באקענט אייך מיט דעם שטערן אין עולם הנגינה ר' יודל גרינוואלד!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

באקענט אייך מיט דעם שטערן אין עולם הנגינה ר' יודל גרינוואלד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

די וואך איז די אינטערוויו וואך... יוסי גרין האט געשאנקן א אינהאלטסרייכע אינערוויו פאר קאל מעוואסער, די מיי וויזישאן גרופע מעלדט אז זייער אינטערוויו ספעשיל פאר אייוועלט אפגעהאלטן מיט יואלי שווארץ איז אויפן וועג, אבער איבער אלעם האט מיין אויגן געכאפט דעם אויסטערליש אינטערעסאנטע אינטערוויו וואס ר' יודל גרינוואלד האט געשאנקן פאר די משפחה מאגאזין אויף ענגליש.

ווער איז דער ר' יודל גרינוואלד? כ'העל איך נישט גורם זיין עגמת נפש, נאר זאפארט צוטרעטן צום נושא, דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט באקאנטער "יהודא גרין"!

איך ווייס נישט וואס די שיגעת וואס די זינגערס האבן צו פארקורצערן זייער נאמען, פרעג איך אייך, וואלט נישט אברעמעל פרידמאן בעסער געקלונגען ביי אייך אין מוח? יהודה גרינוואלד וואלט נישט בעסער געקליקט? אבער אזוי איזעס און איך גיי נישט און איך האלט נישט דערביי צו פיקסן די וועלט!

עס איז באמת א אינטערוויו איינס אין די וועלט, אראפגעלייגט דורך דעם גאר טאלאנטפולען שרייבער ישראל בעסער, באגלייט מיט הערליכע בילדער.

ער פארציילט דארט איבער זיין ברסלב'ער זיידע, זיין ערשטע ניגון וואס ער האט געהערט פון שלמה אויף א רעקארד ביי די 8 יאר נאך וואוינענדיג אין די מאה שערים געסעלעך אין ירושלים און דאס איז די ניגון "געוואלד'טשע ברודער פארוואס שלאפט איר". אזוי אויך זיין ערשטע באגעגעניש מיט זין גרויסן רבי'ן ר' שלמה, און איבער די ערשטע אויפטריט וואס ער האט געהאט צוזאמען מיט שלמה'ן. אקיצער מיר איזעס זייער געפאלן, עס איז געוואלדיג!

איך צווינג נישט קיינעם, אבער איינער גלייכט יודא איז כדאי ער זאל ליינען דעם אינטערוויו...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

די ערשטע פעידזש פון משפחה מאגאזין אינטערוויו מיט יהודא גרין
אטעטשמענטס
GreenMishpacha.jpg
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”