שטודיע: צאלט איר קודם מיט אמעריקן עקספרעס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

האלט איר זיך צוריק פון קויפן אויב נעמט מען נישט קיין אמעריקן עקספרעס קארטל?

1
6%
9
50%
8
44%
 
סך הכל שטימען: 18

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

שטודיע: צאלט איר קודם מיט אמעריקן עקספרעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האלט איר זיך צוריק פון קויפן אויב נעמט מען נישט קיין אמעריקן עקספרעס קארטל?

איך האב פאר א צייט אראפגענומען די אפשען פון צאלן מיט אמעריקען עקספרעס קרעדיט קארט ווייל זיי האבן געהויבן די צינזן. דערווייל האב איך נאכנישט געזען א 'דיקריעז' אין סעילס צוליב דעם.
יעדעס מאל וואס א קאסטומער אויף די פאון האט געוואלט צאלן מיט אמעקס האט מען געזאגט 'סארי ווי דאנט טעיק עמעקס' און ער האט גלייך ארויסגענומען אן אנדער קארטל..


פארט וויל איך הערן פון חברים מער איבער דעם, און אויך ענטפערט ביטע אויף דעם סקר.


צוגעלייגט איין אפציע, ביטע שטימט איבער, אלעס איז אוועקגעפאלן.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

די עיקר פראבלעם איז מיט די געשעפטן וואס אויפן טיר שטייט אז זיי אקצעפטירן אמעריקען עקספרעס, און ווען עס קומט צום באצאלן מאכן זיי פראבלעמען מיט עס נעמען.
די סארט התנהגות איז אומעטיש און אויך אומלעגאל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

כ'האב לעצטענס שיער אפגעלאזט א מקח אויף א אייטעם פון עטליכע מאות צוליב וואס זיי האבן צוריקגעוויזן צו אקצעפטירן עמעקס און כ'בין געווען שאורט אין מיינע אנדערע ק"ק, למעשה די לעצטע מינוט האב איך צוזאמגעקראצט פון א צווייטע קארטל און אביסל פון שאר ירקות.. אז ס'איז באשערט פאר יענעם וועט ער מאכן זיין געלט!
ביי די גאז סטאנציעס, למשל אויפן 17, וועל איך ענדערש נעמען ביי איינעם וואס אקצעפטירט יא עמעקס.

און אז מ'רעדט שוין יא, אפשר קען איינער מסביר זיין וואס זייער חשבון איז, אז יעדע צווייטע ביזנעס וואס אויפהערן אקצעפטירן עמעקס וועלן זיי דאך ארויסגיין פון ביזנעס! מיינסט איך וועל האלטן מיין קארטל נאר פאר די פינטעלעך וואס איך וועל שוין סייווי נישט האבן פון ווי צו געינען??
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

שוועמי לייג צו נאך א אפשען וועליך קענען שטימען.

ביי מיר איז די תירוץ עס קען אויסמאכן אבער נישט אלעמאל.

און אנדערע ווערטער, לכתחילה וויליך צאלן אמעקס, ווען דער סטאר לאזט נישט טראכט איך איבער צו איך זאל עס דאך קויפן אדער נישט.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך האב עס איבערגעטראכט...

די מסקנה צו איך זאל נאכגעבן די סטאר קיפער ווענד זיך צו ס'דא א קאמפעטישען א קעגן איבער... און אויך צו יענער איז טייערער.

למשל...

אין מיין לאקאלע פלייש באנק איז אמעקס נישט עקסעפטעט, זאליך נישט עסן קיין פלייש וועגן דעם?...

איין ספרים סטאר נעמט עפעס א קליינע אפצאל ווען מען צאלט קרעדיט, אבער דריי גאסן אהינציר נעמט מען אפי' אמעקס בסבר פנים יפות, אוואדי גיי איך צום צווייטן...

וכהנה רבות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פאראכטן די סקר.

ביטע שטימט נאכאמאל ווייל די ערשטע פאר שטימען זענען אוועקגעפאלן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטערעסאנט צו ליינען איבער עמעקס אין א בלאג געווידמעט פאר מערטשענטס.
http://www.merchantaccountblog.com/159/ ... an-express
http://www.merchantaccountblog.com/272/ ... ve-account
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

סארי נעמטס אים אראפ!!!! אראפ פון די מפה!!
אין נאמען פון ליסטיג ריפן מיר דא אויס פאר א ריקאל אויף מיין וואוט.... איך צו צירוק אזוי ווי א קאזע, איינער ווייסט וויאזוי?
טעותי.. איך האב נישט פארשטאנען די קשיא וועגען דעם האב איך געוואוט ווי א נער די איינציגסטע אז נאר עמעקס.. שוטה ס'זאלעך טון אז איך מיז האבן די אייטעם? וואדע צאל איך מעסטער.

אה.. פרעגסטע צו אייביג?? לאז געמאכט האט עס ארויס, פרעגטס אים..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”