די קאר פענסטער ווערט ווייס נאך א שניי

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

די קאר פענסטער ווערט ווייס נאך א שניי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איז דא א עצה קעגן דעם?

(שוועמל ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול, מה דעלך סני לחברך לא תעביד).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גרויזאמער, דאס איז פון די זאלץ וואס די שטאט פארשפרייט אויף די גאסן, איין עצה איז פארהאן האלטן די ווינדאו וואשער פלוד פול, און אן עקסטערן פלעשל אין טראנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יישר כח!

איינער האט מיך געצה'ט זיך צו באנוצען מיט רעגולער "ווינדעקס" וראיתי ישועה גדולה.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
פארשטיי-נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיי-נישט »

גרויזאמער זאג מיר וואס הסאטו פון ווינדעקס, ס'העלפט דען אז און די קומענדיע שניי זאל עס נישט ווייס ווערן, איך מיין וואס איז ווינדעקס אנדערשט פון סתם וואסער פלואיט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סעיף ב': מען טאר קיינמאל נישט פארקן אינדרויסן ווען עס שנייט (ב) ביז די שניי טראקס ענדיגן פיצן. הגה: ולא רק מפני ווייל די קאר ווערט באדעקט מיט שניי, אלא פשוט שהפענסטער ווערט ווייס וזה סכנה ח"ו כשאינו יכול לראות דרך החלון.

טו"ז: (ב) ביז די שניי וכו'. ורבים חללים הפילה, שלא יודעים מיסוד זה. וסימנך גרזמיו"ת.

מחצית ההונדערטער: וסימנך גרזמיו"ת, לא ידעתי כוונתו, ובטוח אני שזה איזה רמז לאיש אחד מדורות העתידים. ואין אני יכול לכתוב יותר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גרויזאמער האט געשריבן:יישר כח!

איינער האט מיך געצה'ט זיך צו באנוצען מיט רעגולער "ווינדעקס" וראיתי ישועה גדולה.


וואס הייסט? דאס איז בעסער פון געווענליכע וואשער-פלאוד וואס יעדער אויטא האט אין באזיץ? עס ווערט נישט נאך עטליכע מינוט פארן אויפן ראוד צוריק ווייס??

פארשלאפן. בידערווייל זעה איך נאר דיין עצה.

שוועמל ;l;p- אבער איך וועל עס לאזן ביי דעם און גרויזי וועט דאס שוין שפינען ווייטער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'האב אמאל געלייענט אויף איינע פון די וואשער פלואיד פלעשלעך אינגרידיענטס אז "עס איז אמאניע פריי וועלכע טוט שעדיגן די ספעציעלע ווינדשילד פיניש" לויט דעם לערן איך ארויס אז צו נוצן ווינדעקס וועלכע טוט עפ"י רוב אנטהאלטן אמאניע איז נישט מסוגל.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווינדעקס מיט וואסער בעסער געזאגט וואסער מיט ווינדעקס איז אויך גיט נישט אז עס איז בעסער ווי וואשער פלואיד נאר אויב מען האט נישט קען מען ניצען וואסער מיט אביסל ווינדעקס אבער נישט קיין סאך ווייל די קאר וועט שמעקען פון ווינדעקס אין עס איז נישט גיט פאר ווי פענסטער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך בין יעצט געפארן קעגן די זון מיט די ווייסע פענסטער.... השם ישמרינו ויצילנו וואס פאר א סכנה דאס איז.

און וויפיל סאיז א סכנה פארן דרייווער איז עס 10 מאל אזא סכנה פאר פיסגייער, ווען די זון שיינט די קעגן ווערט די דרייווער גאווערנער פון ניו יארק.

און אפי' ביינאכט, די וויליאמסבורגע דארפסלייט פאסט נישט אזוי צו גיין מיט קיין ריפלעקטארס, און צו שארן די שנייי סיי אויפן ראוד און סיי אויפן סיידוואלק טויגן זיי אויך אויף כפרות, אין רעזולטאט פון דעם זענען קארן געפארקט אויף יעדע גאס כמעט אזויווי לעבן די בייקלעין אויף קענט, און מענטשן שפאצירן אויפן ראוד כאילו לא הי', און צו דעם אלעם איז נאך די דרייווערס פענסטער באדעקט מיט א ווייסע טישטוך אז ער דארף ארויסקוקן ווי פון די לעכער פון ווייבער שול.

טייערע אידן גיבט אכטונג!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

נעכטן אינמיטן פארן אויפן דזשערזי סעווענטין איז די קאר אויסגעלאפן פון וואשער פלאוד, האט מען זיך אפגעשטעלט ביי געז סטעשען, און זיי האבן געבעטן פאר א פרישע באטל 4.99 און די צייט וואס אין סופערמארקעט קאסט עס בערך צוויי דאלער, און נאכן געבן א צוואנציגער האבן זיי מיר נאר צירוקגעגעבן פופצן דאלער...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טריאו, דאס איז א גאנץ יאר נישט נאר ווען עס שנייט, זי טשארזשן איבער פאר אלעם פון סטיערינג פלוד ביז א קאווע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

גערעכט, איך האב געמיינט ארויסצוברענגן אז ס'לוינט זיך צו האבן אן איבריגע באטל אין קאר (אן איבריגע קאווע קען מען דאך נישט האבן...).

(אוי, איך האב פארגעסן צוצושרייבן פריער, ווען די טינקעלער האט מיר געזאגט וויפיל עס קאסט, האב איך געטראכט פון בעטן א גאלאן געז, ס'קומט דאך שוין אויס ביליגער...)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

דער ווייסקייט פונעם קאר ווינדשילד איז א משלחת וחוזרת, קיין וואשער פלועט העלפט נישט, מען פארט שנעל אויפן הייוועי און עס האלט אין איין צוריקומען, ווי דערמאנט איז עס ממש סכנת נפשות. מען קען זען קארן דרייען זיך ארום נאך א שניי, זיי קוקן אויס ווי פון לאגער ארויס. אינגאנצן באשטויבט ל"ע.

איינער קען טרעפן אויפן אינטערנעט א פלאץ ווי מען רעדט דערפון? יגעתי ולא מצאתי, גייסט מיר זאגן אז נאר אין איי וועלט ליידט מען דערפון?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
האלצ_ער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2009 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצ_ער »

3x0 האט געשריבן:

און די צייט וואס אין סופערמארקעט קאסט עס בערך צוויי דאלער

אין וואלמארט קאסט עס נישט מער ווי 53. סענטס פלאס טעקס.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

גרויזאמער האט געשריבן:דער ווייסקייט פונעם קאר ווינדשילד איז א משלחת וחוזרת, קיין וואשער פלועט העלפט נישט, מען פארט שנעל אויפן הייוועי און עס האלט אין איין צוריקומען, ווי דערמאנט איז עס ממש סכנת נפשות. מען קען זען קארן דרייען זיך ארום נאך א שניי, זיי קוקן אויס ווי פון לאגער ארויס. אינגאנצן באשטויבט ל"ע.

איינער קען טרעפן אויפן אינטערנעט א פלאץ ווי מען רעדט דערפון? יגעתי ולא מצאתי, גייסט מיר זאגן אז נאר אין איי וועלט ליידט מען דערפון?

מר. גראס
מען קען קויפן "די-אייסער" וואשער פליוד דאס לאזט אויף דעי ווייסע שטויב וואס איז געווענליך א געמיש פון זאלץ און געפרוירענע שטויב פון די שניי א.ד.ג. איך ניץ עס, פארשטייטס'ך אז ס'רייניגט אפ נאר דארט וואו די ווייפערס ווישן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

און דאס העלפט אויךף אז עס זאל נישט צוריק קומען יעדע פאר מינוט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צייטליך האט געשריבן:און דאס העלפט אויךף אז עס זאל נישט צוריק קומען יעדע פאר מינוט?

ניין, דאס קען נאר זיין ווען די קאר איז געפארקט... עס העלפט אויף אזויפיל אז געווענליכע טוען נישט אויףלאזן אויב די סחורה איז אייזיג און וועט נאך ארום ווישן, און דעיע טוט געווענליך יא אויפלאזן ממילא קען עס כאטשיג האלטן דעם פענצטער לענגער ריין,
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

טריאו זיי ציפרידען אז די האסט ציריק באקומען $15.00 פון זיי שטייט אויס ציזאגען אז די האסט נאר געגעבן א $10
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האלצ_ער האט געשריבן:אין וואלמארט קאסט עס נישט מער ווי 53. סענטס פלאס טעקס.

איז דאך שוין ביליגער ווי א גאלאן וואסער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

בין איך משוגע? אדער כאפ איך נישט עפעס? אדער האט גרויזי נאכאמאל געמאכט פורים פון מיר?

די ווייסקייט קומט דאך צוריק פון די רעדל פון די קאר אין פארנט פון דיר, וואס שפריצט ארויף פרישע זאלץ מיט שניי אויף דיין ווינטשיעלד, סאו וויאזוי איז שייך א בעסערע זאך ווי האלטן אין איין אפוואשען נאכאמאל און נאכאמאל?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”