ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

ברוך דיין האמת.

ווי אלט איז ער געווען?
קינדער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אין 53 איז דא צוויי ניחום אבלים צעטלעך, איינס נאר פון אשת ר' חיים דוד זעט אויס פון די היגע קהלה, און ס'איז דא א צעטל מיט ר' שלמה שמש'נס שריפט וואו ס'איז אויסגערעכנט ברידער מיט קינדער איך געדענק נישט די נעמען, אבער כ'געדענק אז ס'איז דא קינדער.
ער איז לכאורה אלט געווען ארום זעכציג (מער ווייניגער)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

איך געדענק אים גוט, געווען נעבעך א דטארקער בעל יסורים, און געקענט לערנען א געוואלד.

ער פלעגט כסדר בעטן "א דאללער פאר צדקה"..

איך בין אויך געווען ביי זיין לוי' דעם פארגאנגענעם פרייטאג.

און יא, ער האט איבער געלאזט קימדער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

בד"ה האשה אשת ר' יוסף מרדכי הלוי יאקאבאוויטש מוומ"ס (אחי ר' משה ארי').
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובה דורך קבל את האמת »

וואס איז איר משפחה נאמען ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

lebediger berel האט געשריבן:עס איז נפטר געווארן אין מאנסי א איד א תלמיד חכם מופלג (כ'האב אים פונאנדערגעשיידט געקענט אינגערהייט)ר' אברהם יעקב ב"ר אלטר פישער ע"ה ער האט געהאט א שווער קורץ לעבן, און איז געווען א חלוש המזג מנעוריו.
זיין שוואגער יבלח"ט איז ר' חיים דוד לויפער פון די ראשי קהלה דא אין סאטמאר ב"פ, און זיין ברודער איז ר' משה נתן פישער פאטער פון חיים שלמה פישער גבאי אין סאטמאר (מהר"א).
ווער ס'קען עפעס שרייבן פון זיין תורה וידיעת התורה ווערט געבעטן זיך אנצורופן.

אויפן דבר יום ביומו צעטל שטייט היינט אז ר' יואל פישער חתן הרה"צ ר' חיים מערץ שליט"א זיצט שבעה ל"ע נאך זיין פאטער. איז דאס דער אויבנדערמאנטער נפטר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

קבל את האמת,
משפחה נאמען; יאקאבאוויטש - מוידן-נאמען; לא יודע

קרעמער,
יא, ער איז א חשובער אינגערמאן מ'געדענק מיר אים פון ישיבה און שפעטער אין קאלובער כולל, המקום ינחם אותו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ר' אברהם יעקב ז"ל איז אויך א מחותן מיט יבלחט"א ר' מרדכי שטיינער שליט"א פון מאנסי.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובה דורך 1x1 »

מיללער האט געשריבן:בד"ה האשה אשת ר' יוסף מרדכי הלוי יאקאבאוויטש מוומ"ס (אחי ר' משה ארי').


זי איז געווען א שייטעל מאכער, מיין ווייב פלעגט איר נוצן. מיין ווייב זאגט מיר זי איז געווען זייער א חשובע און עהרליכע פרוי.

ת. נ. צ. ב. ה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

בד"ה.

הרה"ח ר' אלימלך בערגער ע"ה.

בן הגה"צ ר' חיים מ'מישקאלץ זי"ע.

געווען א אמת'ער טייערער איד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

דער מלמד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובה דורך abimlaibt »

ברוך דיין האמת
הרב מורי ורבי ר' אלימלך בערגער ז"ל
עס לאזט זיך שווער גלייבן אז מען דארף דאס שרייבן אויף ר' מיילעכ'ן,
ר' אלימלך איז געווען גאר א חשובער איד. א טייערע איד.
איך האב געדאווענט אסאך יארען מיט אים אינאיינעם.
פאר מיין בא מצוה האב איך מיט אים געלערנט מיין בר מצוה פשעטיל ווי אוי די גאנצע הלכות תפילין.
ת.נ.צ.ב.ה.
זאל ער זיין א גוטער מליץ יושר פאר זיין גאנצע משפחה ובפרט פאר זיין אלטע מאמע לאויו"ש.
און פאר זיינע גוטע פריינט און זיינע תלמידים, און אוודאי פאר אלע קינדער וואס זענען געשלאפן אין זיין באנק אין נעפאנעק אינגעל קעמפ.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובה דורך שאץ מאץ »

ער פלעגט טון אין שדכנות אויך,
חתן הרב מנשה ראזנבערגער מדיערעש ז"ל,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

תגובה דורך פוילישער »

א גוטן, דא רעדט מלך בערגער, קען איך רעדן צו דיין טאטן אדער מאמען?

ליידער איז עס איז פארגאנגענהייט! אין אידישע הייזער האט מען זיך געפריידט ווען מען האט געזען בערגער אלימלך אויפ'ן איי. די. זיין רוהיגער מהלך ביי שדכנות, איז געווען א מוסטער ווי אזוי מען איז א שדכן, וואס שטערט נישט ווען ער רופט. ער האט געהאט א מורא'דיגער צוגעלאזענער גאנג, און זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם.

זאל די זכותים פון אויפשטעלן אזויפיל אידישע שטובער זיין א מליץ יושר, ונזכה לתחיית המיתים בקרוב.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובה דורך גימעל »

א סקרוך איז מיר דורך אין די ביינער ליינענדיג דיינע קורצע ווערטער אדון פוילישער.
חבל על דאבדין.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

תגובה דורך שעפטיל »

א גוטע וואך, א גוטן חנוכה. פון וויליאמסבורג קומט די נייעס אז דעם שב"ק איז אוועק אשת ר' שמואל (שמילא, ווי מען רופט אים) וואלדמאן הי"ו, 52 יאר, נאכן זיך מוטשען פאר לענגערע יארן מיט די ביטערע מחלה, ל"ע ה"י.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

ברוך דיין האמת.
א יונגע פרוי זיך געמוטשעט 15 יאר מיט יסורים ל"ע.
תנצב"ה.

אויף איר פיינער מאן האט מען גארנישט אנגעזען, שטענדיג מיט א גוט ווארט פאר יעדן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

שאץ מאץ האט געשריבן:ער פלעגט טון אין שדכנות אויך,
חתן הרב מנשה ראזנבערגער מדיערעש ז"ל,
.

טון אין שדכנות?

ער האט מיר געזאגט א האלב יאר צוריק אז ער האט אויסגעפירט נאנט צו 100 שידוכים!

--
אהיימקומענדיג פון די לויה דאנערשטאג נאכט האב איך גערעכנט צו שרייבן א לענגערן הספד, אבער צוליב עיכובים איז דאס אפגעשטופט געווארן. למעשה אום חנוכה איז מען נישט מספיד, וועלן מיר מוזן ווארטן אויף משיח (עס איז מיר טאקע אינטערסאנט צו וויסן, אויב א באשרייבונג אויף א נפטר הייסט א הספד, ווייל דאכט זיך אז אין די צייטונגען דרוקט מען געהעריגע אפשאצונגען אויף נפטרים בימי חנוכה).
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

קרעמער, נא, לאז אונז נישט מיטן צונג אינדרויסן, פליז הייב אן מיט דעם הספד.

מיר ווילן הערן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

געהערט אז איינער זעלפריינד און אוועק דעם שב"ק, איז דאס ער אלטער יוד וואס פלעגט ארבעטן ביי סאנדערס בעקערי מיט די ווייסע הויזן ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובה דורך ליסקא »

ער האט געהייסן ר' משה אברהם זעלפריינד ע"ה מחסידי קאשוי, אויב ער איז געשטאנען אין די בעקעריי ווייס איך ניקס
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

פוילישער האט געשריבן:א גוטן, דא רעדט מלך בערגער, קען איך רעדן צו דיין טאטן אדער מאמען?

יוי, דערמאנסטו מיר פון זיין רואיגע שטימע...

ער פלעגט מיר אלס פרעגן אינטערעסאנטע חידות, און פארציילן מעשיות מיט א זעלטענעם חן און געשמאק. חבל על דאבדין ולא משתכחין.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

א אינגערמאן מאטיאש פון ב.פ.
איז היינט נעבעך אוועק, ער איז געוועהן קנאפע 37 יאר, די אנגעגעבענע סיבה איז וועגן שוויין פלו, רח"ל,
בד"ה
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובה דורך פעטריטשקע »

ברוך דיין האמת.
הרה"ג ר' משה לוריא זצ"ל פון ירושלים עיה"ק - מגדולי לומדי קבלה בישיבת שער השמים.
אוועק היינט צופרי פארן דאווענען ביים כותל המערבי, ווי ער איז געקומען דאווענען און צוזאם געפאלן.
ער איז געווען א סלונימ'ער חסיד.
שנשמע ונתבשר בשו"ט.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”