רבי יקותיאל יהודה ראזענבערגער מדיערעש זצ"ל - י"ז אלול תש"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
איך אומרים שם העיר לנכון ד'יערעש או געריש. יש הרבה עיירות שהקרי והכתיב אינם שווים, וממש יכולים לפתוח אשכול שלם בגראמאטיק על זה ועם הטעמים וכו'. ישנו דרך צחות המיוחס לאחד הצדיקים אזלא גרש גרשיים, והשערתי היא כי האות הראשונה נשמע כמו דזש, ומכאן הג' והד'.
בנוגע להתורת יקותיאל, ראיתי פעם כת"י, שיש שם משמעות שנסע להרה"ק ר' משה'לי שינאווא. האם אפשר לאחד הידענים מפה לכתוב לאיזה צדיקים נסע, אשר היא מפתח גדול להבנת תולדות הדורות
אכתוב פרט מעוניין ששמעתי פעם, כי לבד שיש בהמשפחה הרבה ת"ח, יש ביניהם בליע"ה אחוז גדול מאד שלא לפי ערך מוחות חריפים
בנוגע השאלה ששאל ר' יאסל אודות שידוכים, משאלתו נראה שאינו יודע המצב ברומעניע לגבי שידוכים לערליכע בחורים בימים ההם, איני יודע דיטעילס בנוגע הנפטר, אבל בכלליות אינו תמי'

למה זה תשאל לשמי...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
ביקסאד האט געשריבן:עס זענען פון אים פארבליבן זעק מיט כתבים בכל מקצועות התורה וועלכע ווארטן אויף א גואל.
דא אין די הקדמה פונעם בן המחבר ר' חיים ז"ל מדיעריש דערמאנט אז עס איז נאך דא אסאך כתבים תשובות און חידושי סוגיות ודברי אגדה.
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
לויט ווי מיין שוואגער זאגט מיר האט מען געזאגט דאס ווערטל ווייל עלטערע אידן פלעגן אויך ר' פרצ'ן רופן דיערעשער רב, און אויך זיין עלטערער ברודער ר' חיים האט זיך גערופן דיערעשער רב, און בכלל איז עס געווען פון די גרעסטע רבנישע משפחה נאך די מלחמה (אזוי שרייבענדיג טראכט איך אז מעגליך גאר די גרעסטע) ווייל די מאמע מיט אלע צען קינדער האבן איבערגעלעבט.
בנוגע חתונה האבן, האט מיין שוואגער גארנישט געהערט פון די משפחה אבער עס איז דא היפש אידן וואס זענען נאך געווען צוישן 25 און 30 יעריגע בחורים ביי די מלחמה, בעיקר האט מען נישט חתונה געהאט ווילאנג מ'האט נישט געהאט קיין באפרייאונג פון מיליטער ווייל וועלכע מיידל האט געוואלט בלייבן א לעבעדיגע אלמנה און מעגליך ח"ו אן עגונה.

אז מ'לעבט דערלעבט מען
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
ביקסאד האט געשריבן:און פון א ג דגושה האט אייער רבי אין חדר יא געלערנט ?
פאר מ'זעמיר ממשיך, היינט איז די יארצייט.
לחיים אלע אידן, זכותו יגן עלינו.
ענטפער: ניין
צוריק צום נושא פון זיינע חידושים, כ'האב נאך אמאל גערעדט מיט מיין שוואגער, און ער האט באשטעטיגט דאס וואס איך האב געקווענקלט, אז ס'איז דא טויזענטער כתבים און חידושים פון אים.
ער האט אליין געזען לעצטנס א קאפי פון א פאדערשטן בלעטל פון א ריזיגן כתב יד אויף הלכות טריפות.
על כן ווער ס'וויל זיך היינט מקבל זיין א גוטע זאך קען אנפאנגען צו טון בנוגע די כתבים פון א תורה ריז בדור האחרון, און לויט ווי מיין שוואגער זאגט דארף די ערשטע אדרעסע זיין ביי הרה"ג ר' יושע ראזענבערגער חבר ביד"צ עדה החרדית, וואס ער איז דער עלטצטער לעבעדיגער זון פונעם עלטצטען זון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
lebediger berel האט געשריבן:ביקסאד האט געשריבן:צוריק צום נושא פון זיינע חידושים, כ'האב נאך אמאל גערעדט מיט מיין שוואגער, און ער האט באשטעטיגט דאס וואס איך האב געקווענקלט, אז ס'איז דא טויזענטער כתבים און חידושים פון אים.
ער האט אליין געזען לעצטנס א קאפי פון א פאדערשטן בלעטל פון א ריזיגן כתב יד אויף הלכות טריפות.
על כן ווער ס'וויל זיך היינט מקבל זיין א גוטע זאך קען אנפאנגען צו טון בנוגע די כתבים פון א תורה ריז בדור האחרון, און לויט ווי מיין שוואגער זאגט דארף די ערשטע אדרעסע זיין ביי הרה"ג ר' יושע ראזענבערגער חבר ביד"צ עדה החרדית, וואס ער איז דער עלטצטער לעבעדיגער זון פונעם עלטצטען זון.
לויט ווי איך האב געהערט פון אן אייניקל האלט מען שוין אינמיטן טוהן, מען פאנגט קודם אן מיטן טייפן א.א.וו., די פלענער זענען צו מאכן א דבר השלם צוזאמנעמען אלע כתבים וואס דאס קען אויסקומען 4-5 בענדער, און זיי בעטן ווער עס ווייסט פון כתבים זאל זיך מעלדן צו די אייניקלעך.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
אינעם אשכול החידות האמיר געלייגט א בילד פונעם תורת יקותיאל פונעם יד ושם קאלעקציע
יעצט האב איך דארט געטראפן צוויי בילדער פון די דיערעשע ישיבה וואס אויף איינע פון די בילדער די וואס זיצן אינמיטן מיט די פלאכע ביבער הוטן זענען קינדער פונעם תורת יקותיאל (לפי השערתי וואלט איך געזאגט אז איינער זעהט אויס ווי ר' פרץ ז"ל און איינער ווי דער גמזו'ער ז"ל), אויפן צווייטן בילד קען מען אויך זעהן אויף די אויבערשטע שורה עטליכע יונגלעך\בחורים מיט ביבער-היטלעך (אינטערעסאנט וואס זענען די סדרנים פין'ס וואס עטליכע אויף די אונטערשטע שורה האבן אויפן רעקל).
יעצט האב איך דארט געטראפן צוויי בילדער פון די דיערעשע ישיבה וואס אויף איינע פון די בילדער די וואס זיצן אינמיטן מיט די פלאכע ביבער הוטן זענען קינדער פונעם תורת יקותיאל (לפי השערתי וואלט איך געזאגט אז איינער זעהט אויס ווי ר' פרץ ז"ל און איינער ווי דער גמזו'ער ז"ל), אויפן צווייטן בילד קען מען אויך זעהן אויף די אויבערשטע שורה עטליכע יונגלעך\בחורים מיט ביבער-היטלעך (אינטערעסאנט וואס זענען די סדרנים פין'ס וואס עטליכע אויף די אונטערשטע שורה האבן אויפן רעקל).
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
ביקסאד האט געשריבן:דער תורת יקותיאל איז אוועק אין מיטן קריג אין טארדא, י"ז אלו"ל תש"ד,
עס זענען פון אים פארבליבן זעק מיט כתבים בכל מקצועות התורה וועלכע ווארטן אויף א גואל.
זיין רביצין הרה"צ חנה בת הרה"ג ר' מנשה גאלדבערגער מ'סטראפקאוו איז אוועק כ"א אדר ראשון תשל"ח.
זיי האבן איבער געלאזט צעהן קינדער,
פינף זוהן,
הרה"ג ר' אברהם ברוך זצ"ל אב"ד גמזו, חתן הרה"ג ר' נתן דוד הכהן האללענדער אב"ד אמסאנא.
הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, חתן הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא.
הרה"ג ר' חנניה יום טוב [ליפא] זצ"ל אב"ד אייכנשטאט, חתן הרה"ג אשכנזי אב"ד יאסי.
הרה"ג ר' פרץ שליט"א אב"ד סוליצא, חתן הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ.
הרה"ג ר' מנשה ז"ל, חתן אחיו הגדול אב"ד גמזו.
פינף טעכטער,
הרבנית הינדא ז"ל אשת הרה"צ ר' מרדכי לייפער זצ"ל מ'באניא.
הרבנית פעסל תחי' אשת הרה"ק ר' משה חיים רובין שליט"א מ'דינוב.
מרת אסתר תחי' אשת הרב אלטר חיים יהודה שמחה שליט"א.
מרת בילא תחי' להבל"ח אשת הרה"ג ר' יונה פילאף ז"ל מר"י סאטמאר.
מרת פיגא ז"ל אשת יבלחט"א הרה"ג ר' חיים ברוך פינק שליט"א מח"ח בעלזא.
בד"ה, היום יום י"א באב תשע"ב נפטרה הרבנית מדינוב בתו של בעל התורת יקתואל זצ"ל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1277
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm
יהיה כן האט געשריבן:יו"ח של הה"ג ר' חיים ראזנבערגער מדיערעש זצ"ל
בנו מ"מ הה"ג ר' זלמן לייב שליט"א אבד"ק דיערעש ווימבס"ג
בנו הה"ג ר' אלימלך שליט"א ממאנסי
חתנו הה"ג ר' ישראל מענדל וואגשאל שליט"א
חתנו הה"ג מגיד מישרים ר' ישעיה אשר אנשיל ווייס שליט"א
חתנו הה"ג ר' זלמן הלברשטאם מטשאקעווע שליט"א בהגר"מ זצ"ל חבר הבד"צ של העדה"ח
-
- שר חמישים
- תגובות: 95
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 345
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am
ראספשע האט געשריבן:טייטל האט געשריבן:אפשר אן עמעריצישע שאלה אבער כ'האב געוואלט וויסן אויב הרבנית חנה איידיל אשת הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, בתו של הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא לעבט נאך היינט צוטאגס?
נפטר געווארן היי יאר, ממש פארן זוממער סעזאן
viewtopic.php?p=1699368#p1699368