היסטארישער דורכברוך אין עולם הנגינה, ערווארטעט מיט שפאנונג!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

היסטארישער דורכברוך אין עולם הנגינה, ערווארטעט מיט שפאנונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

שלום עליכם מיינע טייערע קאלעגע-ברידער, ס'איז מיר א פארגעניגען אייך מיטצוטיילן פון היינט און ווייטער אי"ה פארשריט און אנטוויקלונגען וועלכע שפילט זיך אפ אויפן מוזיקלאישן פראנט, אינסייד סטודיא אינפארמאציע, סודות פון מוזיקאלישן חדר, און ווי איך האף איר וועט שטארק הנאה האבן און געניסן דערפון בעזר השם.
מיין ערשטע אינפארמאציע וואס איך וועל אייך שענקן האב איך באשלאסן וועט זיין די נייעס איבער א ריכטיגע היסטארישע דורכברוך וועלכע גייט אי"ה געמאכט ווערן אין עולם הנגינה, וואס אויף דעם ארבעט איצט א פריש געגרינדעטע פראדאקשאן וועלכע איז טאקע ניי אין עקזיסטענץ, אבער מען קען זאגען אז די וועלכע שטייען ביים רעדל זענען אזעלכע וואס האבן שוין געלאזט דעם ציבור געניסן און הנאה האבן פון זייער מייסטער מוזיקאלישע ווערק, אבער האבן זיך נאך דערווייל נישט באוויזן אפיציעל אין די עפענטליכקייט, נאר אויף א שטילן פארנעם אויסגענוצט זייערע טאלאנטן צו דערפרייען אידישע קינדערליך וועלכע ראנגלן זיך נעבעך מיט יסורים אין די שפיטעלער, און מיט זייער טאלאנטפולע חוש אין נגינה האבן זיי מיטן הילף פונעם רופא חולים באוויזן צו אויפברענגען שמייכלן ביי די פארקלעמטע שעפעלעך, און דערמיט ברענגען א שיין פון האפפענונג און זייער ענגען מצב.
דער פראדזשעקט אויף וואס דער פראדאקשן (וועמענ'ס נאמען וועט בקרוב פארעפענטליך ווערן) ארבעטן איצט איז א אויסערגעווענליכע אלבום, עס וועט נישט זיין אזוי ווי אנדערע אלבום'ס וואס מיט זיי איז מיטגעקומען איין סורפרייז ניגון, נאר די גאנצע אלבום איז איין שטיק סורפרייז, ס'וועט אי"ה זיין א נייע געשעהניש וואס מען האט נאך דערווייל נישט באגעגענט ביז היינט, א ריכטיגער חידוש וואס וועט אי"ה ברענגען פיל פארגעניגען פאר די צוהערער, דער אלבום וועט רעדן צו יעדנ'ס הארץ, און וועט ברענגען א ליכטיקייט פאר אלעמען און סיי וועלכע מצב.
איך האב אין אמת'ן נאכנישט געדארפט ארויסגעבן היינט די אינסייד דעטאלן ווער עס שטייען אינטער דער מייסטערהאפטיגען און היסטארישן פראדזשעקט, אבער מען האט באשלאסן אז מען וועט יא שוין אינפארמירן דעם ציבור איבער די ערשטע פלענער כדי צו הערן יעדענ'ס מיינונג און געדאנקן בנוגע אזא סארט פראדזשעקט, און אזוי ארום קענען צופרידענשטעלן דעם ברייטן ציבור אויפן בעסטן פארנעם.
ראשית כל וועלן מיר ערשט אייך אנדעקן ווער עס שטייט אינטער דעם, דאס איז דער נאמען וועלכע איז גראדע שוין איינמאל געשטאנען אינטער א בארימטע הארציגע ניגון וועלכע ער האט קאמפאזירט אויף דער בארימטער קאסעטע "בעזרת השם יתברך" פון בערי וועבר, מעגליך איר זינגט זיך שטענדיג אינטער דעם מאלאדיע, מעגליך עס האט שוין געברענגט טרערן ביי אייך, און ערוועקט אייערע געפילן צו מתפלל זיין פאר אונזערע ברידער אין די שפיטעלער, און אצינד וועט איר זיך באקענען מיט איר קאמפויזער פערזענליך און דאס איז אהרן יוסף שפילמאן וועלכע האט געגעבן דעם ניגון "שבת הוא מלזעוק" דער 5'טער ניגון אויפן קאסעטע פאר בערי וועבר, דער ניגון האט באמת אפגעשפיגלט דער רירנדער מצב וואס האט זיך אפגעשפילט ווען דער ניגון איז געמאכט געווארן.
איר קאמפויזער זייענדיג א מיטגליד און די וועלט-בארימטע חסד ארגאניזאציע "חיי לייפליין" פלעגט כסדר ארומגיין אין די שפיטעלער דא אין ניו יארק און אפילו ווייטער דערפרייען די פארקלעמטע שעפעלעך, איין פרייטאג אויפדערנאכט ווען די שב"ק איז צוגעפאלן איז אהרן יוסל געשטאנען ביי די קראנקע בעט'ל פון א אומשילדיגע נשמה'לע - אין איינע פון די שפיטעלער אין ניו יארק - וועלכע איז געווען זייער צובראכן און נישט אויפגעהערט קלאגען איבער זיין שווערער מצב, אהרן יוסל האט דאן געזוכט א וועג וויאזוי אים צו מוטיגען און דערפרייען, האט ער דאן אויפן ארט קאמפויזט דער הארציגע מאלאדיע וועלכע איז געבויעט אויף די ווערטער שבת הוא מלזעוק, און דערצו האט ער צוגעשטעלט עטליכע אידישע ווערטער אויף גראמען וועלכע רעדט צום קינד: וויין נישט טייער קינד, די וועסט אי"ה זיין געזונט, ווייל שבת הוא מלזעוק"... און דערנאך א באזונדערע געבעט צום רבש"ע אז מיר אידן מוטשענען זיך אינעם פינסטערן גלות, און מיר ווארטן שוין אויך אויף דעם גרויסן טאג ווען עס וועט זיין יום שכולו שבת, און דער אויבערשטער זאגט פאר זיין ליבער קינד, זיין פאלק ישראל: "ווייין נישט טייער קינד, ווייל עס קומט שוין דער שבת"... (ווי עס ווערט שוין אויך דערציילט דורך בערי וועבר ביי זיין אינטערוויו אויף "קול מבשר.")
ווי איך האב מיטגעהאלטן די לעצטע צייט איז שוין אהרן יוסל פארנומען געווען און סטודיא און ארבעט איצט אויף עטליכע פרישע ניגונים וואס גייט מעגליך זיין אויף דער צווייטער אלבום פון דער שוין אזוי באקאנטן ר' בערי וועבר, און ווי איך הער ארבעט ער איצט פאר דער נייער אלבום וואס דער פרייליך ארקעסטרא גובט ארויס מיט ר' לוי יצחק פאלקאוויטש, און פאר דער בארימטער בעל מנגן ר' יודל ווערדיגער און נאך פרישע אלבום'ס וועלכע זענען נאך אין די ערשטע פאזעס.
מענטשן וועלכע זענען זייער שטארק באנומען געווארן פון זיין "שבת" ניגון האבן כסדר געפרעגט ווען עס וועט זיין צו הערן עפעס א פרישע ניגון פון אים, מען האט געהאפט אז אויף די אלבום למשל פון ר' מיכאל שניצלער וועט אוודאי זיין א ניגון א.א.וו. אבער ארויסגעשטעלט האט זיך דער פאקט וואס איז נאכנישט געווען באוואוסט ביז איצט, אז ער איז גארנישט איינגעשלאפן, ער ארבעט שוין גאר פיבערהאפטיג א לענגערע צייט צו ערשיינען מיט א אויסנאם-אלבום וואס זאל רעדן צו א יעדע אידיש הארץ, און יעדער זאל קענען זעהן זיין מצב אינעם אלבום, און שעפן אין די זעלבע צייט חיזוק און מוט.
און איצט אביסל צום אלבום:
דער אלבום וועט נישט פארשטעלן א געווענליכע אלבום וולעכע פארמאגט 10 אדער פערצן ניגונים צווישן זיי איינס אדער צוויי אידישע ניגונים, עס וועט פארמאגען ווי עס האלט איצט ארום פינף אדער זעקס ניגונים, אלעס אויף אידיש, א יעדע ניגון וועט אראפמאלן א אנדערע סיטואציע ביי אידישע קינדער, צום ביישפיל: "שידוכים – א קינד אין שפיטאל – א איד אין תפיסה" א.א.וו. איך בין נאך דערווייל נישט ערלויבט ארויסצוגעבן אלע סודות, אבער עס וועט נישט בלויז זיין א ניגון, עס וועט אויפגעשפילט ווערן לייוו לאמיר געבן א ביישפיל א טעלעפאון רוף פון א שדכן, אדער ווי עמעצער פרעגט אינפארמאציע אבער עס ענדיגט זיך נישט גוט, און דערנאך קומט א הארציגע רירנדע ניגון דערוועגען, דער פלאן איז מער ווייניגער שוין דא, אבער וואס מען ארבעט איצט איז וויאזוי די סיטואציעס זאלן אראפגעשטעלט ווערן אז עס זאל אריינדרינגען ביז די טיפענישן פון די צוהערער, "עס וועט זיין א לעבעדיגע מוסר ספר - האט זיך אהרן יוסל איינמאל ביי א געלעגענהייט אויסגעדרוקט - וועלכע וועט ברענגען ווארעמקייט צו א צווייטן איד, און א נאנטשאפט צום רבש"ע, אין סיי וועלכע מצב!" און דאס וועט זיין אין באגלייטונג פון די פראפיסיאנאלע מוזיק פון דער שוין אזוי בארימטע "פרייליך ארקעסטרא".
ווי איך האב מיר אויך אינטערגעהערט גייט די קווייער אנגעפירט און אראנדזשירט ווערן אויך גראדע דורך א פרישער שטערן וועלכע האלט אינמיטן ארויפקומען אויפן לייטער, דאס איז יודא אשר ראטה וועלכע איז א ווארעמע לעבעדיגע בעל מנגן וועלכע איז איינע פון די שטימעס וועלכע ווערן כסדר געהערט אין די קווייער'ס פון די לעצטיגע קאסעטעס, ווי יוסי מייער, בערי וועבר, און מיכאל שניצלער, וואס גראדע קען מען הערן פון אים א סאלא אויף פיר ניגונים אויף א דער "רק בשמחה" קאסעטע וועלכע איז לעצטענ'ס ערשינען, ווי ער לייגט דארט אראפ א מייסטערהאפטיגער ארבעט, (וואס בדרך אגב זינגט ער דארטן קווייער אויך.)
אז מען וועט וועלן אריינגיין ווער דער יודא אשר ראטה איז וועט מען נישט וויסן ווי צו ענדיגען, ער איז אוודאי דער ספעציעלער מענטש און דער ריכטיגער אויסוואל צו אראנדזשירן די קווייער אויף דער אלבום זייענדיג איינער וועלכע האט שוין מיט זיין זיסע שטימע מחיה געווען אין דערפרייד הידערטער פארקלעמטע קינדער און עלטערן ביי צענדליגע געלעגענהייטן ווי צוזאמענקומפטן פון "המספיק אין קרית יואל – מקימי פארזאמלונגען – און דאס זעלבע ווען "חיי לייפליין" האט געמאכט פארזאמלונגען האט ער דארטן געהויבן דעם עולם אזש די ווענט האבן מיט געטאנצן... ער איז נישט קיין פרעמדער פנים ליידער אין שפיטאל צימערן, אדער ביי צענדליגע אידישע שטובער ווי עס האלט זיך אויף א חולה, ווי ער טוט זיי מיט זיין טאלאנטפולע שטימע דערפריעען און אויפהייטערן זייערע געמיטער.
מיר האבן בלויז אויסגערעכנט בלויז אייניגע פון די געדאנקן וועלכע ליגען איצט אויפן סטודיא-טיש, אבער די איבעריגע סורפרייזעס בין איך נאכנישט ערלויבט געווארן ארויסצוגעבן, וואס איינע פון די געדאנקן איז עפעס א אויסערגעווענליכער וועלכע וועט זיכער מאכן א שטורם, וואס........אפסס...ניין איך קען נאכנישט דערציילן......איך האף אייך צו קענען אין נאנטן זאגען דערוועגען....אבער אויף איין רירנדע ניגון האב איך יא נאך פילע בקשות ערהאלטן בלית ברירה אן ערלויבעניש צו דערציילן דאס איז דער ניגון וועלכע וועט זיין א ספעציעלע ניגון, עס איז וועגען אידן וועלכע שמאכטן און תפיסה און זיי זענען אפגעריסן פון זייערע קינדער, אבער ביי אונזער פאל וועט עס אויך רעדן איבער א קינד וועלכע איז ליידער אפגעריסן פון זיינע עלטערן... אבער דער ניגון וועט זיין געבויעט און געזינגען דורכ'ן קאמפויזער אליין, דער ניגון וועט רעדן צו איינע פון די בחורים וועלכע שמאכטן ליידער אין די פינסטערע יאפאנעזע טורמעס, יואל זאב בן מירל ריסא חוה וועלכע איז שוין פאר יארן א נאנטער חבר מיט אהרן יוסף שפילמאן, און זיין שווערע גורל האט אים שטארק באנומען, דעריבער האט ער באשלאסן צו קאמפאזירן א חיזוק ניגון וועלכע איז א גרוס פון הארצן צו זיין טייערע חבר יואל זאב צו וועמען ער רעדט מיט בענקשאפט, אבער מיט שטארקקייט אז דער ישיעה איז נאנט, צו דער ניגון וועט מיטקומען נאך סורפרייזעס וועלכע איז נאך דערווייל א געהיימניס.
דער אלבום וועט געזונגען ווערן דורך א זינגער וואס זיין נאמען בין איך נאך דערווייל נישט ערלויבט געווארן צו דערציילן, אבער דער רירנדע "תפיסה ניגון" וועט אליינס געזונגען ווערן דורך איר קאמפויזער אהרן יוסל וועלכע וועט רעדן צו זיין חבר יואל זאב, און דאס וועט קומען מיט אפאר ווערטער בעפאר און נאכדעם וואס.......אפפס צו פיל גערעדט.......
דערווייל האב איך שוין כמעט ארויסגעגעבן צו סאך אינפארמאציע, פילע מוזיקאלישע פראפעסיאנאלן זיצן טעגליך אינאיינעם און פלאנירן אויס די גענויע דעטאלן, און ווי איך האב מיר אינטערגעהערט זאגען זיי וועט עס קענען אי"ה באצייכענט ווערן אלס א ריכטיגער דורכברויך אינעם עולם הנגינה, עס וועט זיין א אלבום וועלכע איז נאך ביז היינט נישט געווען צו באקומען, א יעדער אידיש הארץ וועט קענען ווי ווייט מעגליך דארטן טרעפן זיינע דרוקענישן און פראבלעמען, און אין די זעלבע צייט ווארעמע חיזוק און טרייסט ווערטער, געזונגען אויף א ווארעמע חסידישן סטיל, הארציג בארירנד, און עמאציאנאל, וואס מיט אויבערשטענ'ס הילף פארשפרעכט עס צו ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, און עס וועט דינען אלס א "לייכט טורם" פאר כלל ישראל וועלכע לעכטצן נאך א ווארעמע ניגון וואס זאל רעדן אין זייער מצב און ברענגען א ליכטיגקייט אינעם "פינסטערן גלות".
מער דעטאלן וועלן אי"ה נאכפאלגען בקרוב, איצט זענט איר נאכן ליינען מכובד צו לאזן הערן אייער מיינונג און געדאנקן וואס אויב עס וועט געזעהן ווערן אלס אינטערסאנט וועט איר עס אי"ה טרעפן אויפן אלבום.
עס וועט נאך נעמען מעגליך א וויילע ביז דער אלבום וועט ערשיינען צוליב די געוואלדיגע פראפעסיאנאלע ארבעט און שטארקע כוחות וואס ווערט דארטן אריינגעלייגט, און מיר וועלן כסדר ברענגען אינפארמאציע און מעגליך בילדער פון הינטער די קוליסן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גוד איידיע,
געב ארויס מער, ווער אראנדזשירט די מוזיק?

ווער נאך וועט זינגען?

נו, פארווערטס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ב"ה אונז האמער פרישע חברה, נישט אלץ דארף וויכי ברעכן די נייעס, אמאל איזעס געווען וויכי וויכי וויכי, היינט איז שוין אויך דא לעניית דעתי, קעש פאר קלאנקער'ס, און נאך, און גאר לעצטענס הענטעלעך, און ב"ה...

לויט ווי איך ליין דא, גייטעס טאקע זיין א דורכברוך, ס'גייט זיין א מין אלבוים וואס ס'איז נאכנישט געווען, און פרייליך גייט מאכן די מוזיק...

טענקס ב"ה פאר די נייעס... איך ווארט דערויף...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

גוטע נייעס!!! יעדע זינגער וואס וויל דעליווירן פארן עולם ברויך אפעלדירט ווערן מיט א הילכיגן שכח!! און דאס טוען מיר אלע דא!
וויכי, יא! ס'טאקע דא נאך ריפארטערס אבער דאס אינישט קיין תירוץ פאר אז דו דארפסט מער נישט ריפארטען... :smile:
לעצט פארראכטן דורך קעש פאר קלאנקערס אום פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 8:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך זאג עשה!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

היסטארישע דורכברוך אין היכל הנגינה

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן די היסטארישע דורכברוך וואס איז איצט פארגעקומען אין היכל הנגינה, מיטן ערשיינען פון אונזער חבר ה''ה הרב ברוך השם זז''ג, וואס מיט זיין רייכע שריפט, און מיט זיינע קאנטאקטן וועלן מיר האבן צו הערן און צו זאגן. פארדעם ווילן מיר אים באגריסן ווי ס'באדארף צו זיין, עס איז אונז א כבוד צו האבן אייך דא ביי אונז, און עס איז אונז א פרייד צו הערן פון אייך די אלע אינסייד אינפארמאציע וואס איר זענט באקאנט דערין.

טאג און נאכט ברוך השם,
נאר מען טראכט ברוך השם,
ווי מען גייט ווי מען שטייט הערט מען ברוך השם.....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ברוך השם מיר האבן דא אזא איד ווי ברוך השם..

יישר כח פארן מיטיילן די אינפארמאציע, רעדענדיג איבער דעם נייעם אלבום קען איך אבער נישט אויסלאזן קודם דיין שריפט, עס איז זייער רייך געשריבן, כה לחי!

איבערן אלבום זעלבסט, ווי איך זעה האט מען שוין א זינגער, מוזיק, קווייער און אלעס ארום, לדעתי קען דאס זיין א גוט גייענדיגער אלבום. מענטשן גייען היינט פאר "דיפרעסיע"... און אויב וועט דאס זיין א מערהייט פון די ניגונים וועט דאס גוט גיין.. בכלל, דאס איז אינגאנצן א נייער דערהער, עס קוקט אויס ווי עס וועט זיין א אינהאלטסרייכער פראדזשעקט.

--
אפפסס.. בעילאוט און קעש האקן אריין..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין געשריבן ברוך השם.

אבער 5-6 ניגונים איז צו ווייניג. מענטשן צאלן אוועק 16 דאלער און מבאקומט דערפאר גארנישט.
נישט גארנישט אבער מען וויל אביסל מער פאר דעם געלט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

צייטליך האט געשריבן:.

--
אפפסס.. בעילאוט און קעש האקן אריין..

הלוואי האקט קעש אריין ביי מיר אויכעט...
איך זאג עשה!
אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

דערמיט האב איך מיר געוואלט באגריסן מיט אייך אלע וואס האבן גענומען די מי און אויסגעדרוקט זייערע לויב-ווערטער אין מיין ריכטנג, באמת א הארציגען ישר כוח, דערמיט האט איר מיר געגעבן מוט ווייטער אנצוגיין און פארזעצן מיט מיין שווערע ארבעט פון ברענגען אינטערסאנטע אנפארמאציע מאחורי הפרגוד, וואס עס שפילט זיך ווייטער אפ אינטער די ווענט אין סטודיע.
איין זאך רבותי, פרישע פארשריט איז אויפן וועג, עפעס פרישע אינפארמאציע האב איך אויפגעכאפט, אבער איך האלט אינמיטן צוזאמשטעלן דער פאזל, או אייע פון די שוערע אויפגאבעס וואס איך האב אויף מיר גענומען איז איצט צו אנדעקן ווער עס גייט זיין דער אפיציעלער זינגער פונעם אלבום, עפעס האב איך אויפגעכאפט, ער איז יונגערמאן וועלכע וואוינט גאר אין בארא פארק, ווי איך האב געהערט איז ער א תלמיד פון דער מייסטער און פראפעסיאנאלער שטימע-רבי איינהארן צו וועמען אברהם פריעד און נאך פארשידענע שטערנ'דליך גייען און זענען ביי אים געשטיגען, דעריבער איז עס א שטארקער פרייד צו הערן אז א תלמיד פון איינהארן גייט זיך לאזן הערן זיין שטימע.
איך צוריק צו זיין אין א וויילע מיט פרישע אינפארמאציע!
שרייבט ווייטער מיינע ברידער, אייערע מיינונגען און לויב-ווערטער ווערן זייער ערנסט גענומען און אקצעפטירט...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין נישט דער גרויסער ווארטזאגער אין נגינה, אבער ווי צייטליך האט שוין באמערקט איז דיין שריפט און שפראך אויך זייער אויסגעהאלטן און רייך, און אויף דעם קען איך דיך באגריסן מיט א פולן מויל. בא ברוך השם!
אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

דערמיט האב איך געוואלט אביסל אויסדרוקן אנערקענונג און פארשטאנד צו דעם וואס מיין חשובע קאלעגע "שוועמל" האט זיך באקלאגט אז מען צאלט היינט ארום זעכצן דאללער פאר א אלבום, און דא גייט עס בלויז האבן ארום פינף אדער זעקס ניגונים, און אנפאנג ווען די נייעס האט דערגרייכט מיינע אויערן האב איך אויך קלערט דערוועגען, און ווען איך האב אריינגעקלערט דערינען אביסל און איך האב מיר צוגעקוקט פון דער נאנט איבער זייערע אקטיוויטעטן האב איך עס באלד אנגעפאנגען פארשטיין, ערשטענ'ס איין זאך קענסטו זיין רויאיג, אז עס איז נאכנישט גענוי באשטעטיגט געווארן דער מספר וויפיל ניגונים דער אלבום וועט ערהאלטן, א יעדן טאג קען אויפקומען פרישע געדאנקן און טוישונגען, און צווייטענ'ס אפילו עס וועט יא זיין בלויז זעקס ניגונים וועט עס נישט בלויז זיין א ניגון וועלכע ווערט אפגעזונגען און מען גייט ווייטער צום אנדערן, א יעדן ניגון ווי שוין דערמאנט וועט זיין א אידישער ניגון וועלכע וועט רעדן ווערטער, און עס וועט קומען אין באגלייטונג מיט נאך סורפרייזעס וואס מען קען נאכנישט ארויסגעבן, און דאס איז א שטארקער פראבלעם טאקע, אבער וויפיל איך קען דיר זאגען איז א אפילו איין אידיש הארץ זאל זיך דערקוויקן פון איינע פון די ניגונים וועלכע וועט אריינשינען אין אים א שטראהל פון האפפענונג איז דאס פיל מער ווערד ווי די קארגע זעכצן דאללער, אז איין פארקלעמטע גלות-איד'ל זאל זיך אדאנק דעם אויסדרוקן אין זיין ענגען מצב "ברוך השם" האט זיך עס שוין געלוינט, ווייל א אידישע נשמה איז נישט שייך אפצושאצן, און עס איז א טרוקענער פאקט, אז כלל ישראל האט שוין לאנג נישט גענאסן פון א ריכטיגע חסידישע אלבום, אבער זאל זיין מיט עפעס א פרישער געדאנק, און נאך שטארק פראפעסיאנאל, און ווי איך מיין איז נאך אזא סארט געדאנק קיינמאל בעפאר ערשינען, א יעדע ניגון וועט אראפגעשטעלט ווערן מיט די פולסטע דמיון און עמעדזשענעישאן, און באגלייטונג פון פילהארמאנישע מוזיק וועלכע וועט אריין רייסן ביז די טיעפסטע סטרינעס פון הארץ, און אוועק פירן דער צוהערער'ס מוח גאר ווייט, און ערוועקן אידישע קינדערלעך אז יא! ס'איז דא איין גרויסער גאט אין הימל, וואס ער איז דער גרעסטער דאקטער, ער איז דער רופא חולים, ער איז דער שומר פון די תפיסות, ער גרייט אן פאר אלעמען אין די באשטימטע מינוט דער שידוך, ער באשערט זיסע אין ליכטיגע קינדערליך אין די באשערטע מינוט א.א.וו. און אויב אזוי איז דאס מער ווערד פון די זעכצן דאללער וואספארא ארבעט עס ווערט דארטן אריינגעלייגט, און איך גלויב אז אויב מיטן הילף פונעם רבש"ע וועט עס געקרוינט ווערן מיט סוקסעס, דאן וועסטו זיכער נישט חרטה האבן פאר די זעכצן דאללער, נאר אדרבה, די וועסט שפירן אז די האסט גאר אינוועסטירט אי"ה.
אין די זעלבע צייט האב איך אויך געוואלט אנדעקן פאר דער וואס האט געזאגט אז דער אלבום וועט זיכער סוקסעסירן צוליב דעם וואס דער ציבור גלייכט היינט צו טאג'ס דיפרעסיע, אז עס וועט נישט בלויז ערהאלטן שטאטע ניגונים, עס וועט אויך פארמאגען ביי געוויסע סיטואציעס וועלכע עס גייען געזונגען ווערן מער לעבעדיג, וועלכע סטיל בין איך נאך פארהיטן פון אייך צו דערציילן, אבער נישט געזארגט מיט געדולד, איך פארגעס נישט פון אייך, איך ארבעט גאר שווער כ'האף צו ברענגען נאך גינסטיגע אינפארמאציע בקרוב.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ב"ה איך קען נאר באשטעטיגען דאס וואס אנדערע האבען ארויסגעברענגט, אזוי וואו קרעמער שרייבט, און נגינה בין איך א קליינער מבין, אבער דיין שריפט איז גאר רייך, לויט וואו די לייגסט עס אראפ, קומט גאר גוטע צייטן פאר די חסידישע וועלט, איך פערזענליך וואס פארשטיי נישט קיין סאך צו מיקסען און קווייער'ס, קוק זייער ארויס אויף אזא טעיפ וואס גייט האבען אינהאלטסרייכע שטאף ,
דאס וואס שוועמעל זאגט האט אויך מיך געבאדערט ביים ערשטען מאל ליינען, אבער לויט וואו די לייגסט דא אראפ טראכט איך שוין אז אפשר זעכצען דאללער וועט גאר צו ווייניג.

אלענפאלס, אסאך הצלחה און מיר ווארטען אויף נאך אינפארמאציע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך טו דאס אויך באשטעטיגן. א הערליכער שריפט.

איין זאך
מאך מער הפסקות צווישן די פאראגראפן, עס גיבט פול צו צום אויסזען און צום ליינען.
ליתן ריוח בין פרשה לפרשה (רש"י)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

גם אני הקטן מצטרף לדברי חברי הוותיקים, עס איז א הערליכע שריפט, נאכדערצו ווען די מעלדסט מיט די שריפט אזאלכע פרייליכע נייעס (דעפרעשאן איז א גאנגבארע אייטעם...).

אויך איז וויכטיג אז די פראדעצירער זאלן זייער אכטונג געבן אויף כבוד הבריות, אויב א ניגון וועט זיין צו ספעציפיש דעטאלירט קען דאס ח"ו וויי טוהן א משפחה וואס איז דורך א ענליכע סיטואציע.

איז שוין דא א השגה פון א ריליעס דעיט?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

דער אלבום וועט אי"ה זיין בלויז געבויעט אויף איין ליניע: צו ברענגען א ווארעמקייט אין א אחדות ביי כלל ישראל, מען זאל נישט פארגעסן קיין מינוט פון אונזערע ברידער וועלכע גייען דורך שווערע צייטן, און מיט א טרער, און א ווארעמע תפילה צו גאט פון טיפן הארצן קען ברענגען א ישיעה, ווען אידן קומען זיך צוזאם מתפלל זיין פאר איד וועלכע גייט דורך א משפט וועט קיינער זיכער נישט זאגען אז מען דארף מאכן דער מנין באשיידן, אדער גאר זיך אויסבאהאלטן פון די מענטשהייט, ווייל יענער קען ווערן געטשעפעט, אדרבה מען טוט זיך פאראייניגען, און מען שפאלט הימלן פאר א צווייטן אידן, און עס איז אומבאשרייבליך וואספארא כוח עס האט ווען דאווענט בציבור.

דאס זעלביגע שפילט זיך ביי דער נייער אלבום וואס ווי שוין דערמאנט טוט עס די פראדוצירער אהרן יוסף שפילמאן באצייכענען אלס א "לעבעדיגע מוסר ספר" וועלכע גייט אי"ה פארגעלערענט ווערן פארן כלל ישראל, חיזוק און ווארעמקייט, נאנטשאפט צום רבש"ע אין אלע אומשטענדן, נאר איין חילוק איז דא, עס וועט זיין אויפן מהלך ווי די תפילות פון דוד מלך ישראל, מיט די באגלייטונג פון ווארעמע אויסגעהאלטענע נגינה וועלכע וועט ערוועקן יעדענ'ס נשמה מיטן אויבערשטענ'ס הילף, און דערמיט ברענגען ישיעות פאר אידישע קינדער, אז עס וועט ברענגען איין אידישע טרער לטובת א צווייטן איד, אז עס וועט ערוועקן א טיפער קרעכטץ אויפן צער פון די שכינה הק', אויפן גלות פון דאס פאלק ישראל איז נישט קיין שום פראגע אז מען דארף קלאר ארויפברענגען סיטואציעס וואס עס שפילט זיך אפ היינטיגע צייטן, ווייל מען קען נישט אנצייכענען היינטיגע צייטן ליידער אז נאר יענער אין יענער ליידט פון די סארט פראבלעם, ווייל ליידער א יעדע פאמיליע גייט דורך פארשידענע פראבלעמען, צו געזונטהייט שידוכים תפיסה און נאך פארשידענע שוועריקקייטן וועלכע גייען דערמאנט ווערן אויפן אלבום, און מען גייט נישט דארטן דערמאנען קיין נעמען, עס גייען נישט אטאקירט ווערן קיינע מענטשן, דער אלבום וועט נישט זיין דער ווארטזאגער פארן כלל, דער גאנצער אלבום איז בלויז א הייסע "אידישע טרער" וועלכע טוט דערציילן און איינרייסן אויפן פשוטע שפראך, אויף מאמע לשון די פיין און ליידן אין גלות, און עס וועט בעטן פאר רחמים.

דערווייל איז פארהאן עטליכע ריליעס דעיט'ס אויפן טיש, אבער קיין איינס איז נאך דערווייל נישט ארויסגעגעבן געווארן, ווילאנג עס ווערט נישט באשטעטיגט, און נאך א פאלעסי וואס זיי האבן איצט געמאכט איז אז מען וועט נישט נערוועז מאכן די מענטשהייט אז עס גייט ערשיינען חנוכה, אדער פסח צייט, און דערנאך שבועות באלד נאך די דריי וואכן... נאר ווען מען וועט באשטימען א זמן זאל עס טאקע זיין יענער זמן און נישט נערוועז מאכן די מענטשהייט, נאר ווען מען וועט ארויסשטעלן א זמן זאל מען זעהן צו מען קען זיך טאקע צושטעלן דערצו.
מיט דאנק, פאר נאך הערות אין פראגעס האלט אייך נישט צוריק פון פרעגען אדער זאגען, און איך וועל אייל פרובירן ווי אומשנעלסטענ'ס צו געבן דער אנטווארט.
הצלחה מרובה!
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

יא, דרך אגב, דער נייער שרייבער דא האט א פענע וואס מאכט די נשמה זינגען!

יא, ר'איז נאך אפשר אביסעלע רוי "עראונד די עדזשעס," ווי מ'זאגט, אבער דאס איז א נאטורליכער שרייבער א יחיד במינו, און איך וואונטש אייך השי"ת זאל געבן הצלחה און הרחבת הדעת צו מהנה זיין כלל ישראל כשר וישר וזר לא יתערב בשמחתינו. נעמסט דיר פאר?
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

ארעסטאנט האט געשריבן:גם אני הקטן מצטרף לדברי חברי הוותיקים, עס איז א הערליכע שריפט, נאכדערצו ווען די מעלדסט מיט די שריפט אזאלכע פרייליכע נייעס (דעפרעשאן איז א גאנגבארע אייטעם...).

אויך איז וויכטיג אז די פראדעצירער זאלן זייער אכטונג געבן אויף כבוד הבריות, אויב א ניגון וועט זיין צו ספעציפיש דעטאלירט קען דאס ח"ו וויי טוהן א משפחה וואס איז דורך א ענליכע סיטואציע.

איז שוין דא א השגה פון א ריליעס דעיט?


א דאנק אייך ברוך ה' פאר די אינפארמאציע, אבער אנדערש וו די וועלכע רעדן פון די צאל נגונים אדער דער זינגער אויף דעם ספעציפשן טעיפ, וועל איך גיין דירעקט צום פינטל ווי מ'זאגט.
איך דענק אז ניגונים וועלכע ברענגען טרערען פון צעבראכענקייט, איז (איון מיינע אויג) דייקא נישט וואס מענטשן און אלגעמיין זוכן.

יא, אמת ס'איז ליידער פאראן צעבראכענע מענטשן, די וועלט איז צעבראכן און צעשאסן, יעדער ווייסט ביי זיך מרת נפשו, ליידער ליידער קען מען זאגן אז אין בית אשר אין שם... רח"ל, מיט פרנסה, געזונט און אנדערע צרות ליידער. עיני ראו ולא זר. אבער צו ווידמען א קאסעט אויף די צרות און אריינברענגען די מענטשן דערין אין די דעפרעשאן מוד איז נישט פראקטיש און וועט נישט מצליח זיין.

מענטשן ווילן ליבערשט הערן פרייליכע ניגונים פון האפענונג, חיזוק און שטראלן פון שמחה, אנשטאט הערן צרות און ליידן.


איך דענק אז יונתן שווארץ האט שוין ערצייגט גאר געלוגענע קוואליטי אידישע ניגונים וואס איז פול מיט פענונג און חיזוק פאר יונג און אלט.

ודי בזה.
אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

איך זעה אז געוויסע מענטשן האבן נישט גענוי פארשטאנען די ציל און מהלך פון דער נייער אלבום, אוודאי גייען דארטן אויפגעברענגט ווערן אומאיינגענעמע סיטואציעס ביי אידן, אבער דערמיט גייט קומען דיבורים פון חיזוק און שטארקקייט באגלייט מיט אמונה און בטחון און סיי וועלכע מצב און עס וועט אי"ה אריינברענגען א שטראהל פון האפפענונג ביי די צוהערער, הארציגע ניגונים וועלכע וועלן שטארקן אירע צוהערע אין סיי וועלכע אושטענדן אי"ה.
און ווידערמאל א בקשה: מען זאל זיך נישט צוריקהאלטן פון פרעגען קלארשטעלן ענטפערן און קריטיקירן, לאזט הערן אייער מיינונג און מיר וועלן עס העפליך אקצעפטירן און אייך קלאר מאכן אייערע אומקלארקקייטן.
מיט דאנק!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער אהרן יוסל שפילמאן איז א זעלטענער טאלאנט, און א מוסטערהאפטיגער פערזאן, און איך זאג אייך, מען קען ערווארטן גוטע סחורה,

נאטרוליסט, ארעסטאנט,
קיין שום אלבום איז נישט פאר יעדעם, דער ציבור וואס איז 'יא' אינטרעסירט אין אזא פראדוקציע איז 'זייער' א גרויסע, כ'גלייב אז די ארויסגעבער זענען גענוג אחריות'דיג צו היטן אויף כבוד הבריות.

און צו איך האב ליב די זאכן?
אמאל יא און אמאל נישט, געווענליך געוואנדן אינעם וועטער...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יא, אהרן יאסל איז ריין טאלאנט
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

נא! ס'איז דא פרישע נייעס?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך גלויב אז נישט היות אהרן יאסל האט בשטומ"צ חתונה מארגן נאכט
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

געשמאקער האט געשריבן:נא! ס'איז דא פרישע נייעס?
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אויטש! כ'האב פונקט געוואלט ארויפברענגן דעם אשכול, איך קוק שוין אזוי ארויס דערויף!!!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך השם »

רבותי! גארטלט אייך אן... פרישע פארשריט זענען געמאכט געווארן, וואו איר וועט אייך אליין איבערצייגן

איך האף נאך היינט צו ברענגען פאר אייך די פרישע אנטוויקלונגען בעז"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”