על טעם וריח, אין להתוכח...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

על טעם וריח, אין להתוכח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערסטע?

פאריגע וואך פרייטאג נאכמיטאג שפאציר איך אריין אין גאטליעב'ס רעסטאראנט, איך קויף איין אפאר זאכן לכבוד שבת, אביסל קאלד-קאט'ס, אביסל גאלערעטע, די וואך האבעך האט די רעבעצין נישט געמאכט קיין לעיבער, האבעך געקויפט לעיבער אויך, און נאך זאכן לכבוד שבת.

אזוי ארומגייענדיג אין די רעסטאראנט, האב איך געזעהן א טאפ טשולענט, ס'האט אויסגעקוקט עפעס מורא'דיג, ס'האצעך מיר פארגליסט א טעלער, האב איך גענומען א קליינע קאנטעינער, כא'געטראכט, נו, אביסל פאר טועמיה, וואס קען שוין זיין שלעכט? אנגעפיהלט די קאנטעינער מיט טשולענט, צו דער זייט אביסעלע זויער איגערקע, און מ'גייט צום רעדזשיסטער באצאלן.

איך קום אן אהיים, איך הייב אן עסן די טשולענט, און איך זעה אז איך האב מיך נישט געפאפט, די טשולענט איז עפעס געוואלדיג, איך האב שוין געגעסן טשולענט אסאאך מאל, און אפילו גאטליעב'ס טשולענט האבעך שוין אויך אסאאך געגעסן, אבער איך געדענק נישט אז די טשולענט זאל האבן געווען אזוי גוט.

איך האב א שטיקל מנהג, (אפשר געקעטש פון איכער..) אז ווען איך האב הנאה, לאז איך עס וויסן, איך האב ארויסגענומען מיין טעלעפאון, און געשיקט א טעקסט פאר מיין חבר ר' מנשה גאטליעב, מנשה, די גאללע און די לעיבער זענען זייער גוט, אבער די טשולענט איז עפעס אויסערגעווענליך גוט, איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געגעסן אזא גוטן טשולענט.

נאך אפאר מינוט באקום איך צוריק א טעקסט, טענקס, איך האב עס אויך געגעסן, שוין לאאנג נישט געווען אזוי גוט, און נאך אסאאך אירע האבן מיר געזאגט, די וואך איזעס מורא'דיג אויסגעקומען.

פיין געווען וואול געווען, און וואסי ווייטער?

הערט אויס..

דעם שבת צופרי, טרעף איך מיין'ס א ידיד, נאך א שטיקל שמועס, האמער עפעס אנגעפאנגען צו רעדן פון עסן אין רעסטוראנטס, בתוך הדברים זאגטער מיר, איך ווייס נישט, איך גיי ניסלעך פאר גאטליעב'ס טשולענט, עפעס די וואך, איזעס נישט געווען אין מויל צו נעמען.

נאכן פעסטשטעלן די זייגער ווען ער האט געגעסן.. (גאטליעב'ס האט לעצטענס אונגעפאנגען צו זיין אפען ביז 10:00 אנשטאטס 9:00.) און נאך אנדערע סימנים, שטעלט זיך ארויס אז מיר האבן ביידע געגעסן פון די זעלבע טאפ טשולענט, און ביי מיר און ביי נאך אפאר אנדערע, איז די טשולענט געווען עפעס אנריעל, און ביי עם איז עס נישט געווען אין מויל צו נעמען.

נו, וואסי פשט?

אויף דעם איז געזאגט געווארן די אלטע כלל "על טעם וריח, אין להתוכח"...

כלפי מה דברים אמורים?

איך האב שוין אסאאך מאל גערעדט צו געוויסע ניק'ס אין אישית, און שוין אסאאך מאל האבן עס אנדערע דערמאנט צווישן די תגובות, ס'דא אמאל וואס צוויי אירע טענה'ן זיך, איינער שרייט דער זינגט הערליך, און דער צווייטער שרייט וואס?!!! דער?!!! מ'קענעם נישט הערן!!! א מיאוסע שטימע, א גרויל!!!

נו, ווער איז גערעכט?

"על טעם וריח, אין להתוכח"..

און נאך מער, ס'דא אמאל ווען איינער האט נישט ליעב א גאנצע אלבוים, די אלבוים איז נישט גוט, אדער פארקערט, איינער איז פארכישוף'ט אין א אלבוים, אזאונס איז נאכנישט געווען... דארף מען געדענקן, "על טעם וריח אין להתוכח"... שרייב נישט פאר קיינעם קויף די אלבוים, אדער קויף נישט די אלבוים, ווייל נישט יעדער האט דיין טעיסט, קענסט שרייבן, "איך גלייך עס יא/נישט", זיין קול איז צו דין, דער יעניגער וואס גלייכט נישט קיין דינע שטימע'ס, וועט וויסן צו שטיין ווייט, ווייטער דער וואס גלייכט דייקא יא דינע שטימע'ס, דער וועט וויסן, הו הא! א פיינעם אלבוים, לאמער עס שוין לויפן קויפן.

און אנדערע ווערטער, "על טעם וריח" מיינט נישט אויף "מיין" טעיסט טאר קיינער זיך נישט קריגן, ניין! דו האסט דיין טעיסט, און אנדערע האלטן אנדערש.

אזוי ווי ב"ה אונזער היכל האט זיך צווואקסן אין די לענג און אין די ברייט, ס'דרייען זיך דא די לייבן פון די היינטיגע מוזיק, מאכט זיך זייער אפט אז צוויי אירע האלטן אנדערש, איינער אזוי און דער צווייטער פארקערט, און יעדער האט שטיצע צו זיין זייט, לאמער געדענקן די ווערטער, "על טעם וריח אין להתוכח", איך האלט אזוי, ווייל דאס איז מיין טעיסט, דיין טעיסט איז אנדערש, קענסטו האלטן אנדערש, און לאמער האפן אז די טענער דא אין היכל הנגינה וועלן בלייבן נידעריג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכי סאיז על טעם וריח אין לטענה

אבער ביי נגינה איז דא נאך א אישו
א ניגון איז דאך אזאך פין געפיל, ווען איינער הערט א ניגון וועט עס אויפברענגען די געפיל וואס ער האט געהאט ווען ער האט געהערט די ניגון סוועט עם אפילו דערמאנען ווי ער איז געווען ווען ער האט געהערט די ניגון די ערשטע מאל
יעצט ווען איינער הערט א ניגון פין א זינגער ווען ער איז אין א אונגעזעצטע גיסטע אדער ער גייט אדארעך א שווערע צייט וועט ער איעדעס מאל וואס ער גייט הערן די ניגון גייט ער באקימען די שווערע געפיל וואס ער האט דעמאלטס גהאט אין ער גייט אליינס נישט וויסען פארוואס אבער ער גייט נישט ליעב האבן דעם דעם זינגער אין דעם ניגון
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פאר מיר איז עס נישט געווען אין מויל צו נעמען...
ווייל איך האבע נישט געהאט קיין טעללער טשולענט פאר מיר, ווען יא וואלט ער שוין איינמאל געווען אין מויל צו נעמען

אונגארישער האלט יעצט אינמיטן עסן די טשולענט
אטעטשמענטס
.gif
.gif (7.05 KiB) געזען 4739 מאל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אוי וויכי.. ביסטעך אזוי גערעכט... האסט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט, כ'פארשטיי אפילו נישט וויאזוי איינער האלט אנדערש.. זיכער האט דיין חבר געפוצט די ציין בעפאר ער האט פארזוכט יענעם טשולענט... אנדערש לאזט זיך נישט גלייבן אז ער האט עס נישט ליב געהאט...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ועל כגון דא נאמר: די משל איז בעסער פונעם נמשל!

איך ווייס נישט אויב די רעדסט איבער דעם טעללער טשולענט וואס מיר האבן געגעסן ביי גאטליעב'ס פארגאנגענע וואך צוזאמען.. ווייל יענץ איז באמת גוט געווען. (אפילו מנשה איז געזעצן מיט אונז)

אההה, איבער נגינה? זיכער אזוי! אבער ווי קומט דא די טשולענט אריין?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אה וויכי
האסט בארירט א האקעלע סטרונע :roll:
האסט געטרעטן אויף די הינער אויגן :cry:
ואיידי דאתי לידן אימא בה מילתא

את צערי אגיד ואשיחה, איך האב געקויפט א געוויסע טעיפ, - וואס משום חזותי' וואלט איך עס קיינמאל געקויפו - נאר משום איך האב דא געזען אז ס'איז ממש משוגע צו ווערן, וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב עס איינמאל איסגעהערט, צוויי מאל געבראכן, און דאס דריטע מאל אוועקגעקראכן.
איך רעד נישט יעצט פון פרומקייט, איך רעד פון טעיסט.

אפשר וואלט כדאי געווען וןוען מען רעדט פון א טעיפ פון א נייעם שטערן, זאגן, זיינע ניגונים זענען משה גאלדמאן סטייל, אדער ער זינגט כמעט ווי אייזיק האניג וכו' וכו' איך גיי נישט דא יעדן אויסלייגן. אבער יעדער האט זיך זיין טעיפ און זיין זינגער וואס ער ווערט (ניסלעך????)
עכ"פ עמיר זען וואס ויכי וועט טון נעקסטע מאל
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אלף בית נישט סתם א טעלער סאיז באלד גרעסער פין מיר
Liberalism is a mental disorder
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכי, זייער, זייער א גוטע נקודה, שכוח פאר'ן אויפברענגן און נאכמער פאר'ן עס אזוי שיין געשמאק ארויסברענגן.

דער אמת איז, ווען א ווכוח ווערט היציג, פארלירט מען אביסעלע דעם דעת (וגם אני בחלומי...), דארף מען זיך דאס כסדר חזר'ן.

וויכי, כ'מיין זאלסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה, וועלן מיר דאס האבן פאר די אויגן, שטייצעך וועס דארפן גיסן תגובות אן אויפהער... ערענסט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווארד, איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, אויב דו מיינסט צו זאגן אז איך האב געשריבן אויף א טעיפ אז ס'איז גוט און דו זאלסטעס קויפן, איזעס א טעות, איך האב געהאט א "דיסקלעימער" אויף יעדן אלבוים וואס איך האב געשריבן דערוועגן, אז דאס איז מיין מיינונג, און מ'זאל זיך נישט רעכענען דערוועגן דערמיט, סאו עקספלעין דיין מיינונג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ראטגעבער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטגעבער »

וויכי דאס איז א גוטע ארטיקל, איי ס'האט נאר זיבן קאמענטס? נו על טעם וריח אין להתוכח.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ראטגעבער, טענקס פאר דיין קאמפלימענט..

כאדער נאר געוואלט זאגן אז קאמענטס מאכט נישט א ארטיקל בעסער, און נישט אלעמאל האט א גוטע ארטיקל אזויפיהל קאמענטס וויפיל ס'איז ווערד..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

עסי זייער פאני וואס די זאגסט, ווייל אין עולם הנגינה גלייך איך זייער שטארק דיין טעיסט, ווידעראום גאט-ליעבס טשאלענט איז פערצופאל געווען די פאריגע וואך ס'ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס כ'האב דארט געגעסן, און ס'בכלל נישט אזוי משוגע צו ווערן...

אה אז די ווילסט רעדן פון די פיפיקלעך וואס איז געליגן בשכינות פון דיין באליבטן טשאלענט איז שוין עפעס אנדערש...

אבער די נקודה איז פארט זייער א שטארקע, און גוט ארויסגעברענגט, און איך האלט אז מען וואלט שוין ווען געמעגט טוישן דעם סדר אז מ'זאל נוצן דיין משל הוש"ר אין סאטמאר.. די אנדערע קריכט שוין פון די נאז, וואס זאגסטו צו דעם פלאן???
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ארעסטאנט, איך וואלט בלי שום ספק נישט אויפגעגעבן דעם נמשל פון אם מלכא אנא... נאפ. זיכער נישט!

הער מיך אויס, על טעם וריח...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וויכי ;l;p-
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווארד, איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, אויב דו מיינסט צו זאגן אז איך האב געשריבן אויף א טעיפ אז ס'איז גוט און דו זאלסטעס קויפן, איזעס א טעות, איך האב געהאט א "דיסקלעימער" אויף יעדן אלבוים וואס איך האב געשריבן דערוועגן, אז דאס איז מיין מיינונג, און מ'זאל זיך נישט רעכענען דערוועגן דערמיט, סאו עקספלעין דיין מיינונג.

אנטשולדיגט ס'איז א פליטתפה, איך האב חלילה נישט געמיינט דיר, ס'איז תולה קללתו באחרים....

עניוועי, די טשאלנט ווייס איך נאך נישט ווי גוט ס'איז, אבער דיין ארטיקל זיכער
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

וויכי
זייער זייער גוט ארויסגעברענגט דעם ענין. נאך א זיס משל'ע אויך צודערזייט. האסט מיר געמאכט ארויסנעמען [שיער] א נעפקין אפצואווישן די מויל, פון די שמאלציגע טשולענט.. אך ווי געשמאק דו לייגסט אראפ אן ענין..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכי, א-וואו אייביג, דיין משל איז צוקער און דיין נמשל איז וואהר,

דאנקע שיין.
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

וויכי!! ממש ביז טרערן... ;l;p-
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וויכי מיין שטימע פאר דיר..
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

פאטאקי08 האט געשריבן:וויכי מיין שטימע פאר דיר..



פערצופאל האבעך בכלל נישט ליב דיין שטומע... אבער על טעם וריח אין להתווכח...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ארעסטאנט איך האב דיר שוין געגעבן איינמאל היינט ;l;p-
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ארעסטאנט יאך האב אויסגעשאסן פין דיין קאמענט וועגן די משל נמשל
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די טשולענט פון גאטליעב איז די וואך אויך גוט, ס'איז דעלישעס!!!

בעק טו דע נמשל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

כא דעך טאקע אינזין געהאט צו פרעגן.. איז אפשר האסטו די וואך א צווייטע נמשל וואס מיר קענען ארויסלערנען א מוסר השכל פון דיין טשולענט געגעסאכץ ליל שישי??
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס מאל איזעס געווען דאפעלט, איינס דאנערשטאג ביינאכט, און איינס פרייטאג נאכמיטאג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”