ס'קומט דאך שוין באלד חנוכה, און כ'האב אנגעהויבן טראכטן וואס צו זינגן אויף די זמירות, בעיקר מעוז צור. אזוי ווי אין די לעצטע יאר איז זיך די היכל היבש צו-וואקסן, עמיר פרובירן צו הנאה האבן איינעם פון צווייטן. אלזא, פאר'ן עפענען דעם אשכול האב איך אפירגעזוכט אויב ס'איז דא אן אשכול וואס רעדט שוין איבער דעם, און וואונדער איבער וואונדער, כ'האב געטראפן א תגובה מיינס, וואס כ'האב שוין לאנג פארגעסן. וזה לשוני:
לחיים ולברכה האט געשריבן:קרעמער, אינטערסאנט, זינט כ'בין אריינגעטוהן אינעם עולם הנגינה האבעך נישט געזונגן דעם ניגון, ס'עקלט מיר עפעס שרעקליך.
כ'האב שוין עטליכע יאר פרובירט צו פאבריצירן אייגענע, אדער ארויפלייגן אלטע ניגונים אויף מעוז צור. ב"ה, היי יאר איז מיר פייגעבאלן אינעם ערשטן נאכט ארויפצולייגן אן אן הערליך ניגון (פון ר' בעריש ווישעווער) אויף מעוז צור, אן אלטע ניגון מלא חן. יעדע נאכט ווערט דאס בעסער און בעסער מיט'ן זעצן די ווערטער. כ'דאנק די באשעפער אויף דעם. גלייבטס מיר, ס'זינגטסעך גאנץ אנדערש. ס'נעמט טאקע לאנג, אבער ס'גייט אריין אין די ביינער.
נאך פון יענעם אשכול:
לחיים ולברכה האט געשריבן:הערטס מיכויס, אז טויזענטער אידן זינגן א ניגון, האבן זיי דאס זיכער מקדש געווען. אבער דאך, איך האדאס קיינמאל נישט געוואלט זינגן.
כ'גיי אייך נישט זאגן וואסערע ניגון כ'בין, באלד וועט נאך אנדי געוואויר ווערן אז כ'בין זיין שכן טיר ביי טיר.....
אבער עטס קענסט נעמען עני ניגון וואס איר זינגט אויף ברוך קל עליון, און ארויפלייגן אויף מעוז צור. למשל, די וועלטס ברוך קל עליון (וואס איז אייגענטליך א הכל יודוך פון מאדזשיץ), ס'האט 7 שטיקלעך און מעוז צור האט 6 שטיקלעך. אנשטאט זינגן 2 מאל דעם ערשטן פאל אדער די הויכע פאל, זינגטסעס נאר איין מאל, און..... א מחיה......
איר וועט זיכער נישט האבן קיין פראבלעם וויזוי אנצופילן די האלבע שעה..... און איר וועט האבן אן עונג רוחני! ביליעוו מי!
און נאך איינס:
אלץ-ווייסער האט געשריבן:האסט אפשר דעם ניגון פון בעריש ווישאווער
זיינע קאמפאציזעס זענען גאר געלונגען, לאמיר הערן וועלכע פון זיינע האסטו אויסגעקליבן?
נו, איך האב נישט געוואלט ארויסגעבן, און כ'האב פארגעסן וואס דער ניגון איז געווען... נאכ'ן שטארק אריינטראכטן האב איך זיך דערמאנט. ס'איז דא א ניגון פון ר' בעריש, נישט אזא באקאנטע, א בר יוחאי. א מעסטערפיעס וואס ער האט געמאכט פאר די וויזניצער הויף, און מ'האט דאס אמאל געטיילט אויף סידי ביי ר' ד"א יאקאב אין די סוכה. דער ניגון איז א שווער ניגון, און היבש לאנג (13:20 איז די לענג פון די טרעק), אבער ס'איז דא אינמיטן א שטיקל וואס ווען איך הער דאס, טוט דאס מיר אונטערהייבן שבע למעלה, עפעס שטארק לעבעדיג.
איך האב דאס פרובירט ארויפצולייגן אויף מעוז צור, אבער ס'גייט זייער שווער. אפשר פאר פרייטאג צו נאכטס שבת חנוכה איז דאס גוט, עמיר פרובירן נאכאמאל היי יאר אי"ה.
איז אזוי, איך וועל שרייבן די זמירות לחנוכה און די ניגונים וואס איך זינג, אדער וואס איך זוך און כ'בעט ווער ס'קען מיר ארויסהעלפן. יעדעס מאל איינער וועט שרייבן א גוטע עצה, וועל איך דאס פאוסטן אלץ א צוגעלייגטע נומער אין דעם תגובה אי"ה אין די קומענדיגע 24 וואכן שעה'ן (weekdays בלע"ז). חוץ אויב די מנהלים ואחראים וועלן טוהן א גענאדע און דאס טוהן פאר מיר. וזה החלי:
א) הנרות הללו
1. איך זאג דאס מיט א נוסח.
2. אמאל אמאל זינג איך פון די קווייער וואס איך האב קאמפאוזד אלץ בחור.
3. ס'איז דא זייער א שיינע פיטסבורגער ניגון דערויף.
4. די באקאנטע ניגון חב"ד.
5. ניגון ר' בנימין גאלדמאן, אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט: 1X1).
6. אין וויזשניץ איז פאראן צוויי שיינע ניגונים דערויף - איינע פון זיי שטאמט פון רימינוב (קרעדיט: זיס).
ב) מעוז צור
1. איך טראכט צו זינגען היי יאר דער וועלטס ברוך קל עליון, הגם די ערשטע צוויי שטיקלעך דארף מען אביסל כאפן. מעוז - ברוך, רעות - רוכב, דביר - ואשרי, כרות - כל שומר, יוונים - חמדת/זכור, חשוף - קודש.
2. ניגון סקולען.
3. די וועלטס ניגון פון וואס איך עקל זיך שטארק.
4. ר' בעריש ווישאווער'ס בר יוחאי (פאר די וואס האבן אסאך צייט).
5. ניגון ר' משה גאלדמאן אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט 1X1).
6. ניגון סלאנים (קרעדיט: זיס).
7. דזיקובער מארש אויפ'ן טעיפ 'והראנו בבנינו' (קרעדיט: זיס).
8. דזיקובער מארש (קרעדיט: זיס).
9. קדיש ניגון אין סאטמאר, משוך חסדך פון ר' ירמי' דמן (קרעדיט: זיס).
10. ניגון ברסלב פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)
ג) ויהי נועם
1. דער פשעווארסקער ויאתיו (קרעדיט: שאץ מאץ).
2. סקולען (קרעדיט: זיס).
3. ניגון באבוב-קאמינקא פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)
ד) למנצח
1. ר' ירמי' דמן האט א גוטע ניגון דערויף צוזאמען מיט אנא בכח - דאס האב איך געזינגען פאראיאר.
2. ניגון מודזיץ פון לחיים חנוכה (קרעדיט: 1X1)
ה) אנא בכח
1. ס'איז דא וואס זינגען מיט'ן נוסח פון 7 מאל יעדעס ווארט.
2. א שיינע מאדזשיצער ניגון (פאר די וואס גלייכן מאדזשיץ) - דאס זינגט איך רוב מאל.
3. ר' משה גאלדמאן האט א הערליכע ניגון דערויף אויפ'ן מלוה מלכה טעיפ - דאס זינג איך אויך צומאל.
4. אן הערליך דזשיקובער ניגון אויפ'ן טעיפ קבל רינת עמך (קרעדיט: זיס).
5. ר' ירמי' דמן אויף אורות גנוזים האט א שיינע ניגון, המשך פון למנצח בנגינות.
ו) מזמור שיר
1. מרן הקדושת ציון מבאבוב ז"ל האט א ניגון דערויף, ס'איז אויף 'מה אשיב' טעיפ - דאס זינג איך צומאל.
2. מרן הנ"ל האט נאך א ניגון דערויף אויף איינער פון די עלטערע שירי ציון טעיפס.
3. שאץ מאץ זינגט א ניגון וואס ער האט נישט קיין סימן דערויף.
4. א ניגון פון טברי' וואס מ'זינגט אין סלאנים (קרעדיט: זיס).
5. ניגון וויזניץ (קרעדיט: זיס).
6. ניגון בעל דמשק אליעזר מוויזניץ (קרעדיט: זיס).
7. ניגון בעלזא (קרעדיט: זיס).
8. ר' משה גאלדמאן האט א ניגון אויפ'ן טעיפ שעשה נסים (קרעדיט: לעניית דעתי).
ז) שיר המעלות לדוד
עני שנעלע ניגון, אבער כ'זוך נאך א גוטס.
ח) רננו צדיקים
1. אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס אלעס גוטס (וואס מ'זינגט אין אר"י ל"ג בעומר)
2. דער אלטע מעליצער ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט, ס'איז אויך דא אויף אן אלטע טעיפ פון ר' דוד ווערדיגער.
3. ניגון באיאן (קרעדיט: זיס).
4. נפשינו חכתה לה' פון וויזניץ (קרעדיט: זיס).
ט) שיר למעלות אשא
1. דער באקאנטע ניגון פונעם קדושת ציון ז"ל
י) אור הגנוז
1. כ'מיין אז נאר שאץ מאץ זינגט דאס ביי די זמירות, ער זינגט דערויף דער ראדישיצער ניגון (גאט פון אברהם פון ר' אביש בראדט).
- - -
אז איינער האט אנדערע ניגונים, ביטע פאוסטן.