רחל אמינו - י"א חשון
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רחל אמינו - י"א חשון
י"א חשון האט גאנץ כלל ישראל יאהרצייט נאך אונזער הייליגע מאמע רחל.
אונזער מאמע רחל איז געבוירען געווארען אין דער הויז פון לבן הרשע, און זי האט זיך נישט אהנגעלערנט פון איהר טאטע דער רשע, נאר זי איז געוועהן א גרויסע צדיקות.
ווען יעקב אבינו האט געדארפט חתונה האבו מיט רחל, האט לבן דער פאפער, אויסגעטוישט רחל מיט לאה, אזוי ווי יעקב האט געוואוסט אז לבן איז א פאפער, האט ער איבערגעגעבן סימנים פאר רחל כדי יעקב זאל וויסען אויב לבן האט אויסגעטוישט רחל מיט א צווייטען.
ווען עס איז געקומען דער נאכט פון די חתונה, און רחל האט געזעהן אז איהר טאטע דער רשע גייט איהר אויסטוישען מיט לאה, האט זי פארשטאנען אז יעקב וועט פרעגן לאה פאר די סימנים, און אויב לאה וועט נישט וויסען, וועט זי שטארק פארשעמט ווערן, איז רחל געגאנגן צו לאה, און זי האט איהר איבערגעגעבן אלע סימנים כדי איהר שוועסטער זאל ח"ו נישט פארשעמט ווערן.
י"א חשון איז יעקב אבינו, מיט זיינע ווייבער, מיט זיינע קינדער, געוועהן אויפ'ן וועג צוריק קיין ארץ ישראל, און, אינמיט'ן וועג נאך פאר זיי זענען אהנגעקומען צו דער שטאט בית לחם, איז רחל אמינו נפטר געווארען, און דער אויבערשטער האט געהייסען יעקב אבינו זאל איהר דארט באגראבען, און נישט אריין פירן קיין בית לחם, ווייל ווען די נבוזרדן וועלן פארטרייבן די יודן אין גלות, וועלן זיי אדורך גיין רחל'ס קבר, און רחל וועט ארויס גיין פון איהר קבר, און וויינען און בעהטן צום באשעפער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "קול ברמה נשמע" איהר קול וועט געהערט ווערן אין הימל".
ווען די אידן זענען געגאנגן אין גלות, איז אברהם אבינו געקומען צום כסא הכבוד, און געבעהטן, "איך האב יעדעם געלאזט וויסען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, איך האב מיך אזויפיהל מאהל מוסר נפש געוועהן פאר דיין נאמען, און דאס געשעהט יעצט צו מיינע קינדער"
יצחק אבינו איז געקומען און געזאגט "איך האב בין געוועהן איינגעבינדען אויף דעם מזבח גרייט זיך צו שחט'ן פאר דיין הייליג נאמען, און דאס געשעהט מיט מיינע קינדער".
איז געקומען יעקב אבינו און געזאגט "איך האב מיין גאנץ לעבען געליטען צרות ערשט פון עשו, דערנאך פון לבן, און איך האב געדארפט מלחמה האלטן און שכם, און נאך און נאך אלס נאר פארדעם אז עס זאל פון מיינע קינדער ארויסקומען א כלל ישראל וואס זאל דיך דינען, און יעצט הרג'ט מען מיינע קינדער".
ביז עס איז געקומען רחל, אונזער געטרייע מאמע רחל, און זי האט געזאגט, "דער נאכט וואס איך האב געדארפט חתונה האבן האט מיין טאטע מיך אוןיסגעטוישט מיט מיין שוועסטער, און כדי מיין שוועסטער זאל נישט פארשעהמט ווערן האב איך איבערגעגעבן די סימנים פאר מיין שוועסטער, איך רחל, וואס איך בין א בשר ודם, האב רחמנות געהאט אויף מיין שוועסטער כדי זי זאל נישט פארשעהמט ווערן, די הייליגע באשעפער וואס די ביסט דער דרעסטער בעל הרחמים, וואלט אוודאי געדארפט רחמנות האבען אויף די אידעשע קינדער, און זיי נישט פארטרייבן פון ארץ ישראל".
האט דער אויבערשטער איהר געענטפערט צוליב דיר רחל, וועל איך אויסלייזען די אידן פון גלות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "כי יש שכר לפעולתך" עס איז דא א שכר פאר דיין געבעהט, "ושבו בנים לגבולם" און דיינע קינדער וועלן צוריק קימען צו ארץ ישראל.

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
האם י"א חשון הוא יום פטירתה של רחל אמנו ?
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... d=771#R_14
http://ladaat.net/forum/index.php?topic=26198.0

ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן האט געשריבן:הכל בכל מכל האט געשריבן:דאכצעכמער אז דער הייליגער סאטמער רב זי"ע האט נישט געהאלטן פון גיין דארט
למעשה – דאכט זיך – האט ער נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גייט דארט.
איך וויל מיך אנטשולדיגן פון פאראויס אז באמת מיינע ווערטער באלאנגען נישט דא, אבער געציילטע שורות פאר א קלארקייט:
מען קען נישט נעמען א זאך וואס דער רבי האט "נישט" געזאגט, און מאכן 'כאילו' ער האט עס "יא" געזאגט!, במציאות אזוי ווי ידידינו נחמן נתן שרייבט, האט דער רבי נישט גערעדט פון קבר רחל.
ר' איד! ווילט איר צוגלייכן דאס גיין צום קבר רחל ווי צום כותל המערבי?
הרשות נתונה בידך, ברצותך תאריך וברצותך תקצר! (עס זענען דא ערליכע אידן, וואס האלטן זיך בכלל אפ פון פארן קיין ארץ ישראל, עס איז באוואוסט אז הגה"ק משאפראן זצ"ל האט געהאט נאכן קריג א איינציג לעבן'ס געבליבענע שוועסטער וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל, און דער שאפראנער רב האט נישט געוואלט אהין פארן! איז זי ספעציעל געפארן קיין אנטווערפן זיך צו טרעפן. אזוי אויך שרייבט ער אין א בריוו אז ער האט מורא צו פארן, אפשר וועט ער כאפן התפעלות פון די רשעי הציונים).
אבער... נישט אויפן הייליגן רבין'ס נאמען!
*
איצט צוריק צום 'קבר רחל':
וועלכע יאר האט משה מאנטיפיארי - לפי המסורה- געבויעט דעם רינדערכיגן דאך, און פארוואס???
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
א טענצל! האט געשריבן:הכל בכל מכל האט געשריבן:דאכצעכמער אז דער הייליגער סאטמער רב זי"ע האט נישט געהאלטן פון גיין דארט
איך וויל מיך אנטשולדיגן פון פאראויס אז באמת מיינע ווערטער באלאנגען נישט דא, אבער געציילטע שורות פאר א קלארקייט:
מען קען נישט נעמען א זאך וואס דער רבי האט "נישט" געזאגט, און מאכן 'כאילו' ער האט עס "יא" געזאגט!,
אזוי?
דא האסטו דעם על הגאולה סימן ק"ז
(אפשר האט ער למעשה נישט געאסרט - אבער געהאלטן אז מען זאל נישט גיין האט ער זיכער)
.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
דער לשון ראוי למנוע אין ספר הקדוש על הגאולה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געשריבן בדם לבבו איז זיכער פיל מער מחייב ווי אז עס טאר נישט זיין קיין עירוב אין וויליאמסבורג, אדער ווי אלע אנדערע זאכן וועלכע מען פארקויפט אין זיין נאמען!
און זאגן דערויף אז דאס מיינט אז דער רבי האט נישט גערעדט דערפון, איז א פשיעה וואס פארלאנגט זיך א ערענסטע אנטשולדיגונג, טראץ עס וועט שאטן פאר עוצם בקיאותו פון רבי "א טענצל" שליט"א (...)

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אויפריכטיג האט געשריבן:דער לשון ראוי למנוע אין ספר הקדוש על הגאולה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געשריבן בדם לבבו איז זיכער פיל מער מחייב ווי אז עס טאר נישט זיין קיין עירוב אין וויליאמסבורג, אדער ווי אלע אנדערע זאכן וועלכע מען פארקויפט אין זיין נאמען!
און זאגן דערויף אז דאס מיינט אז דער רבי האט נישט גערעדט דערפון, איז א פשיעה וואס פארלאנגט זיך א ערענסטע אנטשולדיגונג, טראץ עס וועט שאטן פאר עוצם בקיאותו פון רבי "א טענצל" שליט"א (...)
אין סאטמאר האט מען אייביג געוויסט נאר פין כותל - א סאטמערע איז נישט געגאנגען צום כותל.
יש למנוע קען מען זאגען אויף אסאך זאכען, רביה"ק האט זיכער אויך געהאלטען יש למנוע צי פארען אויף פלארידע וכדומה.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
למעשה וועגן דעם עצם יארצייט י"א חשון איז דא מפקפקים, ווייל עס האט נישט קיין מקור, לעצטנס זייענדיג אין א"י האט מיר איינער מגלה געוועהן אז ס'פלעגט זיין א נסיעה צו די יארצייט פון בנימין בן יעקב, וואס זיין יארצייט איז יא מפורש אין סדר הדורות (איך ווייס נישט ווען) און מ'האט צוגעהלייגט אזא חשבון, הקב"ה ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום, קומט אויס אז בנימין איז געבוירן אין די טאג פון זיין יארצייט,
אין די מדרשים שטייט אז רחל אמנו איז נפטר געווארן באותו היום, קומט אויס אז בנימין מיט רחל האבן די זעלבע יארצייט....,
א שיינע חשבון,.

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
ברוקלין האט געשריבן:אין סאטמאר האט מען אייביג געוויסט נאר פין כותל - א סאטמערע איז נישט געגאנגען צום כותל.
וואס מיינט סאטמאר? די וואנט אדער די פלאר?
ס'איז קלאר אז די רבי שרייבט אז מען זאל זיך מונע זיין פון גיין, אודאי נישט אזוי ווי כותל אבער לכתחלה אהין גיין זיכער נישט.
און ס'איז דא פילע מענטשען וואס זענען מעיד אז זיי האבן גערעדט מיטן רבי'ן ז"ל וועגן סתם פארן אויף ארץ ישראל, און אפילו פאר משפחה שמחות, און די רבי האט שטארק אפגערעדט פון פארן.
.
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ברוקלין האט געשריבן:אין סאטמאר האט מען אייביג געוויסט נאר פין כותל - א סאטמערע איז נישט געגאנגען צום כותל.
וואס מיינט סאטמאר? די וואנט אדער די פלאר?
ס'איז קלאר אז די רבי שרייבט אז מען זאל זיך מונע זיין פון גיין, אודאי נישט אזוי ווי כותל אבער לכתחלה אהין גיין זיכער נישט.
און ס'איז דא פילע מענטשען וואס זענען מעיד אז זיי האבן גערעדט מיטן רבי'ן ז"ל וועגן סתם פארן אויף ארץ ישראל, און אפילו פאר משפחה שמחות, און די רבי האט שטארק אפגערעדט פון פארן.
ולאבי שליט"א לא הרשה רק בקושי גדול ורק לימים ספורים, גם במקום שהיה נוגע בזה מצות כיבוד אב..
משיח האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:די מצבה וואס יעקב אבינו האט געלייגט קען מען היינט זעהן?
אויב נישט, פארוואס האט מען עס נישט אויפגעדעקט?
די גאנצע קבר, ד.ה. די גאנצע גרויסע שטיין איז באדעקט מיט א שיינע אויסגענייטע פרוכת.
ניין, כ'מיין אז עס איז דא א געביידע אויפן שטיין, און דאס איז באדעקט מיט די פרוכת, אבער דעם שטיין גופא קען מען נישט זעהן, (ס'וואלט ווען געווען א מורא'דיגע זאך צי זעהן דעם הייליגן שטיין וואס יעקב אבינו האט געלייגט במו ידיו הקדושים!!, מען וואלט עס נישט פארדעקט מיט א פרוכת).
די געביידע אויפן שטיין איז געווען פון לאנג, ווען דער מנחת אלעזר איז דארט געווען (אגב, דער באזוך פון מנח"א ביי קבר רחל איז געווען א מורא'דיגער מעמד, ווי עס ווערט באשריבן אין מסעות ירושלים, מיין עלטער עלטער זיידע הרה"צ רמ"ה זצ"ל איז דארט געווען און פלעגט דערציילן דערפון יארן שפעטער, שילדערנדיג די מורא'דיגער התעוררות וואס האט דאן דארט געהערשט, עפעס וואס ער האט נאך נישט געזען ביי פריערדיגע צדיקים וועם ער האט אלץ זוכה געווען צו קענען).
כ'וואלט געוואלט וויסן צי נאכן ציוניסטישן כיבוש האבן זיי אראפגענומען די געביידע אויפן שטיין, צו נישט
אין וואס איז מיט די דעה אז די קבר רחל געפונט גאר ביי קובר בי אישראיל?
דארטן וועט מען אפשר מעגן גיין
http://ventura.a.wiki-site.com/index.ph ... edirect=no
דא ברענגט ר פתחיה מרעגנשבורג אז סדא עלף שטיינער
http://books.google.com/books?id=kN08AA ... 266&edge=0
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%99%D7%9C
דא שרייבט ער אז ער האט געטראפן א חוקר פון הונדרעט יאר פריער וואס זאגט שוין אזוי
http://www.daat.ac.il/daat/tanach/tora/ ... euveni.htm