עפענען און פירן א ביזנעס...

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

עפענען און פירן א ביזנעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

היינט אין די קלאסיפיידס אדווערטייזט זיך איינער אזוי:

זענט איר פעהיג אנצופירן א ביזנעס? - מיר וועלן אייך אויפשטעלן א ביזנעס מיט פונקטליכע אנווייזונגען, מיט אלע ביזנעס אפאראציע צוגעהערן, פאר א ביליגער פרייז - גאראנטירט צו ארבעטן אויב נישט באקומט איר אייער געלט צוריק. רופט 845-782-8255

דאס איז שוין לאנג אן ענין וואס איך וואלט זייער געוואלט זען באשריבן ביי אונז אין קרעמל, ווארום דער קרעטשמע איז א דבר השלם מיט א קליינעם לעכל, און דאס איז אטא די נושא, איינמאל דאס ווערט דורכגעאקערט קענען מיר מאכן א סיום. (אקעי... חברה איך מעג זאגן וואס איך וויל... ס'איז דעמאקראטיע דא, וויכי לאמיך אפ!).

די ערשטע שאלה איז אז ujo אדווערטייזט אזאלכע קלאסן אונטערן נאמען "פתוח", איז שוין איינער דארט געווען? לוינט זיך עס?

לעצם הענין פון ביזנעס, לאמיר אהערופן די פראפעסיאנאלן, לחיים-ברכה'לע, שוועמל, ביזנעסקאפ, און איך ווייס נישט וועם נאך, חברה הייבטס אן אויסצופאקן ענקער עקספיריענס פון "עפענען און פירן א ביזנעס".

עפענען א קארפעראציע, וואס איז די אויפטוה פון א קארפערציע פון א לעגאלע שטאנדפונקט?, קאסט עס געלט יערליך? מוז מען פיילן יעדעס יאר אפילו מען מאכט נישט קיין געלט? פארוואס דארף מען אן אקאונטענט? וועם לוינט זיך צו נעמען? וואס איז מיט שטייערן? ועוד קשיות נטיה...

אויב וועט מען אויסלערנען דעם ענין דא וועט מען נישט מוזן גיין צו קיין קלאסן.

שוועמל, פליז. העלף ארויס. הייב אן פון אלף. נו?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

מיינסט דער לעגאלע חלק, אדער דער פראקטישער חלק?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

א קשיא אויף א מעשה... פון וואו זאל איך וויסן צו די גוים ביים דור הפלגה האבן געהאט פראקטישע קארפערעישאנס אדער לעגאלע?

איך מיין אלע חלקים, אריינגערעכנט די חלקים פון די מולד. אדרבה לאמיר הערן דיין עקספיריענס מיט איינע פון די חלקים.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער גרויזאמער האט זיך פארלייקט אויף מיר טראץ דעם וואס כ'אב קלאר אויסגעשריגן 'נאו פארלייקינג' ביים אנהויב פונעם געים.

ער ערווארט פון מיר אן ענטפער ווי כאילו איך קען עפעס געבן עצות וויאזוי צו עפענען אדער פירן א ביזנעס, בעת איך בין קוים ארויס פון די ווינדלען און סיז פארהאן דא פול עלטערע פון מיר מיט מער לעבן עקספיריענס ווי מיר.

אבער אז ער וויל אמתדיג וויסן וועל איך זאגן פון מיין שפאר ביסל ערפארונג.

המשך יבא אי"ה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

בנוגע די ארטיקל אין די קלאסיפיידס וואלט איך אויך זייער געוואלט וויסן אויב איינער האט מצליח געווען. איך האב א חבר וואס האט דארט אריין געלייגט געלט פון די סומע $6500.00 אין ער זאגט אז משיח זאל אוודאי פריער קומען ביז ווילאנג ער וועט פארדינען די געלט צוריק. ער שרייבט אז "די געלט איז גאראנטירט אז אויב עס ארבעט נישט באקומט איר צוריק דאס געלט" מיין חבר זאגט מיר אבער אז די דארפסט אונטער שרייבן פילע תנאים, אזוי אז הימל אין ערד מיזען זיך צאמקומען ביז מען זעט צוריק די געלט

אדרבה!!!! איך וואלט זייער געוואלט וויסן אפשר איז יא דא איינער וואס האט מצליח געווען, נאר מיין חבר איז אפשר נישט קיין בר מזל

יישר כח ר' גרויזאמער פארן עפענען אזא אשכול וואס במציאות הדברים האב איך שוין לאנג געוואלט וויסן ווער עס איז גערעכט
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

גרויזי פורצופאל פון די קלאסעפייד פון וואס די רעדטס ווייס א פיצקעלע מער וואס דאס איז


איך קען נישט צופיל רעדן

אז די ווילסט באמת וויסן פארבינד דיך מיט מיר אין אישי
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

איך האב יעצט באקומען אן אימיעל פון דעם אדרעס

[email protected]

ווייסט איינער דא וואס דאס איז??????????

אויב יא האב איך וואס צו רעדן ווייטער אז נישט האב איך יעצט נישט קיין צייט מסביר צו זיין
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אקעי, על ראשון ראשון, קודם כל שוועמל, ענדליך ביסטו דא, טענקס! איך בעט דעם גאנצן עולם זיך מצטרף צו זיין צו מיין בקשה.

ידעתי בני ידעתי אז מען קען אסאך רעדן, און מן הסתם ווייסטו נישט וואו אנצופאנגען (וואו צו ענדיגן וועל איך דיר שוין מודיע זיין טאטעלע), אבער וועגן דעם איז שוועמל שוועמל און נישט גרויזאמער שוועמל, דו מאכסט דא סדר אין אבאנטש קאמפליצירטע ענינים, דאס איז שוועמל. למה אתה בוש? זיי אבאמא און פארטיג! יעס ווי קען! אלעס קען מען באווייזן.

בעק טו יו שוועמל, גאו עהעד! איך גלייב אז דיין אריינקריכן אין די ענינים וועט דיך נישט לאזן בלייבן אליינס, עס וועלן אפירקומען אלע ערליי פירכות מיט קשיות און תירוצים פון אלע משתתפים.

יעצט וועגן דעם עד אין די קלאסיפיידס, מיינע פארווע אויגן האבן נישט אויפגעכאפט אז דא רעד זיך פון אן אינוועסטמענט ואביזירהו, איך האב פארשטאנען אז עס איז פאר א אינגערמאן וועלכע וויל הילף מיט קארפערעשיאנס, פעיראלל, טעלעפאן סיסטעם וכו'. און ער געבט דיר א קלאס איבער די ענינים.

אויב איז עס עפעס אנדערש האב איך עס בטעות אריינגעמישט דא, ווייל מיין כוונה איז דירעקט איבער הילף איבער די סארט ענינים.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

צווענגל האט געשריבן:איך האב יעצט באקומען אן אימיעל פון דעם אדרעס

[email protected]

ווייסט איינער דא וואס דאס איז??????????

צווענגל האט געשריבן:גרויזי פורצופאל פון די קלאסעפייד פון וואס די רעדטס ווייס א פיצקעלע מער וואס דאס איז


:lol: it looks like you have been there

i received today already... emails from this email address 
פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה »

ווי אזוי דאס ארבעט איז אזוי (אויב דאס איז די זעלבע וועם איך האב גערופען אפאר חדשים צוריק), דער יעניגער נעמט $7000 פאר'ן אויסלערנען קויפען אין פארקויפען אויפ'ן נעט, ד.ה. ער געט ארויס סודות פון חדר ווי למשל liquadation.com און נאכדעם לערנט ער אויס צו פארקויפען אויף איבעי אדער אמעזאן, און די עיקר לערנט ער אויס ווי אזוי אויפצובויען די feed back.

צוריק צו באקומען די געלט ביז דריי חדשים איז דוקא אויב מען שטעלט ארויף 200 אייטעמס און מען מאכט נישט קיין געלט דעמאלס באקומט מען צוריק די געלד.
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

גרוזי געווענדליך ווען אזא מענטש ווי דיר וויל עפענען א קארפעראשען גייט ער צו אן אקאונטענט און ער איז אלעס מסדר צאלסט אים בערך $350 און די האסט נישט קיין דאגה מיט גארנישט חוץ דעם דארפסטו גארנישט וויסן

דאס איז פארשטייט זיך אן פעיראל
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

איז ר' פרנסה האלט איר אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן ? האסטו אדער ווייסטו איינער וואס האט אינוועסטירט אין געזען הצלחה ? אויב יא איז דאס נאר א סייד זשאב אדער א פול טיים מיט א שיינע פרנסה ?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

שוועמל, איך געב דיר א דעדליין, אויב האב איך נישט ביז דינסטאג דיין ארטיקל, גיי איך אריינטראגן א ביל אויף ערנסטע סאנקציעס קעגן דיר.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נו נו, דעמאלטס גיי איך ווייטער אן מיט מיין נוקלעארע באמבע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנסה »

ליסקא האט געשריבן:איז ר' פרנסה האלט איר אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן ? האסטו אדער ווייסטו איינער וואס האט אינוועסטירט אין געזען הצלחה ? אויב יא איז דאס נאר א סייד זשאב אדער א פול טיים מיט א שיינע פרנסה ?


איך פערזענליך קען נישט קיינעם ואס האט מצליח געווען, אגב ער געבט נעמען צו רופן פאר רעפערענס,אבער איך מיין מען דארף זיין א מומחה צו ארויסהאבן אויפן פאון אויב יענער האט מצליח געווען.

נ.ב. עס איז א full time job
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

צווענגל האט געשריבן:גרוזי געווענדליך ווען אזא מענטש ווי דיר וויל עפענען א קארפעראשען גייט ער צו אן אקאונטענט און ער איז אלעס מסדר צאלסט אים בערך $350 און די האסט נישט קיין דאגה מיט גארנישט חוץ דעם דארפסטו גארנישט וויסן

דאס איז פארשטייט זיך אן פעיראל



סאיז דא א קארפארעישאן טעקס וואס ממיז צאלן אפילו ממאכט נישט קיין איין איינציגע טרענזעקשאן
סאיז טאקע א קליינע אבער אסאך אירע האבן זיך שוין אפגעבריט מיט נישט וויסען דערפין אין פליצלינג זעט נען זיך מיט א דזשאדזשמענט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אקעי גרויזי, נאכן זיך הרגנ'ען מיט דיר נעכטן אין ביהמ"ד ביי מעריב בין איך נעתר געווארן לבקשתך און כ'וועל באשרייבן אביסל לויט מיין עקספיריענס. ואין מוקדם ומאוחר.

יעדער חדר אינגל ווייסט אז א ביזנעס איז פשט "קויפן פאר ביליג און פארקויפן פאר טייער." עס איז נישטא קיין אנדערע באדייט אויף ביזנעס.

אבער כדי דאס זאל אויסגעפירט ווערן בפועל פעלט זיך אויס א צאל כלליותדיג און פרטיותדיגע אויפטוען. א טייל זענען מענדענטארי און א טייל זענען רעקאמענדירט.
פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען נאר שייך ביי איינעם וואס איז אליינס א בעל הבית פון זיין אייגן געגרינדעטע פירמע, אדער גירש'נטע. ווייל אן ארבייטער קען נאר טון וואס מען הייסט אים צי ער וויל יא צי נישט.


די סאמע ערשטע זאך איז צו "אויסקלויבן א ליניע".
דערנאך איז "סעטן גאולס".
דערנאך איז "איינקויפן סחורה" אדער "שאפן קאנטאקטן".
דערנאך איז "מארקעטינג".
דערנאך איז "טרעקן רעזולטאטן".
דערנאך איז "שאפן און אנהאלטן די קונדן".
דערנאך איז "טרעקן רעזולטאטן".
דערנאך איז "אוועקשניידן אומפראפיטירבארע געשעפטן".
דערנאך איז "טרעקן רעזולטאטן".
דערנאך איז "מאכן געלט".
דערנאך איז "טרעקן רעזולטאטן".

אי"ה ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך צעביסלעך באשרייבן אחת אחת.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

שוועמעל שכח פאר די כללים

אבער ביטע אפשר ביסטו בעסער מסביר מער פרטותדיג בעיקר די ערשטע צוויי אויסקלויבן א "ליניע" און סעטן גאולס

איזהו חכם הלומד מכל אדם
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

שוועמל איך האלט שוין ביי די דריטע " שאפן קאנטאקטן" ווייסטו אפשר ווי מען קען דאס שאפן ?
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

שוועמל נא דער עולם שטייט און ווארט הייב אן
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

נאכן זיך אינטערעסירן ביי עטליכע מענטשן וואס האבן איוועסטירט ביי די ביזנעס וואס איז אדווערטייזט אין די קלאסיפיידס, כולם פה אחד אז עס לוינט זיך נישט. דער חילוק איז נאר געווען עס איז דא וואס טענה'ן אז ער איז א פשוט'ער גנב וגזלן ווי אזוי ער שווינדלט ארויס געלט פון מענטשן. אין ויש אומרים אז ווען ער וואלט ארויס געגעבן אלע venders אזוי ער שרייבט וואלט מען אפשר יא קעקענט מאכן א לעבן.

אבער דאס איז זיכער אז ווען איינער קומט יעצט פרעגן אויב ער זאל אינוועסטירן, איז זיכער אז מען זאל שטיין ווייט דערפון
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

איינער האט אפשר לעצטענס גהערט עפעס מער נייעס איבער דער ביזנעס
רויבאט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויבאט »

דעי ביזנעס ווייס איך נישט אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די זאך אזוי עס איז דא צוויי חלקים
א' די טעקניקעל פארט ווי למשל
זיך אויסקענען ווי צו ליסטען וויאזווי צו ליסטן ברענגן פיעדבעק צו עדווערטייזן א וועבסייד שפילן מיט פרייזן אין נאך אסאך וואס די אלע זאכן קען זייער זייער זייער אסאך אויסמאכן אין הצלחה ווער עס פארשטייט
ב' ווי צו קויפן עס מיז דאך זיין געניג ביליג פאר די גרויסע כאמפאטישן
יעצט חלק א' קען מען לערנען ביי א קארס אדער אליין אבער חלק ב' למשל איינער זאגט פאר 20 מענטשן א ביליגע פלאץ גייען דאך די אלע 20 גראד אהין און צירוק קיין amazon ebay הייבט מען זיך אן צו שלאגן ביז אראפ און יעדער פארשטייט אליין וואס עס געשעט ממילה מען דארף וויסן פארדעם קיינער טיילט נישט מיליאנס קאנעקשנס דארף מען אליין קענען מאכן בערך קען מען אפשר ווייזן א וועג אבער אבער אבער
רויבאט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 8:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויבאט »

עיקר שכחתי




שרייבט אינטער
א יוד וואס רעדט מתוך נסיון!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”