היסטארישער טאג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

היסטארישער טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

עס איז אונז אלע באקאנט די גרויסע פעולות פון אונזער געטרייען מעמבער, הרב צייטליך פון קנא. יעדער ווייסט אז א טובה טוהן פאר א איד, איז ער נאר אין פארמעסט מיט מאשקע'ן. אלזא נאך לאנגע באראטונגען אינערהאלב די הנהלת הקרעטשמע, זענען מיר געקומען צו א באשלוס, צו בעטן 'צייטליך' ער זאל איבערנעמען די לייצעס פון דעם גאר גרויסן פארום "היכל הנגינה"

נישט גרינג איז געווען פאר צייטליך אנצונעמען די פארשלאג, ער איז א פארנומענער מענטש, דערויף האט ער מורא געהאט אז ער וועט ענדיגן דארט ווי מאשקע..... כליפ כליפ.

נאך לאנגע הפצרות און איין גוגל טאלק שמועס, האט ער מסכים געווען צו נעמען אויף זיך די שווערע אויפגאבע. ווי דער סדר איז, טוט מען דאס באגריסן אינעם פארום זעלבסט, זאל מען וויסן און געדענקן אז צייטליך איז דא א שטיקל באלעבוס מיט וועמען מ'דארף זיך רעכענען.

אבער באמת האבן מיר נאך א סיבה דאס צו מעלדן, דהיינו, מ'זאל אים גרינגער מאכן די ארבעט, מ'זאל נוצן אביסעלע קאמען סענס (נאר וואס מ'האט, פארשטייצעך.) און אים ארויסהעלפן די ארבעט, אז ער זאל נישט דארפן ארבעטן די עראי ארבעט, מער ווי זיין קבע ארבעט.

ווי פארשטייט זיך וועט מען באלד דערקענען גרויסע שינויים וואס דער אחראי וועט אריינלייגן, צוריקצושטעלן דעם פארום על מכונו, און עס זאל זיין לשם ולתפארת פון די גאנצע אידיש וועלט בכלל, און די קרעטשמע בפרט.

מיר בעטן נאכאמאל, דער עולם זאל האבן מיטגעפיל, און מ'זאל נישט אראפרייסן די ארבעט וואס וועט גענומען ווערן, אפילו אויב עס וועט באדערן עטליכע. און ביטע נישט באלמוטשען אין אישית מיט דברים של מה בכך, וואס מ'קען זיך אליינס פארענפערן.

יישר כוח בשם אלע מנהלים.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

עס איז טאקע כא כסליו, און די היסטארישקייט פונ'ם טאג איז פאר זיך גרויס, דאך וועט בעז"ה די דאזיגע היסטאריע זיין היסטאריש, און נישט היסטעריש.....

מזל טוב פאר צייטליך לכבוד זיין אננעמען די שווערע אויפגאבע, זאל דיר עס זיין צו מצוה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צום באגריסן דעם חשובן שריט.

כשם שנכנס להיכל נגינה כך יצא עם "בדידי" אבער ווי שנעלער!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

צייטליך חביבי, כ'ווייס נישט צו פארדעם ביזטו געווען אזוי ביזי...
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

מזל טוב צייטי פארן איבערנעמען די לייצעס פון היכל נגינה
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

שלמה המלך זאגט אין תהילים, בך בטחו אבותינו, וכו'. לענינינו קען מען עס פארטייטשן, בך מיינט מען צייטליך (במספר קטן), בטחו מיינט מען היכל הנגינה (מספר גדול), אקעי קאט דע קרעפ די דארט... הער אויף צו בלאבלען!!

מזל טוב, מזל טוב. זאל דער פון אויבן העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיין עבודת הקודש, מיט מזל און ברכה!

(גייט מען קענען הערן א לייוו הוקאפ פונעם התמנות אויף קוילמע? מיין אינגל וויל וויסן)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הוי זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו... קלאטש קלאטש... זה היום עשה... הוי נגילה ונשמחה...

נאכן זעהן וואסערע גוטע ארבעט צייטליך לייגט אראפ אין "אידישע און וועלטליכע נייעס", איז יעדער מודה אז ס'איז נישט פארהאן קיין בעסערע אפשען!

צייטליך, קאנגראטולעישן'ס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואו איז דער חתן דנן? ווער ער קומט אן גיטס אים איבער א מזלא טבא בשמי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מזל טוב צייטליך פאר'ן איבער נעמען די ליצים אין היכל הנגינה
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

מזל טוב מזל טוב כשם שנכנס לאידישע טעגליכע נייעס כן יכנס להיכל הנגינה ולכל הקרעטשמע כולו!

נאר אויף שימכעס!

בעק טו יא צייטי תרתי משמע..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

געווען אמאל א מלך וואס האט געהאט א איין איינציגער בן יחיד, עריז געקומען אין די יארן און מ'האט עם א חתן געמאכט מיט די פריץ'ס טאכטער, האט זיך דערנענטערט די זמן החתונה, די גאנצע דארף דרייט זיך איבער מיט די הכנות צום "היסטארישן טאג" ווען דער געבראטענער חתן - דער בן יחיד'ל פונעם קעניג גייט אונטערן חופה גיין, ס'קומט די ריכטיגע מאמענט אלעס איז גרייט, די גאנצע דארף שטייט צוזאמגעזאמלט אינעם ספעציעלן קאמפלעקס וואס מ'האט אויפגעבויעט אינעם הויף פונעם פריץ לכבוד דעם "היסטארישן" מאמענט, די קעניג - דער אבי החתן איז דא, די פריץ איז שוין אויפן בימה, מ'באדעקט שוין די כלה, אלעס שטייט און קוקט ארויס מען זאל שוין אנהייבן דעם געהויבענעם מעמד, אבער... ניין! מ'הייבט נישט אן! וואס גייט פאר?? "דער חתן איז נישט צום געפונען!" ווי איז דער חתן?

די נמשל פארשטייט יעדער אליין... "צייטליך" ווי ביסטו?? איך ווארט שוין מיט מיין קעמרא אין די היינט...

------
מזל טוב!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חברה, פריידט ענק נישט אזוי.

יעצט פארשטייט איר שוין אודאי אליינס פארוואס דער צייטי איז די לעצטע פאר וואכן נעלם געווארן פון האריזאנט נוסח מאשקע, אלטערבחור ועוד, יא ווייל ער גייט ווערן דא דער פירער.

ולשמחה מה זו עושה?
ושבחחחחתי את השמחה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מזל טוב צייטליך פאר די נייע שררה, אז מען גייט פאוואליע קומט מען אן...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נע נע נע... פריידט אייך נאכנישט, איך בין געהעריג דא. האט נישט קיין מורא. אויף ענקער קאפ ארויף! הערסטע? זייט זיכער, ס'איז קיין עבדות ניקס, דאס איז לויטער שררה...

פותחין בכבוד אכסניא. איך בין ממש נתפעל פון די אויפנאמע וואס מאשקע האט מיר געגעבן דא ווי נאר... נע, כ'האב סתם געוואלט איר זאלט געדענקען אז מאשקע איז נאך אחראי דא. דעטס אלל.

קודם כל וויל איך אפגעבן א גרויסן יישר כח פאר די צוות המנהלים פארן מיר געבן דעם כבוד צו שטיין בראש און עוסק זיין במלאכת הקודש פון אזא היכל וואס איז ממש נאנט צום היכל פון תשובה וואס ווי באוויסט פון אלע פריערדיגע קען מען זיך..

הערת אחראי: האללאו! ביסט נישט אין בית מדרש דא! תורה איז אין א צוויטער פארום.

דער אמת. די נגינה אפטיילונג איז אין א געוויסן זון גאר אנדערש ווי די נייעס אפטיילונג. אנדערש ווי דארט וואס מ'ברויך אובאכט גיבן איבער פאליטיק און פערזענליכע אטאקעס אד"ג איז ביי די נגינה פארום דא זאכן וואס ברויך ווערן מסודר, אדער קלארער און נארמאלער ארויסגעשריבן – זינט דער פארום איז די לעצטע פאר יאר געווארן זייער אויפגעכאפט און אפציעל – און מ'דארף זעהן אז זאכן זאלן נישט פארפארן פון פלאץ און נארמאל ווערן אויסגעשמיסט.

איך האף אז מיר וועלן ארבייטן ווייטער צוזאמען און קענען אויפארבייטן דעם "היכל הנגינה" אויף נאך העכערע שטאפלען ווי עס האלט כהיום יום.
---

יעצט וועלן מיר בעטן די חברת "המהללים" זאלן פארזינגען דעם נייער פארפאסטער ניגון לכבוד'ן היסטארישער טאג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אקעי, לכבוד דעם גרויסן היסטארישן טאג טוען מיר מעלדן מיט פרייד אז רבינו שליט"א קומט שוין אריין ביז געציילטע מינוטן.

ארויף אויף די בענק! און אראפ פון זינען!

(פון ווייבער שול: אאוטש מיין פוס. --- אוי מען שיסט!! מ'שיסט!)
חברה הלצות אויפן וועג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

יא! דאס איז א היסטארישע טאג!! זינט כ'האב מיך ס'ערשטע מאל באקענט מיט צייטליך, אדער ווי מ'רופט אים בלשון חיבה "צייטי" און פון יעצט בלשון כבוד "ר' צייטליך", האט ער מיך נישט אויפגעהערט צו סופרייזן מיט זיין גוט הארץ און גרייטקייט צו טון א טובה. כ'רעד נישט פון זיינע געוואלדיגע פעהיגקייטן אינעם עולם הנגינה וואס אויב וועל כ'מיך יעצט נעמען שרייבן וועט עס נעמען פארעווער.

וויל איך דיך נאר וואונטשן ר' צייטי: יאריך ימים על ממלכתו מיט געזונט און נחת.
איך זאג עשה!
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

מזל טוב צייטי... זאלסט זוכה זיין עס צן מגדל זיין גרינגערהייט און זעהן אסאך נחת דערפון.

----

שוועמל יא קרעקד מי אפ מיט די שיסן אין ווייבער שוהל
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מזל טוב צייטליך מזל טוב,

קיין סאך העדעיקס וועל איך לכאורה נישט אנווערטשאפטן, קיין גרויסע בעל מנגן בין איך נישט, אבער איך ליין אביסעל און אמאל ווארף איך אריין א ווארט צוויי,
סא, מיר וועלן זיך וואו ס'זעהט אויס נישט קיין סאך אנשטויסן מיט דיר דא.

איין ווארט נאר, איך קען נישט גלייבן אז מ'האט זיך געדארפט בעטן ביי צייטליך אז ער זאל אננעמען די נייע פאזיציע, צייטליך דארף מען נישט בעטן, די וואונקסט ער פארשטייט און טוהט,
איז וואהר?
שרייטס אלע..... שאאאארר...

----

שוועמי ביסט א לץ
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צו היכל הנגינה אוך קום, און אפאר ווערטער איך באשטומ
יחי האחראי / מנהל מיר רופן אויס, דאס איז נישט א טיטל בלויז
יעדנס אויגן פון איבעראל, זענען געצילט און קוקן צום נייעם מנהל
טויג ער טאקע צו אזא שריט, ווער ער אנפירן די מערכה מיט אפעטיט
לאמיר האפן אז יא און ווייטער בכל ימינו, מיט היכל נגינה זמירות יתינו
ימים על ימי מלך תוסיף ברכות לרוב, כי בך בחר בו להיות חבר טוב
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

שץ, א וואונדערליכע ארבעט!!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

מזל טוב מזל טוב צייטליך דער אייבירשטער זאל האלפען אםםם..... וואס ווינטשט מען??
אםם.. וואסא חילוק!

דער עיקר, אז ס'זאל זיין ניקר, אז די ביסט דא צו קוקער, אז קיינער זאל נישט ווערן שיכור, אין שרייבן דברים שצריכים ביקור..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

פפששייייי אהההה WOW

וויאזוי זאגט נאר די משגיח? איך האב געהאלפן שטיפען...
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מזל טוב צייטליך!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיט גרויס פרייד וויל איך ווינטשען פאר צייטי "מזל טוב" פארן ווערן דערהויבען, דער אייבישטער זאל העלפן אז די זאלסט גיין מעלה מעלה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

WOW!!!
מזל טוב מזל טוב,
איינע פון מיינע בעסטע חברים עווער גייט ווערען א עכטע הויפט,
ער גייט האבן א וואקי טאקי מיט אזא רעדער די גאנצע 9 יארדס.
הו הא חברה עס קומט גוטע צייטלעך, עם איך איך מיין צייטן.
צייטליך ארויף מיט ס'ארבעל, און היידא אריין אין די ארבעט אריין.
איך בין עפעס אזוי עמאושענעל אז איך שפיר נישט אויף די מינוט מיין פוס ווייטאג פון גרויס שמחה.
מיינע טיפסטע וואונטשען צו מיין חבר הרב צייטליך, ב"ה האסט אסאך גוטע און ווערדפולע טאלאנטען,
און ווי יעדער קען דאס זעהן ניצטו דאס אויס ווי עס באדארף צו זיין,
זאל דיר דער פון אויבן באגליקן און שיקן אלעס וואס עס פעהלט זיך אויס.
זאלסט קענען אנפירן מיט א געוואלדיגע געניטשאפט ס'גאנצע היכל, עס זאל אלץ זיין א דבר השלם.
כה יתן ה' וכה יוסיף, הצלחה וסיעתא דשמיא בכל ענינים בפרטי פרטיות.

פון דיינס א גוטער פריינט וואס שרייבט דא אנאנימעס.
אבי מ'לעבט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”