מיינע געפילן לכבוד פורים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
מיינע געפילן לכבוד פורים
המן הרשע, דו גייסט נישט אויספירן, ניין! מיינסט ס'גייט גיין אזוי להשמיד להרוג – מיט א וי"ו ו'להרוג, צו אן א וי"ו אלעס איינס – בשום אופן.
המן דער פון אמאל, איז היינט גארנישט אינטערשטעליג, צו מיינט ער אז ער וועט קענען דא ביי אונז – ביי אחשדרפנאטאיזתא אין פאלאץ - איבערדרייען אלעס און דער עולם וועט פארגעסן אז ס'קומט פורים צו גיין? מיסטער המן, נעווער נעווער.
ווען די רביצין גייט ארויס איינקויפן די גלעזער פאר די קינער – מיט א נאז צו אננעדעם, אלעס איינס – מיינסטו אז ווען מ'קומט אהיים און מ'זעהט אז פארן קליינעם איז עס צו גרויס, האלטסטו אז מ'גייט אויפגעבן, מיינסט מיר וועלן וועגן דעם אפשוינען אריסי מיט זיין ברודער'ל ויזתא? מיסטער המן, נעווער נעווער.
ווען ס'קומט א מאנטיג פאר פורים, [איך האף אז דו ווייסט וואס דאס "פורים" ווארט מיינט פאר אונז..] און די דרייסט אן דעם מערכת השמים אז זיי זאלן לאזן פאלן פאר אונז ריזיגע גאלאנען מיט שניי, כדי די קליינע קינדער זאלן איבערבלייבן אינדערהיים און דערגיין די יארן פאר די בני בית, המן לעבן, אויף די תליה וועסטו סייווי הענגן.
המן, ס'רעדט צו דיר דער ראש הקהל פון די קרעטשמע, הער זיך צו, דיינע עשרת אלפים ככר כסף קענסטו זיי מוחל שיינערהייט צוריקלייגן אינעם טרעילער! דו וואלסט עפעס געקענט אויפטון דערמיט ווען די נעמסט זיך צו די ספאנישע חברה, אבער נישט מיטן כלל ישראל.
ס'לאכט פון דיר די גאנצע פמליא של מטה, אזויפיל נישט צו וויסן אז אסתר איז גאר א יוד? כ'מיין קאם אן המן, וויפיל מאל ביסטו געזיצן לעבן אסתר'ן און די האסט געטריבן קאטאוועס פון די מאשקע'ס און אלע אידעלעך, ווען דו ווייסט ווען ווי אסתר שטיקט זיך פאר געלעכטער און זי געט עס איבער פאר דיין שיך-פריינד – יא, מאך דיך נישט תעמיש, ווער ווייזט דיר כסדר די זוילן פונעם שיך? הא – דעם מרדכי הצדיק, המן ווי איז דיין שכל?
און דיינע בנים'לעך, כ'מיין אז מ'רעדט צו דיר קען מען דאס נישט אויסלאזן, אספתא אדליא און פרמשתא זאלסט מיר אנטשולדיגן אויב איך ספעל דאס נישט גוט, ביי זייער בר מצוה האסטו דיך אויך געמיטשעט ווען דער עמברודערי מענטש האט דיר געפרעגט וועלכע נעמען ארויפצונייען אויף זייער תפלין בייטל, סוי האב נישט אויף אונז קיין טענות, זאג נאר, אזעלכע חיות צו פארמאגן, דו ווייסט, אויף מיר און קרעמער קען זיך קיינעם נישט דאכטן אז אונז ברעך מיר ביימער אינעם קעניג'ס פאלאץ, אויב האבן מלאכים געקענט דאס טון און ס'זאל זיך פאר אחשורוש'ן צודאכטן אז ס'איז דיינע קינדער, שטייסטו אין א בעיד שעיפ.. סארי טא טעל יו, אבער דער חינוך דיינער איז פארפוילט פון אינטן ארויף..
המן, איך מוז דיר זאגן, דיינע פאנטאזיעס חלומות דמיונות איז אסאך מאל געווען הימל-שרייענדיג-פאני, דו האסט פארמאגט א הויכן פאזיציע אין קעניג'ס פאלאץ, געפירט מענטשן אויף די בייכער ווען דו ביסט זיי דורך, אמת, האסט זיך אינטערגעלאכט א גוטס, אבער לאמיר אפי' אוועקקוקען פון מרדכי'ן, ביסטו זעלבסט געווען דער נער אין שטאט. למשל, האסט געשפילט מעכטיג פארן עולם, געדרייעט געלט, אלעס מיטן נאמען המן. מיינסט אז מענטשן האבן נישט געוואוסט אז דו האסט נאך א ניק "ממוכן"?? חחאחאחאחא קוק ווי רויט ער ווערט מיר.. המן ממוכן, ממוכן המן היינו הך, חז"ל האבן אונז דאס שוין דערציילט, האהאהא, מיינסט נאר קמיצה האט אונזער רבי מיט אונז געלערנט יענע נאכט, ווען דו זאלסט נאר וויסן וואס ס'איז פארגעגאנגן יענע נאכט ביי אונז אין ביהמ"ד אין בית יאנאש.. וואלסטו שוין גארנישט געווען אזוי בא'גדול'ט.. טיפיקל המן..
און יא, דאס ריזיגע האלץ פון נח'ס תיבה קען נישט אויסגעלאזט ווערן פון אונזער שמועס, איך האב יעצט אראפגעלייגט מיט פעדעקס פון היימישע קרעטשמע, זאגט ער מיר נאכן אויספרעגן ווי לאנג ווי הויעך פון הרי אררט ביזן בית-המן בשושן הבירה קאסט א שיינע פאר אלפים, פלאס טעקס. טראכט איך מיך אזוי במילא דו ווילסט עס פאר מרדכי'ן אויפצוהענגן קען מען נאך הערן, אבער פאר דיר אליינס, המן, דו ווייסט וואס דאס מיינט? ממש אזוי ווי אין רוסלאנד וואס מ'האט געמוזט באצאלן פאר די רעגירונג דאס פרייז פונעם קול וואס מ'האט געשאסן אויפן מענטש, דו האסט זיך געשלעפט מיטן קלאץ, זרש דיין מכשף'טע האט דיך אריינגעקלינגן אויפן סעל: המן, ס'איז שוין 11:00 ביינאכט מ'דארף זיך שוין לייגן.. המן, ס'איז א פערטל צו צוועלעף וואס איז מיט דיר, המן סטאפ, ס'איז שוין 12:30, און דו האסט איגנארט איין קאל נאכן צווייטן, כאילו דו ביסט קרעמער און די פארמאגסט נישט קיין פאן.. און קוק וויאזוי ס'האט זיך גענדיגט!! נעקסטיים אז דיין זרש'ל קאטלט, עסטו שוין וויסן ווי אזוי מ'רעדט, רבי געלט האסטו באצאלט פאר דיין נערישן שריט.
און פאר איך ענדיג, יוי האב איך געלאכט ווען איך האב געזען דיין צוריסענע הויזן, צופליקטע טאשן, פעדימער פון אלע זייטן. פון ווי ווייס איך וויאזוי דו ביסט אנגעטון? פרעג נישט, מיין רביצין האט נעכטן געמאכט המן טאשן.. ס'האט אויסגעקוקט אזוי געפערליך און קלעבעדיג אז כ'האב געהאט א נקמה אין דיר אחת ולתמיד..
המן, איך בין עכט ביזי, איך מוז לויפן, אבער דעם תמצית פון מיין בריוו האסטו מסתמא ארויס, מיר ווילן דיך - מיט דיינע 10 בנאקעס - זעהן הענגן אויף די תליה, און פאר גאנץ כלל ישראל זאל שוין קומען די ריכטיגע ישועה.
א פרייליכן פורים.
המן, ביי!

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm