אמעריקע נעמט אויף א סייבער טשיף

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

אמעריקע נעמט אויף א סייבער טשיף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אמעריקע נעמט אויף א סייבער טשיף

בילד

וואשינגטאן - ווייסע הויז - פרעזידענט אבאמא האט אויפגענומען א נייעם שטאב הויפט וואס וועט אנפירן מיט די לאנד'ס זיכערהייט אינעם סייבערספעיס, האָוואַרד שמיט, אַ וועטעראַן אין סייבער סעקיורעטי מיט עקספיריענס אין הויכע לעוועלס פון רעגירונג און אינדוסטרי, איז אויפגענומן געווארן צו ווערן דער לאַנג-ערווארטעטער סייבער סעקיורעטי קארדינעטער אין דער נעשאנעל סעקיוריטי קאנסול, ער וועט זיין דער אויפזעהער איבער די כוחות וואס די גאווערמענט לייגט אריין צו פארזיכערן אירע אייגענע קאמפיוטער'ס, און גלייכצייטיג מיט אַרבעטן מיט קאָמפּאַניעס אויף סייבער סעקיוריטי אינעם פּריוואַטן סעקטער.

די נאמינאצע קומט אין ליכט פון א נייעם דגוש אויף דידזשיטל פארברעכנ'ס צוליב די סייבער געפאר וואס ווערט שטערקער איבער די וועלט, ווי מער טעכנעלאגיע ווערט אלץ פארגעשריטן, מענטשן האבן נישט קיין אנונג ווי אפט עס קומען פאר אַטאַקעס אויף פינאַנציעלע אינסטיטושן'ס, פיל מער אפט ווי מ'קלערט, עקספערטן שאצן פון צען ביז צוועלף מיליאן סייבער-אטאקעס אַ יאר.

די וואך איז געווען א הויפט נייעס אין וואל סטריט דזשורנאַל מיט פּרטים איבער א קאמפּיוטער אטאקע קעגן דעם פינאַנציעלן ריז 'סיטיגרופּ' וואָס האָט זיך מעגליך גענדיגט מיט די גניבה פון מיליאנען דאלער. די פירמע לייקנט אז די אטאקע האָט בכלל פאסירט, אָבער די וואל סטריט דזשורנאַל זאָגט אז די עף בי איי טוט עס אינוועסטיגעיטן און פרובירן צו פארבינדן דעם פאַרברעכן צו אַ רוסישע סייבער גענג.

די רוסן האָבן אן א צאל גאר טאלאנטפולע מומחים אין קאמפיוטער'ס, העקער'ס, קריפּטאגראפערס, מאַטאַמאַטיקער, אין פאר א שטיק צייט איז דארט שוין נישטא קיין שטאך ארבייט פאר זיי אין רוסלאַנד. און, ממילא, האבן זיך אַ סאַך פון זיי אריינגעלאזט אין די ביזנעס פון העקען, און דער הויפּט סיבה פארוואס זיי געפֿינען זיך אין די געוועזענעם סאוועיטן פארבאנד איז, דארט אין רוסלאנד איז פאר זיי ווי א מקום מקלט. זיי ווייסן קלאר אז זיי גייען נישט ווערן ארעסטירט. אַזוי, אַז ס'איז אַ שיין פאַרברעכן, א סאך געלט, אן קיין שום ריסק, ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל עס אפשטעלן.

מזמן לזמן , ווערט איינער פון זיי געכאפט. די הויפּט כלל וואס אַ העקער אין רוסלאַנד דארף געדענקן איז נישט צו נישט קיין וויקעישאן אין די מערב לענדער, ווייל אויב יא איז ער איינגעשטעלט געכאפט צו ווערן דורך די עף בי איי, אדער די ען עס עי (וואס צייכנט זיך אויס מיט מאניטירן דעם טראפיק וואס קומט אריין אין אמעריקע), די פראבלעים איז נאר אז אפילו מ'כאפט שוין איינעם, איז דא געזעצן וואס לאזן נישט אזוי גרינג זיך אריינמישן און דאס צושטערן, למשל ביי די מעשה מיט סיטיגרופ (אדער אפשר איז עס געווען א צווייטע גרויסע באנק, ס'איז נישט קלאר) איז מען שוין טיילווייז געוואר געווארן דערפון ווען עס האט נאך געהאלטן אינדערמיט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט עס צו סטאפן, און דאס אָפּצושטעלן , איז נישט גרינג, ווייל מ'האט צוטון מיט זייער פראפעסיאנעלע קרימינאַלן. וואס האָבן געהאט וואָכן, אויב נישט חדשים, צוצוגרייטן זייער אטאקע.

און באמת איז דער סכנה פיל שטערקער פון דעם, ווייל עס זענען שוין דא היינט גאנצעטע לענדער וואס זענען פיינטליך צו אמעריקע. וואס באשעפטיגן זיך מיט סייבער שפּיאנאַדזש, זיי זענען מורא'דיג סאפיסטיקירט, און זיי אינוועסטן דערין אסאך אסאך געלט, און איינער פון די פראבלעמען איז אַז עס ווערט גרינגער און גרינגער דאס צו טאָן . הערשט לעצטע וואך איז געווען אין די נייעס וועגן א אינסערדזשענט אין איראַק, וואָס האט איינגעקויפט אפאר אף-די-שעלף פראגראמ'ס און ס'איז אים געלונגען אריינצוהעקן און מיליטערישע יו-עי-ווי'ס (פיילאטלאזע פליגער'ס)...

איצט, האט די ווייסע הויז געמאלדן וועגן די נאמינאציע פון האָוואַרד שמיט, וואָס זיין דזשאב איז, אז ער איז געשטעלט צו שטיין בראש פון די אלע כוחות וואס די פארשידענע רעגירונג'ס אגענטורן לייגן אריין אין סייבער סאקיורעטי, אנגעהויבן פון די אבאמא אדמיניסטרעישאן און ווייטער, די אלע אגענטורן מיט די שמות נרדפים DOD NSA FBI DHS DOC MIL און גענדיגט מיט די לאקאלע סטעיט און סיטי גאווערמענ'ס, זיין אויפגאבע איז זיכער צומאכן אז מ'ארבייט אינאיינעם, אז דער באן זאלן פארן אויף איין וועג, און נישט יעדער וואגן זאל ווערן געצויגן דורך אן עקסטערן פערד, און דאס איז א ביטער שווערע ארבייט, וואס מ'קען מיט איין ווארט מסביר זיין 'ביוראקראטיע'.

אין די קומענדיגע פאר יאר, וויל די רעגירונג איינפירן און בויען אַ נייע סייבער סעקיורעטי קולטור וואָס וועט פאדערן די מיטוויליגקייט פון די אמעריקאנער אינדוסטרי צו אַ מאכן א שטיקל פשרה צווישן פרייוועסי און פראפיט, דורכזיכטקייט און סעקיורעטי.

אסאך מענטשן זענען אבער מסופק אויב מ'זאל געבן כח פאר די רעגירונג צו פאַרמאַכן וועבסייט'ס און קאָמפּיוטער נעטוואָרקס ווען ס'פעלט אויס, און ווי ווייט מ'זאל זיי צו געבן רשות 'לעגאַלערהייט' צו מאניטערן דעם פּריוואַטען אינטערנעט דאמעין, מענטשן טראַכטן אַז ס'איז בעסער צו לאָזן די אינטערנעט אַליין, לאָזן עס ווייטער אזוי ווי ס'איז יעצט, און די רעגירונג זאל ווייטער בלויז האבן א באגרעניצטע ראלע אין די סעקיוריטי פון די וועב, און די אינטערנעט קאמיוניטי וועט שוין געפֿינען א וועג אַרויס פון די פּראָבלעמען.

אנדערע טוען נישט צושטימען, מיט די טענה אז מ'האט שוין גענוג לאנג פרובירט צו לאזן די אינטערנעט קאמיוניטי לעזען די פּראָבלעמען.. ס'ארבייט נישט, ס'הערשט אן הפקירות, און געזעצלאזיקייט. ס'איז שוין צייט אריינצוברענגן די באהערדע, און דאס איז ווארשיינלאך די סיבה אויף די איציגע נאמינאציע.

זאל דער שומר ישרא-ל היטן אויף אונז, ווייל אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אין איין ווארט ''WOW''!

דאנט ווארי די וואס קענען נישט זעהן קיין פאזיטיווע זאך אויף אבאמא וועלן האבן קלארע ראיות אז ער וויל נאר מאכן גרויס די רעגירונג כדי דיר אונטערצודריקן, און קאנטראלירן זיינע קעגנער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בעילאוט, קענסט לאכן, איך האלט אז דאס איז א גוטע זאך, אבער איך קוק עס אן פארדעכטיגט...

די פאקט, שכח פאר די נייעס, אז מ'קוקט אן זיין פיקטשער קוקטער אויס ווי א קאמפיטער קאפ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שכח די פאקט פאר די נייעס,
ווער נאך וואו די ווייסט וואס העקן/סייבער מיינט..

בעלי, איך שטעל מיך צו צו וויכי, גוט אבער פארדעכטיגט,
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”