (OY) און א צירה איז א צירה.
אבער ס'איז דא אין חב"ד אויך א סך אזעלכע וואס שטאמען פון אוקראינע, רומעניע, פוילן אדער גער הונגאריע, און זיי (ריכטיקער זאגן - מיר) רעדן אזוי ווי זיי זיינען געוווינט פין שטיב. וקל להבין. :smile:
די וואָר הענגט אויף א האָר
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

על כל פנים, איר רעדט און רעדט און רעדט, אבער א תי' א נארמאלן האב איך נישט געקריגן.
קרעמער, אדרבה, צייג מיר אן א מקור ביי א מלאופים צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו

אגב, דיין הלכה מקרעפלעך לאידיש איז לכאורה אן הלכה לקרעפלעך מאידישסטן, ווייל לפי ידיעתי זענען אלע - און אלע מיין איך טאקע אלע בלי שום יוצא מן הכלל - אידישע כללים פון די אידישסטן. אדרבה נעם דעם בית יהודא חומש אדער א צאינה וראינה, און זאג מיר צי ס'שטימט לויט דיינע היינטיגע כללים. א"כ מה נשתנה הווי"ן? איבערהויפט ווען ס'האט נישט קיין שום מקור צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

זארעכ,

אין אדער ווארד'ס האלטסטו טאקע אז מען דארף שרייבען פרווו, אדער כדומה?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מעסטער:
גאנץ גוט. געענטפערט מיט א קשיא, כדרך ישראל סבא...

איך האלט? איך פרעג!
און וואס פרעג איך? אז לכאורה לויט די כללי הניקוד אז ס'נישט פארהאן אין אזא זאך ווי אן אל"ף נאך א ו"ו, קומט דאס ווען אזוי אויסגעלייגט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ, אויב גייען מיר שוין סייווי אוועק פון די כללים, וואלט איך געשריבן מיט א בית רפה.
אזוי: פרוב
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעכפעפער האט געשריבן:קרעמער, אדרבה, צייג מיר אן א מקור ביי א מלאופים צו לייגן אן אל"ף נאך א ו"ו


ווילסט איך זאל געדענקן דעם נאמען פונעם שיינשרייבן אדער "שפראך איבונגען" בוך וואס האט מיר געלערנט דעם כלל? איך האב געלערנט אין היימישע מוסדות, און נישט ביי אידישיסטן.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דרך אגב, איך האב דעם לעצטן פרייטיק געזען א בוך פון באשעוויס-זינגער, געדרוקט אין תל-אביב (הייסט עס - אידישיסטישע למהדרין), און בעקבות שיחתנו איך האב באמערקט, אז דארט אלעמאל איז געשטאנען דווקא "וואוינען", "פרואוון", "געוואוסט" א.ד.ג. - מיט אן אל"ף.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לכבוד מו"ה חצי-מת.
אזוי ווי איך זעה אז דו פארלייגסט דיך שטארק אויפ'ן אויסלייג פונעם אידישן שפראך, און דו ווילסט באמת זיין קארעקט אין דעם ענין, וועל איך פרובירן כיד ה' הטובה עלי דיך מעורר צו זיין אויף פארשידענע גרייזן אין דיינע ווערטער, מיט'ן איינציגן ציל דיך צו פארבעסערן כאוות נפשך הטוב, און נישט ח"ו מיט קיין שום אנדערע חשבונות.

האלב טויט האט געשריבן:א דאנק אייך פארן טיילן זיך מיט גוטע ברודער אין אייער פראבלעם - געזאגט, געחזר'ט, געדאפעלט און געדריטעלט.

די טייערע לייענער האבן אייך פראבירט העלפן מיט פארשידענע עצות.

מיר קומט גראדע פאר אז אט די בקשה אייערע בעגרעניצט זיך מיטן כלל פון "אין צועקין על העבר". וואס איז געווען איז געווען און אז מען האט געבארגט ברויך מען באצאהלן.

נאר אין צוקנופט וואלט כדאי געווען זיך אין האנט צו נעמען און אויך אפיר נעמען די ווייב. אז מ'האט נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.

אייער סיפור איז א מוסר השכל. דער מענטש לאזט זיך וואויל גיין אויף די וועלט, ער קויפט, בארגט, עסט און טרינקט. אבער עס קומט דער טאג און מען דארף אפגעבן דין וחשבון - צוריקצאהלן יעדן סענט.

נ.ב. איך וואלט אייך געראטן נעמן א קורס אין דער אויסלייג פונעם אידישן שפראך. איר מאכט א גאנצן מיש-מאש פון יו"דן מיט וי"ון.



פארן - צ"ל פאר'ן
ברודער - צ"ל ברידער (לשון רבים שרייבט מען מיט א יו"ד)
געחזר'ט - צ"ל גע'חזר'ט (מ'דארף לייגן א שטרעכל סיי בעפאר דעם לשה"ק טייל פונעם ווארט, און סיי דערנאך)
געדריטעלט - האסט גאר אראפגענומען. צ"ל געטריפלט
פראבירט - רוב שרייבער שרייבן "פרובירט"
באגרעניצט זיך - צ"ל גרעניצט זיך (באגרעניצט מיינט לימיטעד, מוגבל/מצומצם)
מיטן - צ"ל מיט'ן
באצאהלן - צ"ל באצאלן
צוקנופט - צ"ל צוקונפט
אפיר נעמען - לכאורה צ"ל אפירנעמען (בנשימה אחת)
אויף די וועלט - לכאורה צ"ל אויף "דער" וועלט
צוריקצאהלן - צ"ל צוריקצאלן
סענט - רוב שרייבער שרייבן "צענט"


האלב טויט האט געשריבן:נ.ב. איך וואלט אייך געראטן נעמן א קורס אין דער אויסלייג פונעם אידישן שפראך. איר מאכט א גאנצן מיש-מאש פון יו"דן מיט וי"ון.


טול קורה...
(אקעי, עפעס א ווערטל האב איך געמוזט אריינווארפן...)
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

מאשקע האט געשריבן:פארן - צ"ל פאר'ן
ברודער - צ"ל ברידער (לשון רבים שרייבט מען מיט א יו"ד)
געחזר'ט - צ"ל גע'חזר'ט (מ'דארף לייגן א שטרעכל סיי בעפאר דעם לשה"ק טייל פונעם ווארט, און סיי דערנאך)
געדריטעלט - האסט גאר אראפגענומען. צ"ל געטריפלט
פראבירט - רוב שרייבער שרייבן "פרובירט"
באגרעניצט זיך - צ"ל גרעניצט זיך (באגרעניצט מיינט לימיטעד, מוגבל/מצומצם)
מיטן - צ"ל מיט'ן
באצאהלן - צ"ל באצאלן
צוקנופט - צ"ל צוקונפט
אפיר נעמען - לכאורה צ"ל אפירנעמען (בנשימה אחת)
אויף די וועלט - לכאורה צ"ל אויף "דער" וועלט
צוריקצאהלן - צ"ל צוריקצאלן
סענט - רוב שרייבער שרייבן "צענט"


מאשקעלע,
1. איך האב גאר נישט געוואוסט אז איר האט מיר געשריבן אזא שיינעם תגובה. צופעליק, ליינענדיג דער אשכול האב איך דאס באמערקט.
2. איך האב שוין געשריבן אין אנדערע מקומות אז איך נעם אן באהבה יעדע הערה, ולא הביישן למד.
3. איך בין מסכים מיט רוב תיקונים אייערע. (איך האב עפעס א שגעון אריינצושטעלן א 'ה' אין פארשידענע ווערטער.
4. אוריאל וויינרייך שרייבט אז עס איז ריכטיג צו זאגן "די וועלט".
5. KEEP THOSE COMMENTS COMING!
Anonymous

חסר/מלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

יעקב אלי' בראך האט געשריבן:צו ווייזן אפאר דוגמאות אז אפילו אין לשה''ק קומט א יודעל נאך א סעיגול
כן עינינו אל ד' אלוקינו עד שזיחוננו
הגבור לנצח והנורא בנוראותזיך,
אין אמתן איז דא נאך למשל והשב את העבודה לדביר ביתזך אבער דארט איז די יודעל פארדעם קען מען נישט ברענגעין קיין ראיה

די צוויי דוגמאות וואס איר ברענגט, שיחננו און בנוראותיך, האבן איינס מיט'ן אנדערן א קשר ווי איך מיט מיין שכן'ס עלטער-פעטער'ס גרינעם הינדל.

דאס ווארט 'שיחננו' איז געבויט פון פיר חלקים: חן, חננו, יחננו, שיחננו. חן איז דער שורש, חננו: שענק אונז (אזוי פלעגט מען טייטשן אין חדר), יחננו: ער זאל אונז שענקן. שיחננו: וואס ער זאל וכו'. די יו"ד איז "לשון עתיד" און האט גארנישט מיט'ן כלל פון מלא/חסר.

'שחננו', אן א יו"ד, האט גאנץ אן אנדער משמעות: וואס ער האט אונז געשענקט.

דאס ווארט 'בנוראותיך' קומט פון נוראות, וואס מיינט פארכטיקייטן. דער כלל אין לשון הקודש איז אז ווען מ'טשעפעט-צו לשון רבים (מערצאל) צו לשון נוכח (דיין, דיינע, אייער, אייערע) קומט א יו"ד. וויבאלד אז דאס ווארט "נוראות" איז מערצאל (פארכטיקייטן און נישט פארכטיקייט) קומט א יו"ד 'בנוראותיך' און נישט 'בנוראותך'. די יו"ד איז א צוגעקומענע.

נאר דא זענט איר שוין גערעכט, דא איז גילטיק דער כלל פון מלא/חסר. דהיינו אז אע"פ וואס דא באלאנגט א באהאלטענע יו"ד, קען מען דאך שרייבן דאס ווארט בלשון חסר 'בנוראותך' אן א יו"ד (דער יודעל ווערט אריינגעשלונגען מיטן תי"ו. מען זאגט עס נישט ארויס אלס אות פאר זיך אליין נאר אלס המשך פונעם תי"ו. די תי"ו ווערט אנגערופן "הברה פתוחה" מען זאגט דאס ארויס פונקט אזוי מיט די יו"ד ווי אן די יו"ד).

ביי דאס ווארט 'שיחננו' איז מען מבטא (מען זאגט ארויס) די יו"ד שז יא חננו (ווי לויט דעם כלל פון "משה מוציא וכלב מכניס - אבער דאס אן אנדער מאל).

ביים דריטן דוגמא גאר, ווערט שוין דאס הינדל רויט פאר בושה. דאס ווארט ביתך איז צוזמענגעשטעלט פון בית, ביתך. דעריבער קען מען נישט שרייבן ביתך אן א יו"ד ווייל די יו"ד געהערט צום ווארט אליין - א בית אן קיין יו"ד (איד) איז קיין הויז נישט...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

האלב טויט, אויף דיר ווארט איך שוין מיינע אלע לעבנסטעג, כאב נישט געהאט קיין סאך צייט אליינס זיך אראפצוזעצן אלעס לערנען. און דא ווי פון הימל אראפ, אזא גאלדענע מתנה. אהה געלויבט איז גאט.

עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

סאכדעס האט געשריבן:האלב טויט, אויף דיר ווארט איך שוין מיינע אלע לעבנסטעג, כאב נישט געהאט קיין סאך צייט אליינס זיך אראפצוזעצן אלעס לערנען. און דא ווי פון הימל אראפ, אזא גאלדענע מתנה. אהה געלויבט איז גאט.

עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)

סאכדעס, איך שעם מיר פאר אייך. אזוינע קאמפלימענטן קאנען, גאט מיינער, שאטן צום געזונט..

עס איז ביי מיר א גרויס חשיבות אז איר לייענט אדורך מיינע תגובות אזוי גרינדלעך.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס האט געשריבן:
עניוועי לענין, יישר כוח פאר די אלע הערות, ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)


אויסדרוקליך, וכלב מכניס, די וואו לאזט מען נישט אויס. ( ס'מיינט נישט און כלב, נאר ו'כ'ל'ב'.)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח יאכער פאר די אינפארמאציע, נו אפשר לערנסטו אונז אויס דעם כלל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

האסט דאך שוין אויסגעהערט דעם שיעור פון האלב לעבעדיג, איא? ממילא איז מיין אינפארמאציע איבעריג.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”