הגיע זמן גאולתכם, ואם אין אתם מאמינים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הגיע זמן גאולתכם, ואם אין אתם מאמינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי,

כ'בין געווען לעצטענס ביי די חתונה פון א נאנטן חבר'ס א זוהן, און עס איז דארט געזונגען געווארן א ניגון. דער ניגון האט מיך עפעס זייער געכאפט. און כאטש עס האט נישט געסאונד ווי עפעס אן אלטער חסיד'ישער זמר'ל, וועלכע חסידים פלעגן זיך נוהג זיין צו זינגען ביי א פארברענג, אדער נאך א ווארימען ליל שישי שמועס. און אוודאי נישט ווי עפעס וואס די אלטע רוסישע אידן פלעגן זינגען אין סיביר ביים אויסבאהאלטן זיך אין די פינסטערע ליכטיגע קעלערן פון די בייזע אויגן פון די צארישע נאטשאלניקעס, נאר איידער ווי עפעס וואס א היינטיגער זינגער האט מחדש געווען (כאטש איך בין חושש אז טראץ וואס די ווערטער רעדן עפעס פון ביאת המשיח, דאך וואלט ער נישט געוואלט באמת אז ער זאל שוין קומען, ווייל ווער וועט אים דען דאן אויסהערן). אבער פאר סאם ריזען האט מיך דער ניגון געכאפט.

לייג איך מיר אזוי צו אנויער, און איך טריי אויפצוכאפן די ווערטער פון דעם ניגון, און שטייצעך אז דעם ניגון אליינס טרייעך אויך אויפצוכאפן. אבער עס איז נישט אזוי לייכט געגאנגען. אבער, איר ווייסטעך, יגעת ומצאת... האבעך מיט גרויס מיה באוויזן אויפצוכאפן געציילטע ווערטער.

נו, וואס טוט מען אז מען איז געבליבן שטעקן מיט די עטליכע ווערטער, און ווייטער (און אזוי אויך פריער) קען מען נישט. זינגט מען נאר די ווערטער, און יעדעס מאל ווען מען זינגט, בלייבט מען שטעקן אזוי אינמיטן דערינען (ווי זעמל אין דעם לעצטן געדאנק), מילא, עס איז טאקע נישט עק וועלט, און פילו נישט נאנט דערצו (ניבאדע, מען איז דאך אזוי ווייט פון אינדיע) אבער דאך, געשמאק איזעס נישט.

אלזא האבעך מחליט געווען זיך צו ווענדן צו די געערטע חברי הקרעטשמע, וועלכע האבן מיר שוין מערערע מאל ארויסגעהאלפן אין זעלכע סיטשועישאנס, און בעטן אזויך היצטערט זאלן זיי מיך נישט לאזן פאלן.

אלזא, די ווערטער וואס כ'אב אויפגעכאפט זענען:

הגיע זמן גאולתכם, ואם אין אתם מאמינים, ואם אין אתם מאמינים..................

גראדע וועט זיין אינטערעסאנט אנצומערקן, אז ביים מצוה טאנץ האט דער בדחן, ערעב .... האלפערין פון מאנטריאל (א ברודער פון דעם שפילער ר' חיים ישראל) - וועלכער וואלט באמת ווערט געווען אן אשכול פאר זיך, ער איז, לדעתי, פון די בעסטע בדחנים היינט - אויפגערופן די חתן כלה אויף דעם זעלבן דערמאנטן ניגון, און איך געדענקט ווי ער האט געזאגט די ווערטער אזוי "הגיע זמן שמחתכם" אנשטאט גאולתכם.

עניוועי, אויב קענט איר אזוי גוט זיין, און ארויפשטעלן דא די ווערטער, און אזוי אויך דעם מקור, און אוודאי און אוודאי אויב איר קענט ארוישפטעלן דא דעם ניגון אליינס, וועל איך אייך אונוואונטשן בכל מילי דמיטב...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

בשעה שמלך המשיח בא היה עומד על גג בית המקדש ומשמיע לישראל ואומר ענוים הגיע זמן גאולתכם ואם אין אתם מאמינים ראו באורי שזורח

http://www.daat.ac.il/daat/olam_hatanah ... sh=shimoni
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

גרויסער שערקויעח ערעב עס עפעס, ווער האט מחבר געווען דעם ניגון ווייסט איר אויך, ווער איז דער זינגער וועלכער האט אים דעליווערט פארן ברייטן ציבור, און אויף וועלכען רעקארד.

און אזוי אויך, וואו קען מען אים הערן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כווייס נישט צו דו מיינסט צו מאכן ליצנות, ווייל דאס איז א באקאנטער ניגון אויף יוסי גרינ'ס לעצטע טעיפ "תו השמיני". יוסי האט דאס קאמפאזירט און מרדכי בן דוד זינגט עס
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

כ'הער אז ס'איז שוין דא אידישע גראמען ווערטער אויף דעם ניגון, איינער האט עס?
גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרוש »

ווען איך האב געהגרט די ניגון צום ערשטן מאל האב איך געטראכט אקוראט ווי טהור'ל אז אויב וויל ער אזוי שטארק משיח זאל קומען פארוואס זינגט ער די ניגון זאל ער גיין לערנען
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ניין, איך האב נישט געמאכט קיין ליצנות, איך הער ב"ה נישט די אלע טעיפס, (כאטש, האמת אודה, אז מרכדי'ן האב איך דוקא זייער ליב, איך האלט אז ער זינגט שענער פון די אלע אנדערע זינגערס, און פאר סאם ריזען האב איך געהאט א קלער אז ער זינגט דאס, ס'האט מיר עפעס געשמעקט פון אים) און ממילא האב איך נישט געוואוסט פון דעם ניגון ביז איך האב עס געהערט ביי מיין חבר'ס זון'ס חתונה, און אצינד בעט איך נאכאמאל, ווער עס האט דאס, ספעציעל אויב איינער האט דאס ווי מרדכי זינגט דאס, וואלט איך אים דאנקבאר געווען אויב ער קען דאס דא ארויפשטעלן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איך גלייב אז מען דארף האבן רשות עס אויב מ'וויל עס ארויפצלייגן דא (פונעם ארגינעלן אלבום)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס עפעס האט געשריבן:בשעה שמלך המשיח בא היה עומד על גג בית המקדש ומשמיע לישראל ואומר ענוים הגיע זמן גאולתכם ואם אין אתם מאמינים ראו באורי שזורח

http://www.daat.ac.il/daat/olam_hatanah ... sh=shimoni

"היה" איז איבריג.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

צום זאך, גראדע בין איך זייער ווארים פאר דעם ניגון, און איך האב געזען די ווידיאו ווי יוסי גרין זינגט עס ביי שוועקיס קאנצערט עס האט מיך ארויסגענומען פון די גלייזן, איז מיר זייער אינטערסאנט וועגן די אידישע גראמען פון וואס דו רעדסט, ווייסטו מער דעטאלן? גייט עס ארויסקומען אויף א אלבוים? וואס מיינסטו צו זאגן אז "עס איז דא", וואו עס איז עס?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קרעמער, היה איז א לשון שמחה, הער אויף מיט דיינע מעשיות.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

גרויזי, די מעשה איז אזוי,
מיין חבר איז געווען לעצטענס ביי א קומזיץ צוזאמען מיט זיינע חברים, ער האט עס רעקארדירט, און צווישן די ניגונים וואס זיי האבן געזינגן איז געווען די "ענוים" ניגון, און זיי האבן געזינגן דערויף גראמען אין אידיש זייער שיין, כ'דענק שוין נישט די גראמען, און מיין חבר זאגט אז ער קען נישט טרעפן די ריקארדינג'ס, איך האלט אז ס'איז זייער גוט, און איך וויל וויסן ווער עס האט עס געמאכט.

וואס נאך ווילסטו וויסן? ווער שוועקי איז דארף איך דיר נישט זאגן, איא?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גרויזאמער האט געשריבן:קרעמער, היה איז א לשון שמחה, הער אויף מיט דיינע מעשיות.

"והיה" איז א לשון שמחה, און אריינלייגן א ווארט וואס שטייט נישט אין חז"ל איז א לשון צער.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

צום זאך, גראדע בין איך אויך געווען ביי יענע קומזיץ, אויב רעדסטו פון די עי טיים קומזיץ אויפן האדסאן, און קיינער האט נישט דארט געזינגען ענוים, סאו אדער ברענגסטו אהער דעם רעקארדינג, אדער וועט יעדער זען ווי אמת די מעשה איז.

אגב, אויב מיט בייזן וועט נישט העלפן וועל איך טרייען מיט גוטן, אבער קודם לאמיר זען. (זעסט? למשל קרעמער גיי איך יעצט איגנארירן, ווייל מיט אים האב איך שוין געטרייט מיט גוטן און מיט בייזן).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אה, זעהסט, כ'בין טאקע אביסל צומישט, מ'האט טאקע נישט געזינגן 'ענוים', מ'האט געזינגן עפעס אויף די ווערטער 'והימים ימי בכורי ענבים'...

וועגן די ריקארדינג, כ'וועל מוזן נאכמאל פרעגן מיין חבר (די ביסט עס אפשר?) דערוועגן.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

אויף 'מונה 5' האט ער אויך א ניגון (כמיין ס'די לעצטע אויפ'ן אלבום) אויף די ווערטער, געזונגען דורך ר' אהרן הלוי.
אבער ער זינגט יא "היה" עומד וכו'
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

דא האט איר עס ווי מ. ב. ד. זינגט ענוים ענוים ביי די ברית פון מנחם טוקר'ס זון
לעצט פארראכטן דורך ליינער אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 10:22 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אראפגענומען מיין תגובה נאך ליינער האט געטוישט זיין הודעה.
לעצט פארראכטן דורך צייטליך אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2009 10:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איך האב געטראפן א קליפ ווי די מלך אליינס זינגט עס באט עס איז אויף יו טויב סאוי ווער עס קען עס איבערלייגען וועל איך קענען ארויפלייגן
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך האב אביסל אריינגעקוקט אינעם מדרש.
הפלא ופלא. כהאב עס נאך קיינמאל נישט געהערט.
קודם די ערשטע משל (קומט צו זאגן מיט ניגון פון די של"ש תורה) איינער וואס איז געגאנגען אין וועג, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען האט ער נישט געקענט גיין ווייטער איז געקומען איינער און האט אים אנגעצינדן א ליכט, איז געקומען א ווינט און עס פארלאשן, איז געקומען א צווייטער און אים צוריק אנגעצונדן, איז געקומען א ווינט און ווידער פארלאשן. האט ער געזאגט, יעצט וועל איך שוין ווארטן ביז די זון וועט נאכאמאל אויפשיינען..
איי ווען דער רבי ז"ל וואלט ווען געהאט דעם מדרש וואלט ער געמאכט צימעס דערפון.

און וואס זאגט איר צו דעם שטיקל.
מלך פרס מתגרה במלך ערבי והולך מלך ערבי לארם ליטול עצה מהם וחוזר מלך פרס ומחריב את כל העולם וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם
פרס איז איראן, ארם איז סיריע. (קרעדיט הערשל פ"מ)

אלף בית פארדריי נישט דעם אשכול.

צוריק צום ענין: דער ניגון איז א געוואלדיגע ניגון די ווערטער נישט פלעין.
און סאיז נישט סתם א ניגון און ארויסגעלייגט ווערטער דערויף, נאר די סטייל דערפון שטומט עפעס מורא'דיג מיט די די ווערטער.

אבער קרעמער האט אריינגעווארפן א פלאקן מיט די 'היה' אז די ניגון איז שוין ביי מיר עפעס.... עפעס.... איך ווייס נישט וואס צו זאגן..
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

ווי איז די ארגינעלער אשכול פון יוסי'ס 8טע נאוט, דארט האמער אויסגעגעבן די שעפשעריי וואס די ניגון פארקויפט.

מיר האט זיך געפיקטשערט ווי די ניגון ווערט געזינגען פון א דאך. די ניגון רייסט ביים הארץ. א שטיק געפיל, יוסי איז די מעעען! לאמיר טאקע שוין אנצינדן די ניגון דא, איין מינוט נאר .... אקער ער ארבעט.

יוש... ווען קומט ער שוין ארויס מיט נאך עפעס? וויכטיג, ווי האלט זיין ווינדאוי שעיד טעיפ?

אימענאַטעם מאמינים! אימענאַטעם מאממממממינים! ראאו באארררי שזרווחחח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין געהערט דעם ניגון מערערע מאל פון מערערע זינגער, און קיינמאל נישט באמערקט זיי זאלן אריינגליטשן א "היה" אינדערמיט. איך האב דאס פארשטאנען אלס א קרעכץ.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער ניגון זינגט דאך עמית ליסטוואנד אין זיין נארוואס רעליסטע אלבום. טא גיי קויף עס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווען איך האב געזעהן די קעפעל האב איך מעך דערמאנט פון גרויזי,
איינער ווייסט פארוואס?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יא, ווייל בשעת דו האסט געליינט די קעפל האסטו געגעסן סושי.

אדער האסטו דיך דערמאנט ווי איך האב געזינגען פאר די מענטשן אין תפיסה: גנבים גנבים, הגיע זמן, הגיע זמן גאולתכם.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”