וואסי געשען מיט יענקי ?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאקשען ברעט

וואסי געשען מיט יענקי ?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

יענקי איז א בחור'ל פין זעכצען יאר אלט ער לערענט אין א ישיבת נחלת חיים אין לאנדאן,
די ישיבה איז א חסידישע ישיבה מיט רוב חסידישע בחורים פין מיטעל-קלאס היימען,
די טעג אין ישיבה גייען אדורעך אין א רייע איינס נאכען אנדערען אין אזוי אויך פארט יענקי'ס געדאנקען איינס נאך די צווייטע אין א רייע ווי א לאנגע באן אן א סוף.

יענקי איז א קלוגע בחור מיט א שארפען קאפ, זיין קאפ פארלאנגט קלארע הסברים אויף טיפע ענינים, די סטעף פין ישיבת נחלת חיים האט נישט געקענט סערווירען לויט יענקיס סטאנדארט אין דאס האט איבערגעלאזט יענקי מיט אסאך אומקלארע ענינים.

די טעג זענען ווייטער אדורעך אויף זייער שטענדיגער סדר פין טאג איז געווארען נאכט אין נאכדעם איז פין נאכט געווארען טאג אין אזוי איז ווייטער געפארען די באן פין יענקיס מחשבות.

ער איז געווארען מער אין מער פארטראכט, ביי הפסקות האט מען אים געזעהן שטיין אין הויף אין קוקען אויפען הימעל מיט א פארטראכטען בליק, זיינע חברים האבען באמערקט אז עפעס גייט פאר מיט אים אבער זיינע עלטערען אין די ישיבה סטעף האט גארנישט באמערקט.

פין טאג צי טאג איז זיין מצב געווארען שווערער צוליב די נישט געהעריגע ענפער וואס ער האט באקומען צי זיינע לעגיטימע שאלות האט זיך געבויעט אין זיין קאפ פאלטשע מסקנות אין פארקרומטע השקפות אין קיינער האט אבער נישט געוויסט ער האט עס געטראגען אליינס אין קיינער האט נישט געוויסט וואס גייט פאר.

ויהי היום ס'איז געקומען א טאג יענקעלע שפאצירט אוין גאס אליינס אויפען וועג אהיים פין ישיבה, ער שפאצירט זיך געמיטליך פארטראכטערהייט אנגעטוהן מיט זיין ווינטער מאנטעך אין א שיינעם וואלענעם שאל שירט ער נישט אזוי די קעלט אין ער יאגט זיך נישט אנציקומען אין ערגעץ,
זיינע אויגען קוקען נאטורליך ארום אויף די שאקעלדיגע ביימער אין די פארביי פארענדע אוטומאבילען, פלוצלונג פאלט זיין אויג אויף א מודעה וואס איז געוואען אנגעקלעבט אויף איינע פין די שטאנגען אין ער הייבט אן ליינען:

ווילט איר אנקומען צים ריכטיגען וועג ?
ווילט איר שפירען א ריכטיגע רואיגקייט ?
ווילט איר זיך אויפהייבען העכער די מענטשליכע אינסטינקטען ?
שפירט איר אז איר פארשטייט נישט פארוואס איר זענט דא ?
פאר ענפער'ס אויף די אלע פראגען אין אסאך מער ביטע ריפט 869-987-6985
.............................חברת חמלת שלמה................................


יענקי ליינט אין הייבט אין זיינע מחשבות הייבען אן פיבער האפטיג לויפען, קען טאקע זיין אז איינער קען אים העלפען אז איינער קען אים אלעס קלאר מאכען ? אין אויב יא ווער זענען זיי ?
ער קומט צי א החלטה אז ריפען קען ער דאך זיכער אין נאכדעם וועט ער שוין זעהן וואס צי טוהן ווייטער.

ער גייט אריין אין א בהמ"ד אין ריפט די נאמבער א ריקארדינג הייבט אויף אין הייבט אן רעדען:
וועלקאם צי חמלת שלמה פאר מער אינפארמאציע איבער אונזערע פראגראמען ביטע קומט צי דעם פריוויאו קלאס מיטוואך נאכט ניין אזייגער פונקליך אויף 4568 סמיטוועי גאס
ביזי סינגאל............................................

ס'געווען א מאנטיג נאכט אין יענקי האט אראפ געשריבען דעם אדרעס אין באשלאסען אז ביז מיטוואך וועט ער שוין דיסיידען צי ער זאל אהין גיין,

ס'איז שוין געווען מיטוואך מיטאג אין יענקי קען נישט דיסיידען וואס צי טוהן פין איין זייט ציהט עס אים צי גיין ווייל אפשער וועט עס מסדר זיין זיינע געדאנקען אין אויסקלארען זיין קאפ אבער פין די צווייטע זייט ווארענט אים א אינערליכע שטימע "גיי נישט גיי נישט טאמער יא וועסטו חרטה האבען" .

ער קען נישט באשלוסען אין די זון בייגט זיך צי מעריב ביז ער ווערט אינגאנצען פארשווינדען עס ווערט ניין אזייגער אין די בחורים'ליך זענען אויפען וועג אהיים פין ישיבה אין יענקי גייט אליינס אזוי ווי ער טוט שוין א שיינע פאר וואכען פארטראכט אין זיינע געדאנקען, אבער אנשטאט גיין אהיים גייט ער ערגעץ אנדרעש, ער גייט צי אן אדרעס וואס איז אנגעשריבען אויף עפעס א פארקנייטשטען צעטעל.

ער עפענט די טיר מיט פארדאכט אין גייט אריין, ער גייט נאך די אנווייזונגען פין די צעטעלעך אין ער קומט אן צי א קליינעם זאל ער גייט אריין מיט תמימות'דיגע טריט אין קוקט זיך אום אויף די אנוועזענדע מענטשען, עס איז געווען א געמיש פין פאלנע גוים, שווארצע, אין אפילו אראבער,(די "קולט" לייגט פארשידענע מעלדונגען אין פארשידענע געגענטען ציגעפאסט לויט די איינוואוינער) ער ווערט צימישט אין וויל זיך אויסדרייען אין ארויסגיין, אבער אין יענע רגע קומט ארויס א שמייכעל'דיגע מענטש פין אונטער די פארהאנג אין גייט צו צי יענקי מיט א גרויסע שמייכעל אין זאגט אים אין א היימישען אידיש "בחור'ל ביסט געקומען צים ריכטיגען פלאץ אלע דיינע ספקות גייען ווערען פארענפערט קום מיט מיר"

יענקי ישוב'ט זיך אבער יענער לאזט אים נישט לאנג טראכטען אין לייגט ארויף די הענט אויף זיין אקסעל אין הייבט אן שפאצירען מיט אים אראפ א לאנגען קארידאר אין פירט אים אריין אין א שיין מעבלירטען אפיס,

ער ווייזט אן פאר יענקי א שיינעם לעדערנעם קאנאפע אין יענקי זעצט זיך אראפ,
דער מענטש וואס האט זיך באקאנט געמאכט אלץ דוד זעצט זיך אראפ אויף זיין באקוועמען אפיס בענקען אין מיט א הארציגען שמייכעל הייבט ער אן רעדען .

דוד: כ'שטעל זיך פאר אז די ביסט דא געקומען ווייל די זיכסט דעם אמת (יענקי שאקעלט מיטען קאפ) ביסט טאקע אנגעקומען צים ריכטיגען פלאץ, אז די וועסט פאלגען וואס מיר וועלען דיר זאגען וועסטו זיין אזוי קלאר אז קיינער אין די וועלט וועט דיר נישט קענען דרייען קיין קאפ

יענקי: אבער איין מינוט זענען ענק יודען ?

דוד: ניין מיר זענען נישט אבער מיר זענען די אויסדערוועלטע מענטשען פין די גאנצע באשאפונג ווייל מיר טוען די ריכטיגע זאכען וואס גאט וויל אין אז די וועסט אויך טוהן אזוי וועט זיך עפענען א נייע קאפיטעל אין דיין לעבען דיין מוח וועט קלאר ווערען ווי קיינמאל באפאר אין די וועסט האבען אזא הנאה וואס די קענסט זיך אפילו נישט פארשטעלען

יענקי: כ'פארשטיי נישט, וויזוי ווייסט עטץ וואס גאט וויל ?

דוד: זייער גוט האסטו געפרעגט אין כ'וועל דיר ענפערען , מיר האבען א פירער וואס ער לערענט אונז די וועגען פין גאט, גאט האט זיך באוויזען צי אים (עפ"ל) נאך גרויסע ארבעט וואס ער האט געטוהן דאס צי דערגרייכען אין דורך דעם ווייסט ער פינקטליך וואס גאט וויל אין נישט נאר דאס נאר נאך אסאך ארבעט וועסטו אויך קענען ציקומען צי דעם אבער די דארפסט אמת'דיג וועלען,

יענקי: ווער איז דער פירער ?

דוד: זיין נאמען זאגען מיר נישט אבער ער וואוינט אין א קליין שטעטעל פינעף שעה אוועק פין לאנדאן אין דארט דינט ער גאט מיר גרויס ערעפורכט אין נאר אונדזערע מענטשען וואוינען אין דעם שטעטעל אויב די וועסט זיך אויסצייכענען אין די לימודים וועסטו אויך מיט די צייט קענען אהין אנקומען

אין דוד האט געוויזען פאר יענקי'ן א בילד פין זייער פירער (די פירער פין דעם קולט) ער איז געווען מיט פארגלייזטע אויגען אין מיט א ווייסע בארד אנגעטוהן מיט ווייסע בגדים, א בילד וואס איז ספעציעל געמאכט געווארען צי מאכען א רושם אויף די יונגווארג,

יענקי: אין וואס דארף מען טוהן צי ציקומען דערצי ?

דוד: נישט אזוי שווער מען דארף דורך גיין די טרענירונגען אין מיטהאלטען די צערעמאניעס אין מיט די צייט גייט ארויף איין מדרגה נאך די צווייטע ביז מען קומט צי צי די העכסטע מדרגות

יענקי: (פארטראכט) אהא

דוד: (געלערענט וויזוי צי ארבעטען שנעל אויף זיינע קרבנות) קוק אהער יענקי לאמיר דיר העלפען אויספילען א אפליקעשען צי זעהן צי מיר וועלען דיר קענען אננעמען אין גאט'ס איינהייט

ער האט אים אויסגעפרעגט פינקליך זיינע איינצעלהייטען אין דא פארשריבען אין דאן זאגט ער פאר יענקי'ן קוק אהער כ'וועל דיר אנהייבען אויסלערנען די ערשטע לעסאן פין גאט'ס איינהייט,

לאן דיך אן ....... מאך צי די אויגען ...............אין שטעל דיר פאר ווי די זיצט ביי א רוהיגען וואסער ציפיסענס פין שיינע בערג ...........(ער היפנאטייזט אים)
שפיר ווי אלע שווערע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט פין דיר , ווייט פין גאט'ס איינהייט . ווייט, די לעכטיגקייט פין גאט נעמט דיר ארום די לעכטיגקייט פין גאט'ס איינהייט.... ................פין היינט אן ביסטע א פרייע מענטש .......................פריי פין די זינדיגע וועלט ......................... פריי פין די שלעכטע מענטשהייט .................................

אין דער דוד רעדט אין רעדט אין פרובירט צי פארסמ'ען א אומשולדיג יודיש נפש ער פרובירט איינציזייען אין זיין באוויסטזיין סכנה'דיגע מחשבות וואס שפארט איין א מענטש אין א קולט ,
א אינערליכע קול ווארענט יענקי'ן "הייב דיר אויף אין לויף אוועק עס איז סכנת נפשות" אבער די היפנאזירונג איז אסאך שטארקער אין די ווארענונגען ווערען פארשווינדען אין די טיפענישען פינעם רוהיגען ים................................

------------

ביי יענקי'ס מאמע אינדערהיים איז 10:30 אין יענקי איז נישטא, יענקי'ס מאמע איז שוין זייער באזארגט ,
ווי איז יענקי אזוי שפעט פרעגט זי פין איר מאן , קיינמאל קומט ער נישט אהיים אזוי שפעט וואס האט געקענט געשען ?
בכלל איז ער געווען זייער אנדרעש די לעצטע פאר טעג, זייער פארטראכט אין טרויעריג ,
וואס האט געקענט פאסירען צי יענקעלע ?

טאטע: קוק אהער לאמיר ווארטען נאך אביסעל אין טאמער קומט ער נישט וועט מען מיזען ריפען הילף .

-------------

יענקי חאפט זיך אויף פין די היפנאזירונג אין שפירט א מאדנעם געפיהל ער געדענקט נישט אינגאנצען וואס מיט אים איז געשען אבער ער געדענקט אז עס איז געווען א גוטער געפיהל , דוד לאזט אים נישט צי לאנג טראכטען אין זאגט צי אים ,

טייערער יענקי די ביסט זייער א גוטער לערנער ווי עס קוקט אויס וועסטו שנעל שטייגען א מדרגה נאך א מדרגה, אין אזוי ווי יעצט גייט פארקומען א צערעמאניע ווי מען ווערט ממש איינגעגלידערט מיט די מלאכים אין מען קען עס ממש שפירען וויל איך די זאלסט אנטייל נעמען דערין כדי די זאלסט באקומען דעם געפיהל וויזוי מען שפירט ווען מען איז אין גאטס איינהייט ,
אבער איין זאך זאלסטו וויסען אז די וועסט נישט פארשטיין וואס מען זאגט אבער זאג עס מיט ציזאמען מיט יעדען אין טוה נאך וואס יעדער טוט,

אבער פאר מען גייט לאמיר דיר געבען א טרינק כדי זאלסט נישט ווערען אויסגטריקענט ביי די צערעמאניע,
אין ער גיסט אים אן א גלעזעל עפעל דזשוס (כשר'ע) (וואס עס איז געווען אריינגעמישט א דראג וואס מאכט דער מענטש שפירען אין די העכערע ספערען).

אין אזוי האט דעיוויד אריינגעפירט יענקי'ן אין א "צערעמאניע זאל" ווי דארט זענען שוין געווען פארזאמעלט צענדליגער קולטיסטען, זיי האבען זיך געשעלט אויף א ארט אויף די אויסגעשפרייטען טעפיך אין אזוי געשטאנען דארט אזוי ווי די אנדערע מיט ערע אין פארכט,

פלוצלונג האבען זיך די שטארקע לעמפ אויס געלאשען אין עס איז געווארען אזוי האלב פינסטער אין איינער האט אנגעהוויבען מיט מאדנע ווערטער אויף א מאדנעם ניגון אין אלע האבען נאכגעזאגט ציזאמען מיט א האציגען טאן , אין יענקעלע הייבט פליצלונג אן שפירען ווי ער שוועבט אין די הימלען זיין מח ווערט פארחלומט אין ער שפירט א שטארקע עפעקט פין די פארטייבונג דראג אין ער מיינט נעבעך אז עס האט ציטוהן מיט די צערעמאניע וואס הייב אים אויף צי די העכערע ספערען אין ער ווערט איינס מיט די מלאכים ...........וואס זיי גייען אים פארענפערען זיינע אלע קשיות................

יענקי ווייסט נישט ווי לאנג עס האט געדויערט ווען ער איז געקומען צי זיך האט ער זיך געטראפען אין דעיוויד'ס אפיס

דעיוויד: נו יענקי טייערער וויזוי איז געווען דיין ערשטע באהעפטונג אין די הימלישע מלאכים?

יענקי: כ'ווייס נישט כ'האב ממש זיך געשפירט אין די העכערע וועלטען כ'ווייס נישט וואס עס איז געשען מיט מיר

דעוויד: ווי עס קוקט אויס האט גאט דיר זייער ליב אז שוין די ערשטע מאל ביסטע אנגעקומען אזוי הויעך אז די וועסט אויספאלגען די אנווייזונגען וועסטו אנקומען אסאך העכער
יענקי: (שאקעלט מיטען קאפ)

דעוויד: יעצט איז שוין זייער שפעט דערווייל גיי אהיים דיין מאמע זארגט זיך שוין מסתם , פארצייל גארנישט פין וואס די האסט בייגעוואוינט ווייל די שלעכטע כוחות וואס ווילען צימישען די מענטשהייט וועלען טוהן אלעס דיר אוועק צי נעמען פין דיין גליק , פארצייל זיי עפעס א אויסגעטראכטע מעשה אין קום צירוק דא נעקסטע וואך מאנטאג נאכט אכט אזייגער

יענקי : (צי פארדראגט צי רעדען געהעריג) (שאקעלט מיטען קאפ)

דעוויד דריקט אים די הענט אין יענקי גייט ארויס אויפען וועג אהיים ...........

-------------------------------פארזעצונג קומט אי"ה --------------------------------
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער שרייבט דאך לאקשן
ס'יז דא לדא נקשן
אפשר דאך
שרייבסטו נאך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

שכוח לאקש עס איז זייער אינטערעסאנט, אבער דו האסט נישט געמעגט סטאפן שנעל פארצייל ווייטער.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

האלא האלא!! כאפטס אים שנעלער.. איך האב אזא פילינג אז דאס האט עפעס מיט די גאליציאנע פלו ער הייבט אן אבער ענדיגען וועט שוין א צווייטער מיזן..

געדענקט איך האב געווארענט.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאשקען, געלעזט און זייער הנאה געהאט,

אבער!!!!!
אבער!!!!!

די ריכטיגע שכח וועט נאכפאלגן ווען דו וועסט פערטיגן,
מיר האבן שוין געהאט ווען אידן האבן אנגעפאנגן אבער קיינמאל ג'ענדיגט,
פאלג זיי נישט נאך,
פארטיג און מאך א דבר השלם,
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

ביזטו זיכער אז זיןן נאמען איז יעקי??? נישט משה'לע?!
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

נא! זעץ פאר
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

אייביג געוואונדערט וואס פשט פון לאקשן ברעט?

והיינו שטותים מיט לאקשן

גוט!!!!!!! אויסערגעווענליך!!!!!!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

באאאאא!!!!! דראמא.....

זאג נאר, וויפיל פארזעצונגען וועט דאס קאסטען???? הא???
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לאקשען טלעס פיין און ווויאל אבער די מיזט שרייבען יעדן טאד ווייטער און נישט אונציען די נערווען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לאקשן, דאס אז דיין כח הדמיון איז ריזיג, ברויכסטו אונז נישט פארציילן. דאס אז דו קענסט אנפאנגען און נישט ענדיגן, איז אויך נישט קיין סוד. נאר וואס דען? שרייב פאראויס זאל מען כאטש וויסן זיך צו צוגרייטן.

באט פאר דערווייל, א גרויסן יישר כח, ס'זעט אויס א גוטע שרעקעדיגע מעשה.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

כ'חאפ דא אריין פסקים איינס נאכען צווייטען וויזוי קען מען דאס אויסהאלטען נאך אזא לאנגען גלות, קוקטס אהער כ'גיי געבען א פלעדזש דא ברבים אז אי"ה בל"נ ביז כ'ענדיג די מעשה גייט קומען יעדע מוצאי שבת א פארזעצונג אזוי ווי א זייגער !
אבער הערטס אויף מיט די פסקים ווייל עס טוט וויי , כ'האב גערעדט מיט מיין ברודער גאלי אין ער האט חרטה פאר'ן לאזען דעם עולם ווארטען אין ער שיקט איבערבעטען יעדעם (ער שעמט זיך אליין צי קומען),
נעקסטע פארזעצונג אי"ה מוצאי שבת פרשת וישלח
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אההההההה, ברוך השם ענדליך, עמער זיך גרייטען מיט קיפערנע אויגן צו דאס קומענדיגן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פיין, ווייסמער כאטש וואס טיצעך, יישר כח פארן מעלדן.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

א גוטע וואך טייערע ליינער,

גיימער ווייטער גיין מיט ערציילונג, יעדער זאל זיך באקוועם מאכען אין מען קען נעמען פין די ווארעמע טיי וואס ליגט דארט אין די זייט אויפען שענקעל.....
---------------
יענקעלע שפאצירט ארויס פין דעם בנין מיט געמישטע געפילען ער שפירט זיך אזוי ווי אין א חלום, ער הייבט אן טראכטען: וואסי דא געשען מיט מיר ווי בין איך געווען וואס ווילען זיי פין מיין לעבען האבען, א צווייטע אינערליכע קול שרייט אריין : וואס הייסט וואס זיי ווילען, זיי גייען מיר דאך אויסלערנען דעם אמת וויזוי מען פארשטייט אלעס אין מען שפירט זיך אין די הימלען, יענקי טראכט: יא טאקע כ'האב מיר טאקע געשפירט אין די הימלען ווי עס קוקט אויס שטעקט עפעס אמת אין די גאנצע זאך, אין זוי לויפען יענקי'ס געדאנקען אויפען וועג אהיים,
----------------
מען הערט א קלאפ אין טיר ...........
ר' יצחק איידעלשטיין גייט צים טיר ער קוקט ארוי פינעם לעכעל אין יא ! יענקי איז דא !
ער מאכט שנעל אויף אין הייבט אן שרייען: ווי ביסטע געווען אזוי לאנג די ווייסט ווי מאמי אין איך האבען זיך געזארגט ווי ביסטע געווען הא ווי ?
כ'האב דיר עפעס געפרעגט, וואס חלום'סטו ?
יענקי: עם עם כ'האב פארבלאנדזשעט כ'ווייס נישט, נאכדעם האב איך געסטאפט אין א בהמ"ד אין נאכדעם האב איך געטראפען א חבר אין נאכדעם איז געווען א עקסידענט אין כ'האב געדארפט קוקען סאו האט זיך עס פארשלעפט,
ר' יצחק: הערצי יענקי נאכאמאל זאל אזא זאך נישט פאסירען ווייל כ'בין דיר נישט מקנא
יענקי : אקעי
-----------------
4568 סמיטוועי גאס

דעיוויד זיצט ביי זיין טישעל אקעגען איבער זיצט סטיווען

סטיווען: נו דעיוויד וויזוי איז עס געגאנגען מיט דעם אידישען בחור

דעיוויד: חחחחחחח כ'זאג דיר דאס איז א פעטען פישעל וואס איז אונז אריינגעפאלען מיר וועלען אים נאך אזוי פארפירען אז ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען ארויס דראפענען פין אינדזער נעץ

סטיווען : דער פירער וועט זיין זייער ציפרידען ער שרייט שוין לאנג אז ער דארף אידישע נשמות

דעיוויד: יא ווי עס קוקט אויס וועט עס גיין געשמירט מיט דעם יענקי, די פראבלעם איז אז ער איז נאך 16 אין ביז אכטצען איז שווער אים אוועק צישלעפען פין זיינע עלטערען

סטיווען : אונז האמער דאך וועגען אויף דעם אויך, כ'מיין אז מיט די צייט וועל איך איבער נעמען דעם קעיס אין זיכער מאכען אז ער קומט ווי שנעלען אן אינדרויסען פין שטאט צים פירער

דעיוויד: נו נו עמער זעהן דער ווייל האב מיר א גוטע נאכט

סטיווען: א גוטע נאכט

-----------------

משפחת איידעלשטיין דאנערשטאג 8 אינדערפרי

מרת איידעלשטיין :יענקי פארוואס שטייסטע נישט אויף ס'שוין זייער שפעט האסט שוין פארפאסט דאווענען אין ישיבה

יענקי: עם עם כ'בין זייער מיד כ'ווייס נישט מיין קאפ דרייט זיך כ'בין זייער צימישט

מרת איידעלשטיין:(באזארגט) וואס גייט לעצטענס פאר מיט דיר יענקי ? ס'איז זייער שפעט שטיי שוין אויף , אז נישט ריף איך טאטי !

יענקי: אקעי (אין דרייט זיך אויס צי די אנדערע זייט)

צען אזייגער איז יענקי אויפגעשטאנען אין געגאנגען דאווענען אין אין ישיבה
ער איז געווען זייער צימישט אין פארחלום'ט

הערשי שטיינפעלד יענקי'ס נאנסטע חבר האט שטארק באמערקט אז עפעס דראסטיש האט זיך געטוישט אין יענקי,
שוין א פאר וואכען וואס ער האט באמערקט א טויש אבער ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישען אין יענקי'ס פערזענליכע זאכען,
אבער די וועג וויזוי יענקי האט היינט אויסגעקוקט האט געטוישט זיין מיינוג,
"כ'מיז עפעס טוהן וועגען יענקי" האט הערשי געטראכט צי זיך, עפעס ערענסט גייט פאר אין זיין לעבען אין ווער ווייסט וואס עס קען זיין
-----------
ישיבת נחלת חיים- פרייטיג 12:00

הערשי שטיינפעלד: יענקי כ'וויל אהיים גיין מיט דיר כ'גיי היינט דיין וועג ווייל כ'דארף גיין צי מיין באבע

יענקי: (פארחלומט) קעי קום ווייל כ'גיי שוין כ'בין זייער מיד

הערשי: יא איין מינוט כ'נעם מיין קאוט ס'ליגט אין כיתה

יענקי : אקעי

זיי שפאצירען ארויס ציזאמען אין הערשי זעהט אז עס איז אינגאנצען נישט די זעלבע יענקי וואס ער איז געווען ציגעוואוינט ער ווערט זייער באזארגט אין דערשראקען אין ער באשלוסט צי רעדען אפען,

הערשי: יענקי וואס גייט פאר מיט דיר לעצטען'ס די פירסט זיך אויף אזוי פאני וואס איז געשען מיט דיר

יענקי: (אביסעל פארלוירען) וואס הייסט פאני? די גאנצע וועלט איז עניוועי פאני

הערשי: די גאנצע וועלט איז גארנישט פאני אקעי יענקי הער אויף זיך נאריש צי מאכען, וואס פאר א גוט יאר גייט פאר מיט דיר,
פארוואס רעדסטו כמעט גארנישט צי קיינעם
פארוואס קלאצטו א גאנצען טאג
וואס איז געשען מיט דיר? בחורים מיינען אז ביסט משוגע געווארען
וואס גייט פאר? פארצייל מיר אפשער קען איך דיר טרייען צי העלפען

יענקי: קוק אהער די גאנצע וועלט איז משוגע אין איך זיך די אמת אין וועגען דעם זאגט מען אז איך בין משוגע
כ'בין גארנישט משוגע כ'ווייס פינקליך וואס כ'טוה אין כ'האב שוין אפילו געשוועבט אין די הויכע הימלען (ער כאפט זיך שנעל צירוק) עם עם אבער זאג נישט פאר קיינעם

הערשי: וואאאאאאאאס ?! ווי האסטע געשוועבט ?! יענקי ! כ'ציטער ! וואס גייט פאר מיט דיר
יענקי כ'בעט זאג מיר, ווער דרייט דיר א קאפ איינער רעדט דיר איין שטותים אין די לאזט זיך נאך,
זאג מיר אפשער קען איך דיר העלפען

יענקי: כ'קען גארנישט זאגען ווייל די וועלט איז צי זינדיג אז מען זאל אויסזאגען די זאכען.\

זיי זענען אנגעקומען צי יענקי'ס הויז אין האבען זיך ציטיילט
יענקי איז אהיין געגאנגען אין הערשי האט אנגעהויבען אהיים צי גיין אין זיינע געדאנקען הייבען אן צי לויפען.........
וואס גייט פאר מיט יענקי ער איז משוגע געווארען ................. ס'מיז זיין אז איינער דרייט אים א קאפ.................... כ'מיז געוואר ווערען ווער כ'מיז עס וויסען .............. ס'נישט נארמאל ווי ער פירט זיך אויף ..............
אין אזוי האט הערשי געטראכט ביז עס איז אים איינגעפאלען א פלאן וואס צי טוהן
אין אזוי האט ער זיך בארוהיגט אין זיך גענומען גרייטען צים שבת קודש
---------------

משפחת איידעלשטיין שבת נאכמיטאג

מרת איידעלשטיין : יצחק כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט אונזער יענקי ער פירט זיך אויף זייער פאני כ'ציטער וואס עס גייט פאר מיט אים

יצחק: כ'וועל דיר זאגען ס'קוקט אויס ווי ער גייט אדורעך א שווערע צייט, ווייסטאך בחורים קענען האבען שווערע צייטען כ'ממין אז ביז א שטיק צייט וועט ער צירוק ווערען נארמאל

מרת איידעלשטיין: יצחק כ'מיין אז עס איז מער פין דעם מיין הראץ זאגט מיר נישט קיין גוטס

יצחק: נע סתם דמיונות געב עס גענוג צייט אין אלעס וועט גוט ווערען

--------------------

ישיבת נחלת חיים - זונטאג מיטאג

הערשי שטיינפעלד'ס מח ארבעט פיבערהאפטיג ער האט זיך ציגעזאגט אז ער גייט טוהן וואס ער קען צי געוואר ווערען ווער שטייט אונטער יענקי'ס משוגע ווערען אין ער האט געטראכט פין פארשידענע איינפעלער אין פלענער וואס זאל אים פיהרען צי זיין ציל

ס'געווען לאנטש אין ישיבה יעדער האט געטוהן עפעס אנדרעש אין הערשי האט ארום געוואנדערט אין ישיבה זיכענדיג יענקי,

אין יא ער באמערקט אים דארט זיצען אין א ווינקעל אין הויף פארטוהן אין זיינע געדאנקען ער באשלוסט אז עס איז צייט צי טוהן למעשה, ער בעט א שטילע תפילה ער זאל מצליח זיין אין ער גייט צי צו יענקי מיט שטילע טריט,

הערשי: יענקי וואס טוט זיך ?

יענקי : נאטינג ספעשעל

הערשי: וואס ביסטע אזוי פארטראכט?

יענקי:, כ'ווייס נישט כ'בין אביבעל צימישט אין כ'טריי זיך קלאר צי מאכען די געדאנקען

הערשי: כ'וועל דיר זאגען יענקי איך בין אויך צימישט עפעס די גאנצע וועלט איז אביסעל פאריקט אין כ'ווייס נישט וועם צי גלייבען כ'זיך ווי מען קען טרעפען די אמת

יענקי: אה יעצט רעדסטו ווערטער, איך ווייס שוין ווי מען טרעפט די אמת אבער ס'גייט נישט אין איין מינוט ס'דויערט צייט ביז מען לערענט זיך אויס די גאנצע אמת

הערשי: (טרייט צי שפילען די בעסטע וואס ער קען) אמת'דיג וויזוי ווייסטע? ווער האט דיר געזאגט? , איך וויל אויך וויסען די אמת ווער זענען זיי

יענקי: קוק אהער ס'איז א גרויסע סוד אין כ'קען עס נישט זאגען, אבער די נעקסטע מאל כ'וועל גיין וועל איך זיי פרעגען צי כ'קען דיר זאגען

הערשי: זייער גוט, ווען גייסטע נעקסטע מאל

יענקי: מארגען נאכט

הערשי: אקעי זייער גוט כ'וועל ווארטען אין מ'וועט זעהן וואס זיי וועלען ענפערען

----------------------

הערשי איז זיך געגאנגען זיין וועג אין איבער געלאזט יענקי אין זיין ווינקעל,

הערשי'ס מוח האט אנגעהויבען פיבער האפטיג צי ארבעטען ער טראכט צי זיך צי ער זאל ארבעטען אליינס אדער ער זאל אריין מישען א אויפגעוואקסענע מענטש

צים סוף באשלוסט ער אז ער גייט ארבעטען אליינס אין נאכדען וועט ער שוין זעהן וואס צי טוהן , די ערשטע זאך איז אז ער דארף מארגען נאכט שטילערהייט נאכגיין יענקי אין זעהן ווי ער גייט אין נאכדעם וועט ער שוין זעהן וואס ווייטער צי טוהן,

-------------------------
מאנטיג נאכט 7:00

הערשי האט זיך גרייט געמאכט פאר די מיסיע אין מיט גענומען זיין דידשיטעל קעמרע אין טאש ער האט זיך אנגעטוהן פארשטעלט מיט א קעפ אויפען קאפ אין קאלירטע קליידונג אז קיינער זאל אים נישט דערקענען, אין ער דרייט זיך אויפען גאס לעבען די ישיבה,

בערך זיבען דרייסיג זעהט ער ווי יענקי גייט ארויס פין די ישיבה אין הייבט אן שפאצירען,
הערשי הייבט אים אן שטילערהייט נאכגיין אין אזוי שפאצירט ער בערך א האלבע שעה ביז זיי ביז ער זעהט ווי יענקי גייט אריין אין א בנין,
הערשי גייט צי נענצער צים בנין אין נעמט ארויס זיין קעמרע אין מאכט א בילד דערפין, יעצט ישוב'ט ער זיך צי ער זאל אריינגיין זעהן וואס דאס איז,

זיין נייגער ברענט אין אים ווי א פייער, אין ער באשליסט אז ער גייט אריין, ער גייט אריין אין קומט אן אין א זאל ווי מענטשען זיצען אין הערען אויס עפעס א רעדנער וואס רעדט מיט א אויסטערלישען ברען,
פאר הערשי האט עס אויס געקוקט ווי א כאפטע משוגעים אין ער האט נישט געוויסט וואס צי טראכטען, אבער ער האט נישט געדארפט לאנג טראכטען אין ער שפירט א ליבליכע גלעט אויף זיין פלייצע .....

הערשי דרייט זיך אויס אין ער זעהט א שמייכעל'דיגער מענטש קוקען אויף אים אין יענער פרעגט אים : וועמען זיכסטו מיין קינד?

הערשי : כ'וויל וויסען אויב דא איז דער פלאץ ווי מען טרעפט די אמת

יענער: אוודאי אויב מען וויל אמת'דיג קען מען דא טרעפען די אמת

הערשי: אבער פארוואס קוקט אויס אז אלע וואס טרעפען די אמת ווערען משיגע

יענער: ניין ח"ו פארקערט מען ווערט אויס משוגע נאר ביז מען קען אנקומען צים ריכטיגען אמת דארף מען אדורעך גיין א שווערען דורעך גאנג, אזוי גייט עס ס'קאסט א פרייז צי וויסען די אמת

הערשי: אהא אין ווילאנג דויערט ביז מען קומט אן צי די ריכטיגע אמת?

יענער: ס'קען דויערען ציווישען א האלבע יאר מיט א יאר

הערשי: אהא עניוועי כ'דארף שוין גיין

יענער : אפשער ווילסטו אריין קומען אין מיין אפיס חאפען א שמועס

הערשי : ניין שכוח אבער כ'דארף גיין

יענער: אפשער דאך ביסטאך א זיסער בחור'ל ס'איז א שאד אז די זאלסט לעבען אין שקר

הערשי: יא יא כ'האב געזעהן וואס ענק האבען געטוהן צי יענקי איידעלשטיין

יענער : (שאקט) צי וועם

הערשי האט גוט געזעהן ווי שאקט יענער איז געווארען אין האט געטראכט אז עס איז געווען א טעות זיך ארויס צי חאפען מיט דעם זאץ אבער ס'געווען דערנאך אין ער האט באשלאסען זיך אפציטראגען פין דארט ווי שנעלער

הערשי: עניוועי גארנישט כ'דארף גיין ..... ביי......

הערשי גייט ארויס אין יענער פרובירט אים נאך אריין צי חאפען מיט שיינע ווערטער אין שמייכלעך אבער הערשי לאזט זיך נישט אין גייט ארויס אין גייט אהיים,

פארזעצונג מוצאי שבת וישב
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

א שקועך פאר די פיינע לאקשן מיט די ווארימע געבעקס יעצט מוצ"ש, ס'איז דאך ממש צו דער צייט אביסעל חמין.

אין איך פיל פאר וויכטיג דיר בעטן מחילה פארן פאריגע וואכענדיגע פסק סארי אין מיר האפן אויף ווייטער, כה לחי..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישר כוח לאקשן.

איך האף אז דאס ערגסטע זאל נאר נישט פאסירן.. אז ביידע וועלן חלילה קריגן א פלו-שאט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ד-ר-א-מ-א-ט-י-ש!!!

איינער האט נעפעס אנייצע צו רוקן דעם לוח ביי לאקשן ברעט אין קאפ ביז מויצעשאבעס וישב???...

אפפפסס.. מאשראם וויל אויך עפעס זאגן.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
פארשטיי-נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיי-נישט »

סוי וועל טיך מוזן ווארטן ביז מוצש"ק וישב, איך האב מורא איך ווע שפעט אנקומען צו די חנוכה פארטי,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיין שיין.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גוט גוט
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

קרעמער האט געשריבן:שיין שיין.


וויין וויין.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לאקשן, דערווייל גייטער גוט, האסט מיך געלאזט אן קיין אטעם. (כ'האב שוין פארשפאט נאך... דאנט ווארי.)

יישר כחכם.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

חושים בן דן האט געשריבן:באאאאא!!!!! דראמא.....

זאג נאר, וויפיל פארזעצונגען וועט דאס קאסטען???? הא???


איך מיין איך קען יעצט זאגן די זעלבע זאך...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

לאקשן דערווייל האב איך מיר נישט געקענט איינהאלטן און געריפן די אויבערדערמאנטע נומ' זעהן וואס איך קען בייהילפיג זיין פאר מ'פארכאפט אים אבער ס'עפעס זאגט עס דארטן אז די נוממערן זענען אומגערעכט

ביטע שטעל שנעל צו דעם עכטן נומ' אדער שיק מיר עס אין אישי איך מוז מיר נעמען צו טוען דא עפעס (ס'אויך גיט אז די שיקסט מיר די פארזעצונג ביז צום סוף אין אישי-אבער שנעל ווייל ס'האלטעך שוין נישט אויס)
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”