ווי זאגט מען לבנה\ירח אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

ווי זאגט מען לבנה\ירח אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מעגליך האט מען שוין ערגעץ גערעדט דערפון, אבער עס האט זיך געמאכט א שמועס אין לדעת.נט, אין די היימישע קרעטשמע אפטיילונג.. אין לדעת.נט פארומ'ס דא האט זיך פארקאכט א שמועס איבער לבנה\ירח אין אידיש. און אויך אני הקטן האב אנטייל גענומען דערין. איז געקומען הרב אלי' און גע'עצה'ט מ'זאל קומען פרעגן די היזיגע חכמי הקרעטשמע.
אט ציטיר איך;
מוסתר האט געשריבן:ווי זאגט מען א "לבנה" (ירח) אויף אידיש?

levin 11 [אליהו אין אידישע וועלט] האט געשריבן:לונע=ירח

שבבניק האט געשריבן:אתה מכיר מישהו שמשתמש בזה? (חוץ מהיקים שלך. הם גם לא הולכים להתפלל, הם הולכים 'אורענען').

זאלזיין [אינטעליגענט אין אידישע וועלט] האט געשריבן:לונע? איך האב קיינמאל געהערט אזא ווארט. דו יא?
מיר דאכט זיך, אז אין אריגינעל אידיש, וואלט מען געדארפט זאגן "מאן" ווי אין ענגליש, אדער "מאנד" ווי אין דייטש.
די ווארט "מאנטאג" וועלכע באדייט לבנה-טאג, קומט פון דייטש [אזוי ווי זונ-טאג, אזוי איז מאנד-טאג], און אזוי ווערט עס געזאגט אויך אין ענגליש MONDAY די טאג פון מאן.
אבער ביי אונז [אפשטאמיג פון אייראפע] זאגט מען "לבנה". ס'איז דא אסאך ווערטער וואס עס האט בכלל נישט קיין אפטייטש אין אידיש, און דער לה"ק ווארט, ווערט פארוואנדלט אין ריין אידיש. [צב"ש שבת יום טוב סידור משמש רבי מלמד און נאך פיל].

שבבניק האט געשריבן:יעצט איך טראך אז ער האט זיך צומישט מיט פארנצויזיש, דארט די לבנה הייסט לונע, אזוי ווי ס'איז דא ראב"ן הירחי אדער עפעס ענליך, וואס ער האט געוואוינט אין לוניל, אוון וועגן דעם האט מען איהם אזוי גערופן.

levin 11 [אליהו אין אידישע וועלט] האט געשריבן:דער חפץ חיים האט געזאגט לונע

levin 11 [אליהו אין אידישע וועלט] האט געשריבן:זעהט אויס אז לונע איז גריכיש אדער לאטיניש (פראנצויז שטאמט פון דארט) אבער אפשר בעסער אריבער פירן צו דעם אמעריקאנער "אידישע וועלט" דארטען זיצען מבינים.

אמעריקא-ניק האט געשריבן:מען נוצט דאס אין ענגליש אויך.
'מחזור הלבנה' ווערט גערופען אין ענגליש Lunar cycle (לונער סייקל).
ווי אויך, די לבנה קאלענדער (מעגילה), ווערט גערופען אין ענגליש Lunar Calender.
[און די זון-קאלענדער ווערט גערופען Solar Calender].


קען איינער מער מעשיר זיין אין דעם ענין?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אינטעליגענט.

פון דעם שמועס בין איך געוואויר געווארן פארוואס מען רופט פארשידענע צורודערטע פארשוינען 'לונעטיק'ס.. דאס איז טאקע על שם די לבנה (באשטעטיגט אין וויקיפעדיע).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לבנה, ווען מען זאל וועלן דאס פארטייטשן אויף אידיש וואלט דאס מן הסתמא געהייסן 'מאן', לויט איר גערמאנישער אפטייטש.
נאר מיר קוקט עפעס אויס אז עס האט פשוט נישט קיין אידישער איבער טייטש, א שטייגער ווי 'שבת' וואס האט בכלל נישט קיין אידישער אפטייטש, נאר מען רופט עס שבת פונקט ווי אויף לשון הקודש.
הגם ביי שבת פארשטייט מען ענדערש אז עס זאל נישט האבן קיין אפטייטש מחמת חוץ דעם וואס דער ווארט שבת באדייט א געוויסער טאג אין די וואך, באדייט דאס א רוחניות'דיגער מושג וואס קומט אינאיינעם מיט דעם טאג, איבערדעם איז פארשטענדליך פארוואס עס האט נישט קיין אידישער אפטייטש.
משא"כ לבנה פארטרעט נישט עפעס אן אויסערארנדליכען מושג.
אבער פארט שמעקט מיר צו זאגן אז עס האט נישט קיין אפטייטש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

ס'איז דא נאך א סך ווערטער אין אידיש וואס זענען גענומען געווארן פון לשון קודש און האב נישט קיין דייטשמערישן (אדער סלאווישן) אפטייטש, ווי צום ביישפיל 'יום-טוב', 'גנב', 'נשמה' אדער 'חיה'.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אמעריקא-ניק האט געשריבן:מען נוצט דאס אין ענגליש אויך.
'מחזור הלבנה' ווערט גערופען אין ענגליש Lunar cycle (לונער סייקל).
ווי אויך, די לבנה קאלענדער (מעגילה), ווערט גערופען אין ענגליש Lunar Calender.
[און די זון-קאלענדער ווערט גערופען Solar Calender].


אינטערעסאנט אז די חכמים אין וויקיפידיע האבן דאס נישט אינאכט גענומען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לבנה אין אידיש אין "מאן".

אבער, אזוי ווי שפראכן טוישן זיך כסדר און עס קומען צו נייע ווערטער צו שפראכן, און לשיטת המעלות מעג מען מגייר זיין ווערטער פון אנדערע שפראכן און עס אריינברענגען אין אידיש, לאזט זיך דערפאר זאגן אז "לבנה" איז א פאראידישטער ווארט.

סיי-ווי איז א געשאצטע צוואנציג פראצענט פון אידיש - לשוה"ק.
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

עס איז דא א באקאנטע בעלזא מעשה וואס גייט בערך אזוי:
דער בעלזער רב רבי ישכר דוב האט דערציילט פון זיין טאטען אז ווען ער איז געווען אויף וויען אויף היילונג, און דאן איז שוין געווען באלד ביים סוף זמן קידוש לבנה און ער האט אלטס ארויסגעשיקט דעם גבאי'ן צו זעה'ן צו עס איז שוין דא א לבנה, עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט א שטילע נאכט, ווען דער בעלזער רב איז מיט'ן קאלפיק מיט גרויס שמחה ארויס צו קידוש לבנה.
דאן האבן זיי געהערט ווי א אידענע אויפ'ן באלקאן זאגט פאר'ן מאן אירע: "מאַן די מאָן איז שוין ארויס".
דער בעלזער רב פלעגט דאס דערציילן מיט גרויס התרגשות, אז דארט אין דעם טריפה'נעם וויען וואוינט א איד אָן א בארד אבער ווארט אויך ביז שפעט ביינאכט צו קענען מחדש זיין די לבנה.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

באזעסענער, א שיינעם שכו"ח פאר דער מעשה!
די וואָר הענגט אויף א האָר
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ערנענסטער א שיינע מעשה'לע שכוח.

די מעשה פאר זיך איז איין זאך, אבער בפשטות האט די פרוי גערעדט צום מאן אויף דויטש, ווי איידער אויף יודיש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ערנסטער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א סך ווערטער אין אידיש וואס זענען גענומען געווארן פון לשון קודש און האב נישט קיין דייטשמערישן (אדער סלאווישן) אפטייטש, ווי צום ביישפיל 'יום-טוב', 'גנב', 'נשמה' אדער 'חיה'.

הרב ערענסטער.
איז נישט 'זעהל' יודיש פאר נשמה? אוויא און ענגליש זאגט מען soul
the SCY is the limit
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

scy4851 האט געשריבן:
ערנסטער האט געשריבן:ס'איז דא נאך א סך ווערטער אין אידיש וואס זענען גענומען געווארן פון לשון קודש און האב נישט קיין דייטשמערישן (אדער סלאווישן) אפטייטש, ווי צום ביישפיל 'יום-טוב', 'גנב', 'נשמה' אדער 'חיה'.

הרב ערענסטער.
איז נישט 'זעהל' יודיש פאר נשמה? אוויא און ענגליש זאגט מען soul

עס מוז נישט זיין, זעהל איז מעגליך די אפטייטש פון 'נפש'.
עכ"פ מיינע רבי'ס אין חדר האבן געטייטשט: ''נפשו = זיין זעהל''.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן האט לעצטענס מעורר געווען איבער דעם ווארט 'עדות' וויזאוי מ'זאגט עס אויף אידיש, איך קלער אז דא קומט עס אריין, דער תירוץ איז 'אנוועזנד/ער', אויף ענגליש זאגט מען עס WITNESS וואס ענדלט מיר אין 'וועזנד', אז איינער איז געווען א 'עד' הייסט דאס אז ער איז געווען אנוועזנד ווען די זאך האט פאסירט.

דער בעל דמיון הארקאווי זאגט 'צייגניס' האט דאס א האפט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א צייגעניש איז א אפיציעלער דאקומענט, וואס מען נוצט [צו צייגן] (פאר א באווייז = רַאיה, וואס מען זעהט דורך די רְאיה).
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער, א געשריבענער עדות אדער המלצה בריוו וואלט מען ענדערש אנגערופן א צייגעניש.

איז נישט "וויט-נעס", א צוזאמענשטעל פון "וויט" - "מיט" און א זילבע "נעס"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא פארשלאפן, 'וויט' איז דער שורש (ROOTWORD) וואס באדייט 'זעהן' אדער 'בייוואונען' עס איז פון די משפחה פון VISION און אויף אידיש; וועזן, ווייזן, געוויזען, באווייזען, וויסען, ווייסען, געוויסען.

(יעצט קלער איך אז מאן דגריס 'איך בין געוועזן' לא משתבש)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, פיין.

וואו פאלט אבער אריין "[אודאי] געוויס"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אולי אז 'מווייסט' קלאר איז עס 'געוויס', מיטען פולען 'באוויסטזיין'.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

scy4851 האט געשריבן:איז נישט 'זעהל' יודיש פאר נשמה? אוויא און ענגליש זאגט מען soul

מסתמא זענט איר גערעכט, אבער דאכט זיך מיר אז דאס ווארט שוין פון לאנג איז געווארן אויסן דעם לעקסיקאן פון דער אידישער שפראך. בכל אופן ביי אונז מ'ניצט זיך מיט דעם קיין מאל נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער האט געשריבן:יא פארשלאפן, 'וויט' איז דער שורש (ROOTWORD) וואס באדייט 'זעהן' אדער 'בייוואונען' עס איז פון די משפחה פון VISION און אויף אידיש; וועזן, ווייזן, געוויזען, באווייזען, וויסען, ווייסען, געוויסען.

(יעצט קלער איך אז מאן דגריס 'איך בין געוועזן' לא משתבש)

מיללער
איך דענק דאס איר גייט צו ווייט..
לענ"ד, איז וויסן, וועזן, און ווייזן, דריי באזונדערע משפחות.
און לגבי געוועזן, איז לענ"ד נישט נאר קיין שיבוש, נאר די ריכטיגע. דהיינו, ס'איז מלשון וועזן [נישט ווייזן], דאס איז דער טייטש פון הוי-ה, א וועזן. אין ענגליש זאגט מען A BEING דהיינו א "זייאונג", נאר מיר ניצן נישט דער ווארט "זיין" אויף אזא פאל. [מיר זאגן: איך וועל זיין דארט, און איך בין געוועזן דארט. אבער אויף הוה, איז לכאורה ריכטיג: וועזן.]
א דוגמא וואו מיר נוצן דעם וועזן: מאך נישט קיין וועזן [אישו], דהיינו, מאך דיך נישט וויסענדיג, כאילו עס עקזיסיטירט נישט, דהיינו ס'איז נישטא אזא וועזן. אדער צב"ש: געוועזענע פאסירונגען זאגן אלע מיט א זי"ן. משמע, אז דאס איז במקור אזוי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטעל,
אויב 'געוועזן' איז במקור טא פארוואס איז 'אנוועזנד' נישט פון די משפחה? און דאס איז באמת אן 'עדות' איינער וואס איז אנוועזנד ביים פאסירונג.

איך האב נאר מוסיף געווען אז 'וויסען' און 'ווייזען' זענען פון די פאמיליע, אוודאי נישט איין זאך.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

הער מיללער
איך האב מיך גראדע בכלל נישט באצויגן צום חלק פון אנוועזנד\עדות, וואס דאס וואלט מעגליך געשטימט.
כ'האב נאר גערעדט פון צוזאמשטעלן ווייזן, וויסן, וועזן, אז זיי באלאנגען צו איין שרש. דאס מאכט נישט קיין סענס.
ערשטנס, ווייל די זאכן זענען אלע אנדער פעולות לגמרי. וויסן איז נישט ווייזן, און ווייזן איז נישט וועזן. גראדע ווען מ'איז אנוועזנד קען מען דערנאך אנווייזן אויפן פאסירונג. אבער דער שרש "וועזן, האט גארנישט מיט אנוועזנד. ווייל יעדע זאך אין די וועלט איז א וועזן, אן דעם וואס זיי זאלן אנווייזן אויף עפעס. [גראדע יא: אויף מעשי הקב"ה.. אבער נישט דאס איז דער טאפיק].
דאס זעלבע מיט וויסן. גראדע אויב מ'איז אנוועזנד, ווייסט מען געוויסע אינפארמאציע, אבער דאס מיינט נישט אז יעדע וויסנשאפט האט מיט וועזן.
[מ'קען נישט אריינלייגן עטליכע ווערטער אין איין שורש, נאר אויב זיי האבן א זאך וואס נעמט זיי צוזאם, און נישט אז גראדע איז דא איין פאל , וואס ס'איז שייך ביי אלע].

און לגבי Witness איז בכלל אינטערעסאנט פון וואו דו נעמסט אז ס'שטאמט פון VISION, לכאורה וואלט איך געזאגט אויבן אויף ווי פארשלאפן, אז דאס איז מלשון WITH דהיינו, ער איז געווען דערמיט.
[אין דייטש זאגט מען אויף WITH ווי אין אידיש "מיט", און ס'איז גאנץ מסתבר אז דאס איז דער שרש פאר די ענגלישע WITH.]
און דאס וואס הארקאווי זאגט "צייגעניש", דאס איז ריין דייטש, און ס'איז דער באדייט פון Witness, דהיינו א זאך וואס איז אן עד ["עד" מוז נישט זיין דוקא א מענטש, עד הבדיקה צב"ש].
איך טראכט באמת קען מען אויך זאגן אויף א מענטש ער איז א "צייגעניש", ווייל ער איז נישט דער פועל, דהיינו "א צייגער", ווייל ער צייגט נישט אויף מיט זיינע פעולות, ווייל ער קען נאר פארציילן מעשיות, און דאס איז נאך נישט קיין ראי'. נאר דער פאקט אז אן אנוועזנדער פארציילט וואס האט פאסירט, און נאך חקירות זעט מען אים פאר באגלייבט, איז ער בעצם א צייגעניש אויף די ווארהייט פונעם פאסירונג.
בכל אופן, אויב זאל מען זאגן אז WITNESS איז פון WITH, דאן איז גאנץ פיין צו טייטשן "מיטלעבער", אדער "אנוועזנדער" ווי דו זאגסט. אבער לא מטעם ווייל ס'איז פון VISION.

אבער נאך אלעם, בין איך נישט קראנט. איך לייג נאר אראפ פאר אייך מיינע מחשבות, און זאג אליין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטעל,
עס איז פארהאן א ווארט אויף ענגליש WIT, דער אפטייטש דערפון זאגען זיי איז;
The natural ability to perceive and understand; intelligence.
און דאס איז דער שורש פון WITNESS נישט WITH
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

http://www.dict.cc/?s=wit

וואס האט דאס מיט "נעמליך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כחכם פארשל.
זעהטס דארט אויך אז א 'וויץ' איז די צווייטע דעפעניציע דערפון, ווי איך האב טאקע געזעהן אינעם ענגלישען דיקשינערי אויך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:לבנה, ווען מען זאל וועלן דאס פארטייטשן אויף אידיש וואלט דאס מן הסתמא געהייסן 'מאן', לויט איר גערמאנישער אפטייטש.
נאר מיר קוקט עפעס אויס אז עס האט פשוט נישט קיין אידישער איבער טייטש, א שטייגער ווי 'שבת' וואס האט בכלל נישט קיין אידישער אפטייטש, נאר מען רופט עס שבת פונקט ווי אויף לשון הקודש.
הגם ביי שבת פארשטייט מען ענדערש אז עס זאל נישט האבן קיין אפטייטש מחמת חוץ דעם וואס דער ווארט שבת באדייט א געוויסער טאג אין די וואך, באדייט דאס א רוחניות'דיגער מושג וואס קומט אינאיינעם מיט דעם טאג, איבערדעם איז פארשטענדליך פארוואס עס האט נישט קיין אידישער אפטייטש.


דאס איז 'שבת' האט טאקע בכלל נישט קיין אידישער אפטייטש האט מיר שטענדיג געוואונדערט, איך פלעג אויך טראכטען אז הרב שטארק'ס הסבר אבער פארט פלעגט זיך מיר קלערן צו איז דאס טאקע אזוי.

היינט ביך איך אקייגן געקומען א אידישע דירעקטארי געדרוקט דא אין אמעריקא (מיר האבן שוין געשריבען דערוועגן אמאל) און די גאר ערשטע יארען, ווען דער שרייבער/דרוקער רופט אלס דעם שבת'דיגען טאג כזה 'זאנאבענד' ידידי מפארשלאפן האט טאקע צוגעשטעלט אז אזוי ווערט דאס גערופען אויף דייטש.

דער אידישער דירעקטארי:
http://books.google.com/books?id=p5lAAA ... &q&f=false

דער דייטשער איבערטייטשער (אויך סאטארטאג אזוי ווי דער ענגלישער סעטארדעי):
http://www.dict.cc/englisch-deutsch/Saturday.html
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”