=====פאול - גרעפיקס פרייזן!!!====== שטימט!!

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בערך וויפיל איז די פרייז וואס איר נעמט פאר א געווענליכע קאלירפול עד?

0-150$
6
13%
150$-300$
21
44%
300$-500$
15
31%
500$-
6
13%
 
סך הכל שטימען: 48

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

=====פאול - גרעפיקס פרייזן!!!====== שטימט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

ביטע שטימען וויפיל איר נעמט [בערך] פאר א געווענליכע עד - פול קאלאר.
לעצט פארראכטן דורך פעטריטשקע אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 4:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב לעצטענס געצאלט זעקס הונדערט דאלער פאר א קאלירפולע עד.
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

איך_הער האט געשריבן:איך האב לעצטענס געצאלט זעקס הונדערט דאלער פאר א קאלירפולע עד.


זיי אזוי גוט, געב אפ דיין שטימע, אויב נישט פאר דיר כאטש פאר דיין גרעפיקער..... ;l;p-
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גע'פועל'ט, איך האדעך נישט געוואלט וואוטן, ווייל איך נעם נישט, באט אז דו הייסט, כל מה שיאמר לך פעטריטשקע עשה.
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

נו? וואו איז דער עולם?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך בין נישט אין גרעפיקס, אבער וואס הייסט "א געווענליכע עד"?

געווענליך אין די קאלארס?
געווענליך אין די סייז?
געווענליך אין די סטייל?

און וואס איז פשט פון א "פול קאלאר עד"?
ווי איך פארשטיי נעמט מען די אלע פיקטשערס פון די 'נעט און מען שמעלצט עס צוזאם, טא איז דאך אלעס ממילא פול קאליר?
טא פארוואס ווען מען נוצט די גרעי-סקעיל טול זאל מען נעמען ביליגער, אדרבה ס'יז נאך ארבעט..?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יאך בין נישט אין די "בעטן" פאר גרעפיקס ליין, אבער אין די ליין פון "צאלן" פאר גרעפיקס בין איך שוין איינמאל, און מען צאלט די הויזן...
האבעך געשטימט בשם מיין גרעפיקער, (כ'האף ער זיצט נישט אויף אייוועלט אין די צייט וואס ער טשארדשט מיר...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה גוטע נייעס... ס'דא צוויי גראפיקער'ס וואס בעטן צווישן גארנישט און 150 דאלער פאר א פול קאליר עד!

געט'ס ארויס אייער נומער...
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

לאזגע_ לאמיר אביסל קלאר מאכן, דא אין אמעריקע קאסט רענט, אן ערך פון 1500 טאלער, אין לונדון למשל קאסט עס כמעט גארנישט! (יא די שטאט צאלט עס...ואכמ"ל)
דא צאלט מען פאר א עד ארום 300 דולר, אין לונדון אז די בעטסט די פרייז, קענסטו ווארטן אויף קאסטומערס, (ביודעי ומכירא קאמינא), קיינער [חוץ אפאר אריינגעפאלענע] וועלן דיר נישט נעמען.

זעהט אויס אז עס ווענט זיך אין די אינפלאציע...
הימל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימל »

איך האב איינמאל געצאלט פאר דעזיין ענד פרינט איבער זעקס הונדערט דאללער פאר א עד (ס'איז געווען אינקלאדיט א פיקטשער פון א פראדאקט) אבער נאכדעם בין איך געגאנגען צו א אנדערע לאקאל גראפיקער וואס האט מיר געבעטן $400, איך האב טאקע באקומען דארט א בעסערע ארבעט אבער מיין ביזנעס איז נאכנישט אזוי גרויס אז איך זאל קענען ספענדן אזויפיל געלט פאר גראפיק
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שוועמל פרעגט. אפשר וועט האניג קענען ענטפערן:

נישט אייביג איז א בילד א גראפיקס. נישט אייביג איז א גראפיקס א בילד. (און נישט אייביג איז א בילד א בילד, און א גראפיקס א גראפיקס... :lol: )

וואס כ'מיין ארויסצוברענגן איז אז צו מאכן א גרעיסקעיל גראפיקס איז עפ"י רוב (עכ"פ פאר מיר) פיל גרינגער און שנעלער. איינמאל אבער מ'הייבט אן מיט קאלירן, נעמט שוין פיל מער צייט זיך צו שפילן מיט די קאלירן (וואס נעמט פיל מער צייט ווי זיך צו שפילן מיט גרעיסקעיל, כמובן). עכלה"ק. (עד כאן לשוני הקטן)

כ'האב פשוט נישט קיין נערווען און צייט לעת עתה צו צולייגן די נושא אויף קליין געלט. זאל מיר אנדערע העלפן דערמיט. אויב נישט וועל איך אליין דארפן טון דער ארבעט אויב ס'פעלט אויס.

הצלחה!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איך צאל א יאר שווערע געלטער פאר גראפיקס, איך האב שוין געדילט מיט פופצן גרעפיקערס זיכער, אבער וויפיל מען באצאלט איז שווער צו זאגן, יעדער נעמט אנדערש, עס זענען דא וואס נעמען ביי די שעה אין עס זענען דא וואס נעמען פער שטיקל, איך האב צוויי גרעפיקערס וואס נעמען 75 דאללער א שעה, איך האב א גרעפיקער וואס נעמט 300 דאללער א פאוסטער און איינער וואס נעמט 400 דאללער, און איך האב שוין באצאלט 600 דאללער א פאוסטער, איז לע"ד איז שווער צו וואוטען.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”