מיין נסיעה קיין קאליפארניע שניידן לולבים.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גארנישט

מיין נסיעה קיין קאליפארניע שניידן לולבים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

מייו נסיעה קיין קאליפארניע שניידו לולבים
איך האב געלייענט די נסיעה אשכול ווי "אתרוג באשרייבט זיין נסיעה יין יאנעוו האב איך געטראכט אז איך וועל שרייבן מיין נסיעה צו קאליפארניע שניידן לולבים.

פאר איך הייב אן וויל איך מיר באציען צו "קענא" שאלה און יענע אשכול פארוואס מען פלאנצט נישט קיין אתרוגים און קאליפארניע. לויט ווי ווייט איך ווייס דויערט היפש לאנג ביז א אתרוג בוים גיט פרוכט. יעצט וועל איך דיר מסביר זיין וועסטו פארשטיין פארוואס עס איז נישט גוט.

"וואסער"
ווי יעדער ווייסט דארף א אתרוג בוים אסאך וואסער. יעצט און קאליפארניע רעגנט ווייניג ווי אויך איז דארט אסאך הייסער. יעצט ווען א מענטש אדער א פארמער וואס האט לאמיר זאגן א פעלד ווי ער פלאנצט אן ירקות אדער טייטלען דארף ער צו דעם אויך האבן וואסער.
אבער פון וואו וועט ער דען נעמען וואסער אויב קאליפאניע איז א מדבר??? האט די רעגירונג מיט יארן צוריק אויפגעבויעט א דאמבע וואס הייסט "קאלארדע ריווער" וואס ציעט זיך פון קאלארדא און זיי האבן עס געצויגן אריין דורך אריזאנא קיין קאליפארניע. יעצט יעדער פארמער וואס וויל האבן וואסער מוז נעמען וואסער פון די "קאלארדע ריווער" צו נעמען וואסער פון די "קאלארדע ריווער" קאסט אבער אסאך געלט. דאס הייסט לאמיר זאגן איך קויף יעצט אפ א שטיקל לאנד צו קענען איינפלאנצן טייטל ביימער א טייטל בוים מוז האבן ארום 8 פיס וואסער א יאר בערך.

ס'ארבעט אז מען מאכט אויף די פייפ וואס קומט ארויס פון די ערד און מען פארפלייצט די פעלד אפאר אינטשעס. און נאך אפאר וואכן ווען די וואסער איז שוין אויסגעטרוקנט טוט מען עס נאכאמאל.

יעצט מיין שטיקל לאנד וואס איך האב געקויפט איז לאמיר זאגן צען עיקער. יעצט דארף מען האבן פאר צען עיקער. 8 פיס וואסער במשכ'ן יאר
די ערשטע דארף מען קויפן די "רעכט" WATER RIGHTS צו קענען ציען בכלל וואסער.

צו קויפן וואסער רעכטן נאר צו קענען בכלל נעמען פון די "קאלארדע ריווער" קאסט פאר איין עיקאר פאר איין פיס דריי טויזענט דאלער יעצט רעכן אויס איין עיקאר מיט טייטל ביימער דארף איך יעצט ביים קויפן די לאנד צאלן 8 מאל דריי טויזענט וואס דאס איז 24 טויזענט. יעצט 10 עיקער איז 10 מאל 24 טויזענט וואס דאס איז 240 טויזענט דאלער. שוין דאס איז נאר צו קויפן "וואסער רעכטן"

די וואסער קאסט נאכדעם ווייטער געלט אבער שוין נישט אזוי סאך.

יעצט דארף מען ציען די וואסער פון די ריווער צו די פעלד קיינער שטעלט דיר דאס נישט צו. און דעס ווענדעט זיך שוין ווי ווייט דיין לאנד איז פון די "קאלארדע ריווער" וואס ווייטער אלץ טייערער וועט עס זיין צו ציען. עס קען קאסטן א ערך ביז 150 טויזענט!!!
פארשטייצעך אז א שטיקל לאנד נענטער די "קאלארדע ריווער" קאסט אסאך טייערער. און א לאנד וואס האט שוין "וואסער רעכטן נאך אסאך טייערער. איך רעד דא פון מיליאנען
און ברענג מיר נישט קיין ראיה אז די זעסט ליסטינגס פון 100 טויזענט ווייל יענע האבן נישט די זאוניג צו קענען פלאנצן. האבן נישט קיין וואסער רעכטן זענען ווייט פון די ריווער.
יעצט טראכט אריין א אתרוג בוים דארף 10 מאל מער וואסער ווי א טייטל בוים קומט אויס אז סוועט קאסטן 10 מאל מער צו פלאנצן און קאליפארניע.

און איך גלייב נישט אז עס לוינט זיך.

נאך איין זאך וועגן די מעשה פון די שלאנג וואס האט פאסירט מיט אתרוג. איך האב געזעהן אז אפאר אירע האבן חוזק געמאכט. איז לאמיר ענק זאגן. איך יא איך אליין האב געהאט די זעלבע מעשה און קאליפארניע. ניין מען ליגט נישט אויפן פלאר נאר מען קריכט אויפן בוים. (וויאזוי די לולבים שניידן גייט צו וועל איך שפעטער פארציילן) אזוי אינמיטן קריכענדיג הער איך וואו מיין שותף שרייט מיין נאמען הויך קום אהער קום אהער. איך לויף אהין און ער ווייזט מיר ווי די גוי האלט א ריזיגע שלאנג וואס די בלוט טראפט נאך פון עס. זאגט ער מיר אז ער איז געשטאנען נעבו בוים און אינמיטן הערט ער ווי די גוי שרייט אים דאנט מאוו ריק דיר נישט. פארשטייצעך ער איז פארגליווערט געווארן אויפן פלאץ. און די גוי כאפט זיין "מעגל" מיט וואס מען שניידט די לולבים. און ער גיט עס א האק העכער אים אויפן בוים אויפן שלאנג. זאגט ער פאר אים די האסט אסאך מזל די שלאנג האט געוואלט ארויפטאנצן אויף דיר. יענע טאג בין איך מער נישט צוגעגאנגען נאנט צו די ביימער פאר שרעק. בדרך אגב האב איך געמאכט אפאר פיקטשערס מיט מיין בלעקבערי פון די טויטע שלאנג וואס איך וועל עס שפעטער ארויף לייגן.
עכ"פ די גוי זעהענדיג ווי שטארק אונז זעמיר דערשראקן זאגט ער אונז אז סאיז די ערשטע מאל וואס ער געדענקט אז דא זאל זיין א שלאנג. גיי גלייב אים.

המשך ווי אזוי מען שניידט לולבים שפעטער.
לעצט פארראכטן דורך גארנישט אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ייש"כ פאר די ידיעות.
(די קעפל איז מיר קענטיג פון ערגעץ, כ'מיין איינער מ'חברי ה'קרעטשמע האט שוין אמאל אונטערגענומען א נסיעה קיין קאלירפאניע, לויט ווי כ'געדענק איז ער קיינמאל נישט צוריקגעקומען, כ'האף אז דיינס וועט זיך נישט אזוי פארציען...)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער א שיינע פארזעצונג ר' גארנישט.

(במאמר המוסגר, עס שיינט מיר דא ווי די אתרוג\לולב סוחרים האבן אנגענומען א קאמפיין אויפצוקלערן דעם עולם אז ס'נישט טייער צו בעטן $400 פאר א אתרוג ווייל זיי שטעלן זיך איין דאס לעבן מיט שווערע נסיעות, געלט און שלענג וכו'.
אילו האתרוג ארטיקל לבד החרשתי, אבער דא קומט שוין א פריש ארטיקל וואס שילדער אייניגע שוועריגקייטן און שלענג, איי מין קאם אן..

ואגב, אתרוג שילדערט אז ס'יז נישטא קיין מורכב אין יאנעווע. איך ווייס נישט ווי לאנג ער טוט שוין אין די ליין, אבער כ'אב שוין גערעדט צו אלטע מומחים וואס פארן שוין צענדליגער יארן אלע זאגן אז ס'יז דא ערענסטע ערענסטע פראבלעמען מיט מורכב. אודאי וועט קיינער נישט זען קיין צווייגל אריינגעשטעקט אינעם בוים, אבער ס'יז דא טריקס פון מרכיב זיין אונטער די ערד וואס מ'האט אנטדעקט יארן צוריק אין ריזיגע שטחים, וואס איז כמעט נישט מעגליך בודק זיין אויב נישט).


אבער איך וויל הערן ווייטער הרב גארנישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

שוועמל האט געשריבן:זייער א שיינע פארזעצונג ר' גארנישט.

(במאמר המוסגר, עס שיינט מיר דא ווי די אתרוג\לולב סוחרים האבן אנגענומען א קאמפיין אויפצוקלערן דעם עולם אז ס'נישט טייער צו בעטן $400 פאר א אתרוג ווייל זיי שטעלן זיך איין דאס לעבן מיט שווערע נסיעות, געלט און שלענג וכו'.
אילו האתרוג ארטיקל לבד החרשתי, אבער דא קומט שוין א פריש ארטיקל וואס שילדער אייניגע שוועריגקייטן און שלענג, איי מין קאם אן..


שוועמל טייערער שכוח פאר די קריטיק.
יעצט הער זיך איין. אילו וואלטס דיר אויסגעדריקט אביסל אנדרעש החרשתי. אבער אזוי אגרעסיוו!!!
איך בין נישט דא צו פארענטפערן קיינעם נישט קיין אתרוג סוחרים נישט קיינעם נאר איך האב אביסל געוואלט פארציילן ווי עס ארבעט די שניידן לולבים. יעצט אויב מאך דיר דעס פילן אז איינער וויל זיך דא פארענטפערן פארוואס מען בעט די הויכע פרייזן דעאלסט זיי אזוי גוט און פארמאך דעם אשכול. איך מיין איך בין נישט זיכער אבער עס איז דא מענטשן וואס קענען ביישטיין צו וויסן וויאזוי עס גייט צו די לולבים און ווי אזוי עס וואקסט.

אייניגע שווערקייטן יא ביזט גערעכט סאיז שווער צו שניידן לולבים.. איך האב מיר אפגערעדט דא??????? איך האב פלעין פארציילט!!

זאג נאר די ביסט שוין אמאל געווען און די וועלדער אדער מדבריות אז די ווייסט אז פונטקליך ווי די שלענג געפינען זיך???

בדרך אגב און קאליפארניע איז נישטא קיין איין פארמער 0 זילטש וואס האלט אויף די טייטל ביימער פאר לולבים.זיי האלטן עס נאר פאר טייטלען און רוב פון די פארמערס לאזן נישט שניידן קיין לולבים ווייל עס מאכט שוואכער די בוים און סקען זיך מאכן אז די פרוכט קענען נישט ארויסקומען אזוי גוט.
און יא איך בין שוין אסאך מאל געווען און קאליפארניע סאיז אויך געווען מיין ערשטע מאל צו טרעפן א שלאנג ביים שנידן.



דערי
וואס איז דאס דערי??? מאנכע מענטשן צו וועם איך האב גערעדט לעצטנס מיינען אז דערי איז א בוים וואס וואקסט און א"י. און אז סקומט נאר פון דארט דערי לולבים.
דאס איז א גרויסער טעות ווייל דערי ביימער קומען נישט אריגיניאל פון ארץ ישראל מען האט עס נאר איבערגעפלאנצט דארט. און די זעלבע פלעגן אמאל פארמערס איינפלאנצן דערי ביימער און קאליפארניע. די סיבה פארוואס סאיז כמעט נישטא קיין דערי פון קאליפארניע איז ווייל די פארמערס האבן איינגעזעהן אז עס לוינט זיי נישט.

די "מאזשול ביימער" גיבן ארויס ארום 200 פונט א בוים טייטלען וואס פארקויפט זיך (האלסעיל) פאר $400.00 א "דערי בוים גיט ארויס ארום 150 פונט וואס פארקויפט זיך נאר פאר ארום $200.00 איז פארוואס זאל א פארמער זיך פלאגן מיט א דערי ווען ער קען מאכן דאפלט פון א "מאזשול"???? וועגן דעים האבן זיי אויסגעראטן די דערי פון קאליפארניע.

יעצט די דערי וואס איז נאך יא דא פון קאליפארניע איז נאך פון די שיריים פון יענע צייטן.

און נאך א אינטערסאנטע זאך וואס מענטשן ווייסן נישט. וויפיל לולבים בכלל פסול'ע און כשר'ע קומען אראפ פון איין בוים? 1 אדער 2 נישט מער און די 1 אדער 2 קען זיך מאכן אז עס זאל זיין איין כשר'ע דאס מיינט און אנדערע ווערטער אז מען דארף אפשניידן טויזנטער ביימער צו קענען האבן גענוג כשר'ע לולבים.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

גארנישט האט געשריבן:און נאך א אינטערסאנטע זאך וואס מענטשן ווייסן נישט. וויפיל לולבים בכלל פסול'ע און כשר'ע קומען אראפ פון איין בוים? 1 אדער 2 נישט מער און די 1 אדער 2 קען זיך מאכן אז עס זאל זיין איין כשר'ע דאס מיינט און אנדערע ווערטער אז מען דארף אפשניידן טויזנטער ביימער צו קענען האבן גענוג כשר'ע לולבים.


נישט טויזענעטער, נאר מיליאנען! אינקלאָדינג ארץ ישראל איז זיכער דא א מיליאן לולבים פארקויפט יעדע יאר.
איך לאַך... פארוואס? איך ווייס נישט. אפשר ווייל איך בין מיט שוועמל'ן אויף איין פעידזש.
לעצט פארראכטן דורך שלמי אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

די שלאנג
אטעטשמענטס
די שלאנג
די שלאנג
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

שלמי

איך בכבודי ובעצמי שנייד אראפ די לולבים פון די ביימער מיט הילף פון אפאר ספאנישע גוים !
אטעטשמענטס
מאזשול ביימער
מאזשול ביימער
לעצט פארראכטן דורך גארנישט אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 7:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אנטשולדיגט גארנישט.
נעם נישט גארנישט פערזענליך, עס איז נאר ערשינען אזוי ארטיקל נאך ארטיקל, וואס גיבט דעם אימעזש ווי די סוחרים ציהלן דא עפעס.

דער בילד פונעם שלאנג איז שרעקעדיג, איך וויל אבער זען די צעהאקטע שלאנג מיט רינעדיגע בלוט.
אטעטשמענטס
hrsnake5.gif
hrsnake5.gif (66.53 KiB) געזען 2835 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

קארדאווי טייטל בוים
אטעטשמענטס
קארדאווי טייטל בוים
קארדאווי טייטל בוים
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

קוק גוט ביים קאפ.
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

אויף די פיקטשער מען שנייד דערי לולבים און קאליפארניע.
אטעטשמענטס
Untitled-2.jpg
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער אינטערעסאנט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

יישר כח זייער שיין אראפגעלייגט
אבי איך זעה אז עס איז דא איינער אויף מיין זייט וואס פארשטייט מיך
we want more
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח מר. גארנישט פארן אראפנעמען טייערע צייט אין די סאמע 'סעזאן' פון לולבים פארקויפעריי צו אראפגעבן פאר אונז ליינער א שטיקל בילד פון הונטער די קוליסן. ביטע שרייב נאך, און ברענג נאך בילדער, ווער נישט דערשראקן פון די פאר שרייבער וואס אנשטאט זיך באדאנקן אויף די הערליכע ליינווארג וואס זיי באקומען צוגעטיילט פאר בחנם, קומען זיי מיט טענות כאילו די סוחרים האבן עפעס אפגעשמועסט צו ברעינוואשן דעם עולם דורך קרעטשמע ארטיקלן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

הרב גארנישט לאז דיך נישט ארונטער רייסן (דעם שלאנג לאז יא אראפ רייסן...) פון די חברה דא, גיי אן מיט דיין שיינע גוטע ארבעט, און ברענג וויכטיגע אינפארמאציע איבער לולבים, זאלן זיי נישט מיינען אז לולבים נעמט מען פון באקס ווי א הושענא (הושענא'ס דארף מען אויך שניידן און קלויבן) אדרבה זאלן זיי אלע וויסן אז לולבים איז בעצם א טייערע זאך,
אני כשלעצמי האב באצאלט היי יאר 125 פאר מיין לולב אבער א לולב...., און ס'קומט טאקע פון אמעריקא צו קאלעפארניע אדער מעקסיקא...., א סוחר וואס זאגט מיר אז ער האט דאס אליין געשניטן האט ביי מיר א חשובות, איך גלייב נישט די איזרעליס מיט גארנישט.....

קיצור שרייב ווייטער.... איך בין מיט קרעמער 100 פראצענט איינשטומיג
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך האב געליינט און זייער הנאה געהאט.

זיי ממשיך
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

גארנישט, זייער שיין און אינטערעסאנט, איך ווארט אויף נאך.
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

קודם וויל איך מיר באדאנקען פאר אלע מגיבים און ספעציעל פאר קרעמער און שאץ מאץ וואס האבן מיר געגעבן אסאך חיזוק צו וועלן ווייטער שרייבן. יישר כוח.

איך בין ארויסגעפארן פון לאגווארדיע עירפארט זונטאג צופרי סעפטעמבער 6 למספ' די וועג איז געווען ב"ה זייער א שנעלע וועג. אונז זעמיר געפלויגן 4 און האלב שעה און אונז זעמיר אנגעקומען האלב ניין אויף די אריזאנא זייגער וואס דארט איז 3 שעה פריער.

געלאנדעט האב מיר אונז און פיניקס אריזאנא. וואס דעס איז בערך 4 שעה צו פארן ביז קאליפארניע וואס דארט שנייד מען די לולבים. אונז האב מיר ספעציעל אזוי אויסגערעכנט אז די מען זאל אנקומען אויף און נישט גראד און קאליפארניע ווייל אונז האב מיר געהאט און פלאן צו שניידן אויך לולבים און די געגנט פון פיניקס.

עכ"פ אונז האב מיר דארט ארויסגענומען א קאר גאנץ א באקוועמע איך האמיר געישובט אפאר מינוט צו אונז זאל מען נישט אפגרעידן די קאר צו א פיקאפ טראק צו קענען לייגן די לולבים. אבער צום סןף האב איך גענומען די קאר ווייל די טראק איז געווען מיט אפאר מאות טייערער. און אונז האמיר געהאפט אז די גוי וואס טוט די שיפינג האט א גרויסע ווען אדער טראק אז ער זאל עס קענען אויף פיקן און סטאקע אזוי געווען יענער האט געהאט א עראסטאר אן סיטס.

אונז לאז מיר זיך ארויס אויפו וועג די וועג איז זייער א אינטערסאנטע מען פארט אויפן הייוועי 10 וואס שניידט דורך די לענג פון אמעריקא פון פלארידא.די הייוועי איז זייער גראד ממש ווי א שטעקן איך האב דא און ניו יארק נאך קיינמאל נישט געזעהן אזוינע גראדע הייוועיס. איך האב געדארפט אראפדרייוון 250 מייל אויף די הייוועי. די ספיד לימיט איז און אריזאנא 75 און אין קאליפארניע נאר 70 די הייועי ווערט אינמיטן קאליפארניע. אונז פאר מיר אדורך ריזיגע שטחים מדבריות וואס מען זעהט נישט קיין שטעט אדער ביימער פאר צענדליגער מייל נאר מדבר. אזוי פארנדיג פארציילט מיר מיין שותף (ער פארט שוין א שיינע פאר יאר) ווייזט ער מיר אויף א פלאץ און ער זאגט מיר דא פלעגט זיין א ריזיגע וואסער ווייל וואו באקאנט איז דארט ארום דא הערליכע ריזיגע בערג און דעי צוויי דריי מאל א יאר וואס דארט רעגנט. רעגנט אבער צו די זאך און גאנצע שטחים פלעגן ווערן פארפלייצט. ביז מען האט געמאכט די קאלאראדא ריווער דאמבע וואס פון דעמאלסט רינט דארט אריין די וואסער.

אויפן וועג ליגט אויסגעלייגט אסאך פאליס זשיפס מיט קעמראס אויפן דאך. אויפן ערשטען וועג האב איך נאכנישט געוויסט אז עס איז דא קעמראס ווייל עס איז געווען צופרי און די קעמארס האבן נישט געבליצטץ איך האב געהאט א ראדאר וואס כאפט אויף פאליס אבער נאך אפאר מאל אריבער פארן אזוינע זשיפס האב איך געזעהן אז קיינער איז נישט און זשיפס סאו מען קען אביסל ספידען איך האב נישט געחלומט אז עס האט קעמראס.

ענדליך נאך א ארום דריי אהאלב שעה זמיר אונז אנגעקומן מיטן הילף פונעם זשי פי עס צום האטעל. און אינדיא וואס איז בערך 13 מייל פון פאלם ספרינגס. עס איז געווען זייער א שיינע האטעל נישט טייער און אונז האמיר זיך אויסגעפאקט. בערך דעמאלסט האמיר אונז אויסגעפינען אז אונז גיימיר נישט שניידן צום סוף און פיניקס. פארשטייט זיך אז עס האט מיר געבאדערט ווייל ווען אונז קומער ווען גלייך אהער צו די פאלם ספרינגס עירפארט וואלט איך מיר געשפארט צוויי וועגן פון 250 מייל. אבער אזוי איז געווען באשערט. סהאט פערצופאל איין מעלה צו קומען קיין פינקיס ווייל קיין פיניקס קומט עס נאן סטאפ און קיין פאלם ספרינגס איז נאר דא מיט א סטאפ וואס קען אפשר שוין אויסקומען די זעלבע לאנגע וועג.
יענע טאג האב מיר שוין נישט געגאנגען צום פעלד אונז האמיר זיך קודם אפגערוט אביסל און געפארן צו וואלמארט איינקויפן א אייזבאקס מיט אסאך וואסער וואס מען דארף האבן ווען מען איז אויפן פעלד.

אונז האמיר געדארפט גיין שלאפן פרי ווייל דארטן שטייען די פארמערס אויף גאר פרי ווען עס איזנאכנישט אזוי הייס און זיי ארבעטן און פעלד פון ארום 6 7 אינדערפרי ביז ארום איינס און נאכדעם פון ארום פינף אזייגער ווען די היצן הייבן אן נאכצולאזן. אונז לייג מיר זיך שלאפן און מען שטייט אויף ארום פיר דרייסיג מען דארף גיין און מקווה און דאווענען אונז זעמיר געגאנגען און די חב"ד שטיבל און פאלמ ספרינגס די וועג נאמט בערך 25 מינוט אהין און פון דארט ביז די פעלד נעמט בערך א דריי פערטל שעה פון די האטעל איז עס נאר צווישן 20 און 25 מינוט.
נאכן דאווענען פאר מיר אונז צום פעלד און מען הייבט אן צו שניידן.

מען טוט זיך אן גרויסע שטוירענע היטן מען זאל נישט ווערן אפגעבאקן. מיט דיקע הענטשוך מען זאל זיך נישט אינגאנצען צושטעכן. איך נעם איין גוי מיין שותף נעמט א צווייטע און מען הייבט אן.

נארמאל דארף מען נישט האבן מער ווי א לייטער און אסאך מאל דעס אויך נישט ווייל די ביימער זענען נאר די יונגע ביימער. די לולב וואקסט פונקט אינמיטן פון די בוים. די סדר פון א טייטלבוים איז אז עס וואקסא ארויס יעדעס יאר ארום צוויי אדער דריי פרישע בלעטער וואס דעס זענען די לולבים און במשכן יאר עפענען זיי זיך אויף און דעס איז די גרויס ברייטע בלעטער ארום די בוים. אנצוקומען ביז אינמיטן פון די בוים איז נישט אזוי גרינג מעו צושטעכט זיך פיר פינף מאל ביז מעו קען מיט די הענטשוך אוועקרוקן די גרויסע בלעטער וואס האלטן און איין צוריק קומען און מען זעהט שוין די לולב נעמט עס און מען שלעפט ארויס און מען קומט אויבן אויפן שפיף אויס עס קוקט נאך אויס פארמאכט. געווענליך איז דא דריי בלעטער איין ריזיגע וואס איז געווענליך שוין פסול אייך מיטל גארטיגע וואס דאס איז די שיינע לולב. און איין קלענערע וואס איז פון די קליינע לולבים. נישט פון יעדע בוים קען מען אראפנעמען די קליינע אסאך מאל איז עס נאך צו קליין. און נישט פון יעדע בוים קען מען נעמען אפילו איינס.

די אינטערסאנקייט פון א טייטלבוים איז. א טייטלבוים פלאנצט מען נישט איין מיט קערענדלאך כאטשיג מען קען עס איינפלאנצן מיט קערענדלאך. אבער דעמאלסט ווייסט מען נישט וואסערע בוים גייט ארויסוואקסן צו א זכר אדער א נקבה. אדער דערי אדער א מאזשול אדער גאר א קארדראווי. אדער אן אבאדא. עכ"פ ווען מען פלאנצט איין מיט קערענדלאך הייסט עס א סידלינג. פארוואס עס לוינט זיך נישט. ווייל מען קען נישט וויסן וואסערע בוים גייט קומען און טאמער וועט קומען א זכר וואס וועט נישט גיבן קיין פרוכט.

די אייבירשטער האט אריינגעלייגט און די טבע פון א טייטלבוים אז עס געבוירט קינדער ארום די בוים. דאס הייסט איעדע טייטלבוים קען געבוירן צווישן 5 און זעקס נייע ביימער וואס וואקסט ארויס ארום און ארום די בוים. וואס דאס איז איינע פון סיבות פארוואס מען דארף אסאך פלאץ פון איין בוים צו א צווייטע. ווען די קינדער זענען 2 אדער 3 יאר קען ממען שוין פון זיי אויך נעמען לולבים. וואס אגב פארענפערט עס פון וואו עס איז דא אזוי סאך לולבים. נאר די פראבלעם איז געווענליך נעמען די פארמערס אראפ די קינדער נאך 2 יאר און מען פלאנצט עס איין פאר א פרישע בוים און אויב מען נעמט אראפ די לולבים פון זיי קען מען עס נישט טוען ווייל עס ווערט שוואך און טאמער מען וועט עס וועלן איינפלאנצן פאר א נייע בוים קען ער שטארבן.

די גאר הויכע ביימער וואס מען זעהט אויף פיקטשערס גיבן שוין נישט קיין קינדער.

המשך יבא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין באשריבן, מיט אינהאלטסרייכע ידיעות, יישר כח!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין,
מורא'דיגע ידיעות, מיר קוקן זייער ארויס אויף נאך, דיין פעדער איז צום באגריסען.

און א אתרוג ווייסט יעדער אז ס'ליגט ארבעט, אבער א לולב?

גאנישט, מיר האבען שוין ג'אימעיל'ט פאר צוויי אידן דעם ארטיקעל, זיי האבען אויך זייער הנאה געהאט, און זיי פארלאנגען נאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”