פירוש חי על בלעקבערי (פנימי)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

פירוש חי על בלעקבערי (פנימי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

"די קונץ פון א שרייבער איז צו נעמען די נקודות וואס קיינער האט נישט באמערקט, און פון דארט אנהייבן דעם בנין". פלעגט זיך יענער אויסדרוקן.

הפנים, היות דער בלעקבערי איז געווארן א טייל פונעם לעבן ליידער, וועל איך אראפלייגן דא די קלענערע חלקים על מנת אז זאל זיך בויען פון דעם א גרויסן בנין, און אזוי וועט מען געוואויר ווערן פרישע ענינים וואס "קען אייך צוניץ קומען".

אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער היים סקרין עפנט זיך און מען זעט דארט אסאך אייקאנס, מיין אינגל וועט משוגע פאר די אייקאנס "וואו! טאטי האט אזוי באנטש פרייזעס", חחאחאח, אריין אין קינדערישע חכמות.

ביי מיר איז די דיפאלט בילד די זעלבע וואס עס איז געווען ביים קויפן דעם בלעקבערי, איך רעד פון דעם הימל מיטן ראוד וואס פירט אריין אין גן עדן (אגב, עס איז א טו וועי סטריט! געבט אבאכט!).

אז מען רעדט שוין פון דיפאלט, האט מיר שוין מיין חבר יואלי פרידמאן געזאגט צענדליגער מאל אז מען קען טוישן די זייטיגע באטנס אויפן בלעקבערי צו וואס מען וויל, אבער איך בין נישט אזוי דורכגעטראכט ווי אים, און צו יעדע עטליכע טעג פאסירט דעם אויסקראך ווען א קול באשה רופט זיך אן "סעי עי קאמענד"... איך געדענק נישט אז עס זאל זיין עכטע בזיונות, אבער השם ישמרנו וואס עס קען פאסירן.

און יא, די ערשטע פון מיינע א.ד. "פרייזעס" איז די אפערע מיני. די רויטע באלי, דאס איז די בעסטע פרייז פון מיינע סטעישענעריס! עס איז א מציאה גדולה!

שמועות קארסירן אז עס איז שוין ארויסגעקומען א פרישע ווערסיע דערפון, און איינס פון די אויפטוה'ן איז "טעבס", להוי ידוע חבירי וידידי, איך האב 2 ווערסיעס פון אפערע מיני, די לעצטע (בעפאר דעם יעצטיגן דורכברוך), און איינס פארדעם, איך זעה נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי, אבער דאס האט מען גערופן אינדערהיים "טעב'ס", ס'הייסט בשעת איין ווערסיעס ארבעט קען איך רואיגערהייט ארבעטן מיט די צווייטע.

בוקמארקס האט מיין זיידע נישט צוואה געלאזט וויאזוי מען קען טרענספערן פון איין ווערסיע צום צווייטן.

און יא, איך עפן אפערע קומט ארויף אונטן א קליינע שאלה מארקע, קוועסטשען מארק אין אידיש "?", דאס שטעכט מיין אויגן יעדעס מאל, איך וואלט קיינמאל נישט געגאנגען ארבעטן אין אפערע! שוין ביים אנהייב פרעגט ער "?" איכה? ביסט משוגע? האסט גענומען דיינע פילן? איך ווייס נישט וואס די קשיא מיינט, אבער עס שרייט געפערליך.

גייט מען אריין צו א וועבסייט די ערשטע מאל נאכן עפענען... אופס! ער לאזט נישט. איך האב 2 אפציעס yes אדער no - די מעסעדזש וועל איך לאזן א צווייטן דורכליינען, אבער עפ"י נגלה ווען איך וויל אריינגיין ערגעץ אין ער פרעגט מיר יא אדער ניין, וועט דער תירוץ זיין "יא", ס'ארא שאלה? אז איך וויל נישט אריינגיין טוה איך ווען עפעס אנדערש, איא? וואו האט יענער געזאגט? ער האט מיך געוואלט שלאגן! פון וואו ווייסטו? ווייל ער "האט" מיך געשלאגן. חאחחאח.

אקעי, למען תינוקות של בית רבן וועל איך זיך יא מטריח זיין יעצט דאס ערשטע מאל צו ליינען יענע מעסעדזש. אט אזוי:

The application Opera Mini has attempted to access a low-level network connection. Would you like to allow this?

איר הערט ווערטער? וואס געשעט ווען איך דרוק no? גייט ער נישט אריין! אנשטאט ער זאל מיר זאגן די קאנסעקווענצן פון די אזוי גערופענע "לאו לעוועל נעטווארק", וואס עס לוינט זיך מיר יא און וואס נישט, געט ער מיר נישט קיין צוויי ברירות, "אדער ביסטו מסכים אדער נישט"...

אקעי, מעשה שהיה כך היה, איך האב געדרוקט yes! אבער מאכט זיך צומאל אז דער בראוזער פראבירט זיך צו קאנעקטן צו... לאמיר זאגן "אידישע וועלט"... סתם א משל, קיינער זאל זיך נישט באליידיגן. און עס גייט נישט! יא איר האט גוט געהערט! עס שטייט אונטן "קאנעקטינג" און ער שפילט זיך מיט מיין צייט, ענדליך קומט ארויף א סקרין אז "עס גייט נישט, און ער וויל טשעקן מיין אינטערנעט קאנעקשען", זאג איך אייך מיינע טייערע ברודער, עס איז א סגולה בדוק ומנוסה צו מאכן דעם טשעקאפ, ווייל עס העלפט אז עס זאל ארבעטן! האסט אמאל געהערט אז א קאלטשער איז א סגולה קעגן סטרעפ? איך אויך נישט, אבער ביי אונז אין די קליינע אפערע גייט עס אזוי, מאך א טשעק אפ, און די אינטערנעט נעמט זיך צו פליען!

פארזעצונג קומט אי"ה...

אקעי, איך דארף נישט קיין קללות, איך וועל יעצט ממשיך זיין ווייטער.

עס פלעגט זיך מאכן אז איך האב געדרוקט א געוויסע קאמבינאציע פון באטנס און עס איז ארויפגעקומען אויבן א רויטע ליין ווי ביי יעדע וועבזייטל שטייט דארט די קעפל פון דעם זייטל (אזויווי אין קאמפיוטער ביי יעדע בראוזער). אבער די קאמבינאציע פון באטנס איז געדרוקט געווארן בטעות, און איך האב קיין אהנונג נישט געהאט וועלכע קאמבינאציע דאס איז. דער רויטע ליניע האט מיך זייער שטארק געשטערט, ווייל עס נעמט אויף א שיין חלק פונעם סקרין, פון די אזוי אויך קליינע סקרין.

איך האב זיך דאן גענומען מיט א כעס און יאוש צו דרוקן אלע ערליי באטנס, פאר פינף מינוט מיט צוגעמאכטע אויגן, וראיתי ישועה גדולה, אמאל האט עס געהאלפן אמאל נישט.

ענדליך, לעצטנס האב איך אויסגעפונען וואס דער קאמבינאציע איז, עס איז פשוט דאבל קליקן אויף די * קנעפל. ושמחתי בשמחה גדולה.

דאס דארף איך פאר קיינעם נישט זאגן אז ווען מען טייפט א תגובה אין אידישע וועלט איז א חוב קדוש צו קאפיען די גאנצע תגובה פאר מען שלח'ט עס, אז נישט איז מען א מאבד תגובותו לדעת.

אבער וואס יא, ווען מען ענדיגט טייפן די תגובה וואס אדאנק "לאז געמאכט" און "מאשקע" - פון די היברו דעפארטמענט אין די בלעקבערי קלאודינג צענטער אויף פלאשינג עוועניו - קען מען דאך שוין טייפן היינט אין היברו, אגב עס איז אידיש נישט היברו! - איז ווען מען ענדיגט, זאל מען צוריקטוישן אויף ענגליש, ווייל אזוי קען מען דאך גרינגערהייט אראפסקראלן דורכ'ן זיך באנוצען מיט די בלעקבערי קנעפלעך 2 און 8, ווען מען איז אין אידיש ארבעט דאך עס נישט - אגב, מאשקע עס איז עכט דיסקרימישלאציע!

און יא #3 איז די סגולה פאר אנצוקומען אין א רגע צום סוף פונעם פעידזש אדער אנהייב, אבער דאס ארבעט נאר ווען די פעידזש איז שוין אינגאצן אפען.

און אז מען רעד שוין, ראה הוזהרנוך! איינמאל דער פעידזש האט זיך שוין אנגעהויבן צו לאדענען איז א שאד צו פראבירן עס צו סטאפן, איך האב פאר אייך ווילדע נייעס, עס גייט נישט! איר קענט רייט קליקן און דרוקן סטאפ ביז די הרי אררט אריין, עס גייט נישט, עס איז נישט דא קיין וועג ארויס, כל באיה לא ישובון.

הערשט נאכדעם וואס די פעידזש איז שוין דא קענט איר צוריקגיין מיט די "בעק" באטן צו פריערדיגע דפים. אויך קען מען רייט קליקן און דרוקן forward צו אנקומען צו דפים וואס מען האט געהאט אפען פארן צוריקמישן. אבער געדענקט איינמאל איר קומט אן צו די בוקמארקס איז נישטא קיין וועג צוריקצוגיין אויף פאראויס. למשל אויב האלט איר אינמיטן ליינען א זאפטיגע תגובה אינעם קרעטשמע, און איר גייט צו די בוקמארקס אינמיטן, קענט איר פארגעסן פון צוריקגיין צו דעם זאפטיגס. חבל על הזמן.

מיט דעם האבן מיר געענדיגט די מעשה מיט אפערע.

נעקסט קומט די דזשימעיל אפליקאציע, אה א פלעשזואר! מען קען האבן אפען 60 אקאונטס אויף אמאל, (איך האב פערצופאל 70 אבער נישט דאס איז די רעדע יעצט). די מעשה מיט דעם איז אז קיין html אימעילס וועסטו נישט קענען ליינען דערויף, יא איר האט גוט געהערט!. אקעי גענוג.

געט אכטונג ווען איר פארווערד אן אימעיל דורך גימעיל אפליקאציע, וועט איר גארנישט זען קיין קאנטענט, אבער בעצם פארווערד זיך די גאנצע אימעיל כאילו לא היה, וואס צומאל ענהאלט דאס אויך אינפארמאציע וואס איר וואלט נישט געוואלט יענער זאל זען (למשל פון וועם עס קומט ארגינעל וכדומה), ביים פארווערדן אן אימעיל איז נישטא קיין וועג צו קענען רירן די אינהאלט פון די ביז יעצטיגע חומר. חבל על הזמן. יא איר האט גוט געהערט!

אגב, אז מען רעדט שוין פון שרייבן אן אימעיל, די טייפן אדער סקראלן אויף א בלעקבערי מאכט א קול, וואס ערלויבט מיר נישט צוצולייגן א תגובה 3:00 ביינאכט אויפן קרעטשמע אלץ פארכט אז די בני בית וועלן זיך אויפוואכן דערפון. וואס איז די עצה? קויפן א סקרין טאטש? מאשקע איך האב נישט גערעדט צו דיר!

ס'דערמאנט מיר טאקע ביים עי טיים קומזיץ ווי די דרשות זענען אגאנצן צייט צושטערט געווארן ווען וויכי האט געטייפט הויעך. וויכי איך מעג זאגן וואס איך וויל! שא!

יא, די גוגל מאפעס? די בעסטע אפליקאציע, דאס איז מיין ארגינעלע GPS. איך האב אויסגעפיגערט (קרעמער, פליז ליין די ווארט גוט!) אז דער סיבה פארוואס א געהעריגע דזשי פי עס איז קאמפליצירט איז ווייל ער פירט דיך ביי די נאז, דו האסט נישט קיין אהנונג וואס ווען וואו, דו זעסט נישט אויפן סקרין די גאנצע זאך אויפאמאל. משא"כ די גוגל מעפס, איך ווייס פאראויס אין וועלכע ריכטונג איך וויל גיין, און איך זעה וואו איך בין, און איך מאך אליין קאלקילצאציעס. איך בין שוין פילע מאל געראטעוועט געווארן פון סכנותדיגע אומאיינגענעמליכקייטן. (שאקס, וואו איז מיין אידישע ספעל טשעקער?).

די לעצטע ווערסיע איז נישט אויסגעהאלטן לכתחלה, ווארום זיי האבן געטוישט אין מדינת ישראל שטייט דארט ארויסגעשריבן מיט אידישע בוכשטאבן "ישראל", אנדערש ווי ביז יעצט וואס איז נאר געשטאנען israel וואס אין טאליבאניש מיינט עס "סעקשאן 8".

איך בעט איינער זאל איבערנעמען די מייק. כאטש איך האב נאך אבאנטש צו שרייבן.

ומחק וויכי תגובה מעל כל פנים לנצח במהרה בימינו אמן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צוקער זיס, (גוט משוגע בלע"ז)..

אבער א חלק זאכן אויף וואס דו שאקסט אוועק קען מען לייכט אנשטעלן לויט דיין פרעפעראנץ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גאו עהעד, וואו קען מען אנשטעלן אז די בלעקבערי קנעפלעך זאלן נישט קלאפן אזוי הויעך? איך האב שוין פראבירט אין די זייט וואו מען שטעלט אן די "וואליום" אן קיין ערפאלג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

Options
Screen/Keyboard
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

גרויזאמער, יעדעס ווארט איז צוקער זיס...!
אגב, די דזשימעיל אפליקאציע מעג שוין איינמאל פאר אלעמאל ערלויבן צו עפענען סיי וואספארא אטעטשמענט, נישט נאר בילדער!
דא האסטו א בילד וויאזוי אויסצולעשן דעם קיע-טאן, דיין ווייב זאל זיך נישט אויפוועקן..
אטעטשמענטס
קי-טאן, אףף
קי-טאן, אףף
BBscreen.jpg (32.11 KiB) געזען 4163 מאל
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

קודם א גרויסן שכח גרויזי איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין ריפארט וואס דו צונעמסט אויף קליין געלט די כלי וואס מיר האבן בכלל נישט פיינט

איך האב געוואלט צולייגן אז מען קען נאך אלץ אראפ סקראלן דורכן space באטן אפילו עס איז אנגעשטעלט אויף היברו

גלייכצייטיג מוז מען אויף אפרע דריקן די קנעפעל "אויסקוק פון פאראויס" און ערשט דערנאך קען מען דריקן די שלח

ווי אויך איז דאס זייער פראבלאמאטיש ארויף צו לייגן עטשמענטס סיי מען קען נישט לייגן עטליכע און איין תגובה און די ערשטע תגובה פונעם אשכול קען מען בכלל נישט לייגן וואו אויך ווידאוס איז היפש קאמפלעצירט
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

גרויזאמער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דיפאלט, האט מיר שוין מיין חבר יואלי פרידמאן געזאגט צענדליגער מאל אז מען קען טוישן די זייטיגע באטנס אויפן בלעקבערי צו וואס מען וויל, אבער איך בין נישט אזוי דורכגעטראכט ווי אים, און צו יעדע עטליכע טעג פאסירט דעם אויסקראך ווען א קול באשה רופט זיך אן "סעי עי קאמענד"... איך געדענק נישט אז עס זאל זיין עכטע בזיונות, אבער השם ישמרנו וואס עס קען פאסירן.

ביי מיר איז די לינקע קאנוויניענט קי אנגעשטעלט פאר קעפטשער איט, ווייל איך ניץ עס אסאך.

און אז איך רעד שוין דערפון וועל איך שוין שרייבן וויאזוי מען קען עס ניצן ביי אפערע פיר און ביי באלט.
מען מאכט טאקע אז א קאנוויניענט קי זאל קעפטשערען, און מען דריקט מעניו, און מען קוועטשט די קעפטשער קאנוויניענט קי, און מען דריקט שנעל בעק. אזוי קאפיט זיך די סקרין וואס מען האט געוואלט קאפיען.
גרויזאמער האט געשריבן:אבער וואס יא, ווען מען ענדיגט טייפן די תגובה וואס אדאנק "לאז געמאכט" און "מאשקע" - פון די היברו דעפארטמענט אין די בלעקבערי קלאודינג צענטער אויף פלאשינג עוועניו - קען מען דאך שוין טייפן היינט אין היברו, אגב עס איז אידיש נישט היברו! - איז ווען מען ענדיגט, זאל מען צוריקטוישן אויף ענגליש, ווייל אזוי קען מען דאך גרינגערהייט אראפסקראלן דורכ'ן זיך באנוצען מיט די בלעקבערי קנעפלעך 2 און 8, ווען מען איז אין אידיש ארבעט דאך עס נישט - אגב, מאשקע עס איז עכט דיסקרימישלאציע!

מען קען בלייבן אויף אידיש און דריקן אלט 8-2.
גרויזאמער האט געשריבן:און יא #3 איז די סגולה פאר אנצוקומען אין א רגע צום סוף פונעם פעידזש אדער אנהייב, אבער דאס ארבעט נאר ווען די פעידזש איז שוין אינגאצן אפען.

און אז מען רעד שוין, ראה הוזהרנוך! איינמאל דער פעידזש האט זיך שוין אנגעהויבן צו לאדענען איז א שאד צו פראבירן עס צו סטאפן, איך האב פאר אייך ווילדע נייעס, עס גייט נישט! איר קענט רייט קליקן און דרוקן סטאפ ביז די הרי אררט אריין, עס גייט נישט, עס איז נישט דא קיין וועג ארויס, כל באיה לא ישובון.

אינמיטן לאדענען קען מען דריקן בעק, אזוי הערט זיך עס אויף צו לאדענען.
גרויזאמער האט געשריבן:אויך קען מען רייט קליקן און דרוקן forward צו אנקומען צו דפים וואס מען האט געהאט אפען פארן צוריקמישן. אבער געדענקט איינמאל איר קומט אן צו די בוקמארקס איז נישטא קיין וועג צוריקצוגיין אויף פאראויס. למשל אויב האלט איר אינמיטן ליינען א זאפטיגע תגובה אינעם קרעטשמע, און איר גייט צו די בוקמארקס אינמיטן, קענט איר פארגעסן פון צוריקגיין צו דעם זאפטיגס. חבל על הזמן.

## איז פארווערד, און אויב דריק איך #2 אנצוקומען צו די פעיוורעטס קען איך געהעריק צוריקגיין מיטן בעק קנעפל.
גרויזאמער האט געשריבן:געט אכטונג ווען איר פארווערד אן אימעיל דורך גימעיל אפליקאציע, וועט איר גארנישט זען קיין קאנטענט, אבער בעצם פארווערד זיך די גאנצע אימעיל כאילו לא היה, וואס צומאל ענהאלט דאס אויך אינפארמאציע וואס איר וואלט נישט געוואלט יענער זאל זען (למשל פון וועם עס קומט ארגינעל וכדומה), ביים פארווערדן אן אימעיל איז נישטא קיין וועג צו קענען רירן די אינהאלט פון די ביז יעצטיגע חומר. חבל על הזמן. יא איר האט גוט געהערט!

ווען מען סיינט אריין מיט דיין באליבטע אפערע צו דזשימעיל, קען מען אראפנעמען פון וועם די אימעיל קומט.
-----
סיסטעם האט געשריבן:לפחות הודעה אחת נשלחה בנושא זה. תוכל לסקור את ההודעה בתמציתיות.

איך שיק עס, איך וועל עס שוין ליינען שפעטער.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

3x0 יישר כח איך וועל שפעטער אויספראבירן די אלע זאכן.

בנוגע די קיבארד זעה איך מען האט מיר נישט פארשטאנען, מיין פראבלעם איז אז פשוט די קנעפלעך דרוקן זיך הויעך! סהייסט לאמיר זאגן די בלעקבערי איז יעצט אויסגעשלאסן און איך נעם זיך צו דרוקן קנעפלעך, מאכט עס א שטילע קול, יא? יעצט ווען מען דרוקט אבאנטש אויפאמאל און שנעל איז מען דאך חושש אויף שמא יקצנה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גרויזאמער האט געשריבן:בנוגע די קיבארד זעה איך מען האט מיר נישט פארשטאנען, מיין פראבלעם איז אז פשוט די קנעפלעך דרוקן זיך הויעך! סהייסט לאמיר זאגן די בלעקבערי איז יעצט אויסגעשלאסן און איך נעם זיך צו דרוקן קנעפלעך, מאכט עס א שטילע קול, יא? יעצט ווען מען דרוקט אבאנטש אויפאמאל און שנעל איז מען דאך חושש אויף שמא יקצנה.


שמא יקצנה איז נאר שייך ביי פרעה כש"כ וייקץ פרעה.

באמת דאס ווענדט זיך שוין אין וואסערע ב"ב די פארמאגסט.
בכל אופן איך האב דא א צוואה פון מיין עלטער זיידע אז מען זאל זיך נישט צוטון מאכן פון די שטילע קול פון די קנעפלעך ואין חוששין לשמא יקצנה, אלא אדרבה וכאשר יענו אותו וגו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

מען קען לאזען אויף יודיש אין ריקען די פעידש ארויף אין אראפ דורך רוקען די טרעק באלל לינקס אין רעכטס, טאמער איז עס אויף "mobile view"
וכן אני נוהג להשתמש בטרעק באלל אפילו כשאני בענגליש מחמת שהו יותר מהור,
(שאקס, ווי איז מיין לשה"ק ספעל /גרעמער טשעק)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יעך האב גראדע גלייך פארשטאנען אז דו רעדטסט פון דעם, כ'האב מיר נאר געוואונדערט וויאזוי די האסט פרובירט עס שטיל צו מאכן מיט די זייטיגע 'וואליום עדזשאסטינג קי'... אפשר טייפן מיט הענטשוך קען העלפן ס'זאל נישט קלאפן אזוי הויעך..

און וועגן סקרולן ווען מ'איז אין היברו, טריאו'ס עצה איז גוט, אבער צומאל ווען מ'טייפט א תגובה אינמיטן עסן סושי ווען נאר איין האנד איז עוועיליבל, דאן דרוקט מען alt דערנאך aA^ (ויש קורין אותו 'שיפט') און אלע קנעפלעך גייען אריין אין 'אלט' מאוד ביז מען דרוקט אלט נאכאמאל, אזוי ארבעטן די 2 און 8 צו סקרולן ל'אלט'ר לחיים..

יעצט כאפ איך מיך אז די גאנצע אשכול איז 'פנימי' וועא"מ.. שוין כ'גיי שוין אוועק פון דא.
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

גרויזמאן, א גרויסן יישר כח פאר די גוטע אינפארמאציע וואס האסט אראפגעלייגט ציקער זיס

אבער אז דו ביסט טאקע אזא פארברענטע חסיד פון אפארע מיני, קענסט מיך אפשר אויסלערנען ווי אזוי מ'קען 'קוואוטן' א צווייטענס תגובה, אנדערש ווי אין די 'פארצייטישע' בראוזער וואו ס'איז דא א אפשען "קוואוט דאס אין דיין תגובה"
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

מ'קען נישט קוואוטען אדער פאריכטען א תגובה מיט אפערא מיני ווען מען איז אויף מאביל וויוא, טויש צו נארמעל וויוא אין דארט קענסטו טוהן אלעס ווי אויף א קאמפיוטער,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

וואדקע האט געשריבן:מ'קען נישט קוואוטען אדער פאריכטען א תגובה מיט אפערא מיני ווען מען איז אויף מאביל וויוא, טויש צו נארמעל וויוא אין דארט קענסטו טוהן אלעס ווי אויף א קאמפיוטער,

מ'קען ביידע יא טוהן אין מאביל (גאז סטאנציע) וויא! וסימנך מיין יעצטיגע תגובה.
(פארריכטן וויל איך נישט יעצט מטעם המבואר באשכול הרחוק.)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אדער קענסטו גיין צו "באנוצער קאנטראל צימער" זוך אויף "פארום פרענצופען" סעלעקט "subsilver2" אנשטאט "rhuk" ביי "מיין סטייל" דערנאך "שיק עס"וועסטו געהעריג קענען קוואוטען און פאררעכטן א.א.וו. אלעס אפילו ביי מאוביל וויו.
(אויב גייט דיר עס נישט, קען איך דיר עס מאכן.)
--
סיסטעם האט געשריבן:לפחות הודעה אחת נשלחה בנושא זה. תוכל לסקור את ההודעה בתמציתיות.

איך שיק עס, איך וועל עס שוין ליינען שפעטער.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

טריאו, איך גלייך דיין נייע חתימה.
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

3x0 האט געשריבן:אדער קענסטו גיין צו "באנוצער קאנטראל צימער" זוך אויף "פארום פרענצופען" סעלעקט "subsilver2" אנשטאט "rhuk" ביי "מיין סטייל" דערנאך "שיק עס"וועסטו געהעריג קענען קוואוטען און פאררעכטן א.א.וו. אלעס אפילו ביי מאוביל וויו.
(אויב גייט דיר עס נישט, קען איך דיר עס מאכן.)
-.


יישר כח ס'ארבעט טאקע

אבער די אויגן שווינדלען פון די נייע אויסשטעל
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שכוח 3X0 איך האב עס פרובירט אין עס ארבייט,
וואס זאל איך אבער טוהן אז עס איז מיר באטעמטער די פאריגע אויסשטעל, עס איז מיר שוין גרינגער צו טוישען צו נארמעל וויוא אויב איך דארף אמאל צוקימען צו איינע פון די אפשענס,
צום זאך זעהט אויס האט זיך יא ציגעוואינט צום אנדערע אויסשטעל
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

פירטס ארויס דעם שקרן פון דא!!!
ער וויל אונז אלע איינרעדן אז ער ווייסט נישט, ער ריקט נישט וכו' וכו', פארקויפט ער אונז אז זיין פראנט פעיזש (הויפט אריינגאנג) איז נאך אויף די דיפאלט (ארגינעלע) בילד.. און דאס איז לויט ווי ער זאגט די 2 זייטיגע שטראז, ס'הייבט זיך נישט אן!!! די דיפאלט פיקטשער איז די געלע זון מיט אירע לעצטע שטראלן..

ענדיוועי.. טיפיקעל גרויזי ארטיקל, מיר האבן מיטגעלאכט מיט דיין שמחה, און מיטגעברעטשעט אויף דיינע צרות..!

לאמיר האפן אז מיין תגובה וועט אדורכגיין בשלום, און איך וועל נישט דארפן צוקומען צו די חתימה פון דריי מאל באלי..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:בנוגע די קיבארד זעה איך מען האט מיר נישט פארשטאנען, מיין פראבלעם איז אז פשוט די קנעפלעך דרוקן זיך הויעך! סהייסט לאמיר זאגן די בלעקבערי איז יעצט אויסגעשלאסן און איך נעם זיך צו דרוקן קנעפלעך, מאכט עס א שטילע קול, יא? יעצט ווען מען דרוקט אבאנטש אויפאמאל און שנעל איז מען דאך חושש אויף שמא יקצנה.


שמא יקצנה איז נאר שייך ביי פרעה כש"כ וייקץ פרעה.

באמת דאס ווענדט זיך שוין אין וואסערע ב"ב די פארמאגסט.
בכל אופן איך האב דא א צוואה פון מיין עלטער זיידע אז מען זאל זיך נישט צוטון מאכן פון די שטילע קול פון די קנעפלעך ואין חוששין לשמא יקצנה, אלא אדרבה וכאשר יענו אותו וגו'.

נאך א קורצע זוכעניש אין אשכול ראשי תיבות שטעלט זיך ארויס אז אנדערש ווי מושכל ראשון, שטייט די דאזיגע ב"ב אלס א פארקורצונג פון "בני בית".
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

3x0 האט געשריבן:און אז איך רעד שוין דערפון וועל איך שוין שרייבן וויאזוי מען קען עס ניצן ביי אפערע פיר און ביי באלט.
מען מאכט טאקע אז א קאנוויניענט קי זאל קעפטשערען, און מען דריקט מעניו, און מען קוועטשט די קעפטשער קאנוויניענט קי, און מען דריקט שנעל בעק. אזוי קאפיט זיך די סקרין וואס מען האט געוואלט קאפיען.

גרויסע שכח טריאו! איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם טיפ. (צוליב די קלאציקייט פון מיין בערי, דארף איך נישט אזוי "שנעל" דריקן בעק, ער געט מיר גענוג צייט..)
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

גרויזי, נאך אלעם וואלט איך זיך אפילו ערלויבט צו קלערן, און אויך זאגן, אז דו האסט קיין בלעקבערי קיינמאל נישט פארמאגט!
נאר וואס דען?
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך בין געוואור געווארן אסאך גוטע ידיעות דא. טענקיו עוועריבאדי.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”