חיליק פראנק - חדש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
חיליק פראנק - חדש
כ'הער אז ר' יחיאל פראנק איז אויפ'ן וועג - אדער גאר שוין אנגעקומען - ארויס צו געבן א נייע אלבוים.
ר' יחיאל איז כמעט א יחיד בדורו אין שפילן קלארינעט. ער איז גאר הארציג און קונצליך, דערפאר ווערט יעדער וואס ווייסט עפעס מער אינפא געבעטן מיט צוטיילן די אייוועלט יודן.

איך זאג עשה!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
שכח צייטליך!
יא! ס'איז יא דא איינער וואס קען דאס (און אפשר נאך מער) און דאס איז ר' משה (מוסא) בערלין
שעפטיל האט געשריבן:פיינע נייעס. עס זענען דא געציילטע בעסערע קינצלער פון אים, אבער די חסידישע ווארימע קלעזמער שטיק וואס ער פראדוצירט קען קיינער נישט. ער לייגט אריין זיין גאנצע נשמה אינעם קלירנעט, מען קען אים איבערהערן 1000 מאל.
יא! ס'איז יא דא איינער וואס קען דאס (און אפשר נאך מער) און דאס איז ר' משה (מוסא) בערלין
איך זאג עשה!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
- jewish_audio
- שר מאה
- תגובות: 216
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am
צייטליך האט געשריבן:דאס איז וואס דזשואיש אודיאו שרייבט דינסטאג אויף טוויטער:
JewishAudio: New beautiful album "the heart & the wellsprings" by CHILIK FRANK, featuring 10 slow songs, in stores now!!
דאס מיינט אז עס איז שוין אין די געשעפטן.
קלאנקערס איך ווייס נישט אויב די האסט דאס געמיינט ווייל ער גיבט ארויס יעדע פאר וואכן נאך א טעיפ...
דעי טעיפ איז הערליך!! אבער ער האט עפעס א זינגער דערויף וואס איך גלייך נישט :( .. אבער לאמיר קוקן אויף די בעסערע העלפט...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
- עס עפעס
- שר האלפיים
- תגובות: 2221
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
- לאקאציע: ביים טעלער
- פארבינד זיך:
כבין געווען אין מירון אויף ל"ג בעומר און ביי תו"א רבי'ס הדלקה שפילט חיליק אויפן קלארינעט, עס איז געווען א מעמד נרגש, מען האט געשפירט ווי ביי נעילה!
דער חיליק לייגט אריין געפיל אין יעדן בלאז וואס ער געבט. סאיז מבהיל על הרעיון, גיימער קויפן דעם טעיפ.

א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:אהא! אויב ס' ר' יחיאל לוינט זיך צו פרובירן.
אגב, זענט איר און די דזשאויש וואס ר' צייטליך ברענגט אראפ פון טוויטער (און הוא הדין פון יופאק) איינס און די זעלבע?
אז ער איז נישטא וועל איך ענטפערן. יא. ער איז דער פון טוויטער און דער זעלבער פון יופאק. מיר האבן דעם טוטער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 599
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
- לאקאציע: בסתר ובגלוי
קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:שכח צייטליך!שעפטיל האט געשריבן:פיינע נייעס. עס זענען דא געציילטע בעסערע קינצלער פון אים, אבער די חסידישע ווארימע קלעזמער שטיק וואס ער פראדוצירט קען קיינער נישט. ער לייגט אריין זיין גאנצע נשמה אינעם קלירנעט, מען קען אים איבערהערן 1000 מאל.
יא! ס'איז יא דא איינער וואס קען דאס (און אפשר נאך מער) און דאס איז ר' משה (מוסא) בערלין
און וואס האלטסטו וועגן שמוא' ניימאן ?
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
- jewish_audio
- שר מאה
- תגובות: 216
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד,
ר' חיליק פראנק איז א יחיד בדור מיט זיין קלערינעט, הגם "יהודא"-ענדי סטעטמאן און "משה"-מוסא בערלין זענען אויך געוואלד שבגעוואלד.
די זיסטע זאך איז נאך, צו זעהן דעם חיליק שפילן זיינע קונצן מיט'ן הוט און רעקל ווי א פשוטער כולל יונגערמאן (ברסלב'ער היט, לאנגע חסידישע פיאות).
אויפ'ן אינטערנעט האט זיך אמאל געדרייט א כליפע ווי חיליק שפילט דעם קארלינער "קה אכסוף" צוזאמען מיט א קאפעלע רוסישע (?) דארפישע מוזיקאנטן. הימליש, ממש הימליש. ער שאקלט זיך אהער און אהין מיט א געשמאק, שפילט די כלי מיט א בלעכענעם פנים, נישט רויט, נישט אנגעבלאזן, נאר גרינג און פליסיג כביעתא בכותחא, און קונצלט ארום מיט די פינגערס אז מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען. מ'קען זעהן אויף די אלטע פראפעשאנעל שפילערס די התפעלות צום חסידישן יונגערמאן צווישן זיי.
פאראיאר ל"ג בעומר האב איך געקויפט א ל"ג בעומר סי-די פון ר' חיליק. גראדע, די ל"ג בעומר ניגונים אליינס זענען מיר נישט געווען אזוי אינטערעסאנט. שוין, זאל זיין. אבער די אנדערע צען טרעקס דארטן זענען איינס שענער פונעם אנדערן, אפאר קלעזמער, אפאר מארמאראשע, אפאר שנעלע, און אלטע ירושלמי סחורה צו באלעקן די פינגערס. אויך האט ער דארטן "תחיית המתים" - דאס ריכטיגע, די אריינפיר, די שטאטע שטיקל און די שנעלע טאנץ נאכדעם. שוין געזאגט פריער מ'קען אראפגיין פון זינען, אבער דא קען מען עס נאכאמאל זאגן.
לעצטנס האב איך באקומען זיין "על הנשמה" סי-די, אלעס שטאטע ניגונים. אפאר ציען מיך נישט אזוי, אבער אפאר זענען אויסצוגיין, בפרט די 'ארבעה בבות' פון חב"ד.
בקיצור, ר' חיליק מיט'ן קלערינעט, איינס אין די וועלט.
אגב, אויף איינע פון ר' ליפא שמעלצער'ס "קאלעקשאן" טעיפס (נישט די אייגענע, נאר ווי פראדזשעקט עקס אד"ג), שפילט חיליק איין ניגון (ליפא זינגט "נישט" קיין ווערטער דערויף, והוא פלאי אבל מובן היטב...), צוזאמען מיט א הערליכע פיאנא שפילער. כ'ווייס נישט צי ס'איז גוט אנשטאט א קאווע צופרי, אבער אנשטאט נאכטמאל איז עס זיכער גוט.