שוין צייט צו לייגן נעמען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שוין צייט צו לייגן נעמען
באשעפער נאר דאס נישט!
ביינאכט ביים לערנען, ווען איך שפיר מיין טעלעפאון דריזלען ווייס איך שוין אז ס'ווייבל דארף עפעס פון גראסערי,
אייביג האף איך אז זי גייט מיר נישט בעטן דו איין זאך פון וואס איך האב אזוי מורא, רוב מאל געלונגט מיר עס און זי בעט פשוט'ע זאכן, וואו ברויט מילך טשיז אד"ג, אבער נעכטן איז עס געשעהן,
זי האט געבעטן דאס פון וואס איך האב אייביג מורא......
און דאס איז 'בעקעלך'
בעקעלך איז א זאך וואס איך האב פיינט איינצוקויפן,
איך ווער אייביג צומישט, קיינמאל ווייס איך נישט וועלכע,
גיי ווייס פארוואס די העק דו בעקעלך האבן נישט קיין נאמבערס?
ס'זאל שטיין אויף יעדע בעקעלע למשל
B5 (B פאר בעקעלע)
B7
און ווען מ'דארף איינס זאל מען וויסן וואס מ'זוכט,
נאטאייך דו געשפרעך און איר וועט פארשטיין מיין רעגעניש,
איך: העלאו, יא איך בין דא און גראסערי, וואס האסטו געוואלט?
זי: אה, טענקס, אמממממ, מיינעיז,
איך: קעי, וואס נאך?
זי: איין סעקענד, איך האב א ביפ, שששששששששש,
העלאו, יא סארי, ס'איז געוועהן מיין מאמע, כ'האב געמיזט אויפהייבן,
איך: וואס נאך דארפסטו פון גראסערי?
זי: איי רגע, יא, אממ, קאפס
איך: אין?
זי: קעטשאפ,
(צוריק צו די מיינעז אייל, פארוואס האט זי דאס נישט געקענט זאגן פריער? גיי ווייס )
איך: אקעי איך האב די דריי זאכן, קאפס, מיינעז, קעטשאפ, ס'נאך?
זי: יא נאך איין זאך,
איך: נו, וואס? (מיין ליפן שעפשעט א געבעט נאר דאס נישט...)
זי: בעקעלך.....
איך: וואס? איך דיך עפעס נישט געהעריג, מיין בעטערי איז שוואך,
זי: בעקעלך, (די טאן איז געוועהן העכער)
איך: אקעי וועכע?
זי: איינס פאר די קלענסטע סייז
איך: אקעי איך גיי אהון זאג מיר וואסערע,
זי: קעי, שאאר,
איך: אקעי איך שטיי דא, וועלכע דארפסטו?
זי: דו ווייסט דעי מינע וואס איך מאך די קיגל?
איך: וועלכע קיגל?
זי: לאקשען,
איך: יא, יענע דארפסטו?
זי: ניין, צוויי סייזעס קלענער,
איך: איין מינוט, (באשעפער איך האב נישט קיין השגה וואס איך זוך....)
איין רגע, איך לייג די טעלעפאון אויף MUTE און איך גיב א פרעג רויטערהייט א אינגערמאן, זאג נאר, וועלכע בעקעלע מאכט דיין ווייב די לאשען קוגעל?
זי מאכט נישט קומט די ענטפער מיין שוויגער שיקט יעדע וואך,
זי: העלאאא העלאאא
זי: העלאא.... הערסט מיך...
UNMUTE
איך: יא יא,
זי: אה, כא'געמיינט אז ס'האט זיך אפגעהאקט וועגן דיין בעטערי איז ל....
איך: אקעי איך זעה דא קליינע בעקעלך אזוי וואו קאפקעיק בעקעלך איז דעס וואס דו דארפסט?
זי: ניין, יו נא וואט, געדענקסט וואס מיין מאמע האט געברענגט אפאר וואכען צוריק פאר מלאווע מאלקע? אזאנס און קליין,
(פון וואו זאל איך געדענקן וואסערע סייז ס'איז געוועהן? איין זאך געדענק איך אז ס'האט געפעלט זאלץ...) באשעפער וואו זעה איך מיך ארויס?
איך: (א פיצי ליגענט,) אממ, איך זעה נישט די בעקעלע וואס דו דארפסט,
זי: (אן די מינדעסטע פראבלעם,)
אקעי, די נעקסטע גראסערי ביי די קארנער האט עס זיכער,)
איך: (שאקס....) אממ, איימעניט, איך זעה דארט נאך בעקעלך, אפשר איז דעיס וואס די זוכסט, (וואס טוה איך דא???....)
עממ, יא איך האב עס, ס'איז מער אזא לענגלעכדיגע סטייל, יא?
זי: ניין,
איך: (כ'פלאצ שוין..) אה, איך זעה די זעלבע און רינדעכיג, אקעי איך האב עס,
זי: זייער גוט, טענקס עי מילליאן,
איך: אקעי, עמער זיך זעהן,
איך קום אן אהיים, וואס מיינט איר, איך האב געקויפט פון יעדע סייז איינס, און פטוראנייסעק,
נו, זאגט איר, איך נישט צייט צו האבן נעמען פאר די בעקעלך??

געוואלדיג געלעגער!
וויבאלד די גראסעריס מיזען אריינלייגען קאודס פאר יעדע בעקעלע האב איך שוין כמה פעמים געהאט אז עס איז ארויפגעקימען אויף די קאמפיאטער גאר א אנדערע אייטעם. איינמאל איז ארויפגעקימען א טייערע אייטעם וואס קאסט איבער צוואנציג דאלער - אנשטאטס די בעקעלע וואס קאסט אפשר 25 סענט... יענע מאל האב איך עס באמערקט, אבער וויפיל מאל האט ער מיך איבערגעטשארדזשד וועגען אזעלעכע טעתים, אין איך האב ניש באמערקט?!

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32412
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
אקעי געלעגער.
כאשוין גערעדט צו אפאר פעיפער גוד קאמפעניס.
זיי גייען אראפ נעמען די סייזעס פון זייערע אייטעם'ס.אבער נאר אויב די נעמסט זיך אינטער נאך אפאר אזעלעכע ארטיקלעך אויף זייער חשבון אויך.....
עני וועי כאב עס שוין געגעבן צו ליינען פאר מיין ווייב.- יוש האט זי געלאכט-. און נאומאר גיי איך אין גראסערי ווען מען דארף קויפן בעקעלעך

- שמיי_דריי
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט
העי העי... בארואיגט אייך... קום צום אטעם... ענדיג קודם צו לאכן און נאכדעם קענסטע רעדן...
ר' איד (וויזוי דארפעך נאר יעצט זאגן... ההםםםם... נו דערמאמעך דארט... אההה... נישט די ניק!!! איי גאט איט) ווען דו זאלסט ווען יעצט האבן געליינט געלעגערס ארטיקל וועגן בעקעלעך וואלטסטע אויך אזוי געלאכט. איך בין ממש געליגן אויפן פלארע...
פון איין זאך האבעך נאר הנאה... צרת רבים חצי נחמה... יעדער האט די זעלבע פראבלעם. כאגעמיינט אז נאר איך האב עס...

א חתימה ברויך מען האבן ?
אהא געלעגער,
איך האב ערענסט געמיינט אז איך בין א בן יחיד,און דא ממש ווי די וואלטסט ווען פון ספרינט אנעקסירט מיינע טעלעפאון געשפרעכן, יעדע וואך די זעלבע מעשה, ענדליך זיך שוין דערלערנט די הארד וועי, אבער נאכאלטס האט זי מיר געכאפט מיט א קעיק בעקעלע, וואס איז דאס, פון וועלכע קעיק רעדט מען ? פון מארבעל ?באבקע ?, הא, איך הער נישט, עניוועי איך בין מיט אייך און מען קען גיין פאראויס מיטן פלאן פון די קריאת השם,

לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 9:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
געלעגער WOW, (גרויזי, ווייסט שוין וויזוי מ'ספעלטעס אויף אידיש?) דו האסטעס געמאכט מיט מיר, ס'באדערט מיך פארוואס מיר איז נישט בייגעפאלן צו מאכן אן ארטיקל דערפון. (עה, עכט באדערטעס מיך נישט, קודם האבעך נישט קיין צייט צו שרייבן, און צווייטענס וואלטעכעס לכאורה נישט אזוי גוט אראפ געלייגט.)
ממש פאריגע וואך איזעס געווען נאכאמאל, איינע פון די זאכן פון די 280 דאלער'דיגע ארדער איז אויך געווען בעקעלעך, איר ווייסט וועלכע יא? קעיק בעקעלע. ימח שמם די ציונים, אבער פרעג איך ענק, מאכט מען דען קעיק נאר אין איין מין בעקעלע? א שטויס, נאר וואס דען, פאר די אנדערע האט מען אויך געטראפן אנדערע נעמען, ווי למשל קוקי שיעט, ראסטער, העלוו ראסטער פלאכע, העלוו ראסטער טיפע, 9X13 (ש'מער געדאכט, מיין גראסערי האט א מעסטער לעבן די בעקעלעך, באט קיינער ווייסט נישט וויזוי צו רעכענען 9X13 [אדער איז די מעסטער נישט קיין גוטע] ווייל מ'דארף עס רעכענען פון אינעווייניג, און אויך איזעס נישט פונקטליך, באט גיי רעכן דיך אויס, דאסיז די נאמען און שוין.) און נאך איינס האטעך נישט קיין נאמען, סאו איזעס קעיק בעקעלע, אבער רבש"ע זאגעך איר, דו ווייסטעך אז איך האב פיינט ווען כ'דארף קויפן בעקעלעך, ווייל מ'קען כמעט ציילן אויף די הענט וויפיל מאל סימער געלונגען אז זי זאל זיין צופרידן מיט די בעקעלעך וואס כ'האב איר אהיים געברענגט, אה זי האט א סימן פאר מיר, ס'שטייט סופארט די באדעם, (גיי זיי איר מסביר, אז נישט אלץ האבן זיי צייט אריין צו דריקן פונקט דעי ווערטער, אדער ווען מ'דרוקט די בעקעלעך פונקט א גרויסן יומא דהילולא פראבירן זיי צו לייגן לעילו נשמת'ער.) עניוועי, איך האב איר עפעס אהיים געברענגט און געס וואט, דאס מאל איזעס מיר (נע, עטץ רעדטס ענק אז ס'איז מיר געלונגען א מכה.) אויך געלונגען א-ווי אייביג, די נישט גוטע....
איין זאך מיין פרוי אידעך א טייערע אידענע, נאכן מאכן די ערשטע קעיק אין דעי נישט גוטע בעקעלעך, (ב"ה אז די קעיק ריבעלט נישט ווען מ'לייגטעם אין אן אנדערע בעקעלע.) זאגטצע מיר אז ס'האטצעך אויסגעצאלט, ווייל די שניי פיט נישט אין איין בעקעלע, סאו מוז זי עס צוטיילן אין צוויי, און איינס לייגטצע גראד אין פריזער, סאו ווערטעס נישט אזוי שנעל אויפגעגעסן.
בקיצור, געלעגער יו מעיד א גוד זשאב. מ'גיימער יעצט ארויס פרינטן דעם אשכול זאל זי כאטש וויסן פאר נעקסטיים אז קויפן בעקעלעך באלאנגט פאר פרויען.
יישר כחכם.

ב"ה איך זעה אז ס'איז דא א גרויס חלק אידן וואס מאכן מיט דאס זעלבע,
איך ווייס נישט פארוואס אמאל האב איך געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער שלימזל, דאנק אייך אלע,
איך הער, דו ביסט צוקער זיס,
אבער דו האלטס שוין ערגעץ, דו נעמען קענסטו שוין, יעצט דארפסטו דיך נאר אויסלערנען צאמצושטעלן די נאמען מיט זיין בעקעלע,
אויך א דערגרייכונג.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35237
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
גלעגער זיסער. שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט'ס! אבער וואס איז נאך בעסער איז דאס אמת וואס ליגט דעראון. מ'גייט דורך העל ווען עס קומט צו קויפן בעקעלעך. די עצה מיין איך איז טאקע ס'קויפן איינס פון איטליכער. יו קענט גאו ראנג!
אבער איך מיז דיר זאגן אז די לייגסט עס אראפ בעסער ווי עס איז אין ריעל. איך לייען דא לעצטענס ווייניג אין קרעטשמע גופא, כ'מזל איך האב געכאפט דעם אשכול.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
זעסטו געלעגער, אזויפיל האט די פופצן יאר זייט די חתונה אויפגעטון אז עטליסט די נעמען זאלעך קענען, (סי גארנישט כ'האב אמאל גע'ארבעט אין א גראסערי.) באט צאם שטעלן, העל נאו.
איך האבעס געגעבן צו לעזן פאר די אידענע, און זי פאר אירע שוועגערינס, מ'האטצעך געהאלטן אין די זייטן פון די נעבעך'דיגע מענער, און כ'מיין אז זיי האבן באשלאסן אז פון היינט און ווייטער גייט מען הייסן פאר די מענער קויפן נאר בעקעלעך, כ'בין נישט זיכער צו דעיס צו גאר אז זיי גייען אויפזוכן נאך אזא אייטעם, ווי למשל זיי גייען פלעין זאגן טייד, און דער מאן זאל זיך ברעכן קאפ וועלכע פון די צוואנציג מינים זי האט אינזין, אדער אפילו פלעין העד ענד שאלדער'ס, בקיצור זיי האבן זיך גארנישט גענומען צום הארצן, זיי האבן פלעין געלאכט....

- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
א כאפטע לצים...
לויט ווי איך ווייס האט די אינשורענס קאמפאני ווי "צום זאך" ארבעט, א ספעציעלע "בעקעלע אינשורענס", אויב מען האט נישט מכווין געווען צום ריכטיגן בעקעלע קומען זיי אראפ דעליווערן די ריכטיגע.
צום זאך ביטע לייג אראפ די אפשענס אויפן טיש, וואס מיינט פרימיום בעקעלע? טוירם לייף? און וועלכע איז דאס ביליגסטע?

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 916
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
- לאקאציע: אויפן לבנה
געלעגער האט געשריבן:על' מאנסי, וואו וואגסטו דיך צו לאכן?
קוים חתונה געהאט און שוין ווייסטו אויף וואס צו לאכן? צו יונג פאר דעם,
קודם כל איך בין נישט יונג
צווייטענס איך האב אויך די פראבלעם מיט בעקעלעך(נישט אויף מיין פנים)
מיין מאמע פלעגט מיך געבן די זעלבע סימנים וועגן דעם לאך איך אין אויכעט האב איך עס געוויזען פאר מיין ווייב ווייל איך האב אזוי הויעך געלאכט נישט נאר איינמאל נישט נאר צוויי מאל נאר וויפיל? אוי איך געדענק שוין נישט...