עצה מיט א דיספיוטעד קרעדיט קארד

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

עצה מיט א דיספיוטעד קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א קאסטומער האט באשטעלט א ארדער, מ'האט עס געשיפט מיט יו פי עס און זיי האבן עס געלאזט ביי די side door.
דער קוסטומער האט א חודש דערנאך דיספיוטעד טשארזשעס זאגנדיג ער האט עס נישט באקומען. כ'אב אריינגעשיקט די טרעקינג און געוויזן אז ס'יז דעליווערט, און זיי האבן מיר טאקע צוריקגעלייגט דאס געלט.

עטליכע וואכן דערויף האט ער נאכאמאל דיספיוטעד טשארזשעס, אודך האב איך ארריינגעשיקט די טרעקינג אז ס'יז דעליווערט אבער זיי האבן געזאגט אז ס'יז נישט גענוג, איך מוז האבן "סיינד פראאף" אז דער רעציפיאנט האט ערהאלטן די סחורה.

ווייסט עמיצער מער איבער די דיספיווט פראצעדור און וויאזוי איך קען צוריקבאקימען דאס געלט?
אזויפול ווייס איך אז דער קאסטומער האט געסטראשעט אויפן טעלעפאון ער גייט דיספיוטן וויבאלד עס איז געשיקט געווארן 2-3 וואכן שפעט ווייל עס איז נישט געווען אין סטאק אין אנהויב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

שוועמל, מרבה נכסים מרבה דאגה..

לעצם הענין, איך בין נישט צו באקאנט, אבער כפי ידיעתי איז דארף נאר זיין א סיגנוטשער אויב דו האסט עס פארלאנגט ביים שיפען פון יו פי האתון.. און א לעיסאן אויף נעקסט טיים זאלסט פארלאנגן (ס'קאסט דען עקסטער?)
ס'קען זיין אז דאס וואס ער האט צוריקגעלייגט די געלט נאכן דיספיוטען קענסטו נוצן אלץ פראף אגעינסט עם (ביי א קאלעקשן אג'ענסי)
דער עיקר, "הצלחה"!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יא, ס'קאסט עקסטער צו פארלאנגען א סיגניטשור.

שוועמל, דו דארפסטעך טענה'ן, אז די קאסטומער האט נישט אויסגעוועלט אז מ'זאלעס דארפן סיינען, און ממילא אז אויב די ווייזט א קאפי פון די טרעקינג אינפארמעישן, (געב זיי נישט נאר די נאמבער, געב זיי די אינפארמעישן אליינס.) דארפן זיי האבן א פראבלעם דאס צו קענען בעק טשארזשן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צום זאך האט געשריבן:ס'קען זיין אז דאס וואס ער האט צוריקגעלייגט די געלט נאכן דיספיוטען קענסטו נוצן אלץ פראף אגעינסט עם (ביי א קאלעקשן אג'ענסי)


נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט דא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צום זאך האט נישט קלאר פארשטאנען דאס וואס דו האסט געשריבן אז זיי (מיינענדיג די קרעדיט קארד פירמע) האבן צוריקגעלייגט די געלט, ער האט געמיינט אז דער קויפער האט דאס אליין צוריקגעשטעלט.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

קרעמער, האסט מיר פארשטאנען..
חיים-שלמה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2009 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים-שלמה »

אויב האט דער קאסטומער פארלאנגט א סיגניטשער, איז עס יא. פי. עס. פראבלעם פארוואס זיי האבן עס אראפגעלייגט און זיי קענען דיך נישט בלעמען
אגב. אויב האסטו שוין געהאנדעלט מיט די קאסטמער אמאל, קוק ווי אזוי ער האט דעמאלטס פארלאנגט
און דאס וועט הוכיח זיין
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער קוסטאמער האט נישט פארלאנגט קיין סיג.

למעשה האב איך געפיילט א קלעים מיט יו פי עס און זיי גייען אראפשיקן אן אינוועסטיגעיטער יולי דעם 28סטן ממילא עמער זען וואס ס'עט ווערן בע"ה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געבליבן איז אז UPS האט מיר געשיקט אן 'עקנאלעזשמענט' אז זיי זענען אראפגעגאנגען אהין און אז דער רעסיפיענט האט ערהאלטן די סחורה.
אויף דעם ארויף האב איך אים נאכאמאל געטשארזשט די קרעדיט קארד, לאמיר האפן ס'וועט אים נישטאמאל בייפאלן צו דיספיוטן נאכאמאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוין ווידער האב איך א מעשה פון א קרעדיט קארד.

איינער האב געפלעיסט אן ארדער, גענוצט א בילינג אדרעס פון PA און געשיפט צו אן אדרעס 5738 E Tower Ave, Fresno, California 93727 אונטער אן אנדערן נאמען.

עטליכע וואכן דערויף האט דער 'בילינג אדרעס' מענטש גערופן און געטענה'ט לא דובים ולא ארדערס ער האט עס קיינמאל נישט געפלעיסט, לבסוף האט מען ריזשעקטעד טשארזשעס און איך האב פארלוירן.


היינט קאלט מיך אן דער באנק און פרעגט מיך איבער א אנדערע טשארזש, קוקנדיג מערק איך ווי ס'יז נאכאמאל די זעלבע שטינק, א בילינג אדרעס פון MN און געשיקט צו 5738 E Tower Ave, Fresno, California 93727.
ס'יז מיר גוט געווארן ווייל כ'אב שוין איינגעזען אז מען רעדט דא פון א פשוטע גזלן וואס גנב'ט קרעדיט קארדס און פלעיסד ארדערס און שיקט צו זיין אדרעס אין פרעסנא קאליפארניע.
די שאדן האלט ביי איבער 1000 דאלער. (כ'אב געטשעקט אלע דערווייל איז נישטא נאך ארדערס וואס שיקט זיך אהין)

פון די געלט קען איך מיך געזעגענען. אבער דעם גזלן וואלט איך געוואלט אונטערשטעלן א גוטן פיסל, לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט ער הייסט דוועק ווייל זיין פאון נאמבער האט ער ביידע מאל אנגעגעבן אלס א ניו זשערסי נאמבער, 201 עריע קאוד.

זאל איך אריינמישן מיין קאמפיטינג עיזשענסי די עף בי איי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטס און ווארעמס »

איך האב געהאט (האב) גראדע פינקט דאס פארקערטע, איך בין איינמאל ארום געקראכן אין די ... און איך האב אנגעטראפן א קאמפעני CREDITREPORT.COM אז איך קען האבן א פרי קרעדיט, און איך האב געגעבן מיין אינפא, און ווי זיי האבן געבעטן א קרעדיט קארד נומער [ווי איך האב פארשטאנען איז עס צו קוקן די קרעדיט]און איך האב אריינגעלייגט מיין CHASE דעביט קארד נומער, און שוין,

און מיטאמאל א חודש שפעטער זעה איך א טשארדזש פון הנ"ל פון 14.95 און ואיתו עמו עפעס א נייע בריה EZ SAVER די זעלבע אמאנט 14.95 און איך האב מיך נישט וויסנדיג געמאכט, ס'טייטשט אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען און זיי האבן געטשארדזשט אויפן קרעדיט ריפארט,

און א חודש דערויף, אודך! צוויי טשארדזשעס פון 14.95 מיט גרויס אויפרעגעניש האב איך אנגערופן די דיפארטמענט פון די באנק וואס גיט זיך אפ מיט די זאכן און געזאגט אז איך וויל דיספיוטן די טשארדזשעס און עס האט געדארפט דורכגיין א גאנצע זאך ווייל עס איז א דעביט קארד זיי האבן געדארפט מבטל זיין די קארטן און מיר שיקן א נייע שוין, און נאך א חודש צייט באקום איך א בריוו פון זיי אז זיי האבן צירוק גטשארדזשט די געלט רוף איך זיי אן און איך פרעג למה, האט אויפגעהויבן א שפאנישע אז עס האט מיר זיך געדאכט אז איך רעד צו ספרינט און זי האט מיר נישט געוויסט צו זאגן גארנישט און זי האט נאכאמאל דיספיוטעד די אלע אויבערדערמאנטע זאכן.
[המשך יבוא ווען עס וועט זיין וואס]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל;

וועמען דען דארפסטו פארשטענדיגן אויב נישט די אויטאריטעטן וואס זענען געשטעלט נאכצוגיין די אידענטיטעט גנבים?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שוועמל, זע דא:
http://www.ic3.gov/default.aspx
השם ימלא חסרונך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ליהודים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליהודים »

שוועמל, דאס איז אן אלטער כלל, אז מ'שיקט נישט נאר צו אן אדרעסס וועלכע מעטשט די צום בילינג. פארדעם איז דא די AVS וועריפיקאציע.

מיין ענליכע עקספיריענס לעצטענס איז ליידער געווען מיט א היימישע קאסטומער.
א רוטינער קאסטומער וועלכע פלעגט פיל מאל באשטעלן און האט צומאל אויך גענוצט דעם פריוואטן קרעדיט קארד פונעם שיתוף אינעם געשעפט.. ויהי היום, כמעט א האלב יאר שפעטער, דער ביזנעס האט זיך פארמאכט, און ווי געווענליך זענען די שותפים געווארן צע'הרג'עט, האט זיך דער שיתוף דערקלערט אן עצה צוריק צומאכן דאס געלט... ער האט מערער געווען [בלשון עירעור - dispute בלע"ז] די טשארדזעס אויף צוריק ציוועגס זאגנדיג אז ער האט נישט קיין אהנונג פון די באשטעלונגען. איך האב אויפגעהויבן א וויי געשריי טעלעפאן קאלל צו דעם קאסטומער, זאגט ער מיר ס'איז נישט ער.... ער הייבט אן מיט א גאנצן פזמון אז דער שיתוף איז דער גנב און ער איז אויך בא'גנב'עט געווארן ודי. האב איך אפגערופן דעם שיתוף און ער טענה'ט אז ער איז נישט ממש געווען א שיתוף, נאר געזוכט ארויסצוהעלפן דארט וכו' און ער האט עס אים נאר געבארגט און קיינמאל נישט צוריק געזען א.א.וו. אשר ע"כ איז ער נישט מחיוב צו באצאלן...

דערווייל זוץ איך מיטן שאדן פון עטליכע טויזנט דאללער פאר זייערע סכסוכים.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס מיינט pre-arbitration?

ס'יז געווען א קאסטומער וואס האט דיספיוטעד א טשארזש, איך האב די געלט צוריקבאקומען נאכן ענטפערן פאר די באנק א ריכטיגע טענה.
למעשה באקום איך נאכאמאל א בריוו פון די באנק אז דער קאסטומער פארלאנגט א פרי-ארביטרעשאן און טענה'ט אז איך דארף אים יא צוריקגעבן דאס געלט. אויפן בריוו שטייט נישט אז דער באנק האט טאקע צוריקגעגעבן דאס געלט, אבער זיי פארלאנגע איך זאל ענטפערן דערויף.

וואס איז פשט פון דעם?
איז דאס נאך א דיספיוט? וויפיל מאל קען מען דיספיוטן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”