אלטערנאטיווע מעדיצין

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

רעיא מהימנא

אלטערנאטיווע מעדיצין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

קודם כל שלום עליכם טייערע אידן, איך לייען שוין דעי פארעם א שטיק צייט, און איך האב גאר שטארק הנאה פון אלעמען.. עס קימט זיך א דאנק פאר יעדער וואס שרייבט דא, כל אחד בשמו הטב יבורך, און אוודאי פאר די חשובע מנהלים. יעצט נעם איך די מי צו שרייבען די ערשטע מאל דא.

אלס איינער וואס האט זיך אסאך באניצט מיט האמאפעטיק מעדעצינען איז מיר געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען א קאווער סטארי איבער "אלטערנאטיווע מעדעצין" בכללית אין די אויסגאבע "צייטשריפט". עס איז געווען זייער גיט געשריבען און שטארק ארויסגעברענגט די פארשידענע טענת קעגען די פארשידענע סארטען נישט געווענליכע מעדיצינען. זיי שרייבען אז זיי גייען האבען נאך ארטיקלעך איבער דעם אין די קימענדיגע אויסגאבעס.
אין די זעלבע צייט האט אויך "די צייטונג – נייעס באריכט" אנגעפאנגען א זייער אינטערסאנטע סעריא ארטיקלען איבער דעם ענין. דערווייל איז עס געוועהן נאר דריי וואכן, און זיי גייען דארעך די גאנצע היסטערי פון מעדיצין אנגעפאנגען פון די 17-הונדרעטס און ווייטער. ס'איז מורא'דיג אינטערסאנט, און זייער גיט געשריבען, און באגלייט מיט זייער שיינע בילדער.
כ'האב געוואלט וויסען אויב דער עולם דא האט געליינט די ארטיקלען, און בכלל צו איינער דא האט עקספיריענס מיט די סארט זאכען.
לעצט פארראכטן דורך רעיא מהימנא אום זונטאג מאי 23, 2010 11:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ברוך הבא, שפירט אייך אינדערהיים.

האסט אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פיס.

איך זוך אויך חומר אויף די נושא.
לדעתי, איז דער פלאנטער דערמיט אז עס איז שווער צו דערגיין, וואס איז פאקט, וואס גוזמאות און וויפיל דערפון איז רעאליטעט.

יעדע פירמע האט אויף יעדן אייטעם אין מהלך א שלל מיט טעסטעמאניעלס, וועלעכע זענען פיל מאל א געמויזעכטס פון דמיון געמישט מיט הויל בלאף.

אלזא, איז פאראן אן עצה וויאזוי מברר צו זיין אוכל מן הפסולת?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

וואס הייסט צי איך האב א עצה פאר חומר? כ'האב דאך דערמאנט צוויי היימישע אויסגאבעס וואס רעדען יעצט ארים פין דעם.
לעצט פארראכטן דורך רעיא מהימנא אום זונטאג מאי 23, 2010 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלום עליכם, וועלקאם אבאורד.

די ענין פון האומאפעטיק, איז זייער קאמפליצירט, ס'איז זייער האקל...

איך האב אסאאאאך פון די סארט זאכן ביי מיר אינדערהיים, און ס'דא גוטע, וואס העלפט אסאאאך...

אבער איין זאך, אויב איינער האט סטרעפט, צו עני אנדערע זאך, און א דאקטער האט געהייסן נעמען אנטיבייאטיק, און מ'נעמט טראפן אנשטאטס דעים, איז מען א מאבד עצמו לדעת, נישט קיין חילוק ווער ס'האטעס געגעבן.

די חברה הצלה פון וויליאמסבורג האט שוין געהאט אזויפיהל קעיסעס אין די לעצטע שטיק צייט וואס מ'האט נישט געפאלגט דעם דאקטאר, און ס'איז געווען פקוח נפש ממש... (אין די לעצטע חודש איז געווען 4 קעיסעס וואס איך ווייס..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אלץ איינער וואס האט לעצטנס אנגעהויבן שפענדן א שיינע פאר דאלער א חודש אויף וויטאמינען ווייל רחל דבורה מלכה'ת האט געזאגט פאר די אידענע אז ס'איז גוט פאר שמויגעל בוימעל אז דער אימיון סיסטעם פון גרוינעם זאל כ'ווייס אליין נישט וואס, קען כ'עקנ זאגן אז ס'קוקט אויס אביסל ווי דער מקובל וואס האט געגעבן סגולת פאר איינעם וואס האט אים געפגרט טשיקנס, ווען ס'האט נישט געהאלפן האט ער געגעבן א צווייטע, א דריטע, א פערטעט, פיפטע וכו', ביז ער האט געפרעגט דעם איד: זאג נאר, איך האב נאך סגולת, די האסט נאך טשיקנס?

יעדע מאל וואס מ'רופט אן די קאמפאני אז עפעס העלפט נישט, הייסט מען צונעמן נאך 4 געטראנקען געמאכט פון ריינע בערי טשערי און נאך א האנט טאבלעטן געמאכט פון ספעציעלע כינע גראזלעך, אינגאנצן נאטורליך.

נישט אינגאנצן אוועקצומאכן די נאטירליכע ענינים, אבער ס'איז נישט פאר היילונגען, ס'איז בלויז גוט פאר פריווענשאן וכו'.

כ'קען א משפחה וואס זי פארקויפט וויטאמינען, און ווען מ'גייט צום דאקטאר הערן אז דאס קינד האט א סטרעפט וכו', נעמט נישט אפ די מעדיצינען פון פארמעסי, נאר מ'נעמט איין נאך א טוץ טאבלעטן און פטור אן עסק. ס'איז נישט נארמאל ווי פארגלייבט מ'קען ווערן, דאס קינד פלאקערט פאר פיבער, ער שטיקט זיך מיט א סטרעפט אבער חלילה געבן מעדיצינען, כ'זאל געבן פאר מיינע קינדער סם?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רעיא מהימנא האט געשריבן:וואס הייסט צו איך האב אן עצה פאר חומר? כ'האב דאך דערמאנט צוויי היימישע אויסגאבעס וואס רעדען יעצט ארום פון דעם.
פון דעם ווייסן מיר,

מיר זוכן 'נישט' דזשורנאליסטישע חומר.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אבער איין זאך, אויב איינער האט סטרעפט, צו עני אנדערע זאך, און א דאקטער האט געהייסן נעמען אנטיבייאטיק, און מ'נעמט טראפן אנשטאטס דעים, איז מען א "מאבד עצמו לדעת", נישט קיין חילוק ווער ס'האטעס געגעבן.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין »

איך לייד זיך אויך אן פון די נארישע געהיילעכצער וואס מערן זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. די אידענעס כאפן זיך צו צו יעדן גרינעם בלעטל אדער טראפן . אינטערעסאנט איז אז זיי זעען אלץ רעזולטאטן, און איך זע קיינמאל גארנישט . זיי שפירן אייביג בעסער, און פאר מיר העלפט עס נישט. זעט אויס אז ביי מיר ארבעט נישט דער פלאסיבא עפעקט.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ביז פאר 2 יאר צוריק בין איך זעלבסט געווען פארגלייבט אין די פעלד, און געצאלט שווערע געלטער זיך צו היילן דורך האמאפאטיק, רעמעדיס און ווייטאמינען. די אזוי גערופענע 'דאקטאר' האט מיר צוגעזאגט אז 'דאס' גייט אוועקגיין 'אינגאנצן'. דערווייל איז דאס בכלל נישט אויסגעהיילט געווארן, אויב עפעס פארקערט. דערקעגן מיט אנטיבייאטיק האב איך זיך נאך קיינמאל נישט אפגעבריעט ב"ה.

ס'זענען דא וואס זאגן אז ביים נעמען מעדיצינען קומען סייד עפעקטס. צו זיי וועל איך פרעגן: און ביים נעמען אלטערנאטיווע מעדיצין נישט? יא, מ'וועט צוגעבן דעם ווייטאמין צו קאווערן דעם סייד אפעקט און אן אנדער גראז פאר יענעם סיי עפעקט.

אלץ איינער וואס איז אביסל באהאווענט אין די מעדיצינישע פעלד, וויל איך אייך אנטפלעק וואס כ'האב בייגעוואוינט לעצטענס ביים איבערנעמען א מענטל קעיס, גראדע א קנאפע קעיס וואס זיין עיקר פראבלעם איז געווען אז.... ער רעדט נישט. ער איז א שטילער און רעדט נישט צו קיינעם, און ווען יא פארשטייט מען אים שווער. פארשטייט זיך, די מאמע האט אים ארויפגעלייגט אויף 3-4 מינע רעמעדיס און נאך אזויפיל ווייטאמינען. איך האב אים תיכף אראפגענומען פון 'אלע' אזויגערופענע מעדיצינען, און וואונדער איבער וואונדער, ער רעדט פונקט ווי אנדערע אין זיין מצב, מ'פארשטייט אים און ער רעדט זיך אויס צו מיר איבער זיינע פראבלעמען. ס'איז שוין ב"ה אדורך אפאר חדשים, און מיר האבן אים נישט געדארפט ארויפלייגן אויף קיין שום מעדיצין! הודו לה'.

ס'קען זיין אז ס'קומט פון עפעס אנדערש, אבער דעם חלק האב איך געזעהן. יענער האט נישט גענומען קיין שום אנדערע טעראפיס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עס איז איבעריג צו באטאנען, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, אז אלטערנאטיווע הייל-מיטלען זענען כמעט אלע פאלש, און דאס וואס מען רעדט זיך איין אז זיי העלפן אין צוליב א רייע סיבות, צווישן זיי: די באקאנטע "פלאסיבא אפעקט".
איך האלט מיט די מאמרים איבער דעם ענין אין "די צייטונג" און אין "צייטשריפט", און יא, כ'מוז זאגן אז יעדער לפי דרכו לייגט אראפ גאר א גוטן ארבעט.
"צייטשריפט" האט זיך תיכף גענומען צו די פארשידענע הייל-מיטלען, און ווי עס קוקט אויס וועלן זיי דעקן א פרישע "הייל-מיטל" אין יעדער אויסגאבע. אין דער פאריגער אויסגאבע האבן זיי שטארק ארונטערגעריסן "אלטערנאטיווע הייל-מיטלען" בכלל, און האבן מיט שיינע ראיות און לאגיק אפעלירט צו דעם געוויסן אז מען זאל חלילה נישט אוועקמאכט די געווענליכע מעדיצינען וועלכע זענען געבויט אויף צענדליגער יארן פארשונגען, און זיך צוכאפן צו מיסטעריעזע "רפואות" וועלכע זענען נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיין טעסטס.
די וואך האט "צייטשריפט" זיך גענומען איבער "קיניזיאלאגיע", וואס איז, לויט ווי זיי שרייבן נאך אינעם קעפל, "א שאד די צייט און געלט."
"די צייטונג" האט אנגעהויבן שרייבן איבער דעם ענין מיט א לענגערן גאר אינטערעסאנטן איינפיר איבער דער היסטאריע פון מעדיצין בכלל, אנגעפאנגען פון דעם אכצנטן יאר-הונדערט ווען ענגלאנד האט זיך געמוטשעט מיט א שרעקליכע מחלה מיט'ן נאמען "סקורווי", און וויאזוי מען האט געטראפן א ריכטיגן הייל מיטל דערפאר. דאס פירט אריין די לייענער אין די מאדערנע פראצעדורן וויאזוי מען פרובירט אויס אויב מעדיצינען ארבעטן, און – לויט ווי דער שרייבער האט געשריבן אין זיין הקדמה – אין די ארטיקלען וועט מען נוצן אט די פראצעדורן איבערצוקוקן די פארשידענע אלטערנאטיווע מעדיצינען אויב זיי גייען דורך דעם עין-הביקורת.
אין "די צייטונג" זענען נאך נישט געברענגט געווארן קיין שום מסקנות איבער די אלטערנאטיווע מעדיצינען, ווי עס ווייזט אויס וויל דער שרייבער קודם געבן א גוטן איינבליק אין דער מעדיצינישער וועלט, אזוי אז ווען מען צוקומען צו די "הייל-מיטלען" זעלבסט וועט מען גוט פארשטיין די מסקנות.
לעצט פארראכטן דורך קארל אום מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דארפסמאן האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אבער איין זאך, אויב איינער האט סטרעפט, צו עני אנדערע זאך, און א דאקטער האט געהייסן נעמען אנטיבייאטיק, און מ'נעמט טראפן אנשטאטס דעים, איז מען א "מאבד עצמו לדעת", נישט קיין חילוק ווער ס'האטעס געגעבן.
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

איך האב נישט געוואוסט אז אלע פרויען זענען איינגערעדט אין דעם, האבעך געמיינט נאר מיינס ליידט פון די משוגעת

זינט מיין חתונה שוין פאר א היבשע פאר יאר שלאג איך זיך שוין ארום וועגן דעם, יעדע מאל וואס איך פיל נישט גוט איז אחת דתי אויב איך נעם אנטיביאטיק, לעצטענטס האב איך געדארפט באהאלטן פון איר אז איך נעם מעדעצין,ווייל פאר'ן זוממער ווען איך האב געהאט פאנקיידיס און איך האב גענומען אנטיביאטיק האב איך געכאפט א טוץ קללות פון מיין שווער אז איך הארגע מיך אליינס איך וואלט געדארפט נעמען אביסל גארליק וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים

בקיצור פריי איך מיך כאטש אז דאס איז א צרות רבים!!!!!!!!!!!!
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הויכער,
הייס דיין שווער מיך קאלן!

בד"וו, קללות פון א שווער איז מסוגל צו געזונט, אזוי איז מסתבר...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

כ'דענק מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א שטורעם ווען איינער מיט די ביטערע מעשה ל"ע האט זיך געלאזט איינרעדן פון א געוויסע נאטורליכע היילונגס מיטל אנשטאט ארויפצוגיין אויף 'קימא' טעראפי ווי די דאקטורים האבן רעקאמאנדירט, די סוף איז ליידער נישט געווען קיין גוטע ה"י.

דער באשעפער זאל האלטן זיין רעכטע האנט און מ'זאל נישט ברויכן צוקומען צו די אלע זאכן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך ווייס נישט צו מיר רעדן פונעם זעלבן, אבער מיר איז אויך באקאנט אזא מעשה.

דאס זעלביגע קומט אויך פאר אין 'מענטל העלטה', מענטשן - מיט גוטע כוונות - עצה'נען פאציענטן אראפצוגיין פון די מעדיצין, און אנשטאט נעמען פארשידענע 'נאטורליכע הערבן' וועמענס נעמען מען קען נישט רעכט אויסליינען, און עס האט שוין כמה פעמים זיך אויסגעלאזט ביטער.
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטארק זיך, איך האב געוואלט שרייבן זייער ענליך.. הויכער, זאג דיין שווער זאל זיך נאכפרעגן ביי די חברה הצלה...

און מיינטס נישט אז איך האלט אז די זאכן זענען גארנישט ווערד, זיכער אז יא, איך האב א דאקטער, (א קייראפרעקטער, אבער ער טוט אויך די נאטורליכע היילונגען..) וואס גיבט אסאאך פון די רעמעדי'ס, אבער נאר פאר פרעווענטיוו קעיר, אדער צו שטארקן די אימיון סיסטעם, אבער ווען איינער האט א עיר אינפעקשן, סטרעפט, וכד', זאגטער קלאר, יעצט פאלג וואס דיין געהעריגע דאקטער הייסט, נעם וואס ער הייסט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הויכער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז אלע פרויען זענען איינגערעדט אין דעם, האבעך געמיינט נאר מיינס ליידט פון די משוגעת

זינט מיין חתונה שוין פאר א היבשע פאר יאר שלאג איך זיך שוין ארום וועגן דעם, יעדע מאל וואס איך פיל נישט גוט איז אחת דתי אויב איך נעם אנטיביאטיק, לעצטענטס האב איך געדארפט באהאלטן פון איר אז איך נעם מעדעצין,ווייל פאר'ן זוממער ווען איך האב געהאט פאנקיידיס און איך האב גענומען אנטיביאטיק האב איך געכאפט א טוץ קללות פון מיין שווער אז איך הארגע מיך אליינס איך וואלט געדארפט נעמען אביסל גארליק וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים

בקיצור פריי איך מיך כאטש אז דאס איז א צרות רבים!!!!!!!!!!!!

דו האסט עס נאך? דארף מען דאס האלטן אין פרידזשידער?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צום זאך און שטארק זיך, איך קען אויך איינעם אזוי, באט די סיבה איז געווען ווייל יענער האט געהאט א שוועסטער וואסיז אוועק פון יענע מעשה און זי איז יא אדורך די גאנצע דאקטערישע פראסעס פון קימאו מיט ווייסעכוואס נאך, און ס'האט נישט געהאלפן סאו האט ער פראבירט אויף אן אנדערן אופן. (איך גיי נישט אריין צו עריז גערעכט צו נישט, באט פארשטיין קעמענעם.)

איך האב קיין מיינונג אין מעדעצינען.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

קארל האט געשריבן:"די צייטונג" האט אנגעהויבן שרייבן איבער דעם ענין מיט א לענגערן גאר אינטערעסאנטן איינפיר איבער דער היסטאריע פון מעדיצין בכלל, אנגעפאנגען פון דעם אכצנטן יאר-הונדערט ווען ענגלאנד האט זיך געמוטשעט מיט א שרעקליכע מחלה מיט'ן נאמען "סקורווי", און וויאזוי מען האט געטראפן א ריכטיגן הייל מיטל דערפאר.


יא, זייער זייער אינטערסאנט.
ס'איז מיר גראדע געוועהן א שטיקל פלא (אדער ענדערש איך וואלט געוואלט הערען מער א ביאר) אז דער שרייבער האט ציגעשטעלט דעי מחלה "סקירווי" אלס "צפדינא" פון די גמ'. סך הכל איז זיין ראי' אז עס שטייט אין די גמ' אז עס פאנגט זיך אן אין די מויל אין ענדיגט זיך אין די געדערעם. איז דאס שוין באווייז אז דעס איז צפדינא??
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עס איז נישט דעם שרייבער'ס חידוש. אין עברית ווערט "סקורווי" אפיציעל אנגערופן "צפדינה". איך געדענק גראדע א שמועס דערוועגן אין א קובץ וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך "ישיבה אוניווערזיטעט". אויב וועל איך האבן שפעטער א געלעגנהייט וועל איך עס דא צוצייכענען.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משה, זאג דיין דאקטער זאל איבערטשעקן, בראכייטעס??? וואסידאס? נישטא אזא זאך!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

בראנקיידעס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מיינסט אפשר דאס bronchitis?
------
אופס סתמ'ל האקט אריין, איך שיק עניוועי.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

הערשט יעצט באמערקט דען גאנצן נושא, וועל איך אראפברענגען פון מיין עקספיריענס פון די היילונגען.

אויב א מענטש האט א "קרענק", אידיש טייטש, ער איז קראנק. אויף די לונגען, אויף די נירן, נישט קיין חילוק, דארף ער אימידיעטלי א דאקטאר, אויף דעם איז נישט דא קיין חולקים.

ווידער אויב א מענטש איז איינגערעדט אין עפעס, (99.9 פערצענט טרעפט זיך דאס ביי נשים) אז ער איז קראנק, דאן דארף ער א פסיכילאג, אדער, די אלטערנאטיווע היילונגען.

עס זענען דא געוויסע הארמאנס ביי מענטשן וואס ארבעטן זייער סייקעלאדזשיקל. עסן, אז דער מח דארף נישט, דארף אויך נישט זיין באדי. אפילו מען איז אויסגעהונגערט צום טויט.

האט שוין איינער געזעהן פון אייך א בעבי זאל נוירסן צו דער זעט פון א נערוועזע מאמע? איך גלייב אז נישט, ווייל עס איז נישט פארהאן אזא זאך, ווייל א בעבי קען נישט נוירסן אזוי. אויב האט זי יא גענערסט, וועט זיך אלעס אויסברעכן אדער וועט איר עס איבלען. וואס וועט געשעהן אז מען האט א צרה.. די בעבי עסט נישט!! ווער איז שולדיג? די מח.

אין אזעלכע אישוס ווי דער מח איז דער הויפט גורם פארן פראבלעם, ווי איך האב אנגעכאפט א משל- דאס עסן, קענען "נאר אלטערנאטיווע מיטלען" היילן, דאס מיינט דער פסוק "א איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק".

ממילא קען אפילו זיין א מעלה אז די זעלבע פרוי וואס איז אזוי איינגערעדט ין אירע קרענק, זאל פונקט אזוי זיין פארגלייבט אין אירע קייטל דרייער אז זיי זענען אירע היילער, ווייל טאקע נאר זיי קענען איר היילן...

מען קען היינט איינרעדן מענטשן וואס מען וויל, נישט נארמאל. זיצט זיך א פרוי אין לאנדאן און מען קען איר קאלן, איר עקספערטיוו איז, אז ממש אויפן קול פון די אנדערע זייט ווייסט זי שוין צו יענער מעג יא סטארטש צו נישט. עטץ הערטס א מעשה..!? און מענטשן צאלן נאך געלט.
האט שוין איינער פרובירט צו קאלן פון א סעלפאון, און נאכער פון א געהעריגן טעלעפאון? די רעזולטאטן וועלן לכאו' זיין גענצליך אנדערש, אמער, צוויי באזונדערע מינע קולות...

אין די גמרא זעהט מען צו מען מעג זיך היילן פון עבודה זרה צו נישט. דאס איז וואהר, עס זענען פארהאן צוויי סארטן רפואות; א דאקטאר, און א מכשף. א דאקטאר מעגן מיר נוצן, און א מכשף (וואס קענען ווייזן ריכטיגע וואונדער) טאר מען נישט אנרירן. אונביטווין? איז אלעס בלאף. אדער ביזטו א כישוף מאכער, אדער א דאקטאר.

נאכאמאל: דאס איז מיין מיינונג, פון מיין עקספיריענס.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

שעפטיל האט געשריבן:עס זענען דא געוויסע הארמאנס ביי מענטשן וואס ארבעטן זייער סייקעלאדזשיקל. עסן, אז דער מח דארף נישט, דארף אויך נישט זיין באדי. אפילו מען איז אויסגעהונגערט צום טויט.

האט שוין איינער געזעהן פון אייך א בעבי זאל נוירסן צו דער זעט פון א נערוועזע מאמע? איך גלייב אז נישט, ווייל עס איז נישט פארהאן אזא זאך, ווייל א בעבי קען נישט נוירסן אזוי. אויב האט זי יא גענערסט, וועט זיך אלעס אויסברעכן אדער וועט איר עס איבלען. וואס וועט געשעהן אז מען האט א צרה.. די בעבי עסט נישט!! ווער איז שולדיג? די מח.

אין אזעלכע אישוס ווי דער מח איז דער הויפט גורם פארן פראבלעם, ווי איך האב אנגעכאפט א משל- דאס עסן, קענען "נאר אלטערנאטיווע מיטלען" היילן, דאס מיינט דער פסוק "א איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק".


הארמאנס איז א זאך וואס מעדעצינען קען אויסדריקלעך יא העלפן, דורכן צו שטעלן די נויטיגע וואס פעלט, אדער דורך סטאביליזירן די אומסטאביליזירטע הארמאן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”