דאס איז זיכער ליפא! איך געדענק אים נאך אין די יארן... איך וועל בל"נ פרובירן צו שאפן א בילד פון אים אלס קינד, וועסטו זעהן אז ס'איז ליפא! אגב, דער איד וואס גייט צו צו אים צווישן איין ניגון אין צווייטן, איז זיינס א פעטער.
שוואגער
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
קודם שלום עליכם דאנצי! איך זעה אז צייטליך האט דיך אויסגעלערנט אז מ'קען שרייבן אויך אין א אשכול וואס מ'האט נישט אליינס געעפענט... ס'קוקט אויס אז ס'קומען גוטע צייטן דא אין קרעטשמע, קיפ איט אפ!
צו דיין עצם נקודה, קודם איך האב נישט קיין געדולד נאכצוזוכן די מראי מקומות וואס דו צייכנסט אן, אויב עס איז דיר נישט שווער, לייג ביטע א לינק דערצו, ווייל איך ווייס נישט וועלכע קי-ווארדס דו האסט גענוצט ביים זוכן דארט, ייש"כ.
לגבי דעם וואס ליפא ווערט נישט אנערקענט אלץ ממלא מקום פון די לייבן אין אידישע נגינה נאך מב"ד/פריד, איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער, נעמליך ליפא גייט בכלל נישט אין זייערע וועגן - אן אריינגייענדיג אין דעם וואס ליפא האט געברענגט "דזשואיש מוזיק" צו א נייע עפאכע מיט זיינע נייע מוזיק סטייל('ס) וואס ער האט אדאפטירט ביים "היימישען" עולם - האט ער אריינגעברענגט עפעס וואס קיינער פאר עם האט זיך נישט אריינגעשטעלט אין אזא פאזיציע "סעלעבערטי!" א נייע מושג אין די היימישע גאס! מב"ד און פריד האבן אויך פערפאורמד אויף קאנסערט'ס אבער דאך זענען זיי נישט געווארן קיין "סעלעבערטי'ס, די יונגווארג איז זיי נישט נאכגעלאפן אין גאס, מ'האט נישט געלייגט קיין באמפער סטיקער'ס פון א היט וואס זיי האבן געזינגען אויף א אלבום וכו' וכו',
און לאמיר זוך נישט פאפן, וואסערע גאון ליפא איז אין נגינה, פארמאגט ער אבער נישט ווייסעך וואספארא שיינע קול, און נישט מיט דעם אפעלירט ער צו זיינע אנהענגער, נאר וואס יא? מיטן זינגן כאחד ה'סעלב'ס ווי ס'איז איינגעפירט ביי די.... און מיט דעם שטייגט ער איבער אלע פריערדיגע אידישע זינגער, זיי זענען נישט געגאנגען אויף אזא מהלך בכלל, אשר על כן קומט ער בכלל נישט אויסגערעכנט צו ווערן אין איין שורה מיט די מלכים פון 'יודיש מוזיק' נישט דאס איז זיין ליין...