קורצע שאלה אין ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

קורצע שאלה אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך וויל פרעגן א שאלה, אבער איך בעט אז נאר ריכטיגע ביזנעס לייט (דאס מיינט מענטשן וואס פירן בפועל א ביזנעס אדער זענען סעלף אינפלויד) זאלן ענטפערן און נישט סתם אנדערע, אפילו די וואס האלטן אז זיי פארשטייען צו ביזנעס, ווייל טייל דערפון וועלן אפילו נישט פארשטיין וואס איך פרעג:

אין ביזנעס איז פאראן צוויי טיילן 1) ארבעטן און מאכן געלט 2) שטרעבן צו גיין העכער, מאכן קאנטאקטן מיט די העכערע פענסטער און זיך ארויפדראפן אויפן לייטער, יעדער ביזנעס אין זיין פעלד.

א געווענליכע ביזנעס אוינער טיילט איין די צייט, אדער אפילו די טאג, געוויסע שעות וואס ער טוט דאס און געוויסע שעות וואס ער טוט דאס.

איז אבער דער סדר העולם אז ביי יעדן איינעם מאכן זיך פארשידענע תקופות אין לעבן, מאכט זיך אמאל וואס א מענטש שפירט זיך געענגט אין געלט און ארבעט אפילו אויווער טיים צו דעקן א געוויסע סכום.

יעצט איז די שאלה וואס א ריכטיגער ביזנעס מאן דארף טון אין אזא צייט; אדער דארף ער אפלאזן אויף א וויילע די גרויס ווערן חלק, און בלויז ארבעטן און אפמאכן די געלט, אדער ניין - גרויס ווערן איז א חלק פון די ביזנעס וואס מען טאר נישט נאכלאזן, און אדרבה! אפילו עס איז שווער אויפן מינוט אבער צום סוף מאכט מען צוריק די געלט כפל כפלים.

איך בעט אז ווער עס ווייסט וואס ער רעדט אדער ווער עס האט עקספיריענס אין די זאכן זאל ענטפערן.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אן א משל איז נישט דא קיין נמשל
Liberalism is a mental disorder
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

במחילת כבודך, איך וואלט דיר זייער שטארק געוואלט ענטפערן זייענדיג אסאך מאל אין מצבים וואס איך וואלט געוואלט הערן די מיינונג פון א צווייטן ווייס איך וויאזוי עס שפירט ווען מען האט שאלות אין ביזנעס. אבער אזוי ווי דיין קשי' איז זייער נישט פארשטענדליך וועל איך דיר נישט קענען העלפן.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

די ערשטע און וויכטיגסטע זאך אין ביזנעס איז זיך צו קאווערן, אויב מען דעקט נישט די הוצאות און פארשטייט זיך אין דעם איז אריינגערעכנט אהיימטראגן א וועידש צו לעבן ווי א נארמאלער מענטש איז נאריש צו פארפאטשעקן די צייט, בפרט ווען פון דיינע ווערטער איז משמע אז די האסט די מעגליכקייט אריינצוברענגען מער געלט מיט אריינלייגן מער צייט, ממה נפשך, אויב קענסטו סורווייוון מיט ווייניגער געלט און דו קענסט אין די איבריגע צייט ארויפארבעטן די ביזנעס אויף העכערע שטאפלען, מה טוב ומה נעים, אבער אויב דו וועסט אנגיין א שטיקל צייט אן פארדינען וויפיל דו דארפסט האבן צום לעבן קען נאך געלונגען אז אנשטאט הייבן די ביזנעס זאלסטו אנזעצן מיט די גאנצע מעשה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אקעי, איך זע אז דער עולם פארשטייט נישט אזוי גוט וואס איך וויל, וועל איך זיך דעריבער מער קלארשטעלן, הגם איך האלט אז איינער וועלכער פארמאגט נישט קיין ביזנעס וועט מיר נישט פארשטיין, דערפאר בעט איך אז איינער וועלכער פירט נישט קיין ביזנעס זאל אויסדריקלעך נישט אריינרעדן דא, נאר איינער וואס פירט א ביזנעס אדער איז סעלף אינפלויד:

א ביזנעס אוינער גיבט זיך געווענליך אפ מיט צוויי זאכן (מען גיבט זיך אפ מיט אסאך זאכן, אבער איך רעד יעצט פון די צוויי זאכן):

1) ארבעטן און מאכן געלט; דער שרייבער שרייבט - דער גראפיקער מאכט גראפיק - דער גראסערי מאן באשטעלט אייטעמס און באדינט די קאסטומערס - דער עלעקטארישן פיקסט לייטס און אזוי יעדער ביי זיין ארבעט.

2) פראבירט צו פארגרעסערן זיין ביזנעס; דער שרייבער מאכט קאנעקשנס מיט צייטונגען - דער גראפיקער מיט ריזיגע ביזנעסער - דער עלעקטארישן מיט ריזיגע בנינים; מען קומט אויף מיט איידיעס ווי אזוי צו פארגרעסערן און פארשענערן די ביזנעס פלאץ, ווי אזוי צו ציען מער קאסטומערס. אנדערע ליינען ביכער און הערן טעיפס איבער ביזנעס און דאס פארגרעסערן, מען לייגט אריין פיל מחשבה, קאפ און צייט נאר אויף פארגרעסערן די ביזנעס.

עס איז באקאנט די משל הידוע פון די ספרים הקדושים, אז א מענטש איז א הולך ער בלייבט קיינמאל נישט שטיין, אדער ארויף אדער אראפ, אזוי ווי ווען מען פארט ארויף אויף א בארג מוז מען כסדר פארן, ווייל אויב מען שטעלט זיך אפ - דאן פארט מען אראפ. דאס זעלבע איז אין ביזנעס - א ריכטיגער ביזנעסמאן ווייסט אז מען מוז כסדר מעינטעינען די ביזנעס און עס פארגרעסערן, מיטהאלטן די נייע טעכנעלאגיעס און ארויסהאבן וואס עס ציעט די קאסטומערס; א ביזנעס וואס וועט דאס נישט טון וועט אים פעלן א שטיק פון זיין ביזנעס.

די ערשטע חלק וואס מיר האבן געשמועסט, איז געלט וואס מען זעט אויפן פלאץ; פשוט מען ארבעט און מען באקומט באצאלט. די צווייטע חלק איז ארבעט וואס מען זעט נישט געלט אויפן פלאץ, אבער אויפן לאנג טורן איז דאס ריזיגע געלטער, ווייל מען איז משקיע צייט אין פארגרעסערן די ביזנעס און שפעטער קען מען זען רווחים דערפון.

(יעצט צאלט מיר פארן קורס)

אצינד איז מיין שאלה:

מאכט זיך אמאל ביי א מענטש - א ביזנעס אוינער אז ער וויל ארויסנעמען מער געלט דעם חודש פון זיין ביזנעס (אויסער דער קביאות'דיגער וועידזש וואס ער אליין נעמט ארויס פון די ביזנעס), צי איז עס ווייל ער האט באקומען א פלוצלינגדיגע הוצאה וואס ער מוז דעקן, אדער ווייל ער האט זיך דערזען מיט א חוב וואס ער מוז באצאלן - נישט קיין חילוק, פאר סאם ריזן מוז ער ארויסנעמען דעם חודש מער געלט פון די ביזנעס.

(במאמר המוסגר: איך ראט נישט קיינעם דאס צו טון צופיל מאל - א מענטש דארף האבן א קביאות'דיגע וועידזש וואס ער נעמט ארויס, אפילו פון זיין אייגענע ביזנעס - נאר אמאל א יובל (ביי מיר איז דאס די ערשטע מאל איך וויל עס טון, מיין ביזנעס איז אלט דריי יאר) מעג זיך א ביזנעס אוינער דאס ערלויבן).

יעצט; ווי אזוי נעמט מען ארויס מער געלט פון די ביזנעס אין די צייט וואס מען וויל נישט אז די קאסע זאל זיך אויסליידיגן? - איז פאראן א פשוט'ע עצה; מען ארבעט מער שעות, מען מאכט שארט-קאטס און מען רוקט ארויס מער סחורה ווי געווענליך; א שרייבער וועט ארויסרוקן מער ארטיקלען - א גראפיקער וועט איינרעדן נאך אפאר קאסטומערס אז יעצט מוז מען מאכן א געוויסע סארט עד :roll: און אזוי יעדע מיט זיין פאך וועט ארויסרוקן מער סחורה.

פארשטייט זיך אז דאס קומט מיטן פרייז אז מען גיבט זיך ווייניגער אפ מיט דער צווייטער חלק פון בויען די ביזנעס, ווייל מען איז פארנומען מיטן ערשטן און א גאנצן טאג קלערט מען ווי אזוי מען קען ארויסרוקן מער סחורה אויפן מינוט.

יעצט איז מיין שאלה אויב א ביזנעס אוינער מעג זיך צוברענגען נאכצולאזן דעם צווייטן חלק פאר א וויילע, נאר דערפאר ווייל ער מוז האבן געלט אויפן פלאץ, אדער אפשר ניין! - דאס איז א חלק פון די ביזנעס און מען טאר דאס נישט נאכלאזן, ווייל עס קען צוברענגען אז די ביזנעס זאל נאכגעלאזט ווערן, און עס איז ענדערש אז ער זאל ארבעטן אביסל שווערער און טוט ביידע?

נאכאמאל; איינער וואס פירט נישט קיין ביזנעס וועט נישט פארשטיין די שאלה, און איך בעט אז נאר ביזנעס אוינער זאלן ענטפערן.

"אין חכם כבעל נסיון"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין ביזנעס אוינער, און נישט קיין סעלף עמפלאויד, און איך ווער נערוועז יעדע מאל דו חזר'סט איבער אז דו רעדסט נאר צו מבינים און יודעי דבר און ודי.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

איך האב געהאט א ענליכע מצב פאר אפאר וואכן צוריק, איך האב א פריוואטע ביזנעס, און איך האב זיך אריינגעלייגט אין א צווייטע ביזנעס א טעמפארערי זאך וואס דארף צו נעמען אפאר וואכן. מתחילה האב איך נישט געזעהן וויאזוי איך וועל קענען ארבעטן אויף ביידע אויף איינמאל. אבער למעשה האט זיך עס ב"ה פיין אוסגעארבעט. און איך בשיטה האלט אז די צייט סטרעטשט זיך אויס לויט וויפיל ארבעט מען האט. ס'איז א פשוט'ע חשבון, אין יענע פאר וואכן בין איך ווייניגער געווען אין "קרעטשמע". נישט געהערט קול מבשר אפילו איינמאל, אבער כ'מיין אז איך האב גארנישט פארפאסט. איך זאג נישט... איך האב טאקע געארבעט מעלות השחר עד צאת הנשמה... אבער איך באוויין עס נישט. אויב ביסטו אין ענליכע מצב וואס די פילסט ביי דיר אז די גייסט קענען אנהאלטן ביידע דאן גאו עהעד... אבער אויב נישט וואלט איך דיר נישט געראטן צו סטאפן פון צו בויען דיין ביזנעס. (דאס איז נאר א דעת יחיד, מיין ביזנעס איז נאכנישט אלט קיין גאנצע 2 יאר, אבער א דעת יחיד איז אויך עפעס. הצלחה וברכה! - אבער א פערזענליכע טובה אויב האט זיך עפעס אויסגעארבעט זיי אונז מודיע פשוט פאר מיין עקספיערענס וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן ווי אזוי די האסט עס געהענדעלט, ווייל דאס איז א שאלה וואס מאכט זיך ביי מיר זייער אפט. ישר כח למפרע.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

דיין שאלה איז זייער א פרטיות'דיגער, די קענסט טרעפן אין דיין אויבערדערמאנטן משל מצבים וואס קען זיין דירעקט קאפויער.

אויסענווייניג ברויך א ביזנעסמאן אין דיין מצב טון וואס אונזערע עלטערן האבן געטון, נעמליך אריין ארבייטן מיט די רמ"ח אברים ושס"ה גידים.

בכלל, איבער דיין כלל אז מען ברויך שטענדיג גרעסער ווערן, איז דא וואס מאכן גאר גרויסע טעותים, העמיר רעדן א צווייטע מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באקומען אין אישית:
איך האב זייער הנאה וואס די האסט גענטפערט פאר זיס

ס'האט מיר אויך זייער געבאדערט דעה וועג וויאזוי ער קוקט אן א צווייטן וואס טוט נישט אין ביזנעס

דא איז דא צוויי יסודותדיגע נקודות
1)א יעדע ביזנעסמאן איז אמאל אריינגעשפרינגען אין גערעדט שטותים פאר ער איז געווארן א ביזנעסמאן און פארקערט אזוי קומט מען אן לא הביישן למד אבער דאס איז א עוולה שאין כמוה וויאזוי ער דריקט זיך אויס צו איינעם וואס איז לשיטתו נאכנישט אזוי קליג ווי אים
ס'איז דא טאקע אינגעלייט וואס קענען נאך נישט אזוי גיט ביזנעס אבער דורכדעם וואס מ'קאכט זיך אביסל אינעם ביזנעס טאפ קומט מען צוביסלעך אריין אין די זאך, פאר אזא איינעם באדערט זייער שטארק זיינע ווערטער

2) איך האב שוין גערעדט צו אמתדיגע גרויסע ביזנעס לייט וואס פירן ריזיגע ביזנעסער וועסטו הערן פון יעדעם איינעם זאגן די זעלבע פזמון וזה לשונם זאג- רעדט - שעם דיך נישט- אפילו שטותים איך גיב דיר מיין סעלפאן און פרעג מיר סיי וועלעכע שאלה די האסט אפילו די טראכסט אז ס'איז שטותים - איך געדענקט נאך ווען איך בין אריין אין ביזנעס ווי שטארק איך האב מיר געפלאגט און איך וויל דיר שטארק ארויסהעלפן ווייל איך ווייס וואס דאס מיינט פירן א ביזנעס
במילא איינער וואס רעדט אזוי ווי אים (אפילו ער יעצט דא נאר צו נעמען אן עצה און נישט צו געבן קיין עצות)איז לענ''ד ווייסט נאכנישט וואס א ביזנעס איז (והא ראיה זיין קשיא איז בכלל נישט אזוי מעכטיג פאר אן אמתדיגע ביזנעסמאן וואס האט די שאלה טאג טעגליך - די תירץ איז דאך אזוי פשוט - מזה ומזה אל תנח ידך שוויצט מען נאך אביסל)

3)נאכדעם פשוט אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר די קענסט קיינמאל נישט וויסן אפילו איינער וואס טוט נישט אין ביזנעס זאל דיר קענען געבן א גוטע עצה דערויף בבחינת א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל אדער אפילו פשוט סתם א קלוגע איד וואס פארשטייט אפילו צו זאכן וואס ער ליגט נישט דערין

אוי איך האב נישט געווייסט אז איך האב געשריבן אזוי סאך אבער איך האב געמוזט אויסגעבן מיין ווייטאג ואתכם הסליחה
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיס,
איך וואלט דיר געראטן צו טון ביידע, דהיינו אויב האלטסטו ביים אוועקגעבן למשל דריי שעה א טאג לויט דעם יעצטיגן געברויך, דאן טייל עס איין. צוויי שעה רוק ארויס מער סחורה און איין שעה גיב דיך אפ מיט פארגרעסערן.


קרעמער מיט דעם בעל אישי:
איך זע נישט ווי זיס האט דא באליידיגט עמיצן וואס פירט נישט קיין ביזנעס. סך הכל האט ער געבעטן אן ענטפער ענדערש פון א בעל נסיון, עמיצער וואס טוט די פאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל האט געשריבן:זיס,
איך וואלט דיר געראטן צו טון ביידע, דהיינו אויב האלטסטו ביים אוועקגעבן למשל דריי שעה א טאג לויט דעם יעצטיגן געברויך, דאן טייל עס איין. צוויי שעה רוק ארויס מער סחורה און איין שעה גיב דיך אפ מיט פארגרעסערן.


קרעמער מיט דעם בעל אישי:
איך זע נישט ווי זיס האט דא באליידיגט עמיצן וואס פירט נישט קיין ביזנעס. סך הכל האט ער געבעטן אן ענטפער ענדערש פון א בעל נסיון, עמיצער וואס טוט די פאך
.

איך ציל נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער ליין ביטע איבער וויפיל מאל ער חזר'ט איבער דעם שורה אז אומערפארענע ביזנעסלייט זאלן ניטאמאל פרובירן אריינצוזאגן א ווארט, עס איז נכפל ונשנה ונשלש עד כדי הקאה ויש בו שיעור איבול.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

קרעמער ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. עס זענען פארהאן גרויסע עשירים וואס פירן מעכטיגע ביזנעסער, און גיבן אוועק שעות פאר יונגעלייט וואס ווילן עפענען אייגענע ביזנעסער.

לאמיר פרובירן צו ענטפערן פאר זיסקייט.

א צייט צוריק האט זיך א יונגערמאן אפגערעדט אז זיין ביזנעס גייט בארג אראפ. זיינע קאסטומערס פארלאזן אים, און זיינע סעילס טראסקענען. זיין מיינוג איז געווען אז ס'האט מיט די עקנאמיע, און אויך די קאמיפיטשאן איז זייער גרויס.

איך בין געווען ביי די פוד שאו, איז מיר אויסגעקומען צו באטראכטן דעם יונגערמאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף. ער האט געהאט א בודקע, א טישל מיט זיינע פראדוקטן, עס איז באמת גוטע זאכן. דער אינגערמאן איז געשטאנען פארנט, און יעדע מענטש וואס איז אריבערגעגאנגען, האט ער אים העפליך באגריסט, פשוט ווייל דאס איז זיין קאסטומער, אדער וועט ער האפנטליך ווערן זיין קאסטומער. אבער די סעקונדע א צווייטער איז אריבערגעגאנגען דעם טישל, האט ער שוין געשמייכלט צום צווייטן, און אינגאנצן פארגעסן פונעם ערשטער. עס איז געגאנגען בערך אזוי: אה, מושי, וואס מאכסטו? ווי אזוי גייט עס? איך האב אים געוואלט ענטפערן די צוויי ווערטער ברוך השם, אבער ער איז שוין געווען ביזי מיט א צווייטן און אויך געפרעגט די זעלבע, און גלייך דערנאך איז שוין דארט געווען א דריטן. יעדער וועם ער האט נאר באגריסט, האט זיך דערנאך געשפירט ווי אן איבריגע וואנט. איך בין געשטאנען און באטראכט זיין אויפפירונג, איך קען זאגן אז יעדער איז אוועק פון יענעמס טישל מיט א ביטערן טעם.

דער יונגערמאן האט פשוט מורא געהאט אז ער וועט פארלירן דעם מענטש וואס גייט יעצט אריבער, אבער ער האט נישט געכאפט אז ער דארף זיך אפגעבן צו צילן אויף ווער עס האט זיך יא אפגעשטעלט.

וואס איז נוגע לענינו: דו פרעגסט אויב מען זאל סערווירן קאסטומערס, אדער זאלסט צילן צו באקומען נאך? כ'מיין אז די תירוץ איז קלאר, אז דו קענסט נישט נאכקומען צו סערווירן דיינע קאסטומערס, ווי באלד דו ביסט ביזי מיט זוכן נאך, וועסטו נאר פארלירן די אלטע.

איי וואס איז די עצה? פשוט, נעם אויף א סעילסמאן.

פאר הלכות סעילסמאן איז דא באזונדערע הלכות, וואס אויף דעם פאדערט זיך אן עקסטערע אשכול, ווי אזוי א סעילסמאן קען בעז"ה ארויפברענגן א ביזנעס, און ווי אזוי ער קען אראפברענגן. אבער דאס איז זיכער, אז דו קענסט צושטעלן מער שעות פאר דיינע קאסטומערס וואס דו האסט שוין, און דו טוסט עס נישט ווייל דו דארפסט סעיל'סן, איז טאטאל ראנג.

אז מען שרייבט שוין פון ביזנעס, האט איך געזען לעצטנס, אז מען האט געפרעגט דעם בעל הבית פון וואל מארט, וואס ער זאגט צו די שווערע עקאנמיע? האט ער געענטפערט: איך האב געהערט דערפון גראדע, אבער איך האב באשלאסן נישט אנטייל צו נעמען דערין... גאר א טיף ווארט וואס איז כדאי צו האלטן אין מחשבה.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

(אין אנהייב האב איך מיר נישט דערווייגט צו שרייבן דא צוליב די שטרענגע אזהרה פונעם פותח האשכול, און היות דערווייל בין איך נאכנישט קיין אוהנער פון מיין אייגענע ביזנעס האב איך געשפירט אז איך טאר נישט אריינרעדן דא, אבער אזויווי איך זעה א די שטריק איז עטוואס לויזער געווארן, וועל איך אויך אריינווארפן עפעס וואס קען מעגליך צוניצקומען. והוא רחום יכפר.)

פולישער, זייער גוט ארויסגעברענגט!
און איך וויל צולייגן פון די עקספיריענס וואס כ'האב מיטגעהאלטן ביי א נאנטע חבר וואס פארמאגט זיין אייגענע ביזנעס, האט זיך געמאכט אז זיין ביזנעס איז דורך שווערע צייטן ער האט באקומען א קאמפעטישן וואס איז אריין אין זייער א ענליכע ליין ווי ער, און היות די ליין איז נישט צו גרויס (עס איז קוים דא פלאץ פאר איינעם..) האט דאס פארשטייטסעך היבש געשאדט פאר מיין חבר, זיין קאמפעטישן האט עם אנגעהויבן אוועקגעשלעפן קאסטומער, ער האט זיך געזען אין א היבשע פארלעגענהייט,

האט ער מחליט געווען אז ער מוז גלייך אריינשפרינגן אין ארויפארבעטן די ביזנעס, דהיינו = דערטראכטן פון פרישע איידיעס וואס נאך זיין ביזנעס קען פארקויפן, און ווי אויך וויאזוי זיין ביזנעס זאל זיין מער אפ טו דעיט מאכן א וועבסייט אד"ג, איך האב עם געהאלטן אין איין זאגן אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר, יעצט ווען דיין ביזנעס סטראגעלט מוזטו זעהן מיט אלע כוחות עס אנצוהאלטן אויף וויאזוי ס'איז אין סערווירן די קאסטומערס צו זייער מערסטע צופרידענהייט, אויב וועסטו זיין פארנומען יעצט עקסטענדן די ביזנעס וועסטו נישט האבן געהעריג ס'קאפ אויפן פלאץ און די קאסטומערס וועלן דאס באמערקן און זיי וועלן זוכן א צוויטן... ווארט צו ביז דיין ביזנעס סטאבילעזירט זיך אביסל און דערנאך זאלסטו טראכטן פון זיך בויען העכער,

למעשה האט ער געטוהן ווי ער האט פארשטאנען, און יעצט שטייט ער גאר שוואך, די קאסטומערס רעדן זיך עם כסדר אפ אויף מיסטעיקס וואס ער מאכט (פון נישט האבן ס'קאפ אויפן פלאץ), און די חלומות פון זיינע פרישע איידיעס זענען למעשה נישט געווען אזוי גרינג אויסצופירן מכח אל הפויער ווי ער האט געמיינט.

דאס איז וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט, עס קען אבער זיין פעלער ווי ס'איז אינגאנצן אנדערש, יעדע ביזנעס איז אנדערש.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אקעי קרעמער, לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגן אין דעם נושא?!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נישט וואס צו שרייבן דא, עס איז מיר נאר נישט געפאלן דיין התנהגות לגבי אנדערע ליינער וואס האבן יא.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אלץ מנהל אויף דעם תגובה וויל איך קודן בעטן דעם עולם צו רילעקסן, איך קען גראדע יא פארשטיין זיס' מהלך דא, אויב האב איך זיך גוט דערגרונטעוועט שטייט ער אין א קריטישע צייט, און ער האט געוואלט אויסנוצן דעם קרעטשמע אויף דאגה בלב איש ישחנה, אבער ער האט געציטערט אז עס וועט קומען אזא איינער ווי גרויזאמער וואס ארבעט טאקע ביי גוגל, אבער זיין דזשאב איז דארט צו קלינען די פלארס, און ער וועט ווי א גאנצע עקספערט אנצייגן וויאזוי זיך אומצוגיין ווען די ביזנעס ווערט שטארקער אדער שוואכער, באזירט אויף זיין עקספיריענס וואס צו טון ווען די פלאר איז שמוציג אדער זויבער.

האט ער דעריבער געבעטן אז נאר ווער עס ווייסט זאל ענטפערן, אבער מחמת די קריטישקייט פונעם מצב האט ער זיך נישט געכאפט אז ס'קען פאר איינעם באדערן אז ער ערווענט עס אזוי שארף.

אבער יעצט ווען דער שמועס האט גענומען דעם ריכטיגן עקזיט צו נארט - באונד, איז עס זייער בעטעמט צו ליינען. אויף אזא אשכול האב איך געווארט, אויף אזא תגובה ווי פוילישער האט געשריבן האב איך געגערט, און דאס איז א קלארע סאנקציע קעגן שוועמל וועלכע פייפט זיך אריין (ק: קול מבשר) אין די בקשות פון די וועלטס ניקים צו אויפבויען נוקעלארע תגובות בעניני ביזנעס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”