"קאמפאוזער ווארק-שאפ" ביי יוסי גרין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

"קאמפאוזער ווארק-שאפ" ביי יוסי גרין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

האסטע געהערט אזאנס? מקומט נישט אן! אזויפיל ארבייט דא. אקעי, לאמיר אנפאגנען.

פאר געציילטע וואכן צוריק איז אין א שיינער פארנאכט פארגעקומען א הערליכער אווענט אין די מוזיקאלישער וועלט.

א גרופע חרידישע קאמפאוזער פון היימישע ניגונים האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום ברעג שטעטל "סיגעיט" דער רואיגער שטעטל ווי עס וואוינען עטליכע פון די היינטיגע לייבן אונעם עולם הנגינה.

געפארן איז מען צום גרעסטן היימישער קאפאוזער מו"ה יוסף (יוסי) גרין הי"ו צו פאברענגען ביי "קאמפאוזער וואקשאפ" וואס כשמו כן הוא, פארשידענע קאפאוזער זענען געקומען צו הערן פון יוסי זיינע הערות איבער קאמפאוזען א ניגון, וואס דאס מיינט און וואס מ'ברויך טוען בכדאי א ניגון זאל ארויסקומען אין איר פולער גלאנץ.

עקסטערע האבן די קאמפאוזער געהאט מיט זיך זייערע אייגענע פאברעצירטע ניגונים ואוס זיי האבן פארגעשטעלט פאר יוסי זייער ספיקות וויזוי צוגיין ווייטער און ענדיגען דעם אדער יענער ניגון, און יוסי האט יעדן עקסטערע ארויסגעהאלפן און מסדר געווען דארט אסאך זאכן.

אזויווי מיין זכרון ארבייט מיר נישט יעצט אויף די מינוט וועל איך איבערגעבן דאס ווארט פאר וויכי ער זאל ממשיך זיין. בכלל געדענק איך נישט אלע נעמען פון די באטייליגטע, אלזא לאמיר ווארטן אויף וויכי.

נו??
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך האב בילדער דערפון, מעג מען עס ארויפלייגן? אדער די באטרעפענדע וועלן האבן טענות.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ביזדערווייל נישט. כ'ברויך אנפרעגן ביי די באטרעפענדע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

פרעג זיי טאקע, ווייל אויף די בילדער קוקט אויס ווי דער עולם איז געווען גאנץ בגילופין דארט, ס'איז משמע אז די נייע ניגונים וואס מען האט באארבעט זענען היבש געשמאק...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אוי, דו מאכסט מיר נייגעריג. איך מוז זעהן די בילדער!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי צייטליך.. איך מוטשע מיך שוין א שטיק צייט וויזוי צו באשרייבן די אווענט, אבער איך קען נישט, אבער אז דו האסט אנגעהויבן, מוז איך גיין ווייטער..

ס'איז שוין פאריבער גאנצע דריי וואכן, אבער נאך אלץ קען איז מיך נישט צוזאמנעמען און דאס באשרייבן, די "ווארקשאפ" קען ווערן פון אלע הינזיכטן אנגערופן א סוקסעסס, חוץ מיט איין זאך, "ס'איז געווען צו קורץ"..

אבער פארוואס כאפן הייסע לאקשן, לאמער גיין צושטייטעלעך.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די "ק.נ.א. באזוך אין עיר הנגינה סיגעיט", וואס דאס האט צוגעברענגט אז איך זאל מיך באקענען פון די נאנט מיט די "גרעסטע" און איך זאג איבער "גרעסטע און שענסטע" חסידישע קאמפאוזער "יאסי גרין", און פון דארט און ווייטער, האמער כסדר אנגעהאלטן א קאנעקשן, און ס'האט זיך אויסגעצאלט.

אויסגעצאלט?!! נישט איין מאל.

ביי איינע פון מיינע באזוכן, ביי יאסי'ן, האב איך מיטגענומען אפאר חברים, אריינגערעכנט די שוין היינט באקאנטע קאמפאוזער "טולי ווייל", זעהט אויס אז קאמפאוזער'ס האבן עפעס צווישן זיך וואס איך פארשטיי נישט, אבער "יאסי" מיט "טולי", האבן זיך סאם האו צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, ווי א גאם צו די שיך.. און זיי האבן אנגעהאלטן א נאנטן קשר אויף ווייטער.

ביז ס'איז געבוירן געווארן די געדאנק, אז מ'גייט מאכן א "ווארקשאפ" פאר קאמפאוזער'ס.. זייער פשוט, מ'האט צוזאמגערופן אלע "יונגע" קאמפאוזער'ס וואס מאכן ניגונים פארן ציבור, צו אויף אלבוים'ס, צו ביי רבישע הויפן, און מ'גייט אויסלערנען וויזוי מ'מאכט א ניגון.

און ווי 'יאסי' האט מיר מסביר געווען, נישט אז זיי קענען נישט מאכן קיין ניגונים, נאר טאקע ווייל זיי קענען יא, דארף מען ארויסברענגען זייערע כשרונות אויף א העכערן לעוול, אז די ניגונים זאלן זיין א דבר השלום.

נאך אפאר וואכן פון אנדרייען, איז ענדליך אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע נאכט, און צו די באשטומטע צייט האבן זיך א רייע מיט קאר'ס פיהל מיט היימישע קאמפאוזער'ס אריינגעלאזט קיין סיגעיט.

איך וועל דא געבן א טיילווייזע רשימה פון די באטייליגטע, נישט אלע געדענק איך, אבער וויפיל איך געדענק וועל איך שרייבן.

יאסי גרין, דוד קויפמאן, יצחק משה גראס, טולי ווייל, יואל טייכמאן, יחזקי שטיין, יאסי קליין, יעקב ווייל, יודא אשר ראטה, שאולי גראסמאן, און "דער גראפיסט".. (וואס האט אפגעכאפט בילדער פון דעם אווענט און מ'וועט אי"ה צוצושטעלן דא פארן עולם.)

(מאטי אילאוויטש, יואל הערש פוק'ס,
און מנחם הלל גראס, (א נייע שטערן..) זענען נישט אנגעקומען..)

ס'זענען אויך אנוועזנעד געווען געוויסע ניק'ס פון דא, (אני הקטן..) אבער איך גיי נישט אויסרעכענען קיינעם, טאמער איינער וויל, קען ער אליין שרייבן.

(נישט אלע זענען קאמפאוזער'ס, א טייל זענען סתם מיטגעקומען.)

צוליב א מאנגל אין צייט, וועל איך בלייבן שטיין די, און אפדעיטן ווען איך וועל האבן אפאר מינוט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

יא איה, וועל מיר ברענגען בילדער
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

לויט ווי איך האב געהערט, איז יוסי גרין ארויס פון די כלים פון יעדע פון די חסידישע קאמפאזירער. ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט נישט געוואוסט וואס די חסידישע וועלט פארמאגט. פאלגענד ציטיר איך א אימעיל וואס ער האט געשריבן פאר איינעם פון די באטייליגטע ביים "ווארק-שאפ", נאכדעם וואס יענער האט אים געשריבן אן אימעיל זיך צו באדאנקען פארן אויפנעמען אין זיין הויז:

An email like this makes it all worthwhile and makes me feel special.


You should know that being in a room with all of you creative people was electric for me as well. I set out to do something last night without knowing where it would wind up and B"H, it wound up to be way better and more Matzliachdik than I ever expected.


Every person in the room last night was Lechtig and amazing!


I am looking forward to spending another evening like this again soon.


Thank you, Thank you...





קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח 'עס עפעס' פארן צוברענגען יוסי'ס פערזענליכע געפילן און קאמענטארן איבערן אווענט. און פארשטייט זיך אליין אז פאר די באטייליגטע - וואס ביי געוויסע איז דאס געווען ס'ערשטע מאל זיי האבן געזעהן יוסי גרין אין זייער לעבן - איז דאס געווען געוויס אסאך א גרעסערער הנאה און פארגעניגן.

מיר וועלן ציווארטן צובאקומען באריכטן איבער די ארבייט וואס יוסי האט דארט געטוען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, איך האף אז דו עקספעקסט נישט אז א מענטש זאל קענען אראפשרייבן וואס יאסי האט געטוהן דארט..

דו ווייסט נישט וויזוי דער עולם האט געפיהלט דארט, איך וועל דיר געבן איין אינצידענט..

דוד קויפמאן האט געברענגט א ניגון, וואס ער האלט אינמיטן, אבער ער קענעס נישט פינישן, יאסי האט שוין געהאלטן נאך א לענגערע שיעור, און בעיס'ד אויף די כללים וואס ער האט אראפגעלייגט, האט מען אנגעהויבן צו ציען דעם ניגון..

סאו דוד האט געזינגען די ערשטע פאל, צווייטע פאל, און יאסי האט געטראכט וויזוי צו גיין ווייטער, שאולי גראסמאן -וואס איז געזיצן דערנעבען- האט אריינגעזינגן וויזוי ער האלט אז מ'קען גיין ווייטער.. יאסי האט זייער הנאה געהאט, דזשאסט פון דעם אליין, אז שאולי האט געכאפט וואס ער וויל, און יאסי האט צוגעענדיגט דעם ניגון..

זיי האבן איבערגעזינגען די גאנצע ניגון, ס'שטומט פונקטליך.. אלעס קלאפט, יעדער איז העפי, אבער יאסי איז נאכנישט פיניש.. דוד, רופטער עם.. דו ביסט צופרידן פון די ערשטע חלק?.. דיך באדערט נישט אז די פאל גייט איבער פיר מאל.. (אגב יאסי האט זייער ליב געהאט די פאל..) דוד האט ג'טראכט א מינוט, און ער זאגט, ווייסט? ביסט גערעכט..

נו, גייט מען צום ערשטן פאל, און יאסי הערט עס אויס, און מ'הייבט אן דרייען ארויף אראפ, און נאך 5 מינוט, האצעך דוד געטראפן מיט א הערליכע ניגון, קאמפאוזד ביי "דוד-שאולי-יאסי".. געוואלדיג!! מצוה גדולה להיות בשמחה... פאם פאם פאם.. הערליך!!!

דאס איז נאר איין קליינע ביישפיהל וואס דארט איז געווען..

מער וועט נאכפאלגן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
redbull

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך redbull »

העי וויכי! האסט אויסגעלאזט בערי שאפירא!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

וואו!!! כ'דארף נישט קיין פיקטשערס !!! פון אזא איוענט דארף איך א ווידיאו!!! נא גראפיסט! אהער!!!
איך זאג עשה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווידיאו איז אויך דא, סלאו דאון..

רעדבולל, האסט מיך דערמאנט, בערי שאפירא.. כאפארגעסן..

בערי שאפירא מאכט שיינע ניגונים, אבער מער פון אלעם האט ער געוואלדיגע איידיעס, א שטייגער די "שיכעלע ניגון" אויף מיכאל'ס אלבוים איז זיין איידיע, ער איז גוט!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

אקעי איי סלאוד דאון!
ווער איז ער דער שאפירא? א אשכול ביטע! (סלאו דאון אקעי???)
איך זאג עשה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויך ווען "טולי ווייל" האט זיך צוגעזעצט צו די פיאנאו, און געוויזן פאר יאסי א שיינע ניגון, אבער יאסי האט נישט געגליכן אפאר זאכן, נאך אביסל ארום-ארבעטן דערמיט, האט יאסי אהערגעשטעלט א מעסטער-פיס..

און נאך אלעם שטעלט זיך ארויס, אז אט די ניגון, גייט זיין אויף א אלבוים וואס איז אין פראסעס, און איך זאג ענק, ס'איז א היט!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

יא ווייל האט געטוויט א שיינע בילד ווי ער זיצט נעבן יוסלן מיט א שמייכל. ווערי גוד
איך זאג עשה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ליסען, עם קומצעך די גאנצע קרעדיט פאר די סוקסעספול איווענט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

איי לייק הים. כ'האב אים איינמאל געטראפן און ער זעט אויס צו זיין גאר א באטעמטער יוד און דאס ריפלעקט זייער אין זיינע הערליכע לידער
איך זאג עשה!
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

שקוח צייטליך, וויכי, פאר די געשמאקע נייעס. (גראפיסט, מיר ווארטן!)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

איך האב געהערט דעם ניגון פון טולי ווייל און פון דוד קויפמאן, ביידע זענען זייער שיין.

מער פון אלעם בינעך געשפרינגען נאכדעם וואס איינע פון די אנוועזנדע האט מיר געוויזן דער ניגון "אתם אומרים פן ואני אומר כן, פן פן כן כן לאלאלאלא" וואס יוסי האט געמאכט פאר פריעד, אוי איז דאס א געשמאקע ניגון
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי מבין, דו דערמאנסט דו "פן פן, כן כן" ניגון.. דאס איז א ניגון וואס מ'הערט נישט אזוי אפט..

ווען קעש פאר קלאנקער'ס וועט דאס הערן, וועט ער פארשטיין פארוואס איך זאג אז יאסי איז יעצט "בעדדער דען עווער"..

אוי אתם אומרים פן פן... פן פן.. העי!!!

טולי'ס ניגון איז א שיינע שטייטע ניגון, און דוד'ס ניגון איז א לעבעדיגע ניגון.. ס'איז צוויי אנדערע וועלטן, ביידע זענען הערליך!! (שטייצעך אז נאך יאסי'ס אינפאט, איזעס סאאאך שענער..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מבין נומ 1 האט געשריבן:איך האב געהערט דעם ניגון פון טולי ווייל און פון דוד קויפמאן, ביידע זענען זייער שיין.

מער פון אלעם בינעך געשפרינגען נאכדעם וואס איינע פון די אנוועזנדע האט מיר געוויזן דער ניגון "אתם אומרים פן ואני אומר כן, פן פן כן כן לאלאלאלא" וואס יוסי האט געמאכט פאר פריעד, אוי איז דאס א געשמאקע ניגון

וויאזוי 'ווייזט' מען ניגונים?
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

קרעמער, די האסט נאכנישט געזעהן קיין נייע ניגון... מען נעמט דאס ארויס פון אזא שיך באקס, מען פאקט דאס ארויס אויפן טיש, מען קוקט עס, מען שמעקטס עס פון אלע זייטן, נאכדעם קומען די אלע קאמענטס, נעם אראפ פון אונטן, לייג צו פון אויבן, צו עס אויס אין די לענג, די הויכע פאל קומט מער קורץ און שמאל, בעת די אינרא דארף אביסל מער א קאליר, הערן א קאמפאזיציע מיינט שוין איינמאל געוויזן...
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, דו וואס קענען ליינען נאטן, ווייסן... (וואס?)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

איינער דארט האט עס רעקארדעד, און מיר געוויזן... אם כמיין, געגיבן צו הערן...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”