איך בין פארקילט

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

איך בין פארקילט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך בין פארקילט.

יעדער וואס איז נאר אמאל פארכאפט געווארען אונטער די גלאבעל פארקילינג סיסטעם, ווייסט וואס איך מיין, וויאזוי ס'שפירט, אן אומ'ב'טעמ'טער עסק,

האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,

די נאניע איז רויט, די אויגן רינען, אלעס איז אומ'מוטיג, טישוס הענגען פון די טאש, אז מ'זאל עס האבען הענדי און צייט פון נויט,
איך טרעף מיין חבר, אוי שמעלקע, וואב גייט פאר מיט דיר פילסט נישט גוט?
ס'גאר נישט איך בין נאר פארקילט,

ה ה ה ה האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,

איך קום אהיים, די רבצין פרעגט מיט אזא מינע אויפן פנים, וואס גייט שוין ווייטער פאר? (מ'שטיינס געזאגט, איך בין דאך יעדען טאג און די בעסטע גיסטע, און די ביסט'ך דער וואס איז אייביג אנגע.... סא וואס איז היינט דיין סיבה...)
נישט געפערליך זאג איך, ס'איז א קאלד,
אוי...
איך האב געוויסט דאס גייט זיין,
איך האב דיר געבעטען אז די זאלסט אונזינען האבען די ווייטימען C , זעהסט, יעצט ווען די דארפסט עס איז עס נישט דא,
אבער איימעניט, איך האב די ווייטעמין קענדי, די קינדער האבען עס זייער ליב,
די מעגס'ט אויך אמאל האבען א קענדי... חחחח....

איך ריף אן די באבע זאגען מז"ט אויף א שידוך פון אן אייניקעל, און גראד פרעגט זי,
צדיק'ל די שפירסט נישט גוט? אפשר עין הרע?
האסט איבער געדרייט דיין אונטער העמעד היינט?
קומ'זשע אריבער, איך וועל עס אפשפרעכען מיט חלה און וואסער...
ס'גיט, ס'איז נאר א פארקילאכץ, ס'וועט דורך גיין,
זעהר גוט, מאך זיכער צו טרינקען טיי מיט לעמאן, אדער מיט האניג, אדער מיט בלעק פעפר, אדער מיט פראן דזשוס, (נעה, בלעק פעפער, און פראן דזשוס האט זי נישט געזאגט, איך טראכט נאר אז ס'קען זיין א גוטע מיקס)

איך קום און שוהל, איך גיי מיר מאכען א טיי, אזוי וואקענדיג מיט די טיי צו מיין מקום קבוע, קומט צו פארען א מעכטיגע,
האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
איך דארף נישט מסביר זיין פאר קיינעם וואס ס'האט זיך אפגעטוהן און מיין ארימיגע צעהן פיס,
די הייסע טיי האט זיך צושפריצט, אנגעגאסען אלעס ארום, די נאז האט זיך גענומען קיצלען, די טישוס ליגען און די רעכטע טאש, אוי.. ס'קיצעלט שרעקלעך, ה ה ה האאטששו.....
אסיסע, געזינט און שטארק,
פון מיין טיי איז נישט געבליבן קיין זכר, איך בין בארינען..פון קאפ ביז פיס,

שוין, אז נישט קיין טיי וועט זיין אנדעם, איך טוה אן מיין שאל, אזוי זאל כאטש מיין האלדז זיין ווארעם,
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט, און מיין יוגנט פ(ר)יינט וואקט דורך און געט א שלעפ מיין שאל,
שמעלקע איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט שוין זעכציג.... חחחח....

און איך דארף זיך שטיין און פארענטפערען וואו א גזלן אז ניין נאר איך בין פארקילט, וואו כאילו איך האב עפעס געטוהן א גפערליכע עולה אז איך האב מיך געלאזט פארקילען, און איך מיז יעצט זיין די ציל ברעט פון אלע וואס האבען עצות אדער סתם ליצע אויף מיין רויטע נאניע.

רבותי, איך וויל אויך נישט זיין פארקילט, איך בין נישט שולדיג, ווילסט מיר טאקע העלפען? ברענג מיר טישוס,
נישט סענד פעיפער, טישוס.

איך פלאן ארויס צו קומען מיט א נייע פאטענט, א נאניע שטאפער, פונקטלעכע דעטאלען וועט מען איבער געבען שפעטער, ביזדערווייל וועל איך ניצען די אלטע מיטל, אריין שטופן טישוס אונעם חלל, אז דאס זאל אפהאלטען די פלוס,

זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געלעגער האט געשריבן:צדיק'ל די שפירסט נישט גוט?1 אפשר עין הרע?
2 האסט איבער געדרייט דיין אונטער העמעד היינט?
קומ'זשע אריבער, 3 איך וועל עס אפשפרעכען מיט חלה און וואסער...
זעהר גוט,4 מאך זיכער צו טרינקען טיי מיט לעמאן,5 אדער מיט האניג,6 אדער מיט בלעק פעפר,7 אדער מיט פראן דזשוס,


אדער,8 עם....עם....עם.... אפשר לייגסטעך אביסלע צי און געלעגער ?
געלעגער ;l;p- :oops:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

געלעגער, גוט גוט. א רפואה שלימה בשם כל החבירים, ווען קען מען ארויף קומען?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א רפואה שלימה.

כא'מזל דיין באבע האט דיר גע'עצה'ט צו טרינקן טיי מיט לעמאן, יעך האב פאריגע וואך געדארפט ווארטן א וויילע אריינצוגיין צום דאקטער (דר. יו פון קוואליטי) נאך וואס כ'בין געוועזן פארקילט פאר א לענגערע צייט, און וואס מיינסטו האט מיר געזאגט? ס'גארנישט - ס'נאר א קאולד, נעם לעמאן דזשוס...
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

אוי ווי!
איז דאס אפשר דער שוויין פלו?
ביטע ברענג דאס נישט אריין אינעם קרעשטמע, עס איז זייער אנשטעקיג.
און פאר אלע חברים איז גראטן שוין צו נעמען אן איינשפריצונג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גוט געזאגט, געלעגער, מיר שפירן דאס ליידער צו אפט אויף די אייגענע נאניע.
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

געלעגער.

אויב ס'איז אייך באשערט א צער, זאלט איר האבן אפגעקומען מיט דעם.
און דערלעבן זאלט איר, צו פירן אייערע קינדער און קינדסקינדער צו דער
חופה געזונטערהייט ווי א בופלאקס.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

געלעגער,
גוט ארויסגעברענגט א פארווייטאגט ענין מיט א שמייכל, שכח.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג זיס, כ'רעדט שויניש פון די מיקס, ביי דעם האצעך מיין קאווע גענדיגט ווי דיין טיי. אבער נישט פון האטשו, נאר פון די זעכציגער דזשאוק. ווייס'כ'מיין, יא? חחחחחח

עניוועי, א רפו"ש
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געלעגער, ביטווין מי ענד יו, איך ווייסדעך גאנץ גוט אז דו האסטעס דוקה געטוהן.. דו ווילסט אויסדריקליך יא זיין פארקיהלט, כאטשיק איך קען נישט פיגערן פארוואס, אבער אויף וויפיל איך קען דיך, האסטו עס באשטעלט, נאר צו קענען שרייבן דא אין קרעטשמע..

אגב, פון א ידיד מיינער, א פארמאסיסט, הערעך אז ווען מ'האט א קאלד, און מ'קען נישט סטאפן סניזן.. האטשאא.. קען מען נעמען אלערדזשי מעדיקעישן, ווי בענעדריל, און קלערעטין די... (נישט איך..)

פאר איך שלח, כאפעך מיך, אפשר שיקסטו מיר אריבער די רעסעפי פון די פעפער און פראן דזשאס.. איך ברויכעס נייטיג האבן.. וואט ען איידיע..

א דיינעם שאנק..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

צום זאך האט געשריבן:א רפואה שלימה.

כא'מזל דיין באבע האט דיר גע'עצה'ט צו טרינקן טיי מיט לעמאן, יעך האב פאריגע וואך געדארפט ווארטן א וויילע אריינצוגיין צום דאקטער (דר. יו פון קוואליטי) נאך וואס כ'בין געוועזן פארקילט פאר א לענגערע צייט, און וואס מיינסטו האט מיר געזאגט? ס'גארנישט - ס'נאר א קאולד, נעם לעמאן דזשוס...

געוועהנליך עצה'ט ער דר. יו צו נעמען גרין טי, לויט איהם איז עס א רפואה אויף אלע מחלות ומכאובים, ער טענה'ט אז ער טרינקט עס יעדן טאג,
ער איז דאך מעיד אין טשיינע , קען זיין אז אויף ארטיפישל מענטשעלעך העלפט עס ,
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

א רפואה שלימה. אהא יעצט ווייס איך ווער די ביסט איך האב געזען היינט איינער מיט א רויטע נאז אויפן גאס,

ב.ד.וו. דר. יאו ביי קוואלעטי איז זייער א גיטע דאקטער ווען איך בין געווען ביי אים מיט א פארקילעטס האט ער מיר געזאגט אז איך מיז פארלירען וואג אדער אויפהען רייכערן, גערעדט פין אלעס נאר נישט פון מיין פארקילעכטס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

דארפסמאן האט געשריבן:אדער אויפהען רייכערן, גערעדט פין אלעס נאר נישט פון מיין פארקילעכטס

הייסט עס אזוי אז אויפהערן רייכערן האט לגמרי נישט צו טוהן מיט פארקילעכטס, ?
אמת מען קען זיין פארקילט אן רייכערן אויך, אבער רייכערן לאזט נישט די אימיון סיסטעם געהעריג פארטיידיגן די גוף פונעם קאלד,
קומסט מיר בסך הכל פאהר ווי יענער, וואס וועגן שלום בית אישוס, כמיין צו זאגן מלחמת בית האט מען איהם געשיקט צו די שלום בית קאונסעלס,
קומענדיג צוריק, דערציילט ער מיט אויפברויז אויף די פאלשע לעררערס און נארישע קאונסלערס וואס פארשטייען צו שלום בית א רעטעך, וואס איז פרעגט מען איהם, איז ער זייער שיין מסביר אז א צוויי גאנצע שעה האב איך פארברענגט ביי איהם און ער האט נאר גערעדט פון מדות "קיין ווארט נישט פון שלום בית".
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

יא.
איינער פריער איינער שפעטער, איינער איז בטבע א פארשלעפטער,
צום סוף קומט ער צו יעדן אן,
די נאניע, אייגעלעך, העלזעלע, און אלעס ארום האבן מיר איינגעמאלדן אז איך לייד אויף א קאלד,
זיי האבן שוין זייערע וועגן דאס צו מעלדן,
מיין פראבלעם איז אבער אז פון איצט ביז ר"ח ניסן צייט, לאזן זיי מיר נישט צורוה,
איך בין פון די וואס טראגן זיך ארום מיט טישוס ווי אימער, ווען אימער, און א סניזעריי טוט זיך סניזן א יעדע מעגליכע מינוט,
הוסטן ממש א געפאר צו שטיין לעבן מיר ,
טייל ווייסן אז איך בין אריינגעקומען אין מקוה דערקענענדיג מיין הוסטן סטייל ,
סמיר אנגעשטאפט די קעפעלע מיט ..... איהר ווייסט וואס איך מיין, און דאס שאפט אזא מין צודריקטקייט אין אלע לופטיגע דורכגענג און אין א דירעקטע אויסווירקונג פאסירט אזא סארט סיינוס אינפעקציע באגלייט מיט שטארקע העדעיקס קאפ שמערצן בלע"ז ,
וואס טוה איך ?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

געלעגער גראדע בלעק פעפער מיט פראן דזשוס איז זייער גיט
א נאניע שטאפער איז גראדע אויכעט נישט שלעכט .


ווער געזינט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געלעגער, סאום טיים'ס איי פיל יור פעין. מ'קומער און מ'גיימער אויפן זעלבן פלאץ, און יא, איך ווייס זייער גוט וואס ס'מיינט האלטן א הייסע טיי, און מאכן א מעכטיגע באמבאסטישע האטששו.

יישר כח פארן עס באשרייבן אויפן הומאריסטישן אופן.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”