גאגעל מעפ'ס אויף ספרינט'ס טהור כאפט נישט גיפיעס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

גאגעל מעפ'ס אויף ספרינט'ס טהור כאפט נישט גיפיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

מיר ווייסן שוין פון דעם פראבעלם א לאנגע צייט, דערווייל האביך נישט קיין שום עצה אדער השגה ווען/אויב די זאך וועט פאראכטן ווערן.

איינער האט מער אינפא. אויף דעם?
אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך EMT »

אויף מיין Curve מאכט עס אויך פראבלמען
מיט א שמייכל ~ Always Happy
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

נעכטן באמערקט אויף מיין קארוו ס'ערשטע מאל אז ער האט נישט גוט געכאפט מיין לאקאציע..
ער האט מיר געשטעלט אויף די אנדערע זייט וויליאמסבורג בריק אין די איסט סייד אין די צייט וואס כ'בין געזעצן ביי מיר אין דיינונג רום אין ווילי..
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לויט ווי ס'ווערט באריכטעט איז דער פראבלעם דא נאר ביי ספרינט און בעלל קענעדע, ווערייזאן האט נישט די פראבלעם.

אויך איז דער פראבלעם נאר ביי די טהור און אויך די קארוו M, (נישט פארמישן מיט די געהעריג קארוו וואס ארבעט פיין).

עס איז דא עטליכע גאגעל אשכולות וועגן דעם אבער יעדער קרעכצט קיין סעלאשען איז נישטא.

עס איז זייער אויפרעגנט אז גאגעל רופט זיך גארנישט אן צו דעם פראבלעם, אפאר וואכן צוריק האבן זיי געזאגט אז מ'ארבעט דערויף אבער זינט דאן הערט מען נישט פון זיי קיין ווארט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווען דער שטורם איז ארויסגעקומען, האט גוגעל מעפס אויך נישט געארבעט די ערשטע פאר וואכן. זיי האבן פרובירט עס אנצולייגן אויף ווערייזאן'ס פאליסי פון בלאקירן דעם גפ"ס, אבער מ'האט זיי אראפגעדרייט דעם קאפ אזוי לאנג ביז זיי האבן געטראפן א וועג עס צו מאכן ארבעטן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די טהור חברה שלאפן אויך נישט... מען דרייט זיי אראפ דעם קאפ, אבער דערווייל רירן זיי זיך נישט.

נישטאמאל מאכן זיי זיך וויסענדיג
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ביים שטורם האט עס גענומען חדשים. דער עולם איז געגאנגען ניסלעך אבער מ'האט געטאפט א וואנט. אז דו און דיינע חברים וועלן לייגן גענוג פרעשור, וועט עס איין טאג אנקומען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה שור לייגט מען דריק, מען נוצט די שארפסטע ווערטער אויף זיי, אין גאגעל פארומ'ס.

אפאר מינוט צוריק האט איינער געמאלדן דארט אז א אנדערע פראגראם "פאונד" האט היינט ארויס געגעבן א נייע ווערסיע עס זאל ארבעטן גיפיעס אויפן טהור, דעס לייגט אויך גרויס דרוק אויף זיי, ווייל עס ווייזט אז מען קען יא, און אויך אז א פשוטע פירמע איז בעסער ווי ""גאגעל""
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

גוגל מעפס איז היינט ארויסגעקומען מיט אן אפדעיט, קאן זיין דער פראבלעם איז אויך געפיקסט. איך האב נישט געטשעקט.
פון די פאון בראוזער, m.google.com/maps
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

גוטע נייעס פאר אלע וואס האבן געגארט צום גוגל ג'י פי עס: די נייע ווערסיע 3.2.0 ארבעט שוין יא צוזאמען מיטן טאור. אבער עס האט א צווייטע פראבלעם, עס איז עפעס ווי אויסגעשטעלט פאר א טאטש סקרין דיווייס, עפעס איז ווראנג, מען קען נישט געהעריג סקרולן אזוי ווי די פריערדיגע.
עס קומט מיט עטליכע פרישע מעלות, צום ביישפיל, בעסערע אינפארמעישאן פון די טראנזיט, אזוי אויך וויקי אינפא (וואס איך זעה נאך נישט וויאזוי מען קען דאס קוקן, מען קען דאך נישט פוינטן אויף א פלאץ מיטן בלויזן טרעקבאלל)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”