געזונטהייט:פארלירן די האר
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
געזונטהייט:פארלירן די האר
איך האב לעצטענס געהאט א פראבלעם מיט א קינד וואס זיין האר האט אנגעהויבן ארויס צופאלן, אין ווי די דאקטוירים (וואס איך בין אלץ געווען) זאגן אז עס איז נישט דא קיין רפואה צו דעם אין עס האט אפילו א נאמען Alopecia Areata . נו פארשטייצעך אז דו ערשטע צו וועם איך טו זיך ווענדן איז לחבירנו בהקרעטשמע אולי האט איינער עפעס עקספיריענס איבער דעם אדער סיי וואס פאר א ידיעה וואס קען מיך עפעס ארויס העלפן
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
רבים הצועקים על הענין של "ארויספאלן די האר פון די פיאות", וכבר דשו בה רבים.
אבער דאס האב איך געהערט פון עטליכע "מקוה אידן", אז דאס וואס מאנכע זאגן אז די כעמיקאלן וואס מ'לייגט אריין אינעם בור (ווי בליטש און קלאָרין) זענען שולדיג דערין, איז "פאלש און אומבאגרינדעט ביז גאר". כך מקובלני מהם.
אבל סתם ולא פירש, און בעיקר איז דאס אין מיין שולד, ווייל וויבאלד איך בין נישט קיין כעמיסט, און ביאלאגיע איז אויך נישט מיין עקספערטיז, האב איך נישט איבערגעפרעגט פשר הדברים.
נאך א טעאריע איז דא: אז אויב מען קעמט (מיט א קעמל\בארשט) רעגלמעסיג די האר, פאלט עס ווייניגער ארויס.
און די אורזאך גיבן זיי אן: אז ווען מ'קעמט עס נישט, ווערן דאדורך די ווארצלען פארפוילט, און דעריבער פאלט די האר ארויס אין די מאסן. ווידעראום ווען מ'קעמט יא, כאטש עס פאלט ארויס געציילטע האר בשעת מעשה, פרישט עס אבער אויף דארט אויבן ביי די ווארצלען, ממילא האלט עס צוריק די האָר פון א מאסיוון עוויקציע.
לויט דעם קומט אויס אז זיך אפהאלטן פון קעמען צוליב די פארכט אז עס קומט דערביי ארויס האר, איז אן אבסורד.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די טעאריע, וואס האט נישט צופיל הסבר, און עס איז גאר מעגליך אז עס איז בלויז אן אומבאגרינדעטע פאנטאזיע.
אבער דאס זעהט מען קלאר, אז אויב מען פירט זיך צו קעמען די פיאות בקביעות, רייסט זיך דערביי ארויס ווייניגער האר. וההיפך בהיפך.

מיין פיאות ווערט דינער - יעזרו
אין די לעצטע שטיק צייט ווערט מיין פיאות דינער עס פאלט אפט ארויס האר, אלזא ווער עס האט סיי וועלכע עצה/עקספיריענס זאל ביטע העלפן.
- טיכטיגער
- שר האלף
- תגובות: 1958
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
- לאקאציע: אין עולם הדמיון
- פארבינד זיך:
האר וואס פאלט ארויס
רבותי איך דריי מיך ארום דא אויפן וועלטל צו זוכן אן עצה אז מיינע האר זאלן שוין אויפהערן ארויספאלן אבער איך זע נישט עפעס ערנסט איך שעם זיך שוין באלד ארויסצוגיין אין גאס, איך קען שוין כמעט ציילן וויפיל האר איך האב אין א פאה ס'איז גרויסע בושות! ביטע העלפט מיר ארויס!!
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
טיכטיגער האט געשריבן:רבותי איך דריי מיך ארום דא אויפן וועלטל צו זוכן אן עצה אז מיינע האר זאלן שוין אויפהערן ארויספאלן אבער איך זע נישט עפעס ערנסט איך שעם זיך שוין באלד ארויסצוגיין אין גאס, איך קען שוין כמעט ציילן וויפיל האר איך האב אין א פאה ס'איז גרויסע בושות! ביטע העלפט מיר ארויס!!
CHECK YOUR COPPER LEVEL
(BLOOD TEST)
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:יצחקי האט געשריבן:דא שטייט עפעס א עצה אבער איך בין נישט זיכער וואס ריצין עהל (אויל) איז
castor oil. שמן קיק.
איך ווייס אז גוגל זאגט אזוי אבער ווען איך האב נאכגעקוקט דעם Wikipedia page האב איך געקליקט אויף "ריצין" איז ארויפגעקומען אז דאס איז 'ricin' גיב איך א גוגל 'ricin oil' קומט ארויף אויל'ן וואס שטייט דערויף Beard growth אדער hair growth
בין איך געווארן אומקלאר צו ער מיינט castor oil אדער ricin oil
(איך מיין אז אויב האט ער געמיינט castor oil וואלט ער געשריבן אז דאס איז שמן קיק)
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8806
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Alopecia Areata איז אן autoimmune disease, אין די מעדיקעל וועלט איז נישט דא קיין היילונג פאר אזעלכע סארט קרענק. אין די אלטערנאטיווע וועלט איז אנגענומען אז autoimmune קרענק קומען פון inflammation, און אויף דעם זענען דא אסאך זאכן וואס מ'קען פרובירן, א שטייגער ווי GAPS diet, גלוטען פרי דייעט, anti-inflammation diet, פראבייאטיקס און נאך אסאך זאכן וואס איז נישט שייך אויסצורעכנען אויף איין פוס. די 'פשוט'סטע מהלך איז אנצופאנגען מיט'ן GAPS דייעט, וואס דאס איז שוין כולל אסאך פון די אנדערע זאכן, און נאכדעם זען וואו מ'קען גיין פון דארט ווייטער.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 677
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am
איך ווייס נישט אויב דאס איז די ריכטיגע אשכול פאר מיין פראבלעם אבער איך ווייס נישט ווי יא אויב בכלל
מיין צדיק'ל איז שוין דריי יאר אלט אט אט קומט שוין ל"ג בעומר מען דארף איהם שוין אפשערן אבער עדיין לא נושענו עס איז נאך כמעט נישט דא וואס צו שערן, ווייסט איינער פון עפעס אן עצה אדער סגולה וואס זאל מאכן די האר וואקסן?