חזן זיידל ראוונער

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

farshlufen האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:זידל ליגט אין וויליאמסבורג לעבן די בריק אין יודישן בית החיים דארטן, כך שמעתי.

ר' איטשע, איר ברויכט צו זיין אן אויסלענדער, אין וויליאמסבורג ביים בריק איז קיין ביה"ח [House of life -קרעדיט גוגל] פארהאן.

קאן זיין אז די רעדע איז פון "מאונט ציון סעמעטערי" דאס איז אין מעספעט ניו יארק נישט ווייט פון ווילי, א זיכונג אויף זייער סייט האט מיר געגעבן א נאמען:

ROVNER, JACOB
סאסייעטי KONSTANTINE2
11/15/1933

נישט אייביג שטימען די דאטומען פונקטליך ממילא קאן זיין אז דאס איז אונזער חזן.


יאך בין אן אירופעישע, אבער אזוי האב אמאל געהערט, ראוונער איז נישט געווען זיין נאמען נאר זיין ניק, אבער יתכן אז עס שטייט אזוי אויף זיין מצבה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וויאזוי לייגט מען דא ארוף אן מפ"3?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

וואסי פשט אז אז ער ווער אנגערופן "דער בארדיטשובער חזן"?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

למיטב ידיעתי איז בארדיטשובער חזן געווען ירוחם הקטן. וויר ווערט זיידל אנגערופען בארדיטשובער חזן?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האב אפאר ניגונים פון ר' זיידל געזינגען דורך באבובער אינגעלייט, אויב איינער וויל עס ביטע זיך פארבינדן אין אישית.
אזוי אויך האב איך אסאך ניגונים וואס מען האט געזינגען אין באבוב פון וועלטליכע חזנים.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

סארי, די ניגונים וואס איך האב זעה איך אז עס איז די זעלבע ווי די לינק אויף די פריערדיגע בלאט, איך האב עס נישט באמערקט
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

רבי זיידל ראוונער האט געזונגען אין א סאך חסידישע הויפן, אבער איך האב אמא געהערט (דאכצעך פון רבי משה דוד בן רבי איטשע שטרום המשורר אצלו) אז ער איז געווען א ראדאמסקער חסיד.

איך האב ערגעץ אין מיין באזיץ (אדער אין בעיסמענט אדער אין בוידעם אדער ביי מיין טאטע אין בעיסמענט/בוידעם) די טעיפס פון ר' אישטע שטרום וואו ער זינגט ר' זיידל'ס ניגונים.

ער האט פארפאסט א הערליכע ניגון אויף אמת ואמונה וואס ר' איטשע פלעגט אלץ זינגען. מען זינגט עס אין וויזניץ, אבער פאר סאם ריזען איז די וועג וואו מען זינגט ר' זיידלס ניגונים אין וויזניץ סאונדען זיי נישט אזוי איי איי איי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אינטערסאנט, אין וויזניץ זינגט מען אויך דעם אזי בשלישי, און אויך היבש פארדרייט. קוקט אויס אז אזי בשלישי קומט אויך פון ר' זיידל אדער זיין רבי'ן.

איבער דאס ראדאמסקער שייכות - עפעס וועקסטו מיר אויף זכרונות איבער דעם, כ'האב ערגעץ געליינט איבער דעם.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער אב הרחמים שוכן במרומים וואס מען זינגט אין וויזניץ שטאמט אויך פון אים. איז דאס דער זעלבע ווי מען זינגט אין באבוב נאר אן אנדערע גירסא, צו אן אנדערע ניגון לגמרי?
למה זה תשאל לשמי...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עס איז די זעלבע וואהרע.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

לעווי שרייבט:
ער האט פארפאסט א הערליכע ניגון אויף אמת ואמונה וואס ר' איטשע פלעגט אלץ זינגען. מען זינגט עס אין וויזניץ, אבער פאר סאם ריזען איז די וועג וואו מען זינגט ר' זיידלס ניגונים אין וויזניץ סאונדען זיי נישט אזוי איי איי איי.


ריכטיג. דער ניגון "ויהי בנסוע" איז דאכט זיך היבש פיינפול צו הערן (אין וויזניץ), פאר א מענטש וואס קען דאס נישט פון פריער. דער "אב הרחמים" איז פיל מער פארשטענדליך און געפילרייך. ווייניגסטנס לויט מיין געפיל.

אגב, פאר די וואס זענען באקאנט מיט דעם "ויהי בנסוע": ביי די ווערטער "ביה אנא רחיץ", ביים סוף פונעם שטיקל, טוישט זיך לייכט דער סטיל פונעם ניגון, און עס גייט אריבער צו א לייכטן ווארעמען ניגון. אין וויזניץ זינגט מען דאס ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אומאפהענגיג פון דעם לאנגן "בריך שמיה". אמאל בין איך געווען אין אן אמעריקאניש-ליטוויש ביהמ"ד אין פלעטבוש, וואו מען האט דאס געזונגען ביי "הוצאת ספר-תורה" ביים דאווענען. פון דעם האב איך פארשטאנען, אז דאס שטיקל פון "ביה אנא רחיץ" איז ווארשיינליך אן עלטערער טראדיציאנעלער פאלקס-ניגון, וואס איז איינפאך צוגעשטעלט געווארן צו דעם "בריך שמיה" פון זיידל ראוונער. אפשר איז עמיצן קלארער דאס בילד?..
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך קען דאס נישט באשטעטיגן, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז זיידל ראוונער דארף צוקומען צו א פאלקס ניגון צו פארענדיגן זיין ניגון.

אגב, איך האב שוין געהערט דער שטיקל אויף ממקומך זייער שיין ארויפגעפאסט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

העתקה מספר "שהשמחה במעונו" חלק ד, שיו"ל ע"י צעירי ויזניץ, כסלו תשס"א,
מתוך פרק א של "הבוחר בשירי זמרה - זמרו לה' חסידיו".


ו. אמנם כן - מחה פשע המושר גם על המילים תתגדל ותתקדש

סיפר כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בסעודת ר"ח אייר תשמ"ז, כי אביו הק' שמע את המנגינה מפי בעל מנגן בהיותו באתר הקייט וואטרא-דארנא בשנת תרצ"ז, אלא ששיפצה קצת והכניס בה רוח חיים.

בשנת תרצ"ט בצת ביקורו בארצינו הקדושה, שר מרן זי"ע במנגינה זו את התיבות "תתגדל ותתקדש", וזמר זה הופץ בשעתו בכל ארץ הקודש, כעבור זמן הלביש את המנגינה על התיבות "אמנם כן".

ופעם בטיש של ערב יום הקדוש, לאחר ששרו "אמנם", העיר מרן זי"ע: "אל תמנע טוב מבעליו - ניגון זה הוא של זיידל ראוונער" (. . . שהבעל מנגן הנ"ל מוואטרא-דארנא היה תלמידו).

ח. אמת ואמונה

את הניגון על התפלה "אמת ואמונה" המושר בחצר הקודש, הלחין החזן המפורסם הרה"ח ר' זיידל ראוונער ז"ל מלבוב,

י"ד. בקראי ענני

הניגון "בקראי ענני אלהי צדקי", מקורו מהחזן הנודע ר' זיידל ראוונער ז"ל, הוא חיבר לחן על כל פרק ד מתהלים, והניגון המושר על שלושת הפסוקים "בקראי ענני", "בני איש", "ודעו כי הפלה" - הוא חלק ממנו.

כ"ח. זכר חסדו ואמונתו

הניגון על המילים "זכר חסדו ואמונתו וכו'", הוא מהחזן החסידי המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל, כ"ק אדמו"ר בעל "אמרי חיים" זי"ע זכר רק את הניגון על הפסוק הזה, מתוך הניגון הארוך שהלחין ר' זיידל על כל פרק צ"ח מתהלים.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

העתקה מספר "שהשמחה במעונו" חלק ה, שיו"ל ע"י צעירי ויזניץ, אלול תשס"א,
מתוך פרק ב של "הבוחר בשירי זמרה - זמרו לה' חסידיו".


אגורה באהלך עולמים

הניגון על התיבות "אגורה באהלך עולמים וגו'", מקורו מהחזן המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל מלעמבערג, הוא חיבר לחן על כל פרק ס"א מתהלים, והניגון המושר על שלושת הפסוקים "כי היית", "אגורה", "כי אתה" - הוא חלק ממנו, ניגון זה מושר בחצר הקודש בחג הסוכות, בגלל התיבות "כי היית מחסה לי... אגורה באהלך עולמים, אחסה בסתר כנפיך" - הרומזת לסוכה.

מרן בעל "אמרי חיים" זי"ע התבטא פעם כי הוא אוהב מאוד את ניגוניו של ר' זיידל,

ויהי בנסוע - בריך שמיה

את היצירה הנפלאה על התפלה "ויהי בנסוע" - "בריך שמיה", המושרת בחצר הקודש, הלחין החזן המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל מלבוב.

סיפר כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע, כי פעם באחד הימים שלפני חג הפסח, עבר ר' זיידל - עם מקהלתו - דרך וויזשניצא, ביום של קריאת התורה, ונכנס להתפלל תפילת שחרית עם כ"ק מרן הסב"ק זי"ע, בביהמ"ד התפללו שחרית, ואילו בסאלאש שעל ידו - אפו מצות של הקהילה, בתום תפילת שמונה עשרה, כיבד הס"ק את ר' זיידל בפתיחת הארון, באומרו, שישיר "ויהי בנסוע" עם המקהלה, שירתו של ר' זיידל היתה כל כך נעימה ועריבה, עד שהפועלים שהיו מרדדים את המצות נמשכו אל השירה הנפלאה, בהשאירם אחריהם את ה"טייגלעך", אשר נחמצו ונאלצו לזרקם..

שירו לה' שיר חדש

את היצירה הנפלאה על פרק צ"ו מתהלים "שירו לה' שיר חדש וגו'", המושמעת לעיתים בשולחן הטהור, הלחין החזן המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל.

כ"ק מרן זצללה"ה סיפר, כי בכל חתונה שהשיא רבנו ה"סבא קדישא" זי"ע את אחד מצאצאיו, היה ר' זיידל בא לשמח, כמו כן היה בא לעיתים לשבת קודש - יחד עם מקהלתו, מרן זי"ע התבטא: "דער טאטע האט איהם אף געטרעטטן דעם עמוד", בתפלת קבלת שבת כובד לשיר את המזמור "שירו לה' שיר חדש", ובתפלת שחרית את התפלות "אל אדון" ו"ממקומך".
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

יאך בין אן אירופעישע, אבער אזוי האב אמאל געהערט, ראוונער איז נישט געווען זיין נאמען נאר זיין ניק, אבער יתכן אז עס שטייט אזוי אויף זיין מצבה.[/quote]

שוין דעמאלס אויך געװען ניק׳ס...? :smile:
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

לחיים ולברכה האט געשריבן:אינטערסאנט, אין וויזניץ זינגט מען אויך דעם אזי בשלישי, און אויך היבש פארדרייט. קוקט אויס אז אזי בשלישי קומט אויך פון ר' זיידל אדער זיין רבי'ן.

איבער דאס ראדאמסקער שייכות - עפעס וועקסטו מיר אויף זכרונות איבער דעם, כ'האב ערגעץ געליינט איבער דעם.



אזי בשלישי איז נישט פון רבי זיידל עס איז פון רבי בצלאל דעסויער
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

והוא פלאי האט געשריבן:דער אב הרחמים שוכן במרומים וואס מען זינגט אין וויזניץ שטאמט אויך פון אים. איז דאס דער זעלבע ווי מען זינגט אין באבוב נאר אן אנדערע גירסא, צו אן אנדערע ניגון לגמרי?

דע ניגון וואס נען זינדט אין באבוב איז אינגאנצען נישט ענדליך תי דע ניגון וואס מען זינגט אין וויזניץ אויף אב הרחמים שוכן במרומים,

דע באבובער ניגון איז א הארצרייסענדער ניגון פין כ"ק המהר"ש זצ"ל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לשמוע אל הרינה ואל התפילה

קרעדיט, לידידינו ר' יוסף שלמה המכונה יוסלמאן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

קהלת האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:דער אב הרחמים שוכן במרומים וואס מען זינגט אין וויזניץ שטאמט אויך פון אים. איז דאס דער זעלבע ווי מען זינגט אין באבוב נאר אן אנדערע גירסא, צו אן אנדערע ניגון לגמרי?

דע ניגון וואס נען זינדט אין באבוב איז אינגאנצען נישט ענדליך תי דע ניגון וואס מען זינגט אין וויזניץ אויף אב הרחמים שוכן במרומים,

דע באבובער ניגון איז א הארצרייסענדער ניגון פין כ"ק המהר"ש זצ"ל


כבוד הרב קהלת שליט"א
די ניגון וואס מ'זינגט אין באבוב אויף אב הרחמים שוכן מרומים, איז פון ר' זיידל ראוונער, כ'ברעך שוין קאפ לאנגע יארן צו דאס איז די זעלבע ווי וואס מזינגט אין וויזניץ, אבער עכ"פ די זעלבע געדאנק (סטייל)
מן הסתם זענט איר זיך טועה מיט די ניגונים אב הרחמים הוא ירחם און אב הרחמים הטיבה ברצונך וואס כ"ק מהר"ש מ'באבוב האט מחבר געווען
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

לחיים ולברכה האט געשריבן:אינטערסאנט, אין וויזניץ זינגט מען אויך דעם אזי בשלישי, און אויך היבש פארדרייט. קוקט אויס אז אזי בשלישי קומט אויך פון ר' זיידל אדער זיין רבי'ן.

.

די ניגון אזי בשלישי איז א מעשה פאר זיך, מיט די ישמח משה
והמעשה שהי' כך הי': עס איז געווען א איד א וויין סוחר פון רוסלאנד מיט'ן נאמען ר' בצלא'. דער ר' בצלא' איז אמאל געפארן קיין אונגארן צו קויפן טרויבן צו מאכן וויין. דער יום טוב שבועות האט זיך דערנענטערט, און ער האט נישט געקענט אנקומען אהיים קיין רוסלאנד אין צייט אויף יום טוב, איז ער געבליבן אין אוהעל אויף יום טוב
שבועות ביינאכט בשלחנו הטהור פונ'ם הייליגן ישמח משה איז דער ר' בצלא' מיטגעזעסן, האט דער ישמח משה אים מכבד געווען צו זינגען א ניגון אויפ'ן פיוט אזי בשלישי.

דער איד האט אבער קיינמאל נישט געקענט זינגען און האט גארנישט פארשטאנען צו נגינה. אבער אז דער ישמח משה הייסט זינגען זינגט מען. והיה לפלא אז אויפ'ן ארט האט ער מחבר געווען דעם הערליכן חזנות ניגון פון אזי בשלישי, וועלכע מיר זינגען ביז היינט.
.פון דאן אן איז ער געווארן א חזן, און מ'האט אים אויפגענומען אלס חזן אין די שטאט אדעססע, אין רוסלאנד.


(מפי קדשו פון כ"ק מהר"ש מ'באבוב זצ"ל - נאך געשריבן ווארט נאך ווארט פון די גליון שלומה של מלכות יו"ל ע"י חסידי באבוב (45) )
היוצא לנו מזה אז די ניגון איז נאך פיל עלטער ווי אונזער חזן ר' זיידל ראוונער
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

איך האב א ביכל מיטען נאמען די געשיכטע פין חזנות ארויס אין יאר 1924 עס איז דא דארט גאר א שיינע באשרייבינג איבער ר' זיידל
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך האב פונקט היינט מעיין געווען אינעם ביכל פון הר"ר יונה לאנדא זז"ג איבער דעם מאקארובער רבין, באשרייבט ער דארט ר' זיידלען וואס איז געווען א מאקארובער חסיד, שרייבט ער דארט אז מ'האט אים גערופן זיידל אלס סגולה פאר אריכות ימים צוליב וואס ער איז געווען א בן יחיד.
אבער ר' בערל שווארץ שרייבט אז מ'האט אים גערופן זיידל ווייל ער האט שטארק געענדלט אין זיין זיידן.
און ס'איז דא נאך מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די צוויי, ווי אויף זיין געבורטס ארט און נאך. אלזא וועלן מיר בהכרח מוזן צוקומען צו זאמלערס ביכל, קלארצושטעלן די ריכטיגע פאקטן.

אז מ'רעדט פון ר' זיידל'ען דערמאן איך זיך אז כ'האב לעצטענס געזעהן געשריבן אין א טשארקובער ביכל, אז ווען מ'האט דארט געזוכט א חזן פארן הויף, איז געווען א רעדע פון אויפנעמען ר' זיידלען. אבער למעשה האט עס דער רבי נישט ערלויבט וויבאלד ס'האט צירקולירט א שמועה אז ער האט אויפגעטרעטן אינעם אידישן טיאטער. און דער שרייבער פירט דארט אויס: הגם ס'איז נאר געווען א שמועה, איז אבער דאס אליין גענוג געווען אז מ'זאל אים נישט וועלן אויפנעמען טראץ זיינע אלע געוואלדיגע מעלות.
(דאס באשרייבונג דארט איז בעצם זייער אינטרעסאנט, ועוד חזון למועד).

א גרויסן דאנק פאר "איטשע" פאר דעם לינק. כ'האב עס נאכנישט דורכגעלעזט, אבער ס'זעהט אויס צו זיין אינפארמאטיוו.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

על הנסים - אזי בשלישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איך וויל מיך דא שטעלן אויף צוויי ניגונים וואס מען האט געגעבן ר' זיידל דער קרעדיט פארן עס קאמפאזירן 1. על הנסים 2. אזי בשלישי.

דער נגון על הנסים האב איך געהערט פון ר' שאול הוטטערער ז"ל, אז עס האט קאמפאזירט ר' ירוחם הקטן, ער האט צוגעלייגט אז מען פלעגט עס זינגען אין לובלין ביים רבי'ן!
דער נגון אזי בשלישי האט ער פארציילט האט ר' זיידל קאמפאזירט.
אויפן דיסק פון ר' פיש בייגל שטייט אז אזי בשלישי האט קאמאפזירט ר' בצלאל דעסויער.

וואס איז אויפאלנד איז די צוויי ניגונים, זענען בלתי שום ספק קאמפאזירט געווארן דורך איינעם, עס איז איין סיסטעם, בפרט איז דא איין תנועה וואס איז 100% גענוי די זעלבע ביי ביידע ניגונים.
דער תנועה וואס חזר'ט זיך איבער 4 מאל, פאר מסרת גיבורים!
דער תנועה וואס חזר'ט זיך איבער 4 מאל, פאר קולו וכחו בהדרו!

ווער ר' בצלאל דעסויער איז געווען וויסעך נישט, אבער ר' ירוחם הקטן מבארדיטשוב, איז געווען דער רבי פון ר' ניסי בעלזער, דער רבי פון אונזער ר' זיידל...

בדרך אגב אין באבוב זינגט מען א "מזמור שיר חנוכת" פון ר' ניסי הנ"ל
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אויב איינער וויל הערן אביסל די לאנגע שיינע שטיקלעך פון ר' זיידל, זאל אפירזוכן ווי עס זינגט "משה גענטשאף" וואס האט אסאך עוסק געווען אין זיינע שטיקלעך. אויף די בלויע עם פי דריי וואס קש"י האט ארויסגעגעבן, איז דא דארט דער באקאנטער "אב הרחמים" "מגן אבות" און "אז בהלוך ירמי' על קברי אבות", געזינגען דורך משה גענטשאף.
איך האב נאכנישט געפינען א קאסעטע וואו מען קען הערן ר' זיידל בעצמו זינגט, און ס'איז טאקע א פלא פארוואס.

איטשע,
איך זעה אז איר האט פארבינדונגען מיטן דאקטאר, צו קען איך אייך פארלייגן די פילע פראגן וואס איך האב צו אים און דו וועסט עס אים איבערגעבן?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”