נפתלי ווייל - קאמפאוזער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

נפתלי ווייל - קאמפאוזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

אין אמתן וואלט איך געדארפט אנהייבן ווי וויכי/תמים.קאם מיט די בעקן.פארן.פארקן.עסען.כיבוד.טרעפיק.

אבער פאר א טשענדזש העליך נישט אזוי אנהייבן....נאר וויאזוי דען...? בבואי...מפאדאנאראם.... אויטש..... בעד סטארט... לאמיר

טרייען נערמאל פאר א טשענדזש....


אנגעהויבן האט זיך עס א גרינעם....... אייגנטליך א פארוואלקענטען.....מיטוואך ליינענדיג מאשקעס רירענדען באשרייבונג אויף בערל וועבערס טעיפ, איז דארט געשטאנען אז די ניגון יהי רצון.... וואס איז דרך אגב איינע פון מיינע 14 פעווערייט ניגונים אויף דעם טעיפ..... איז קאמפאוט.... כ׳מיין קאמפאוזט געווארן דורך ״נפתלי ווייל״....

אייגנטליך אזוי וואלט ווען געדארפט שטיין.... אבער אזויווי מאשקע איז דעמאלטס געווען אינטען רושם פונעם גליטשעדיגן שופר אין די מצה שטריימל (מה ענין פסח אצל ראש השנה שחל להיות בשבת???....א שאלה אויף׳ן פריץ געליטענעם מאשקע....) האט ער נאר אפגעגעבן דעם טענקס פאר פריעד אינעם פאליש..... און פאר׳ן גיטאר וואס ראקט אוועק..... אין פאר אלע מקטריגים פארן זיך ריקן אין די זייט פאר בערי מיטן בלאזענדיגן שופר..... אבער לדאבונינו איז אים ניטאמאל בייגעפאלן אז די מעין שקויעך קומט זיך פאר׳ן קאמפאוזער.... כ׳מיין וואס האסטו געטראכט מאשקעלע?? וויאזוי וואלט די גאנצע ניגון צישטאנד געקומען.. אין וויאזוי וואלסטו געקענט רעדן אזויפיל פונעם שופר אין פינעם מעכטיגן קווייער ווען נישט ס׳דא איינער וואס זאל מאכן דעם ניגון אליין.....אז ס׳זאל זיין אויף וואס די קווייער זאל חל זיין ???

אבער איך מיין כ׳על מיזן ניצן נאכאמאל דעם נזכר לעיל׳דיגן תירוץ.... אפווישן די נאז אין אנהייבן זעהן וואס מ׳גיימיר טוהן.... נאך עטליכע מיטונגען.... כ׳מיין נאך אפאר מינוט טראכטן.... אפאר סעקונדעס שרייבן טו בי קאררעקט.... איז געבליבן אז מ׳גיי מיר זעך נוקם זיין אין דיר פול פארס.... מ׳גיי מיר אים באשרייבן איינמאל פאר אלעמאל אזוי ס׳זאל דיר מער נישט פארגליסטן אויסצולאזן די קרעדיט פאר איינעם וואס קומט זעך..... סאו היי דאא.... מ׳הייב מיר אן מאכן ריסיערטש נאכאמאל... איך האב אפגעמאכט ביי מיר איך מיז דערגיין..., ווער איז דער-ווייל????.... פאר אלע קאסטן (חוץ געלט פארשטייטצעך.....)

נאך גרויס מיה און פלאג..... פון בערך 10 מינוט..... האב איך מיר פארשאפט די אימעיל עדרעס זיינעם.. נעמט נישט קיין 2 מינוט אין א ריקוועסט פון [email protected] פאפט ארויף אויף נפתלי׳ס בלעקטשערי.... פארשטייטצעך ער איז גראד נייגעריג געווארן וואס דער מר. אודיא האט צו פארקויפן..... נעמט נישט לאנג אין איך קריג א מעסידזש.. הא אר יו.....

כ׳האב אים גלייך גע׳ענטפערט נאנאנא א גוטע זאך קומט נישט אן אזוי שווער....כ׳מיין אזוי גרינג..... נעם א בענקל אין לאמיר זיך געהעריג אראפזעצן אויף גוגל טאלק פאר א ווייל אין איך כעל פונקטליך מסביר זיין מה שאלתי ובקשתי און פארוואס איך פייניג... ער זאגט ווארט א סעקאנד לאמיר זעהן צו כעל עס קענען אריינשטיפן אין מיין טייט סקעדזשועל.... פארשטייטצעך זיך ער איז צי ביזי געווען האמיר געדארפט אפשטיפן די מיטונג אויף א צווייט מאל... מיט רשות פון גוגל אין נאך אן אנטשולדיגונג פאר אלע מיינע חסידים דארט...... וואס האבן געמאכט זיכער אנציהייבן א טשעט מיטן האו אר יו טודעי.... אין כ׳האב זיי געענטפערט איים ווערי ביזי, פארשטייטצעך.....כ׳מיין פון ווי זאלן זיי וויסן אז איך בין יעצט אויפן יאגד נאך נפתלי ווייל ????...הא?

סאו ענדליך די נעקסטע נאכט... ליל שישי נאכן טשולענט....האב איך אים געכאפט אין א ליידיגע מינוט (נאכן טרייען פיפצן מאל איבערן טאג פארשטייטצעך....) אין אנגעהויבן מיין אינטערוויו מיט א פערפעשינאליזעם(?) עס איז צוגעגאנגען בערך אזוי......
אודיו: א גוטן
ווייל: אה א גוט יאר אייך
אודיו: צום ערשט לאמיך פרעגן... וויאזוי הייסט איר?? (שוטה וואס בין איך..... כ׳מיין האסטע נישט פריער געזאגט אז ער איז נפתלי ווייל?? עניוועי טי-פיקעל מי...... כ׳דארף דאך זיין פארפעשינעל.......)
אבער איך בין ממש געווארן שאקד ווען ער שיקט מיר צוריק מיט אזא סבלנות.,,,
ווייל: נפתלי אלימלך הלוי ווייל.... אבער קענסט מיר רופן אזוי ווי יעדן דזשאסט ...נפתלי אדער ווי די גאר נאנטע....טולי
(כ׳האב מיר איינגעהאלטן צי פרעגן אויב זיין טאטע האט אראפגעשריבן זיין נאמען אויף א צעטיל פאר׳ן גיין צום ברית... אז ווען דער שמש שרייט מיט קולי קולות....ויקארעשמובעישרול... זאל ער נישט דארפן שטיין מיט ס׳צינג אינדרויסן....
אייגנטליך איך רעד נאך אלץ פון זיין ״לאנגן״ נאמען? ס׳דאך אינגאנצן נישט אזוי לאנג....?? כ׳מיין מ׳האט שוין געהערט לענגערס.... נח׳ס קינדער האבן שוין באלד געטראגן לענגערע נעמען.....)

אודיו: כ׳מיין כ׳גיי דארפן קאלן ר׳ הערשל פריעדמאן ער זאל מיר העלפן פיקען די נאמען....
ווייל: lol......(?)
אבער כ׳האב פונקט נישט געטראפן זיין נומבער האב איך באשלאסן צי ניצן פלעין נפתלי..... אין נפתלי איט איז.....

אזויווי ס׳ווערט שפעט וועל איך נישט אויסטייטשן יעדעס ווארט אויף 25 שירות נאר צוגיין גלייך צום ענין.... וויאזוי פלעגט די רבי זאגן...איינער געדענקט??
אה ער פלעגט זאגן מ׳קען אייביג אנהייבן פון פריש......
אין יעצט איינמאל העליך אים פאלגן....
סאן מורי ורבותי! הערטס מיך אלע צי.....!
די אשכול הייבט זיך דא אן.....יהי! (ס׳גראמט?)

נפתלי (אלימלך) ווייל - קאמפאוזער

נו, ווער איז דער ווייל??
נפתלי ווייל איז א קרית יואל׳ער אפשטאמיגער.... האט געלערענט אין איין חדר מיט ״דוד קויפמאן״ אין ״נפתלי משה שניצלער״....(שוין אלעס פארענטפערט???.....)
ביז אהער איז אלעס געפארן ווי געשמירט אבער פלוצלינג ווי נאר איך הייב אן צו פרעגן ווייטער האט ער דיסיידעד אז ער האלט נישט דערביי צי פארשפרייטן ראביסטעווע אין ס׳רואיגער אזוי... וואס פעלט אים אויס צי רעדן...(גיי ווייס ווער ס׳האט אים איינגערעדט אז איך גיי עס אויספאמפען אויף אייוועלט.....) אבער וויזוי זאגעך א גרינגע זאך קומט נישט אן שווער... איך האב ספעשעל טולס רעדי פאר איך לאמיך אריין אין אזא טשעט... אין ויהי כן.... מ׳נעמט ארויס די צווענגליך אין מ׳הייבט אן ציען..... אין איצטערט טייערע ליינער די פאלגנדע שורות איז מער ווייניגער א סך הכל פון וואס כ׳האב ארויסדערווישט.....


.ער האט אנגעהויבן צי מאכ׳ן ניגונים אלס א 12 יעריג יונגל..... וואס מ׳פלעגט זינגען נאר אין די משפחה פאשטייט זיך.... אין מיט דעם איז עס געבליבן פאר לאנגע יארן..... אלס א 15 יעריג בחור האט ער קאמפאוזט א הערליכן ניגון פאר א משפחה שמחה... ווי ער אליינס האט געזינגען אין געשפילט דעם ניגון! (יאפ די סוד האט זיך ארויסגעגליטשט...... אויסער דעם וואס ער קען קאמפאוזען קען ער אויך שפילן אין זינגען גאר שיין....) ווי אויך מאכט ער היינט צוטאגס אויסטערליש שיינע ניגונים כמעט ביי יעדע משפחה שמחה...... ווי למשל לעצטע וואך האט ער קאמפאוזט א ניגון ״שבת אחים״ לכבוד זיין שוועסטערס חתונה.. אז די נייע שוואגער זאל זיך פילן נאנט מיט די משפחה נאך פאר ווי וואס ווען.....

אזוי אויך האט ער געמאכט אפאר הערליכע באקאנטע ניגונים פאר חברים..... ווי למשל די באקאנטע ״יוסי יוסי״ ניגון (וואס פלעגט זיך ארום דרייען צווישן עולם 2 יאר צוריק) וואס ער האט געמאכט אלץ בחור אין ישיבת תורת חסד... ווען זיין גאר נאנטע חבר. יוסי קליין איז א חתן געווארן..... דארט אין תורת חסד האט ער זיך צוביסלעך מער אין מער אריינגעלייגט דערינען.... ער פלעגט צו מאכן קומזיצן יעדע שטיק צייט וואס פון דארט פלעגט ארויסקומען שיינע נייע ניגונים.....בחורישע מעשיות.... וואס מהאט קיינמאל נישט געהעריג ריקארדעט אין אוועקגעלייגט.... פארשטייטצעך... (אויך האט ער זיך דארט אויסגעלערנט צי שפילן גיטאר..... דאס האט ער האפענטליך יא אוועקגעלייגט.....)

אויך האט ער לעצטנס קאמפאוזד די באקאנטע ניגון ״מושי געב א שמייכל״ .... וואס איז יעצט פון די טאפ רעיטעד אין מאוסט וויוד קליפ אויף יו טוב..... וואס ער האט געמאכט..... פאר א צווייטע חבר משה בראדי אלס דרשה געשאנק פאר זיין חתונה (וואט א בעיוטיפול איידיע!!) אין נאך אסאך אזאנע ניגונים וואס ס׳שוין מער נישט צום געפינען היינט......

היינט אלס א פול טיים ארבייטער פאר המספיק האט ער שוין כמעט נישט קיין צייט ווייטער צי קאמפאוזן ניגונים אבער פארשטייטצעך וויבאלד ער האט די חוש דערצי מאכט ער פון מאל צו מאל... ווען ער האט אביסל איבריג צייט הערליכע ניגונים וואס ער טראגט נאכדעם צי נפתלי משה אין סטודיא צו ריקארדן אין אוועקלייגן....

לענינינו.....

נישט לאנג צירוק לכאורה א זונטאג.... ווען נפתלי האט אףף... איז אים אריינגעקומען אין געדאנק די איידיע פונעם..... היינט אלעמען באקאנטן..... יהי רצון ניגון.... ער האט זיך גענומען ארבייטן דערויף מיט הענט אין פוס... אין קאפ און מח.... אין ס׳האט נישט לאנג גענומען ביז ער האט עס ארויסגענומען מכח אח הפועל (איך וואלט געווען גאר דאנקבאר ווען איינער וואלט מיר געקענט מסביר זיין וואס דאס מיינט.... אבער דעי לשון ניצן די גרויסע רעדנערס וגם אני הקטן בתוכם סאו על איך עס דא אויך ניצן....) אין געמאכט דערפון א דבר השלם... פארשטייטצעך נאכן ענדיגן דעם ניגון איז ער אריבער צי נפתלי משה עס צי ריקארדען ווי געווענטליך.... אבער מה עשה הקב״ה.... נפתלי משה הערט דעם ניגון אין ער רופט זיך אן.... טולי די ניגון גייט בעזהשי״ת. ארויף אויף וועבער׳ס טעיפ..... ישבו נא (ד״א יעזוב נא) ה׳יהי רצון׳ עמי ואתה וע.... ילכו בשלום אל.... אךךךך! כ׳גיי נישט יעצט ארויסנעמען א חומש נאכציקוקען דעם פינקטליכן לשון.... מ׳סארי.... אין ביי דעם איז עס טאקע געבליבן... נפתלי׳ס ניגון איז ארויף אויפן טעיפ אין איז איינע פון די שענסטע ניגונים דערויף....
בלייבט אונז איבער צי וואונטשן פאר נפתלי הצלחה אויף ווייטער אין ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש ביז די 120 געזונטערהייט....

אין איצטערט אפאר בילדער ווס כא פארשאפט....[size=150][/size]
אטעטשמענטס
לייק עלטערע קאזין לייק יונגע קאזין.... נפתלי'ס 5 יעריגע קאזין שפילט קיבאורד בשעת נפתלי זינגט די נייע שבת אחים ניגון וואס ער האט קאמפאוזט לכבוד די שמחה.....
לייק עלטערע קאזין לייק יונגע קאזין.... נפתלי'ס 5 יעריגע קאזין שפילט קיבאורד בשעת נפתלי זינגט די נייע שבת אחים ניגון וואס ער האט קאמפאוזט לכבוד די שמחה.....
נפתלי מיט שלמה טויסיג ביי א משפחה שמחה
נפתלי מיט שלמה טויסיג ביי א משפחה שמחה
with taussig.jpg (14.43 KiB) געזען 6441 מאל
נפתלי מיט די וואן ענד אנלי....ליפא!
נפתלי מיט די וואן ענד אנלי....ליפא!
with lipa.jpg (3.1 KiB) געזען 6433 מאל
די פיקטשער פון טולי אויף וועבערס דעקל... גיי פארשטיי פארוואס פונקט דעי ווען ס'דא סאך בעסערע.....(כ'האשוין מורא אז מאשקע האט געהאט א יד דערין...נעווער מיינד)
די פיקטשער פון טולי אויף וועבערס דעקל... גיי פארשטיי פארוואס פונקט דעי ווען ס'דא סאך בעסערע.....(כ'האשוין מורא אז מאשקע האט געהאט א יד דערין...נעווער מיינד)
weber cover.jpg (1.96 KiB) געזען 6432 מאל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ויקרא שמו בישראל: דזשואיש-אודיא איז א פיינער אינטערוויוער און זאפטיגער שרייבער!
דאס רעשטע לאז איך פאר די אוהדי מוזיקא -- איך באפאס זיך בעיקר מיט די שרייבערישע חלקים.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יאפס, זשואיש האט געמאכט דא א פיינעם זשאב, יישר כחכם.

וויכי, באקומסט א קאמפאוט מיט טישן.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

פארפאלן די ביזט גוט. עס איז מיר אזאך געשמאקער צו ליינען אזא מייסטערהאפטיגע ארטיקעל. ווי עסן לייל שישי אביסלע יאפטשיק
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ווייס נישט וויזוי מגיב צו זיין, דזשואיש, דו ביסט מעכטיג, ניין איך רעד נישט פון די פיקטשערס, דאס איז א זאך פאר זיך, פון וואו האסטעס פארשאפט?.. אבער אזאאאאא מעסיוו באשרייבונג?.. WOW.. און פוהל מיט הומאר.. דו ביסט אנ-ריעל..

דזשואיש, ווי מער דו שרייבסט, אלץ מער זעה איך וואו גוט דו ביסט..

קיפ איט אפ..

בנוגע "תלי" האב איך שוין נישט מער וואס צו-צולייגן, מיר האבן זיך געטראפן אויפן "שיף" און מ'האמער גערעדט וועגן זיין ניגון אויף וועבער'ס אלבוים..

אפשר טאקע קען מען דא אויסרעכענען אלע זיינע ניגונים וואס ער האט שוין געמאכט?..

איינער ווייסט?..

טענקס דזשואיש..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי זאגט קרעמער, איין זאך איז זיכער. "דזשאואיש אודיאו" איז א ריזיגער אינטערוויוער. יישר כח.

איבער "טולי" (שטייסטע מער, איך בין דאך א נאנטער חבר מיט אום...) איז אזוי די מעשה. איך האב מיט אום גערעדט ביים קומזיץ אויפן האדסאן, ער האט דארט אביסל אויפגעלעבט די זאך בעת ער איז אינטער אינזער טיש ארויסגעגאנגען אין א ריקוד אינאיינעם מיט זיינע חברים און ידידים.

די ניגונים וואס ער האט געמאכט פאר זייינע חברים, חתנים, פלעג איך אסאך הערן. אבער דאס איז אלעס געווען אומאפציעל, יעצט איז ער שוין פובליק און זאג אום אז ער זאל זיך נישט ארויסדרייען פון קיין צייטונג שרייבער און מאגעזין אנעלעזירער, ווייל ער איז שוין פובליק.

אגב, דער לעצטער בילד פון די פיר קאלירן וואס בערי האט ארויפגעלייגט האט א באזינדערע סיבה. פאר די וואס האבן אום אויף "פעיס בוק" וועלן דאס בעסער פארשטיין, זינט דאס איז זיין פרופייל בילד אויף פ"ב.

טולי, איי דאנט קנאו איף יו קנאו מי, באט יו'ר גוד, לעט אס העיר מור פראם יו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

פארשטיין פארשטייעך צו נגינה גאנץ ווינציג, און דעם מעכטיגן וועבער סי זי כ'מיין סי די האבעך נאך ניטאמאל געהערט, אבער כ'מיין אז פאר דעם ארטיקל אליינס האט זיך געלוינט אז דער תולי זאל זיין א קאמפויט וויזוי ס'הייסט דארט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

עטליכע בילדער פון תולי/טולי ווייל ביים פארגאנגענער קומזיץ.

מיט ר' מיכאל שניצלער.
מיט ר' ישראל ווערדיגער.
מיט ר' יואל בראך.
שפילענדיג אויפן קיבאורד מיט ר' שמואל בער (בערי) וועבער.


(קרעדיט: ליינער)
אטעטשמענטס
Tuli with Michoel.jpg
Tuli with Michoel.jpg (17.85 KiB) געזען 6042 מאל
Tuli with Sruli Werdiger.jpg
Tuli with Sruli Werdiger.jpg (12.47 KiB) געזען 6037 מאל
Tuli with Yoely Brach.jpg
Tuli with Yoely Brach.jpg (19.07 KiB) געזען 6031 מאל
Tuli with Berry Weber.jpg
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

הרב אודיא ביסט מעכטיג (קרעדיט; וויכי, קרעמער, תמים, איכער, צוביילטער, צייטליך, אה און יא יא אויך)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

שכויח כהנים שכוח כהנים.... אין לווים וישראלים....

צייטליך א שכוח פאר די שיינע פיקטשערס...
אה בנוגע די פעיסבוק פיקטשער.... ביסט גערעכט איך פארשטיי ער ניצט עס דארט אבער איך האלט נאך אלץ מען וואלט געמעגט לייגן א שענערע פיקטשער פון אים.....

אין ביי די וועי כ'האב פארשאפט די ארידזשינעל ריקארדינג פון די יהי רצון ניגון וואס נפתלי האט ריקרדעט ביי נפתלי משה אין סטודיא... ווי ער אליינס זינגט דערויף....
כעל עס אי''ה ארויפלייגן דא גלייך נאך די שלשידעס.... כ'מיין שלש שבועות.....(דריי וואכן בלע''ז)
ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2009 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסט »

איינער האט מיך געפרעגט: ווער איז דער ווייל?

האב איך עם געזאגט: די ניגון רעפרעזענט עם

ער איז עקזעקטלי די זעלבע מענטש (הארץ) ווי די ניגון

בינעך גערעכט?
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ארטיסט דו ביסט 100% גערעכט. נאכן זיך אינטערעסירן איבער דער יונגערמאן נפתלי אלימלך ווייל נ"י, בין איך געוואר געווארן אז ער איז פון די חשובע יונגעלייט אין וויליאמסבורג ער איז פון די מתפללים אין בהמ"ד אודווארי, סאטמאר, אין מחסידי תולדות צבי ד'ספינקא.

א יעדע בהמ"ד פאר זיך איז שטאלץ אז זיי האבן אזא חשובע מתפלל, איז אוודאי א גרויסע שמחה צו האבן אזא יוגערמאן אין עולם הנגינה. דאס איז אין צוגאב צו אלע זיינע אנדערע מעלות
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

נפתלי איז א געוואלדיגע זינגער, ער האט סטייל, איך זע נישט פארוואס ער זאל נישט ארויסגעבן א טעיפ...
און יא ער איז א זאפטיגער קאמפויזער, פול מיט הארץ...
און....יא.... זשואיש אודיאו איז גגגגוט!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער אידישער אודיא טויג דאך יא. וואס רעדט מען זיך אפ?

וואס? ווער האט זיך אפגערעדט? קיינער! ער טויג און פארטיג! א ריכטיגער שרייבער מיט אלע מפרשים!

און דער נפתלי/טולי/תלי ווייל (נישט פארמישן מיט "ווייל" איך בין א אידעלע...), כ'האב לעצטנס געהאט די זכי' זיך צו באקענען מיט אים, און כ'מוז אייך זאגן, ער איז באמת א תכשיט פון א יונגערמאן. אן איידעלער, צוגעלאזענער, מיט גוטע מדות, בלאזט נישט פון זיך, רעדט בא'טעמ'ט מיט נייע חברים ווי מיט אלטע, צהלתו בפניו און כ'ווייס-נישט-וואס בלבו, און ער קוקט מיר אויס ווי א יונגערמאן צו גאט און צו לייט.

איך וואונטש אים אסאך הצלחה אינעם עולם הנגינה, און ער זאל קענען שטייגן מיילע מיילע.

פארוואס? ווייל!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

I must agree with #1 meiven
I too think that tuly should produce an album, he has a very new style songs and a very nice and - I'll also say - new style voice, that I think is very interenting and nice...
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

נפתלי אויב ליינסטו דאס......

זעהסטאך ווי יעדער וויל זאלסט ארויסגעבן אן אייגענעם... אינקלודינג מי... (געדענקסט נאך יענעם ליל שישי????)

סאו יעמוד.... כ'מיין ס'צייט אנצוהייבן טראכטן דערוועגן......
מ'ווארט דערויף..
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

איי מאשקעלע, ביסט דאך אזוי מין קריעטיוו, פארוואס? ווייל!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך? איך האב קיין איין ניגון נישט קאמפאוזט... :-(
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

מאשקע זיי נישט צובראכן.... מ'קען זיין קריעטיוו אויף אנדערע אופנים אויך... כ'מיין איך דארף נישט אויסרעכענען....
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

jewish_audio האט געשריבן:די ארידזשינעל ריקארדינג פון די יהי רצון ניגון וואס נפתלי האט ריקרדעט ביי נפתלי משה אין סטודיא... ווי ער אליינס זינגט דערויף....




https://rcpt.yousendit.com/721657252/7f ... 127753a21b
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

א גרויסן שכוח מיין מוזיק!

עס איז א הערליך.... עכט א שיינעם קול... נפתלי כ'מיין קענסט קוין אנהייבן צו זינגען אויף חתונות אלס א סייד דזשאב....
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

די ניגון איז זייער הארציג עס האט מיך גאקאסט א טרער נאכדעם וואס כלל ישראל גייט טאקע דורך די "גזירות קשות ואכזריות",

זאל טאקע דער אייבישטער העלפן מיר זאלן שוין ניצול ווערן

ווייסט איינער אויב דער נפתלי ווייל דאווענט פארן עמוד אין די ימים נוראים ? איך וואלט אים זייער שטארק געוואלט הערן
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

לויט ווי איך ווייס דאווענט ער נישט פארן עמוד אין ערגעץ... טאקע א שאד
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

וויכי האט געשריבן אינעם מיכאל אשכול....(איך ווייס נישט וויזוי מ'מאכט די געלונגענע לינקס ווי משרייבט 'דא' אדער 'דארט' אין ס'לינקט אהין ... קענסט עס גלייבן?)

"לויט ווי געוויסע קוועלער געבן איבער, גייט מיכאל האבן א ווידאו צו פראמאוטן די סידי, דארט גייט מען הערן ליפא'ס ניגון, און אויף יענע קווייער זינגט אויך די שוין היינט באקאנטע קאמפאוזער "נפתלי (תולי) ווייל".

ט/תולי וועי טו גאו! קיפ איט אפ... נאך א ריזען אויף וואס צו זיין דעספערט אויף מיכאל'ס טעיפ!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זשואיש, לייען דא, סיז זייער גרינג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”