וויאזוי צו רעדאצירן קאלעסטראל און טרייגליסהייטס

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

וויאזוי צו רעדאצירן קאלעסטראל און טרייגליסהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב לעצטענס געהאט צוטוען מיט מיין מאגן. און איך ניץ יעצט א דאקטאר (וואלפסאן) מיין פארבלעם מיט מיין מאגן איז שוין ב"ה פיין, אבער נאך א בלוט-טעסט האט ער געזעהן אז איך האב הויכע קאלעסטעראל.

די וואך האט ער געמאכט נאך א בלוט טעסט און ער זאגט מיר היינט אז מיין קאלעסטראל איז פיין (195) אבער מיין טרייגליסהייט (כ'ווייס נאכנישט פונקט וואס דאס איז) איז הויעך. 255 ווען עס דארף זיין אינטער 150.

מיין פראגע איז וואס העלפט אז די טרייגליסהייט זאל אראפגיין און אזוי אויך איבער די קאלעסטעראל (195 איז נישט צו גוט)

דער דאקטאר זאגט מיר בעיקר אז איך זאל נישט עסן קיין געפרייטע (געפרעגעלטע) זאכן, ווייניג סטארטש און נישט קיינע זיסע זאכן.

וואס ווייסט איר דערוועגן?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

לויט דיין דאקטער טארסטו גארנישט עסן.
נישט פעט און נישט סטארטש. גערעכט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הייב אהן אויסצוהערן די שיעורים פון הרב מייזליש אויף קול מבשר, ער וועט דיר עפענען די אויגן.

(איך געדענק נישט פונקטליך יעצט וועלכע שיעור ער איז מסביר וואס איז דאס טרייגליסערייטס.)
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די עצה איז עקסערסייז און טרינקן וואסער...

פארשטייצעך אז עסן ווייניגער דאונאט'ס איז געזונטער, אבער נישט גענוג, טרינקן וואסער (לכתחילה נישט קאלטע) און מאכן עקסערסייז העלפט פאר אלעם!!! אריינגערעכנט מאגן פראבלעמען.

נישט עסן שפעיט, און גוט צוקייען די עסן, און נאך זאכן איז סתם אזוי געזונט, און גוט פאר די מאגן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

סתם. מיין דאקטאר האט מיר געזאגט איך זאל פארמינערען געפרעגעלטע זאכן און סטארטש און זיסקייטן.

תרנגול. פאר סאם ריזן וויל נישט אויסהערן רב מייזליש, איך האלט אום נישט פאר קיין דאקטאר. ער איז מחולק מיט אלע געלערענטע דאקטוירים בלויז ווייל ער האט געליינט אין א ביכל איבער א קעגענדיגער סטאטיסטיק.

וויכי, יישר כח.
דער אמת אזי אז עס גייט צונאזאם מיט אפפאלן פונט. עקסערסייז מיט אסאך וואסער מיסתמא דארף טאקע העלפן אסאך דערצו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

נו אז אין די קרעטשמע געפונען זיך דאקטוירים אויך אפשר קען מען מיך אויך העלפן. מיין דאקטער זאגט מיר אז די HDL איז אביסל צו נידריג. נו וויל איך פרעגן דא די מומחם וואס זאל איך טון אז די HDL זאל צוריק ארויף גיין
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די HDL איז נידעריג איז אויך א פראבלעם, און די עצה איז דוקה נאר עקסערסייז. (אין צייטליך'ס פאל, ווען די LDL איז הויעך, איז נישט עסן פעט אויך גוט, אבער דא איז עקסערסייז לכוראה די איינציגסטע עצה, נאך מעדיקעישן, וואס דו ווילסט געוויס אויסמיידן.)

אינ'אמת'ן אריין, דארף מען דא געבן א שיעור אין קאלעסטעראל, אבער איך בין נישט קיין דאקטאר, סאו איך קען נישט נעמען קיין אחראיות...

איין זאך איז וויכטיג צו וויסן, אז דער עיקר איז די "רעישיאו", ד.מ. וויפיל גוטע קאלעסטעראל ס'איז דא קעגן די שלעכטע, אויב איז ביידע הויעך, אדער נידעריג, איז נישט אזוי געפערליך, (ס'איז נישט גוט, אבער נישט געפערליך..) אבער אויב די שלעכטע איז הויעך, און די גוטע נישט, אדער די גוטע נידעריג, און די הויעכע נישט, אדער ח"ו די שלעכטע איז הויך, און די גוטע נידעריג, דעמאלטס איז זייער נישט גוט...

וויזוי קענט איר וויסן צו אייער קאלעסטעראל איז גוט, צו נישט?

דא האט איר א טעקסט וואס איך האב באקומען...

Save a Life - YOUR OWN ! Free heart & Cholesterol Screening men or women tomorrow Thursday 1pm to 5pm at ParCare, 445 Park Av. (Kent & Franklin) No appointment!

איך האב נישט קיין שום נגיעה איר זאל גיין... נאר איך זעה דערין א השגחה פרטית, פונקט פרעגט צייטליך, און פונקט קריג איך א טעקסט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

צייטליך האסט געגעבן אזא מאך אוועק הרב מייזעלס אזוי כלאחר יד אין איך האלט אז דעיס איז געווען שלא מן היושר,
ר' הערשל מייזעלס איז באמת א שטודירטער מענטש אין איז שטארק אויסגעקאכט אין די מעדיצינישע פעלד אין ער גייט נאך סטאדיס אין סטאטיסטיקס מער ווי פיל דאקטארים,
אין דעיס מאכט נישט אוועק קיין דאקטרים, א דאקטער האט געספענט זיינע צען יאהר זיך צו לערנען אין דערנאך איז ער ביזי א גאנצען טאג פראקטעצירן וואס ער האט געלערענט אין פרובירן צו מאכן ווי מער געלט צו באצאלען זיינע קאלעדזש לאונס אין זיינע טייערע אינשורענס, ווען עס קימט ארויס א פרישע מעדיצינישע סטאדי האט ער נישט די צייט נאכצוגיין וויאזוי אין פון ווי מען האט געצויגען די מסקנות אין ער טוט דאס יא,
ער האט שוין אסאך מאל אויפגעוויזען אז נישט אלעס וואס די עמטליכע העלט דעפארטמענט זאגט איז תורת אמת אין טרענס פעט יוכיח, ער האט שוין געהאקט אויף טרענס פעט אין די צייט ווען אלע עמטליכע מעדיצינישע ארגענאזאציעס האבען גאר געהאלטען אז דאס איז גאר די געזינסטע פעטענס אין די נאטורליכע פעטנס איז גאר די שעדליכע אין היינט צוטאגס איז שוין כמעט איבעראל טרענס פעט חזיר טריף!
אין די זעלבע איז געווען א תקופה ווען ער האט גערעד איבער די וויכטיקייט פון וויטאמין D האט ער געזאגט אז די סארט טעסט וואס רוב דאקטוירים נעמען צו מעסטען די וויטאמין D שטאפעל איז נישט די ריכטיגע אין מען זאל פארלאנגען דירעקט פונם דאקטער אז ער זאל נעמען אן אנדערע סארט טעסט, דעמאלדס זענען אסאך פון די דאקארים געווארן גערעגט אויף אים ווען אסאך וויליאמסבורגע מאמעס זענען געקומען מיט די קינדער אז מען זאל איבערמאכן די טעסט אין סאיז זייער פארשטענדליך די רעגעניש, אמער איך בין דער דאקטער אין די ווילסט מיר זאגען וואס צו טוהן? היינט איז שוין כמעט איבעראל אנגענומען נאר די טעסט וואס ער וויל,
אין איך וועל אייך דערציילען א אינטרעסאנטע זאך, איך בין געווען אמאל ביי א גרויסן דאקטער וואס אין א געוויסען פעלד איז ער פון די גאר גרויסע - מיטאמאל אינשארענס נעמט ער בלויז קעש- האט ער אינמיטען א שמועס טאקע איבער וויטאמין D פארציילט וואס ער האט גערעד איבער דעים מיט ראביי מייזעלס! זעהנדיג ווי איך קוק אים אן ווי פון די לבנה פרעגט ער מיך די הערסט נישט אויס זיינע לעקטשערס? איך האב געהערט אז ער גיט לעקטשערס אין יודיש, האב איך אים דעמאלטס געפרעגט וואס ער זאגט איבער אים, זאגט ער מיך "ער ווייסט אסאך".

אז דו האסט געזאגט אז די הערסט אים נישט אויס וועט אפשר זיין אינטרעסאנט אז די לעצטע צוויי שיעורים רעד ער טאקע פונקט פון טרייגליסערייד אין קאלעסטעראל!
אויב הערסט אים נישט אויס גיווענטליך וועט עס אבער יעצט זיכער דיר נישט שאטען אויסצוהערן ווען סאיז פונקט א זאך וואס איז דיר נוגיע, די וועסט באקומען א געוואלד מיט אינפערמאציע,
ס'איז שיעור 53 אין 54 הער עס אויס ותמצה נחת, גאראנטירט.

נ.ב הער קודם 53 אין דערנאך 54
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח וואדקע. האסט מיך איבערגערעדט און איך וועל עס אי"ה אויסהערן.

מיין עיקר טענה איז אז ער מאכט אוועק יארן שטודירטע דאקטוירים אלעס פון זיינע סטאטיסטיק'ס. פאר סאם ריזן איז מיר באקוועמער צו גלייבן דאקטוירים מער ווי זיינע סטאטיסטיק'ס און ביכער וואס ער האט געלייינט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך בין א גרויסע הערשל מייזליש פען. אבער פון זיין לעצטע (54) שיעור בין איך געווען אביסל אנטוישט. ער רעדט דארט זייער סארקאסטיש און אגרעסיוו. ער וואלט זיך געמעגט אביסל איינהאלטן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז דא א אשכול וועגן ר' הערשל מייזליש, אבער אז מ'רעדט שוין פונעם, ער האט געוויסע פוינטס, אבער ער איז א געפערליכע מגזם.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וויכי, אויב מעגליך. זיי אביסל מסביר וואס איז דאס HDL מיט LDL (איך ווייס נאר פון DHL..) און וויאזוי מעסט מען די גוטע קאלעסטעראל קעגן די נישט גוטע. מיין דאקטאר האט מיר נישט דערמאנט סיי וועלעכער חילוק צווישן די צוויי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

ערט דיר נאר געזאגט אז דיין טאטעל קאלעסטעראל איז הויעך? אויב דאס איז די משעה איז עס בכלל נישט געפערליך.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

טרייגליסערייטס איז א טיפ פון פעט אזוי ווי קאלעסטארעל וואס צוגייט נישט אין די בלוט נאר ווערט אוועקגעלייגט אין די בלוט פאר ענערגיע, אויב איז פארהאן צו סאך דערפון קען איז צוברענגן צו פארשידענע קרענק ר"ל, די עצה אראפצוברענגן די טרייגליסערייטס איז צו פירן א געזונט לעבן, וואס אין קורצן באשטייט פון:
> עסן ווייניגער (שניידן די מאס פון קאלעריעס)
> עסן געזונטע עסן (גאנצע גרעינס, געזונטע פעט (אמאוגא-3), מער פרישע אין גאנצע עסן (ווייניגער געפראסעסט), אסאך פרוכט אין גרינצייג, פרישע ניס, פראוטעין (מיט א מאס), טרינקען וואסער כסדר)
> נישט עסן בכלל אדער על כל פנים אראפשניידן וויפיל מען קען פון שעדליכע עסן (טרענס-פעט, אסאך סעטושרעטעט פעט, אסאך זאלץ, אסאך צוקער, נישט נאטורליכע אינגרידיענטס ווי ארטעפישיל פלעיווארס קאלארינג וכדו', ווייסע מעל פראדוקטן)
> מאכן טעגליכע איבונגען

א גוטע וועב-זייטל נאכצוקוקן סיי וועלכע מעדיקעיל אישוס איז:
http://www.mayoclinic.com
http://www.webmd.com

מער וועגן טרייגליסערייטס
http://www.mayoclinic.com/health/triglycerides/CL00015

פאר ר' הערשל מייזליש קומט זיך א גרויסן יישר כוח פארן אויפוועקן דעם עולם בנוגע עסן געזונט
למעשה אבער ארבעט ער מיט א שיטה וואס איז נישט אנגענומען אין אלגעמיין, די LOW CARB שיטה איז א דייעט שיטה וואס איז נישט קיין שביל הישר פונקט ווי LOW FAT אדער LOW SUGAR דייעטע פראגראמען, ער האט נישט קיין שום דיגרי אין ער מאכט נישט קיין שום שטודיעס נאכצופארשטן זיינע זיכערע מאמרים.

ווער עס וועט נאר נעמען די מיה צו ליינען אביסל וועגן געזונט וועט זען אז כמעט רובן של דאקטוירים אדער נוטרישאניסט האלטן אז עסן אסאך סעטושרעטעט פעט אין\אדער פראוטעין איז זייער שעדליך פארן גוף (משא"כ ר' הערשל האלט אז מען זאל עסן וואס מער פון די צוויי) ודי בזה!

עס איז לעצטנס ארויסגעקומען זייער א געשמאק ספר וועגן געזונטהייט אין יודיש (איבערגעדרוקט פון חיים בריאים כהלכה) די נאמען איז: א געזונט לעבן פון הרב יחזקאל אסחייק וואס איז באצירט אויף די היינטיגע רעקאמענדירונגען אין ווי אויך אויפן רמב"ם.

לתועלת הענין וועל איך אריינקאפירן די דייעט וויאזוי צו פירן א געזונט לעבן פונעם בארימטן דר. ענדרוי ווייל:
http://www.drweil.com

The Optimum Diet
Dr. Andrew Weil

Ever wonder what the optimum diet is all about? In this article, I break down each component of an optimum diet to explain how, why and how much you should include supporting optimum health

The Optimum diet should
Supply all of your needs for calories, macronutrients, and micronutrients
Support general health throughout life and maximize longevity
Provide the pleasure your expect from eating
Promote social interaction and reinforce your personal and cultural identity

General Characteristics of the Optimum Diet
• Variety. Cover all nutritional bases and minimize the intake of any harmful elements in foods.
• Freshness. The higher the percentage of fresh foods in the diet the better.
• Unprocessed foods. The lower the percentage of processed foods in the diet the better.
• Abundance in fruits and vegetables. The more fruits and vegetables you eat the more protective phytochemicals you take in.

Calories
Depending on gender, body size, and activity level, most adults need to consume between 2,000 and 3,000 calories a day. Women, and smaller and less active people, need fewer calories; men and bigger and more active people need more. If you are eating the appropriate number of calories and not varying your activity, your weight should not fluctuate greatly. The recommended distribution of calories is: 50 to 60 percent from carbohydrates, 30 percent from fat, and 10 to 20 percent from protein.

Macro-Nutrients= Carbohydrate, Fat, Protein

Carbohydrate
Adult women should eat about 225 to 270 grams of carbohydrates a day, while men should eat about 288 to 345 grams. The majority of this should be in the form of whole, unprocessed foods with a low (i.e., below 60) glycemic index and everyone should try to eat some low-GI carbohydrate with each meal (whole grains, beans, vegetables, and non-tropical fruits). If you eat high-GI carbohydrates, try to include them in meals that also contain some low-GI foods. Try to reduce your consumption of foods made with wheat flour and sugar and increase your consumption of beans and legumes.

Fat
On a 2,000-calorie-a-day diet, 600 calories can come from fat, which is, about 67 grams. Ideally, this should be in a ratio of 1:2:1 of saturated to monounsaturated to polyunsaturated fat, meaning that no more than 100 calories should come from saturated fat. You should reduce saturated fat by eating less butter, cream, cheese, and other full-fat dairy products, unskinned chicken, fatty meats, and products made with palm and coconut oil. Use olive oil as your principal oil in cooking. Limit your consumption of polyunsaturated vegetable oils such as safflower, sunflower, corn, sesame. (The Polyunsaturated fat in your diet should have a ration of omega-6 to omega-3 fatty acids in the range of 2-4 to 1) and avoid margarine, vegetable shortening, and all products made with partially hydrogenated oils. Also avoid fried foods in restaurants, especially fast-food restaurants. Be sure to eat sources of omega-3 fats: oily fish, fortified eggs, soy foods, walnuts, flax, and hemp seeds.

Protein
Your daily intake should be between 50 and 100 grams on a 2,000-calorie-a-day diet. Eat less protein if you have liver or kidney problems, allergies, or an autoimmune disease. Eat more vegetable protein, especially from beans, in general, and soybeans, in particular, and less animal protein, except for fish and reduced-fat dairy products. Avoid protein supplements.


Micro-Nutrients= Vitamins, Minerals
Vitamins and Minerals
Eating a diet high in fresh foods with plenty of fruits and vegetables will provide most of the micronutrients you need. In addition, depending upon your personal needs, you may also benefit from adding vitamins minerals and herbs into your daily intake. I recommend supplementing the diet with the following:
• Vitamin C, 100 mg twice a day
• Vitamin E, 400 to 800 IU of a natural form (d-alpha-tocopherol together with other tocopherols)
• Selenium, 200 mcg of a yeast-bound form
• (Vitamin A) Mixed Carotenoids, 25,000 IU
• B-Complex vitamin providing at least 400 mcg of folic acid
• Calcium, 1200 to 1500 mg as calcium carbonate (for those under age 65) or calcium citrate (for those age 65 and over)


Fiber, Protective Phytochemicals

Fiber
The optimum diet should provide 40 grams of fiber a day. You can achieve this by increasing your consumption of fruits (especially berries), vegetables (especially beans), and whole grains. Ready-made cereals can be good fiber sources, but read labels to make sure they give you at least 4, and preferably 5, grams of bran per one-ounce serving.

Protective Phytochemicals
To get the maximum natural protection against cancer, degenerative diseases, and environmental toxicity, eat a variety of fruits, vegetables, and mushrooms, and drink tea, especially green tea.

Water
Try to drink six to eight glasses of pure water a day or drinks that are mostly water (tea, very diluted fruit juice, sparkling water with lemon). Use bottled water or get a home water purifier if your tap water tastes of chlorine or other contaminants or if you live in an area where the water is suspected of being contaminated. I recommend that you drink tea regularly for its antioxidant effects, especially green tea. Decaffeinated forms are available.

If you drink alcohol, red wine is probably the best choice because of the antioxidant effect of the red pigments. I do not recommend using any form of alcohol excessively or on a daily basis.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גרויסן דאנק אייניקעל פונעם כהן גדול פאר אייערע ערקלערונגען און אינפארמאציע. און א עקסטערן דאנק פאר די נאכפאלגענדע לינקס. האב איך שוין וואס צו ליינען און ווי צו שטאדירן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צייטליך האט געשריבן:דער אמת אזי אז עס גייט צונאזאם מיט אפפאלן פונט. עקסערסייז מיט אסאך וואסער מיסתמא דארף טאקע העלפן אסאך דערצו.

פארוואס קלערט איר אז עקסערסייז האט עפעס א שייכות מיט פארלירן פונט'ן?

צייטליך האט געשריבן:א גרויסן דאנק אייניקעל פונעם כהן גדול פאר אייערע ערקלערונגען און אינפארמאציע. און א עקסטערן דאנק פאר די נאכפאלגענדע לינקס. האב איך שוין וואס צו ליינען און ווי צו שטאדירן.

אויב זוכט איר וואס צו שטודירן דאן באקוקט דעם וודעא וועט איר געוואר ווערן אז איבערוואגיקייט קומט נישט פון זיך איבערעסן אדער מאכן ווייניג עקסערסייז! http://www.dhslides.org/mgr/mgr060509f/f.htm
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

ערשטנס: הרב צייטליך, ביודעי ומכירי קאמינא, טרייגליסערייטס רוקט זיך אראפ אין נאו טיים, אויב סטאפט מען קארבס. אויב עס איז הויעך, איז עס א פרידייביטיס סימן, און אויך הארץ-אטאקעס פארשנעלערונג. עס איז א נישט געזונטע פעטס ארום די לעבער, און די לעבער קען ווערן גערונד פון דעם.

צווייטנס:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'איז דא א אשכול וועגן ר' הערשל מייזליש, אבער אז מ'רעדט שוין פונעם, ער האט געוויסע פוינטס, אבער ער איז א געפערליכע מגזם.

הרב וויכטיג מאכער, כ'וויל נישט אריינגיין מיט דיר אין קיין וויכוחים, עס וועט נאך אויסזען ווי די וויכוחים איבער די אלע סייעקייטריס למיניהם, וואס דארט בין איך גראדע מיט דיר כמעט אויף איין מיינונג. אבער דא אינטערסירט מיך נישט אז עס זאל אזוי אויסקוקן, עס וועט נישט ברענגן גארנישט לצדי, און אויך נישט לצדך. פרוביר הערן וואס איך שרייב, און אז דו ווילסט האלטן אנדערש, טו ווי דו פארשטייסט.

דו ביסט מודה אז ער האט 'געוויסע' פוינטס, יא. אבער צו דעם שרייבסטו: ער איז א געפערליכער מגזם. דאס מיינט אזוי, ער העלפט מענטשן'ס געזונט, אבער ער טרייבט איבער, דאס מיינט אז???? ער מאכט מענטשן נישט געזונט??? ער איז צופיל מחמיר אין געזונט??? ער מאכט קראנק מענטשן??? וואס הייסט מגזם אין אזא פאל? מ'רעדט דא פון לעבן און טויט, (ווי הרב דאנציגער שרייבט אינ'ם דערנעבנדיגען אשכול) און דו שרייבסט אזא סתירה'דיגע סטעטמענט, אזש די האר קען זיך אויפשטעלן.

ביז דא איז עטוואס ציניש, אבער רעאליסטיש, דו האסט אים פרובירט? דו האסט געזען אז ער איז מגזם? פון וואנעט ווייסטו אז ער האט נאר געוויסע פוינטס? אפשר האט ער גאר שטארקע פוינטס, און ער איז גארנישט קיין בעל מגזם? ביסטו געקומען און געשאסן א סטעיטמענט, קומט א איד דא, וואס מוטשעט זיך צו גיין אויף זיין דייעט, (יא כ'בין מודה, עס איז נישט די גרינגסטע זאך, שטארק אפגעפרעגט, מ'קען נישט עסן ביי קיין מסיבות און וואכנאכטס, וכו' וכו' כו') זיך צו האלטן געזונט. קומט דער גרויסער וויכטיג מאכער, נע, רוק אריין א מזונות ראל, איי יענער קען זיך הרג'ענען דערמיט? נו, מייזליש איז שולדיג, זאל ער נישט זיין קיין בעל מגזם. וואס האסטו געטראכט פאר דו האסט געשריבן אט די שורות? דו נעמסט טאקע אחריות אויף א אידס לעבן? אפשר טוסטו מינימום אזופיל ריסערטש ווי הרב מייזליש, און דאן הויב אן זאגן א מיינונג צי ער איז א בעל מגזם צי נישט.

דריטנס
אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:די עצה אראפצוברענגן די טרייגליסערייטס איז צו פירן א געזונט לעבן, וואס אין קורצן באשטייט פון:
> עסן ווייניגער (שניידן די מאס פון קאלעריעס)
> עסן געזונטע עסן (גאנצע גרעינס, געזונטע פעט (אמאוגא-3), מער פרישע אין גאנצע עסן (ווייניגער געפראסעסט), אסאך פרוכט אין גרינצייג, פרישע ניס, פראוטעין (מיט א מאס), טרינקען וואסער כסדר)
> נישט עסן בכלל אדער על כל פנים אראפשניידן וויפיל מען קען פון שעדליכע עסן (טרענס-פעט, אסאך סעטושרעטעט פעט, אסאך זאלץ, אסאך צוקער, נישט נאטורליכע אינגרידיענטס ווי ארטעפישיל פלעיווארס קאלארינג וכדו', ווייסע מעל פראדוקטן)
> מאכן טעגליכע איבונגען


דו האסט דאס אויספרובירט, אדער גענומען פון די מקורות וואס דו ברענגסט ווייטער? איך האב אויספרובירט, איך האב נישט געשניטן 'גארנישט' קיין סעטושרעטעד פעטס, אדרבה צוגעלייגט אסאך אסאך, און נאר געסטאפט קארבס, און די טרייגליסערייטס איז אראפ. אלזא, שרייב נישט קיין דרשות, ברענג איינעם וואס זיין טרייגליסערייטס איז אראפ מיט אזא דיעטע, אן מעדיצין.

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:פאר ר' הערשל מייזליש קומט זיך א גרויסן יישר כוח פארן אויפוועקן דעם עולם בנוגע עסן געזונט
למעשה אבער ארבעט ער מיט א שיטה וואס איז נישט אנגענומען אין אלגעמיין, די LOW CARB שיטה איז א דייעט שיטה וואס איז נישט קיין שביל הישר פונקט ווי LOW FAT אדער LOW SUGAR דייעטע פראגראמען, ער האט נישט קיין שום דיגרי אין ער מאכט נישט קיין שום שטודיעס נאכצופארשטן זיינע זיכערע מאמרים.

ווער עס וועט נאר נעמען די מיה צו ליינען אביסל וועגן געזונט וועט זען אז כמעט רובן של דאקטוירים אדער נוטרישאניסט האלטן אז עסן אסאך סעטושרעטעט פעט אין\אדער פראוטעין איז זייער שעדליך פארן גוף (משא"כ ר' הערשל האלט אז מען זאל עסן וואס מער פון די צוויי) ודי בזה!


קודם, א יישר כוח פאר'ן געבן א יישר כוח פאר הרב מייזליש, אבער פארוואס שרייבסטו אבער אז ער ארבעט מיט א שיטה וואס איז נישט אנגענומען אין אלגעמיין? און וואס איז דיין ראי' אז דאס איז נישט קיין שביל הישר? די גמרא איז נישט גענוג באגלייבט אז בשר שמן שאַדט נישט צו גארנישט? וויאזוי וואגסטו זיך צו שרייבן מיט א קאלטבלוטיגקייט: "ער האט נישט קיין שום דיגרי אין (און ) ער מאכט נישט קיין שום שטודיעס נאכצופארשטן זיינע זיכערע מאמרים" געשאסן א סטעיטמענט, ס'איז ביי מיר זיכער אז דו האסט אים קיינמאל נישט געהערט, נישט ממש קיינמאל, אבער כמעט קיינמאל זיכער, ווער ס'האט אים שוין געהערט מער ווי 2 אדער 3 מאל ווייסט צו זאגן איבער זיינע שטודיעס אויף אלע זיינע מאמרים.

און די ראי' פון "כמעט רובן של דאקטוירים אדער נוטרישאניסט" שתי תשובות בדבר, 1) מאי חזי אז זיי זענען מער גערעכט? מיין בלוט-ארבעט צייגט אנדערש. און אגב זאגט די גמרא אויך אזוי, סיי 'בשר' און סיי 'שמן'. 2) ווען האסטו דאס לעצטענס געהערט פון רוב דאקטורים? לעצטענס וויפיל איך הער פון וועלכע דאקטאר, הערט מען אז מ'זאל ווי ווייניגער עסן קארבס, ענדערש פראוטין און וועדזשטעבלס. זיי זאגן טאקע נאכנישט אזוי ברייט ווי הרב מייזליש איבער פראוטין און פעטס, אבער זיי זענען אויפן וועג. אויסערדעם וואס אסאך אסאך דאקטוירים זאגן קלאר פאר פאציענטען (באוזני שמעתי פון צוויי גרויסע דאקטוירים, וואס האבן אמאל געהאלטן קלאר אנדערש, און עקספיריענס האט געטוישט זייער מיינונג.) אז עטקניס דיעטא איז דאס געזונטסטע פאר'ן גוף וואס איז נאר שייך.

ממילא, שיסט ביטע נישט קיין סטעטמענסט, בפרט ווען מ'רעדט דא פון א איד וואס האט 'אזעלכע' הויכע טרייגליסערייטס השם ירחם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ייש''כ יז בתמוז נישט געקענט שרייבן בעסער ס'דערקענט זיך אז ס'איז דברים היוצאים מן הלב ומן השכל ומן העקספיריענס !you are the best
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

יז בתמוז איך וואלט דיר געברענגט פון טויזענטער דאקטוירים וואס זענען מסכים צו וואס כ'האב געשריבן אבל דא עקא כ'האב מורא אז וועם כ'וועל ברענגן וועסטו תיכף פסל'ען אלץ איינער וואס ווייסט נישט וואס ער רעדט ס'טייטש ער איז דאך נישט אינפארמירט אזוי ווייט ווי הרב מייזליש, אדרבה שפרינג אריבער צו גאוגל אין מאך דיין אייגענער ריסורטש אויף
excess protein consumption
אין
high saturated fat intake

אין וואס טוט זיך מיט די הויכע סאדיום לעוועלס, נייטרעט אין צופיל אמאגע-6 וואס קומט מיט א דייעט וואס איז הויך אין אסאך פראטעין אין סעטושרעטעט פעט.

לשיטתך איז די רוב מנין ובנין פון די מעדיקעיל וועלט אדער אראפ פון זינען אדער געפערליך צוריקגעבליבן ורק הרב מייזליש איז דער וואס שטייט אין שפיטץ פון א סעריע פון פאלש-פרוב שטודיעס אין ווייסט דעם אמת, איך מיין וואס דארף מען מער פון דעם וואס ער אליין זאגט אז ס'איז ברור ונכון.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן: אדרבה שפרינג אריבער צו גאוגל אין מאך דיין אייגענער ריסורטש אויף
excess protein consumption אין high saturated fat intake
אדרבה שפרינג אריבער צו גוגל און מאך דיין אייגענער ריסורטש אויף saturated fat good
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

כ'גיי נישט אריינגיין צו ענפערן זאכן וואס איך האב שוין גענפערט, מיין בלוט-ווארק איז מיין שטערקסטע ראי'.

אבער וואס דו פרעגסט וועגן אמעגא-6, איז וויפיל איך ווייס, עסט דער וואס עסט נישט מער פראוטין, נאך אזויפיל אומעגא-6, ווי דער וואס עסט מער פראוטין. חוץ מזה, ראט הרב מייזליש צו נעמען אומעגא-3, וואס דאן שאדט נישט די אומעגא-6. קען זיין איך האב א טעות, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

אייניקל, איך האב פאר דיר איין עצה, הער אים צו, און דערנאך וועלן מיר הערן דיינע טענות און דיינע אנאליזן אויף מיינע ווערטער לשיטתי.

אופס, פארשער האט שוין אריינגעהאקט, אבער שאדט נישט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

י"ז בתמוז, איך שטיי און איך שטוין וויזוי איך ווער אטאקירט פאר גארנישט.

דו ווייסט נישט וויפיל ריסוירטש איז האב געמאכט, דו ווייסט נישט מיין מקור, דו לייגסט אריין ווערטער אין מיינע ווערטער... ס'קוקט מיר אויס וואו דו האסט א אדזשענדע, סאו זיי נישט בייז, איך גיי מיט דיר נישט אריינגיין אין קיין דעבאטע, איך פלאן נישט צו שטערן דיין אדזשענדע.

פאר ווער ס'וויל וויסן וואס ס'מיינט אז ער איז א מגזם, וועל איך געבן צו פארשטיין, למשל, ער האט א דרשה וועגן ווייטאמין די, ער איז זייער גערעכט, און מ'דארפעס האבן, אבער ער זאגט דארט א נאמבער, איך געדענק נישט אויף די מינוט וויפיל, אבער עפעס א נאמבער וויפיל מ'זאל נעמען.

איך בין געגאנגען צו א דאקטער וואס שרייט שוין 27 יאר די זעלבע זאכן וואס הרב מייזליש האט "אויסגעטראפן" די לעצטע פאר יאר, איך האב עם געזאגט אז איינער שרייט שוין ענדליך הויעך וואס ער זאגט, איך האב אים אנגעצינדן די דרשה, און איך האב איבערגעטייטשט יעדעס ווארט, ער האט געזאגט אז ער זאגט זייער גוט, אבער די נאמבער'ס זענען זייער איבערגעטריבן.

יענער דאקטער איז לייסענסד פאר 30 יאר, זיין טאטע איז שוין יאאאארן פארדעם, און וואונדערליך, מיינע, מיין טאטע'ס מאמע'ס שווער'ס בלוד טעסט ווייזט בעסער נאכן גיין צו עם, און פאלגן... און יענער דאקטער זאגט אז ער איז א מגזם!!!

ניין, ער זאגט נישט, און איך האב נישט געזאגט אז מ'זאל גיין האקן פיצא, אדער ראלל'ס, ער זאגט אז ער האט א פוינט, און כדי צו זיין קלאר, ער האט שטארקע פוינט'ס, אבער ער טרייבט נאך אלץ איבער, און יא, מ'טאר זיך נישט אווערדאוזען מיט קיין ווייטאמין די, און נישט מיט קיין קעלסיום, און אנדערע ווייטאמין'ס, סאו איבער טרייבן איז נישט גוט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וויכי, וואו ווייט איך ווייס האט ער נישט געגעבן קיין דאוסעס אויף ווייטעמין D. ערט געזאגט וויפיל די לעוועל דארף זיין, און מען זאל אלייןס טשעקן וויפיל מען דארף איינעמען ווייל יעדע מענטש איז אנדערש.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויב געדענק איך גוט, האט ער יא געזאגט.

עניוועי, יענער דאקטער האט עם אויסגעהערט, און ער זאגט אז ער איז א מגזם, און יענער האט אויך געזאגט אז ער האט א פוינט... סאו דו קענסט אפמאכן עם צו פאלגן, איך האב אפגעמאכט ענדערש צו פאלגן א דאקטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב ממש די וואך אויסגעהערט נאכאמאל זיין ווייטעמין D שיעור, און ער זאגט נישט קיין נאמבערס. ער האט יא געזאגט אז איינער האט געדארפט נעמען 100,000 IU ווייל זיין שטאפל איז געווען כמעט 0. אבער ער אלייןס האט געזאגט אז דאס איז א משוגענע הויעכע נאמבער וואס קיינער זאל בשום אופן נישט נעמען.

(אפשר ריקט מען אריבער די לעצטע פאר תגובות אין זיין אשכול?)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”