ווער איז דער נאכפאלגער פון מ.ב.ד. און פריעד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועם האלט איר אלץ דער נאכפאלגער פון די צוויי מלכים אין נגינה, מרדכי בן דוד און אברהם פריעד.

22
33%
22
33%
22
33%
 
סך הכל שטימען: 66

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

ווער איז דער נאכפאלגער פון מ.ב.ד. און פריעד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אזויווי אין א צווייטער אשכול טענה'ט מען זיך שוין אויף עטליכע דפים איבער דעם טעמע, איז דאנציגער אויפגעקומען אז מיר זאל אפהאלטן דא אן אייגענער וואוט און מיר וועלן אליין באשליסן ווער איז דער נעקסטער אין ראנג צו ווערן באקרוינט אלץ נאכפאלגער פון די צוויי היינטיגע שטערן'ס און מלכים ה"ה מרדכי ווערדיגער און אברהם פריעד.

ביטע וועלט אויס איינס.

אויב איז דא נעמען וואס מ'זאל צולייגן שרייבט אראפ. אבער איך מיין אז די טענה איז נאר געווען איבער די צוויי.

(רבותי! יעדע שטומע איז קריטיש וויכטיג, איר קענט זיין דער איבערוועגער. נעמט דאס נישט פאר לייכט!...)
לעצט פארראכטן דורך צייטליך אום דינסטאג נאוועמבער 17, 2009 4:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קיין איינס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

קקקקקקקקקיייייייייייייייייייייייננננננננננננעעעעעעערררררררר פין זיי
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אוודאי קיינער פון זיי, אבער די טענה איז געווען צווישן זיי צווי, וועמען האלט איר אלץ בעסערער און שענערער זינגער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישט דאס שטייט אויפן קעפל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נישט דאס שטייט אויפן קעפל...
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

איך האב געוועהלט שוועקע'נען, אבער נישט פאר א נאכפאלגער. נאר אינעם אינערליכן פארמעסט פון שמעלצער-שוועקע האלט איך פון שוועקי 100 און פון שמעלצער גארנישט. ר'אמת איז, איך האב זייער אן עקסטרימער מיינונג איבער ליפא'נען, במיילע הערטס מיך אויס, קיין איינער מוז מיינע רייד נישט אננעמען. אבער איך קען נישט דולדן ווען איינער האלט פון ליפא, זינגען קען ער? יא, ער פארשטייט צו זינגען, אפשר קען ער טאנצן אויך, רעפ דזשעז קען ער זייער גוט, אבער זינגען..??? ביי מיר איז ער נישט אין מויל צו נעמען. אויב האב איך געהערט זיינע טעיפס אידאס נאר צו הערען די מוזיק, וואס דרך אגב איז זייער גוט, די ווערטער (ליריסעס..?), די איידיעס און דעדס איט. נאכאמאל, קען זיין עריז א זינגער, עריז א ריז. שעפטיל האט אים זייער נישט ליעב, דעדס איט. (אינגאנצן נישט וועגן וועגן תורה'דיגע ענינים)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שעפטיל, איך האב נישט געשטימט, ווייל איך האלט זייער ענדליך צו דיר, אבער אביסל אנדערש..

איך האלט אז ליפא ווען ער וויל, איזער מעסיוו, ער האט נאר א משיגעת, אז ער מוז זיין משיגע, דיפרענד, און ער מאכצעך משיגע, און ער זינגט נישט..

און אנדערע ווערטער, ער קען! ער זינגט אבער נישט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

בכלל קלער איך אריין, אידען דא אזא זאך א נאכפאלגער פון מרדכי?
לאמיר אפירנעמען מרדכי'ן.
א זינגער, א קאמפאוזער. א סאנג וורייטער, דאס איז בכלליות. יעצט, זיין שטימע, (אמאל און היינט, איטלעכע באזונדערע טעמים) זיינע קוועטשן, זיין זיסקייט, זיין חסידישקייט, זיין ווארימקייט, ועוד ועוד. קאן זיין עס האט זיך געמאכט איינער זאל האבן איינע פון זיינע מעלות. אבער א נאכפאלגער, וואס זאל פארטרעיטן א מענטש וואס טוט שוין אין אידישע מוזיק די לעצטע 50 (?) יאר? נאפס, דאס וועט שוין קיינער נישט באווייזן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

וויכי, דעס איז נישט קיין משוגעת פון אים, דאס איז זיין וועי אויף ביזנעס, לאמיר דיר עפעס מסביר זיין. לעמער זאגן אז ליפא האט ארויסגעגעבן נאר לעילא, און שמע. חוץ דעם וואלט קיינער נישט געהערט פון אים. איא? די האלטס אז איינער וואלט אפילו געקוקט אויף זיין זייט..? קיינמאל. אוודאי, נאר אלץ פערפארמער איז ער אריין אין די ליין, אזוי איז ער געווארן א סטאר.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אפשר ברענגט מען אריבער די דין ודברים פון יענעם אשכול, זאל דער ציבור זעהן די צדדים און דערום באשליסן וועמען צו ערוועלען.

נאכנישט געשטימט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נו, מאשקע אדער איינער פון די מנהלים איז פארבעטן מיט די ארבייט.

איינער האט א בעסערע קעפל?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

דו קענסט נאר אויסקלויבן איין מעגליכקייט

איין? אזוי סך?
כ'קען קוים טרעפן איינער וואס קומט צו צו זיי למחצה לשליש ולרביע.. און דו האלטסט שוין ביי "איינעם" וואס קען באטיטולט ווערן אלץ זייער נאכפאלגער?

בכלל, וואספארא מין שאלה איז דאס? די צוויי מב"ד און פריד לעבן נאך ביז די 120 געזונטערהייט, טא ווער דארף א נאכפאלגער?
-----
מ'האקט מיך אן אין גרויסן.. שיק עס..
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אזוי ווי עס איז דא 'קיינע הארע' א גרויסע טורנפייק... כ'מיין טורנאוט ביי די וואוטס דא, האב איך אריבער גע'טרענספערט מיין איבערבליק אויף די טעמע פון דעם 'ליפא אינגל' אשכול קיין אהער (מיט רשות).

וזה לשוני:

מבד, שטימע ארויף, שטימע אראפ, איז דער מלך, אין די יונגע יארן אויף איין מהלך און אויף דער עלטער אביסל אנדערש געשלייערט, איך באצייכן אים ווי 'זקן מלא רחמים', ער באזיצט עפעס אזא סארט פאטערליכקייט, א פעלזענע שטארקייט איבערגעדעקט מיט א סאמעטענע ווייכקייט, די ווערטער ווערען געטייטש, דער מעסעדזש ווערט דעליווערט עפעס אזוי מין קלאר, ס'איז אומבאשרייבליך, אנגעהויבן פון זיין שרייען 'לעט מיי פיפל גאו' ביזן זיך בעטן: 'טייערער פאטער ליבער קעניג', דאס בענקשאפט פון 'איך האב געוווארט', דער געפיהל פון באו מים עד נפש ווען ער רייסט איין, 'עד מתי', אלעס אזוי עכט ארויסגעברענגט, הזמן יכלה והם לא יכלו. איך מיין אז קיין ממלא מקום וועט נישט זיין... מאנארכיע איז שוין ממילא א פארגאנגענהייט, עס איז נישט עק וועלט אז 'יודישע מוזיק' וועט אויך אריבערגיין צו דעמאקראטיע... און אויס מיט די מלכים.
...
אברעימל, האט מוראד'דיגע קוואליפיקאציעס, באגלייט מיט א וואונדערבארע 'חיות', ווי אויך ברענגט ער מיט זיך א געוואלד מיט עקפיריענס, זיין שטערקסטער פונקט: זיין 'קריצלאזע', זיסע און איינגענעמע שטימעלע אויף וועלכע ער באזיצט א פולער קאנטראל דורכאויס אלע זיינע אקטאוועס, מ'טאר נישט פארגעסען, זיין איידעלער כאראקטער וואס שטארט אזוי ארויס בעת'ן זינגען, וואס לדעתי קען דאס קרעדיטירט ווערן פאר זיין גרויסע הצלחה.

טראץ וואס און מוזיקאלישקייט און קעניגליכקייט קומט ער נישט מרדכי'ן צו די קנעכל, איז ער פארט געבליבן 'שני למלכות', איך קרעדיטיר בעיקר דאס זיין 'אויף די ריכטיגע פלאץ, און די ריכטיגע צייט'.
...
עס איז אגב ווערט צו פארנאטירן, אז במשך די יארן זענען 'געקומען און געגאנגען' א צאל ריכטיג געלונגענע זינגערס, וועלעכע האבן שיין געזינגן אן די הילף פון די 'קאמפיוטער דזשענערעיטערס', און וואלטן איינגעפאקט רוב פון די 'בעיבי בוממערס', איך וועל אויסרעכענען צוויי וועלעכע קומען מיר איצט אין געדאנק:

1. ארי קליין, מרדכי'ס א שוואגער אויף וועמען מען האט גרויסע זאכן פאראויס געזאגט. און... ווי אין ים אריין...

2. שמואלי ראזענבערג, א זינגער וואס האט ארויסגעגבן א קאסעטע 'אחינו' וואס דאן געשטורעמט די וועלט, פרעגט אייך נאר נאך.
די ביידע האבן שפעטער פראבירט צו מאכן א קאמבעק, אבער ס'האט עפעס נישט געכאפט.
...
אין צו די היינטיגע,

ליפא, ווייסט דאך יעדער איז א דזשעני און מוזיקאלישקייט, אפילו אין טייטשן ווערטער קומט ער די נענטסטע צום קעניג, אלס טאלאנט אויס איז דער קרוין פרינץ, דא עקא, עס פעלט עהם קאנסיסטענסי, עפעס אן אומגעזעצטקייט באגלייט אים, זינט טאג איינס, עס פעלט אים קאמיוניקאציע מיט דער מוזיק, למשל ער וועט הארמאנייזן הערליך שיין, אבער... אויף א צווייטע קארד ווי די מוזיק,

ועוד, כדי צו זיין א כרכא דכולא ביה, זינגט ער אלע סטיילס, נישט שלעכט, אבער עכט גוט איז ער נאר אין געוויסע סטיילס. ער גראמט, די ווערטער גראמען טאקע, אבער פון פאעזיע איז דאס זייער ווייט,

אין איין ווארט, ווען ער זאל טוהן נאר וואס ער קען טאקע,, וואלט ער ביי מיר געווען דער ממשיך דרכו פון די צוויי גרויסע.
...
שוועקי, וועלעכער איז ווייט נישט אזא טאלאנט ווי קיין איינער פון די דערמאנטע, פארט האט ער געברענגט 'עפעס נייעס' צום טיש, הגם קיין מוזיקאנט איז ער ווייט נישט, האט ער א געוויסע 'תמימות'דיגע זיסקייט' וואס קומט זייער שיין ארויס אין זיינע אלבוימס, אבער נישט דאס איז דער עיקר וואס דער עולם גייט משוגע, וואס יא, די הויכע קוויטשעדיגע טענער פון וואס 'קטנים נשים ועבדים' ווערען מורא'דיג אנציקט.

ער האט אבער נאך א מורא'דיגע זאך, א גוטער פראדוסער....
...
צום שלוס, כדי טאלאנט זאל ארופקומען אויפן אויבערפלאך דארפן אסאך גוטע זאכן פאסירן, ס'דארף זיין איינער וואס איז פאראינטערסירט עס אויפצובויען, גוטע ניגונים, געלונגענע מארקעטינג אאו"ו, פאפולעריטי זעלבט איז נישט קיין ראי' לכאן ולכאן.

נאך א פאוינט, ס'איז דא גאר טאלאנטפולע זינגערס וואס זענען נישט 'געבליבן' אויפגעכאפט ווייל זיי האבן נישט געברענגט קיין 'נייעס' צום טיש, מבד, אברהם, ליפא, און אפילו שוועקי האבן געברענט עפעס צום טיש, ווידעראום גבאי, טראץ וואס ער איז מער פראפעשענאל און פערפעקט ווי אנדערע, מער פאפולארלע פון אים, קען מען אבער נישט אנווייזן, 'וואס זאגט ער וואס א צווייטער האט נאכנישט געזאגט'.
.....................
דאס איז - סך הכל - איין מאנ'ס מיינונג...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטארק זיך, זייער גוט צולייגט...

אז דו רעדסט פון קאנטראלירן די שטימע פון אברהם... איך וואלט געשטעלט יאמי לעווי אלץ זיין קרוין פרינץ.. הגם ער האט נישט די פאוערפול שטימע ווי אברהם... אבער ער איז א זעלטענהייט וויזוי ער זינגט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכי, שכוח פאר'ן דורכליינען און קאמענטירן,

איבער יומי עגרי איך פולקאם מיט דיר, זיי זענען ביידע תלמידים פונעם זעלבן וואויס טיטשער, נעמליך הערשי איינהארן פון ב.פ.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געשטימט אויף די דריטע אפציע:

ישראלי ווערדיגער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בין איך דער איינציגסטער וואס גלייכט בכלל נישט שוועקי?
זיין שטימע ענטציקט מיך גארנישט און זיין סטייל אויך נישט.

קרעמער~
ישראלי ווערדיגער איז טאקע א בן מלך, אויף אים איז געזאגט געווארן די משל מיט די מלך וואס האט פארטריבן זיין זון...
אבער זיין סטייל איז גראדע נישט אוועקצומאכן.


ווילאנג מרדכי און אבריימל לעבן נאך לאוי"ט דארף איך נישט קיין נאכפאלגער, וואסי דען שייך.

אברהם איז מיין קעניג, מרדכי דער משנה למלך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

הרב שוועמל, ווען דו האסט אנגעהויבן רעדן בין איך געווען מיט דיר אינגאנצן, איך ווער כלל נישט נתפעל פון שוועקע'ס קוויטשען.

אבער רעדנדיג ווייטער האבעך אביסל צוריקגעצויגן, איך גיי דיך נישט אפפרעגן אויך ישראלי ווערדיגער, ווייל פונקט ווי דו האלטסט אזוי האלט איך אנדערשער,

און פון אויסדרייען די יוצרות און זאגן אז אברהם איז קעניג און מרדכי איז משנה, אנשטאט צו זאגן פארקערט וועל איך מיך אויך נישט אנרופן, איי געס אז אין דיין מדינה האט מען געקרוינט אברהם פאר קעניג, אזוי קוקט מען אויס ווען עס איז נישטא קיין דעמאקראטישע וואלן, על אוֹ על
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

שטארק זיך : הערליך, זייער שיין און גרונטליך צונומען די זאך, און בארירט פון אלע זייטן,
ערלויב מיר אבער צו קאמענטירן און אפשר אויך זיך צו שפארן אויף אפאר פונקטעלעך, אפשר נישט זיך דינגן נאר ארויסברענגן מיין טעם אין די זאך וזה החלי :

מבד, שטימע ארויף, שטימע אראפ, איז דער מלך, אין די יונגע יארן אויף איין מהלך

זאג ווען האסטו לעצטענס געהערט א טעיפ פון זיינע יונגע יאהרן ? מיט אל דו רעספעקט, און מיט א פארבויגענע קאפ פארן מלך (כלשונך) טרוי איך מיך צו זאגן אז ער איז געוועהן אזוי שלעכט און אזוי אה-פול אין די יוגנט, אז סאיז ממש א טיטשינג מאמענט וויזוי א מענטש קען אזוי נתהפך ווערן לאיש אחר אין בלויז אפאר יאהר,
ער זינגט אפשר דאמאלס מיט א חיות, מיט א פלייס, מיט אייפער אין אימפעט, אבער שיין ? נעה, קיינמאהל,
א דינטשיגע שטימע פול מיט דרייענישן און שוואכענישן, איי העסטו מיך פרעגן פארוואס איז די מאסן געוועהן אזוי קרעזי מיט איהם ? העל איך דיר מוזן זאגן אפען קודם כל איי העוו נאו איידיע, און נאכדעם כל סאיז פשוט נישט געוועהן קיין בעסערס, און פון אפאר גארנישעס איז ער פארט געוועהן די בעסטע, און די בעסטע פערפארמער, אפשר די ערשטע כאסידשע פון די מין, איז ער טאקע אזוי דערהויבן געווארן כאטש אז זיין קוואליטי איז ווייט ווייט געוועהן פון עפעס געוואלדיג...

און אויף דער עלטער אביסל אנדערש געשלייערט, איך באצייכן אים ווי 'זקן מלא רחמים', ער באזיצט עפעס אזא סארט פאטערליכקייט, א פעלזענע שטארקייט איבערגעדעקט מיט א סאמעטענע ווייכקייט, די ווערטער ווערען געטייטש, דער מעסעדזש ווערט דעליווערט עפעס אזוי מין קלאר, ס'איז אומבאשרייבליך, אנגעהויבן פון זיין שרייען 'לעט מיי פיפל גאו' ביזן זיך בעטן: 'טייערער פאטער ליבער קעניג', דאס בענקשאפט פון 'איך האב געוווארט', דער געפיהל פון באו מים עד נפש ווען ער רייסט איין, 'עד מתי', אלעס אזוי עכט ארויסגעברענגט, הזמן יכלה והם לא יכלו. איך מיין אז קיין ממלא מקום וועט נישט זיין... מאנארכיע איז שוין ממילא א פארגאנגענהייט, עס איז נישט עק וועלט אז 'יודישע מוזיק' וועט אויך אריבערגיין צו דעמאקראטיע... און אויס מיט די מלכים.


כשר גערעכט, איי עגרי, די טויש וואס ער האט אין די לעצטע פאהר יאהר געמאכט, אזא טרי האנדרעט זיקסטי דיגרי טורן עראונד , עפעס צום שטוינען, און איך מוז באטאנען אז יא "כלל ישראל האט א גוטע נאז" זיי האבן שוין יאהרן פאר זיין אמתע שיינקייט דערהערט אז ביי איהם טיף ליגט באגראבן א אוצר, א כלי מלא, וואס מען דארף איהר נאר גענוג שעפן אז עס זאל טאקע ריכטיג קוועלן,
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

שטארק זיך, גוט צעגלידערט.

שוואקי איז בכלל נישט קיין אפשען - אויב די סטייל וואלט כ'ענעדשער געלייגט ברוך לעווין. ליפא איז כאטש טעלענטעט. כאטש אין זינגען איז ער נישט קרוב צו קיין איינס.

כ'וואלט צוגעלייגט צו די ליסטע פון פארלוירענע זינגערס (צייטליך מאך א באזינדערע אשכול אויף דעם) "דוב האפמאן" וואס איז ווי אין וואסער אריין נאך זיין צווייטער אלבוים.

פרייליכערהייט, די אישו פון זיינע יונגערע און עלטערע יארן איז שוין גוט באארבעט געווארן אין די כולם אהובים אשכול. - גיי זיך עס
איך זאג עשה!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

פרייליכערהייט, די אישו פון זיינע יונגערע און עלטערע יארן איז שוין גוט באארבעט געווארן אין די כולם אהובים אשכול. - גיי זיך עס


סאררי כאב עס קיינמאהל נישט געזעהן, ביזט מיר מוחל ?
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

דאס מאל נאך יא!

חיים ישראל! ער איז די בעסט!
ער איז נישט זייער איבער נעמער נאר פיל פאכיג בעסער ווי זיי!
און ווי שוין געשריבן - ווארפטס מיך ארויס פון דא אויב עטס ווילטס!

צו הערן נאר אביסל וויאזוי ער זינגט הערט אויס יוסי גרינ'ס די אכטע נאטע, די ניגון ואז יהיו כל ישראל צדיקים. און דאן לויפט צו מאסטלי צו איינקויפן אלע זיינע אלבוימ'ס
איך זאג עשה!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פרייליך,
איך פארשטיי דיין פאוינט, אבער ווען דו רעדסט אינגע יארן, ווענדט זיך פון וועלכען אלבום.

עטליכע אלבומס, לדוגמא:

משיח איז קאממינג סון:
די שטימע טאקע היבש דין, אבער עפעס אבנארמאל פראפעסיאנאל, ריזן וואקעל רעינדזש, פליסיגע קאלאראטור און אמת'דיג הארציג,

ירושלים איז נאט פאר סעיל
:
איז דאס פראפעסיאנעלקייט, אויף א מודא'דיגע דרגה,

נשמה -סאול:
דערהער איך שטארק וואס דו זאגסט, כאטש מען הערט דארט אויך ארויס אז ער איז פאר ריעל,

וואס נאך?
איך האב געווארט:
גאלדער פון גאלד.

משיח:
אן אלבום וואס אין מיין אפיניאן זינגט ער עטוואס 'פארמאל':
פארט, פראפעשאנל, שארף און מלכות'דיג.

מבד ענד פרעינדס:
פארשטיי איך ווידער וואס דו מיינסט.

דאבל אלבום:
שטימע אביסל דינטשיג, אבער מלכו שבמלכות, יעדער ניגון געזונגן ווי אן אינסטרומענט, נאו סטאון אנטורנד,

בקיצור, ס'ווענדעט זיך וואס און וואו אין ווען
כ'האב נישט זיין 'דיסקאגראפיע' פארנט פון מיר, על כן האב איך אויסגעלאזט אסאך.

אפשר ביי אקומנדיגער געלענהייט.
.......................
פרייליך, שכוח פאר די קאמפלימענט, און נאכמער פאר'ן קאמענטירן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

שטארק זיך וכל החבריא,

אסאך פון זיינע שענסטע שטיקער - איך רעד פון מב"ד - זענען אויף אנדערע טעיפס פון אנדערע זינגערס וכו'

למשל, אויף איין טעיפ פון מיכאל שטרייכער זינגט ער אפאר ניגונים אז מ'קען צולאזט ווערן, למשל, דזשאסט וואן שבת, רחם בחסדך, בן דוד עבדיך, יבוא, יבוא,יבוא ויגאלינו. דער "רחם" איז א יחיד במינו.

אויף "העסק 7 קאנצערט" (די "כעלם" פלעי) זינגט ער "ממקומך מלכינו" (אפשר איז עס פון קארלבאך? קאן זיין, נישט זיכער) וואס איז זבת חלב ודבש. דער ניגון איז געווארן זייער אויפגעכאפט בעולם היהודי האמעריקאני צו שפילן ביי די חופה. אויף א טעיפ פון "קרן שמואל ישעי'" אלס קאלעקשאן פון חופה ניגונים הערט מען שפילן דעם ניגון מיט א כמו-קלעזמער בענד ביים באגלייטן ס'פארל צו די חופה און מ'דארף זיך ציפן דעם שטערן צי מען איז דאהי אדער גאר.

אויף "העסק 18" - אפאר וואכן נאך "סעפטעמבער 11" (!!) - זינגט ער אויך עפעס הפלא ולעפעלע, מוראדיג שטארק, זיס, און דעמאלט שוין אביסל אויפ'ן וועג פון כזקן מלא רחמים, ווי מ'זעהט פון זיין זינגען "כל העולם כולו גשר צר מאוד והעיקר שלא לפחד כלל."

אגב, אז מ'רעדט פון יענעם ניגון, זינגט ער עס צוזאמען מיט א יונגל ברוך אביתן (פון טאראנטא), וועלכער האט א לייבן שטימע, ממש נישט צום גלייבן. ער וואלט געקענט זיין דער ריכטיגער מ"מ פון מב"ד, אבער לכאורה איז עס געווען אן איינמאליגער וואונדער ווייל אויסער יענע העסק אויפטריטן האט מען נישט געהערט פון אים, עכ"פ איך, נישט מלפניו און נישט מלאחריו.

וועגן אברהם פריעד(מאן), ער איז ממש Flawless ווען עס קומט צו זינגען. נישט די מלכות, שטארקייט, קונצליכקייט, הארץ-נשמה-קרעכציגקייט, אבער דאך צוקער שבצוקער. ווער עס וויל פארשטיין די טיפקייט פון די קוואליטעט פון ר' אברהם, זאל זעהן צו פארשאפן זיין ניגון "טאטע וויין נישט" (פאטער דאנ'ט קריי), נישט די אודיא, נאר איך מיין דעם גאנצן שטיק אין פול קאליר פנים אל פנים ודי. ער האט עס אויף "בין כך ובין כך." אויך דארף מען אים געבן אסאך קרעדיט פאר זיין אריינגיין אזוי טיף און ערליך אין די געווייקטע ניגוני ר' יו"ט ערליך, ניגוני חב"ד, בעש"ט הקדוש, וכו' וכו', וואס א זינגער פון זיין סטיל און קאליבער האט קיינמאל נישט געטאן בעפאר און דערנאך, אויסער מרדכי אביסעלע די לעצטע פאר יאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”