מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

המסתתר האט געשריבן:די שאלה פונעם בני יששכר האבן אויך געהאט די אלע משתתפים ביים חנוכת הבית אין ירושלים, אויך איך וואס איך בין דעמאלט'ס מיטגעפארן מיטן רבי'ן אויף א"י האב זיך נישט געקענט אפוואונדערן פונעם מחזה וואס האט זיך אונז אנטפלעקט, דער רבי מיט א שטריימל און ווייסע בעקיטשע, אבער ווען דער רבי האט אנגעפאנגען זיין דרשה האט זיך אונז אלעס פארענטפערט.

"ס'איז ביי מיר דער חנוכת הבית באמת א גרויסע שמחה, איבערדעם האב איך היינט אנגעטאהן א שטריימל, איהר זעהט, מ'האט שוין געמאכט אסאך גרויסע חנוכת הבית'ער, איבעראל, אין מאנסי, אין מאנטריאל האט מען אויפגעבויט אזא ביהמ"ד און א ישיבה, מיידל שולע, און איבעראל האב איך געהאט אזא שמחה, א געוואלדיגע שמחה, כ'האב מיר נישט אנגעטאהן אין ערגעץ א שטריימל, אפי' ביי אונז אין וויליאמסבורג, קיינמאל.

דא האב איך געפילט, אז ס'איז ממש נוגע ללבבי, כ'האב אנגעקוקט ווי אזוי ס'קוקט אויס די קריה, מ'וואוינט שוין ב"ה אין די בנינים, דעם גרויסן ביהמ"ד וואס מ'האט זיך אזוי איבערגעגעבן דאס אויפצובויען, ממש א שיינקייט פאר ירושלים עיר הקודש, האב איך געפילט א גרויסע שמחה בליבי, און כ'האב מיר אנגעטאהן דעם שטריימל.

כ'האב נישט בדעה געהאט אויף דעם, נאר קומענדיג אהער האב איך געפילט אזא שמחה בליבי, אז דער רבש"ע האט מיר געהאלפן, מ'זאל קענען ממלא זיין רצון צדיק פונעם פעטער זי"ע, וואס האט אזוי געוואלט האבן דא א קריה, און האט אסאך געטאהן פאר דעם, און מ'איז דאנקבאר דעם בוכ"ע אז מיט די אלע שוועריקייטן איז מען שוין ב"ה אנגעקומען ביז אהער. עכל"ק.


הערה. איך האב נישט געדענקט די דרשה אין זכרון, נאר כ'האב ביי מיר דעם טעיפ געהאט אונטער די הענט האב איך עס פריש אויסגעהערט יעצט.


ביים חנוכת הבית פון בית רחל (פאראדייס) אין קרית יואל בשנת תשנ"ה וואס רביה"ק זי"ע האט מנדב געווען איז דער רבי אויך געגאנגען מיט א שטריימל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

די בילדער פון דעם אשכול מיט די דיונים איבער זיי, האט מען אפגעטיילט און א באזינדערען אשכול בשם

אשכול תמונות - מרן הברך משה זצ"ל

'הגבאי'
בשם הגבאים
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

א היסטארישע בריוו, השמטה מספר משה היה רועה.

קרעדיט: ידידינו ר' הירשל ציג.
אוועטאר
הירשל ציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירשל ציג »

"השמטה" :grin:
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א גוט מארגן טייערע אידן.
מיר האלטן שוין אט אט אין די ע' יארן, איז הערט אויס א מעשה וואס איז זיך פארלאפן נאך אין די ס' יארן.
ליצנות אין א זייט געלייגט, א מעשה וואס האט פאסירט פאריגע וואך, און מיר וועלן אלע ארויסנעמען דערפון די מעלת וכח התפלה.

א יונגערמאן מיטן משפחה נאמען ג. אין די פריע צוואנציגער יארן, איז ל"ע פאר קיין שום איד נישט געזאגט דיאגניזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה MS פאר אלע שונאי ישראל.
דער אינגערמאן איז שוין געווען האלב פאראלאזירט די לעצטע עטליכע וואכן.
לעצטע וואך דאנערשטאג פארנאכט, ליגנדיג אין שפיטאל, אין אנוועזנהייט פון זיין פאטער זז"ג, רופט ער זיך פלוצלינג אן, טאטי! קוק איך זע דעם רבין דער ברך משה, דער טאטע קוקט זיך ארום, און זעט נישט גארנישט, ער טראכט צו זיך, אוי וויי נעבעך, ווער ווייסט וואס די מעדעצינען האבן די אנגעמאכט.
דער אינגערמאן איז דערנאך איינגעשלאפן.
פרייטאג אינדערפרי וועקט זיך דער אינגערמאן אויף, כאחד האדם!!!!
וואס איז געווען די מעשה, דאנערשטאג אויפדערנאכט, ממש אין די צייט, איז ביים ציון הקדוש אין קרית יואל געווען א מנין תהלים דורך זיינע חברים, וואס האבן איינגעריסן פאר אים.

רבותי, גלייב מיר נישט, אבער בעיני ראיתי דעם אינגערמאן דעם פארגאנגענעם שב"ק אין קרית יואל, דרייט זיך ארום אין ביהמ"ד אויף ביידע פיס אן קיין שום הילף.


מאי כרום זלות לבני אדם אמר ליה אלו דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן, ופירש"י דברים העומדים ברומו של עולם, כגון תפלה. (ברכות ו ע"ב)


נ.ב. איך שרייב נישט דעם נאמען ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז פאר דעם יונגערמאן ניחא, אבער ווער עס וויל קען איך ענטפערן אין אישי.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פון די מעשה קען מען אויך זעהן די גרויסקייט פון זיך האלטן מקושר צו א צדיק,
די חברים האבן מתפלל געווען ביים ציון הק' אויך ביים דברי יואל זי"ע, אבער די ישועה האבן זיי געפועל'ט ביים ברך משה זי"ע ווייל צו אים האט דער יונגערמאן געהאט א קשר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אי האב נעכטן געעזהן דעם אינגערמאן אין ביהמ"ד געזונט און פריש, ער האט האט דערציילט די משעה פאר זיינס א ידיד, כ'האב אבער נישט געהאט קיין קוראזש אוויסצוהערן, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שלום עליכם טייערע אידן, כ'האב ענק שוין לאנג נישט געזעהן. כ'האב געהערט פון א איד אז די מעשה איז אביסל איבערגעטריבן, ער זאגט אז ער האט אנגעהויןב נעמן א ספעציעלן מעדעצין און דאס האט געהאלפן. קען איינער מברר זיין פונעם אינגערמאן אליין? מילער איר האט געהערט "די מעשה" אדער אים געזעהן פארציילן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאר 'געזעהן' פארציילען, כאמור לעיל לא שמעתי.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כ'האב באקומען פון איינעם פריוואט אז ס'איז א קראנטע מעשה. די מאמע האט עס פארציילט פאר איינעם פון די חברה הצלה.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יוסלמאן האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן, כ'האב ענק שוין לאנג נישט געזעהן. כ'האב געהערט פון א איד אז די מעשה איז אביסל איבערגעטריבן, ער זאגט אז ער האט אנגעהויןב נעמן א ספעציעלן מעדעצין און דאס האט געהאלפן. קען איינער מברר זיין פונעם אינגערמאן אליין? מילער איר האט געהערט "די מעשה" אדער אים געזעהן פארציילן?

טו מיר א טובה, אויב איז די קרענק ווי געשריבן דעם נאמען אויבן, איז נאך לעת עתה נישטא קיין מעדעצין דערפאר, השי"ת ישלח רפו"ש פאר כמה חולי ישראל וואס איך קען מיט דעם קרענק
למעשה האט מיר איינער היינט געזאגט אז ער האט געהערט ווי ר' משה אהרן שטיינבערג האט עס דערציילט פאר אדמו"ר מהר"א.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אמת, אבער וואו דער איד האט מיר דערציילט איז עס נישט די קרענק ממש, ס'איז עפעס ענדליך צו LS, מ'זאל נישט וויסן דערפון. כ'האב נאר געוואלט הערן א קראנטע מקור. דוי האמיר עס. וועלן מיר פרעגן איינעם וואס קען פרעגן ר' משה אהרן.
לעצט פארראכטן דורך יוסלמאן אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פאר אפאר וואכן צוריק ביי מיין שוואגערס זונ'ס חתונה האט מיר דערציילט זיין שוואגער וואס ער האט געהאט מיטן ברך משה שוין א שיינע פאר יאר צוריק ווען ער איז נאך געווען א אינגערמאן.

ער איז געפארן זיך אפרוען אינעם ווארימען פלארידא. איידער ער איז געפארן איז ער געגאנגען געזעגענען ביים רבין (ער איז נאך דאן געווען אינדערהיים). נאכן ליינען דעם קוויטעל נעמט דער רבי איינע פון די צוויי צוואנציגערס וואס איז געלעגן אונטערן קוויטל און ער געט עס אים צוריק זאגענדיג: האסטו שליח מצוה געלט פאר שמירה. דער אינגערמאן האט געמיינט אז דער רבי וויל נישט נעמן פון אים אזויפיל געלט (בימים ההם...) האט ער געטענהט אז ער האט ב"ה פרנסה און ס'פעלט אים גארנישט, די געלט געט ער פארן רבין. דער רבי האט אים געזאגט וואו פריער, נעם די געלט פאר א שמירה.

דער אינגערמאן האט גענומען די געלט און געפארן קיין מיאמי. אויפ'ן וועג אוועקפארענדיג פון לופטפעלד אין מיאמי האט פאסירט, ס'זאל נישט פאסירן, אז דער אויטא האט זיך א קיצקע געטאן, פון אונטען ארויף, און דער אינגערמאן איז ארויס אנע קריץ, ער האט ארויסשפאצירט כאילו לא היה.

דער אינגערמאן זאגט, ווען די פאליציי האט אים געפרעגט וואו דער דרייווער איז און ער האט געוויזען אויף זיך, האט ער אים אנגעקוקט וואו פון די לבנה, נישט גלויבענדיג אז איינער פון די קאר האט איבערגעלעבט.

זי"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הפרדס תש"ל
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_27917_26.jpg
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פאר וועמען איז די מז"ט פארן ברך משה אדער פאר רבי משה שפיץ?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קוק, ס'זעט אויס אז פאר ר' משה, ניין?

וועלכע "מערכת" איז דאס?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמערי, לייען איבער מיין תגובה "הפרדס תש"ל"
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

בני יששכר האט געשריבן: ....ווייל כידוע האט דער ייטב לב געהאט אסאך רדיפות און סיגוט...


איך וויל נאר מעורר זיין אזאך, ווער עס ליינט די ביכער פין סיגוט ובפרט פין הרב גר"וו ז"ל, זעט אז עס נישט אמת - אדרבה אין די צייטען פין יטב לב איז געווען כמעט כשלמה המלך בשעתו, די שענסטע יארען פין שטאט סיגוט. בסוף ימיו פין ייטב לב איז געווארען די "סיגעטער מחלוקה", אבער ביידע זייטען האבען זיך געהאלטען שטארק ידידים פין ייטב לב.

ס'קען זיין ער האט געהאט עפעס מתנגדים, וועלכע רב האט נישט? אבער ציזאגען אז ער האט געהאט רדיפות איז נישט אמת.

איך מיין נישט אייך צי באשילדיגן, איך ווייס אזוי איז אנגענימען ביי געוויסע מענטשען (וואס האבען עפעס א געשמאק צי זאגען אז יעדער האט געהאט רדיפות), אבער דאס איז א טעות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

farshlufen האט געשריבן:הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.


איך וויל דאס יעדען אויפקלערן.

איך וועל זיין מודה על האמת - אלס א כהנא אייניקעל האב איך אויך א נגיעה... אבער איך גלייב איך בין גערעכט מיט דעם.
לעצט פארראכטן דורך ברוקלין אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 1:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוקלין האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב מברוקלין, א שאד די עסעניש הרב יששכר איז סיי ווי נישט אראונד אייך צו ענטפערן.


איך וויל דאס יעדען אויפקלערן.

איך וועל זיין מודה על האמת - אלס א כהנא אייניקעל האב איך אויך א נגיעה... אבער איך גלייב איך בין גערעכט מיט דעם.

איר האט רעכט, אבער חשבונות איז אלץ געווען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ס'איז אפשר נישט געווען דער גרויסער פייער ווי שפעטער ביי די מחלוקה,
אבער דאס ברויך מען צי וויסען אז און סיגוט האבן געוואוינט היבש וויזניצער חסידים, אין ווי די טבע פון חסידים האבן זיי גאנץ ווייניג געגליכן אן אנדערער רבי.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

יאסל האט געשריבן:ס'איז אפשר נישט געווען דער גרויסער פייער ווי שפעטער ביי די מחלוקה,
אבער דאס ברויך מען צי וויסען אז און סיגוט האבן געוואוינט היבש וויזניצער חסידים, אין ווי די טבע פון חסידים האבן זיי גאנץ ווייניג געגליכן אן אנדערער רבי.


גר"וו ז"ל שרייבט אז עס איז געווען זייער שיינע צייטען אין דערמאנט בכלל נישט עפעס א מחלוקה בשעת דעם ייטב לב.

אויך ווי באקאנט איז דער ייטב לב געווען א גרויסע חכם אין הייליגער דיפלאמאט, אין ער פלעגט נאכזאגען ד"ת פין די וויזניצער רבי'ס.

אזוי אויך איז געווען אין סאטמאר ווען רביה"ק איז דארט געווארען רב, ער האט מקרב געווען אלע זיינע מתנגדים אין ס'איז געווען שלום ושלוה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נאר אלץ הערה צו די פריערדיגע תגובה נישט צו קלארשטעלן פאקטן וואס דארף אביסל התבוננות שרייב איך די פאלגענדע תגובה.
1. לא ראינו אינו ראי' וואס גרינוואלד שרייבט "נישט" איז בכלל נישט קיין ראי' און וואס ער שרייבט יא איז מאנכע מאל דא חולקים ואכמ"ל.
2. ער האט אויפגעהערט צו עסן פיש אין פסח צוליב די וויזניצע חסידים ווייל אין וויזניץ האט מען זייער מחמיר געווען בענין זה.
3. אין סאטמאר האב איך געהערט אז די מתנגדים (עכ"פ א חלק ניכר פון זיי) האבן אויך געוואלט שלום אונטער געוויסע טערמינען און רביה"ק מהר"י ט"ב איז זיי קעגנגעקומען בענוות יתירה, און דאס איז אינו דומה צו רוב אנדערע מחלוקות.
ויש להאריך עד אין שיעור בנושאים כאלה, וכן יש לקצר מפני הכבוד ומפני היראה (הוי זהיר וכו')
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”