אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:BREAKING: Joe Biden signs executive action to rejoin Paris Climate Accord "as of today."

צוריק צו די סארט פאליסיס וואס דערשטיקן אמעריקאנער דזשאבס, אויסגעבן טריליאנען דאלארן. אין דער זעלבער צייט וואס אנדערע לענדער מאכן שמוציג דעם פלאנעט. וואס אפילו יעדער אין דעם אקאורד זאל זיך ווען האלטן דערצו טוט עס כמעט כמעט זעראו אויף.

דזשאב וועל דאן מיסטער ביידען!

איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך? אדער איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט? די רעכטע מידיע האט אליין געזאגט אז צענדליגע קאמפעניס האבן שאדן געהאט געלט פון דעם, איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך, דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער, וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין, אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
קעפאטעליזם איז זייער גיט, אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור, און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען, און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אין א געוויסע זין ווערט יעדע מענטש אפעקטירט דערפון.

ווען מ'האט געוואלט בויען דעש ראוד אין מאנרא האט די פראיעקט געקאסט כמעט דאפלט און זיך פארשלעפט זייער לאנג צוליב וואס די EPA האט משוגע געמאכט מיט רעגולעישאנס (אויסער אנדערע סיבות).

דאס הייסט אז יעדע גרעסערע אינטערנעמונג אדער עפעס וואס דארף צוקומען צו די רעגירונג, גייט מען דארפן אויסגעבן מער געלט און צייט נאכצוקומען די משוגעתן.

איך נעם נישט יעצט קיין שטעלונג צו ס'איז גערעכט צו נישט, אבער יעדער ווערט טו סאם עקסטענט אפעקטירט דערפון.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ברוכים הבאים
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יש ברירה האט געשריבן:סננ באריכט פון קוועלער אינערהאלב די ביידען אדמיניסטראציע אז זיי האבן נישט גע'ירש'נט קיין שום פלאן פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער וויאזוי צו דיסטריביוטען וואקסינען "מיר גייען דארפן בויען אלעס פון סקרעטש"...

(CNN)Newly sworn in President Joe Biden and his advisers are inheriting no coronavirus vaccine distribution plan to speak of from the Trump administration, sources tell CNN, posing a significant challenge for the new White House.

The Biden administration has promised to try to turn the Covid-19 pandemic around and drastically speed up the pace of vaccinating Americans against the virus. But in the immediate hours following Biden being sworn into office on Wednesday, sources with direct knowledge of the new administration's Covid-related work told CNN one of the biggest shocks that the Biden team had to digest during the transition period was what they saw as a complete lack of a vaccine distribution strategy under former President Donald Trump, even weeks after multiple vaccines were approved for use in the United States.

"There is nothing for us to rework. We are going to have to build everything from scratch," one source said.

איך האב מיר געוואונדערט צי יעצט וועלען אויך זיין די באקאנטע אנאנימעס סאורסעס,
זעה איך אז עס גייט ווייטער אן, אבער פארשטייט זיך עס איז אנטי טראמפ,

וויאזוי זאגט טורקס,
די מידיא איז נישט בייעסד, מען פרעגט טראמפ פארוואס ביזטו משוגע,
נאכדעם פרעגט מען ביידען פארוואס איז טראמפ משוגע,
אלעס די זעלבע שאלות,,,

לענינינו איז מעגליך אז 30 מיליאן וואקסינען האט טראמפ פארטיילט אין איין חודש אן קיין שום פלאן?
טאקע א געוואלדיגע חידוש,
אין אויב יא פארוואס דארף ביידען א פלאן?
זאל ער ווייטער אזוי פארטיילען די וואקסינען, און אלעס וועט זיין מסודר...
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

they saw as a complete lack of a vaccine distribution strategy under former President Donald Trump,
:lol:

קענסט זאגען עס איז נישט אזוי גוט,
אבער complete lack?
אז יענער קען קענסטו אויך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איבער טשעקן פאקטען אין היסטאריע חחח
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בעיני איז די גאנצע שמועס אבי גערעדט, עמיצער אן איינגעשטעלטער ערגעץ אין די פעדעראלע סיסטעם האט געטאן זיין דזשאב ווי ער באדארף און די קארפן קעפ נעמעןקרעדיט, און די צווייטע צד שרייט שוין או נאו.

מוז נישט זיין בכלל אז די ערוועלטע בעאמטע זענען געווען דערין פארמישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז געגאנגען ראנג דארט?



נאט מאטש, די עולם האט עפעס נישט אזוי ליב די מערסטע פאופלער פרעזידענט אין היסטאריע,

כהאב ליטערלי נישט געקענט טרעפן איין קאמענט פאר ביידען,
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פרוביר אויך האט געשריבן:they saw as a complete lack of a vaccine distribution strategy under former President Donald Trump,
:lol:

קענסט זאגען עס איז נישט אזוי גוט,
אבער complete lack?

יא דאס איז א מאדנע סטעיטמענט סתם געמאכט צו נידערן ערווארטונגן.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

viewtopic.php?p=1381323#p1381323
מאנטאג ינואר 23, 2017
מצלמה האט געשריבן:טראמפ -מעטיס הייבן אן שמייסן אין ״אייסיס״ מיט מער אייפער און אגרעסיע ווי קיינמאל בעפאר.


http://www.thegatewaypundit.com/2017/01 ... y-1-video/


פענטאגאן באריכטעט 31 אטאקיר מיסיעס קעגן אייסיס טארגעטס, אין סיריע, איראק.
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

יש ברירה האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:they saw as a complete lack of a vaccine distribution strategy under former President Donald Trump,
:lol:

קענסט זאגען עס איז נישט אזוי גוט,
אבער complete lack?

יא דאס איז א מאדנע סטעיטמענט סתם געמאכט צו נידערן ערווארטונגן.

ווען די טראמפ אדמיניסטרעישן ליקט ווען צו די מידיא אז די אבאמא אדמיניסטרעישן האט איבערגעלאזט complete lack of strategy אויף וויאזוי צו באזיגן אייסיס וואלט עס די מידיא אויך אראפגעלייגט מיט אזא סטרעיט פעיס? אדער וואלטן זיי שוין געווען ביזי אז זיי טוען עס צו נידערן ערווארטונגן?
(--ווערטערלאז--)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

זיסע פיש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:BREAKING: Joe Biden signs executive action to rejoin Paris Climate Accord "as of today."

צוריק צו די סארט פאליסיס וואס דערשטיקן אמעריקאנער דזשאבס, אויסגעבן טריליאנען דאלארן. אין דער זעלבער צייט וואס אנדערע לענדער מאכן שמוציג דעם פלאנעט. וואס אפילו יעדער אין דעם אקאורד זאל זיך ווען האלטן דערצו טוט עס כמעט כמעט זעראו אויף.

דזשאב וועל דאן מיסטער ביידען!

איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך? אדער איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט? די רעכטע מידיע האט אליין געזאגט אז צענדליגע קאמפעניס האבן שאדן געהאט געלט פון דעם, איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך, דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער, וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין, אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
קעפאטעליזם איז זייער גיט, אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור, און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען, און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.[

איך האב אזוי ליב די תגובה ספעציעל ווייל איך גלייב אז עס איז געשריבן געווארן מיט פונקטליך זערא וויסנשאפט אינעם חלק פונעם ענערדזשי אינדוסטרי און מען מיינט אז די גאנצע זאך יאיז בלויז אביסעלע קלין אפ פון לופט דורך די געז קאמפעניס

יעצט שורה ביי שורה

איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך?

אויב וואוינסטו אין ניו יארק איז ווארשיינליך דער תירוץ אז יא און ביג טיים
אויב וואוינסטו אין ניו יארק סיטי וואס זיי האבן באשלאסן נאכצוקומען די דאזיגע סטאנדארט נאך אפילו אונטער די טראמפ אדמינסטראציע איז אויך דער תירוץ א ווארשיינליכע יא
אויב טוסטו קאנסטראקשן אין ניו יארק סיטי, איז דער תירוץ שווערע שווערע טויזנטערס שאדן פער דזשאב סייט עט עי מינימום
אויב ווילסטו דוקא דער נמשל (נישט די משל) וויל איך קודם וויסן אויב די האסט שוין אמאל געהערט פון די טערמינען:
LEED / LEED Certification
Net Zero Building
ASHRAE
NYSERDA
Urban Green Council
ועוד ועוד

איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט?

א עוורידזש הויז פון 1200-1500 ספ פוטפרינט אויפן דאך קומט צו ערגעץ צווישן 20-40 אלפים עקטשועל קאנסטראקשן קאסט אין די סיטי
סאפט קאסט נאך א צענער מינימום
ווער צאלט פאר דעם?

איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך

דאס איז לאו דוקא אבער פון א ביזנעס פערספעקטיוו קענסטו העכסטנס טענה׳ן אז עס עפנט אויף אנדערע אינדוסטריס וי איז עס א נעט געין? קען זיין. פונקט ווי טעסלא ליידט נישט צופיל פון די ענערדזשי רעגולעשנס ווייל זי האלטן שוין סאך ווייטער

דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער

ווי אויך אז מען זאל נישט קענען בויען א נעטשורעל געז פייפליין און ניו יארק סטעיט וואס האט צוגעברענגט צו א סטעיטווייד געז מאראטאריום פאר נייע קאננעקשענס פאר א שיינע פאר חדשים פון שנת תשע״ט העעל״ט.
והיינו טעמא דקיסטאון פייפליין והיינו טעמא אז עלעקריק און געז בילס גייען פיין ארויפפארן

אין אמעריקע והיינו טעמא אז יעצט איז געז היבש ביליגער ווי ימי אבאמא וכדומה וכדומה

וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין
so whats the problem

אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
די פאריזע עיקארדס און די קיאטא פראטאקאלס און סי או פי1 ,סי או פ 2 אויף וואס די אלע זאכן זענען געבעיסד האט זירא שייכות מיט געזונט אדער קרענק און דאס האט דירעקטלי מיט די אי פי עי
צופעליג אונטער די אי פי עי ווערן די זאכן אויסגעמישט און איין פעקל אבער עס האט בעיקר מיט קארבאן עמישנס און גרינהויז געזעס
אן עי סייד נאוט, אויב מאכט מען קעפ ענד טרעיד מה הועילו חכמים בתקנתם אויפן ח
לק הגעזונט?

קעפאטעליזם איז זייער גיט,
עס איז אבער צופעליג אן אינטערסאנטע זאך ווי די קעפ ענד טרעיד חברה און די ספרעד די ו
ועלטה חברה האבן זיך צאמגעטראפן

אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור
therefore

און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען,
לגבי עצם שאדן מאכן די ענוויראנמענט ביזטו גערעכט אבער וואס מיינט שאדן מאכן די ענווייראנמענט, וואס איז די סאלושן און אויב די סאלושן איז טאקע א ריכטיגע סאלושן ענד עט וואט פרייס איז שוין א צווייטע זאך והוא הדין וויפיל פאוער האט די רעגירונג אויף צו מאכן אזעלכע דעסישנס?
why not the green new deal ? why stop at paris ?

און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.[
make up your mind
צאלט מען פאר אנדערע לענדער אדער פאר אמעריקאנע בירגער ?
אויב רעדסטו פון אמעריקאנער בירגער איי רעסט מיי קעיס
פאר אנדערע לענדער איז מיין שאלה ווי פאלגענד:
וואס פארדינט אמעריקע דערפון ?
אויב אמעריקע פארדינט איז די נעקסטע קשיא, וויפל איז דער פרייז דערפון ווערט ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זיסע פיש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:BREAKING: Joe Biden signs executive action to rejoin Paris Climate Accord "as of today."

צוריק צו די סארט פאליסיס וואס דערשטיקן אמעריקאנער דזשאבס, אויסגעבן טריליאנען דאלארן. אין דער זעלבער צייט וואס אנדערע לענדער מאכן שמוציג דעם פלאנעט. וואס אפילו יעדער אין דעם אקאורד זאל זיך ווען האלטן דערצו טוט עס כמעט כמעט זעראו אויף.

דזשאב וועל דאן מיסטער ביידען!

איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך? אדער איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט? די רעכטע מידיע האט אליין געזאגט אז צענדליגע קאמפעניס האבן שאדן געהאט געלט פון דעם, איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך, דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער, וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין, אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
קעפאטעליזם איז זייער גיט, אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור, און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען, און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.

איך האב נישט קיין איינונג וואס דו שרייעסט. אלע שטודיעס צייגן אז אויב זאל דער דיעל ווערן עמפלימענטירט, וועט דאס אפקאסטן ביליאנען אדער גאר טריליאנען אין GDP און מיליאנען דזשאבס.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון ביזנעסלייט. מען רעדט נישט דא פון גרויסע קאמפאניס. יעדע קאמפאני גרויסע צו קליינע גייען ווערן עפעקטעד דערפון. אפגערעדט פון וויפיל די 'ענעדזשי אינדוסטריע' וועט ליידן דערפון.

חוץ מזה, אפילו אלע לענדער אין דעם דיעל זאלן זיך ווען האלטן דערצו, וואלט עס מיט כמעט נישט רידוסד די טעמפעראטור. פארשטייט זיך אז דער איינציגסטע לאנד וואס וועט זיך ערליך האלטן דערצו, וועט זיין אמעריקע און אירע ענווייראמענטאלע רעליגיעזע שותפים/לענדער. ווידער אנדערע לענדער וועלן מאכן א לעבן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שטודיעס? אויב ווילסטו גיין מיט שטודיעס דארפסטו שוין אפלאדירן ביידן פארן גיין מיט סייענס און מיט שטודיעס, אנדערש ווי דער קאמען סענס טראמפ.

אלע שטודיעס זאגן אז די פאריז אפמאך איז קריטיש וויכטיג פאר די וועלט וויי לויט אלע שטודיעס איז די סכנה פון גלאבאל ווארעמינג גאר געפארפול און מען האלט אט אט ביים אריבערגיין די רויטע ליניע, אלזא לויט די שטודיעס איז די פאריז אפמאך ממש געווינטשן.

און מערערע שטודיעס טענה'ן אז דאס וועט גאר צוברענגן זשאבס. און איך מיין אז עס איז נישטא קיין איין ערענסטע ארגענעזאציע וואס זאגט אז עס וועט אפקאסטן 'טריליאנען' פאר אמעריקע'ס GDP.

די טשעימבער אף קאמערץ, א קאנסערוואטיווע ביזנעס ארגענעזאציע האט באגריסט די פרישכ צוריק-איינשלוס אינעם אפמאך.
זקן מלא רחמים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בלינצע האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:איר הערט??

א פרעזידענט זאל פארבאטן "פעדעראלע אגענטורן" פון נוצן דעם נארישע טערמין פון "טשיינע וויירוס" וואס מאכט סתם קריגערייען אן קיין שום נוצן, דאס מעג מען נישט, און ס'הייסט "זיך באגייען מיט זיידענע הענטשוך"..
אבער זאגן אויף טעלעוויזיע אז ער גלייבט דעם רוסישע פרעזידענט פוטין מער ווי די אמעריקאנע אינטעלעזשענס לגבי רוסלאנד'ס זיך אריינמישן אין די וואלן, בעטן מ'זאל צוריק אריינעמען רוסלאנד צום G7 סאמיט אן פארלאנגען עפעס שריט איבער קריימיע (די סיבה פרוואסט מ'האט זיי ארויסגעשטויסען), און נישט ווילן פארדאמען די קרוין פרינץ פון סאדיע אראביע פאר די מארד פון אן אומשולדיגע צווילע בירגער ווען יעדער ווייסט אז ער איז געווען שולדיג אין דעם, דאס מעגן מען טוען, און דאס מיינט "שטארק קאנפראטירען לענדער פאר זייערע מעשים טובים"..


איין משוגעת פארענטפערט נישט די צווייטע.

און זיך פארעדן און סיינען א עקזעקעטיוו ארדער, זענען ווייט איינס פונעם צווייטן כרחוק מזרח ממערב.

טראמפ האט זיך 'פארעדט'??

גיוו מי עי ברעיק..


יא, וואס דען?


טראמפ האט זיך אויך 'פארעדט' ביים בעטן אריינצונעמען רוסלאנד צום סאמיט און ביים נישט פארדאנען קאשאגי'ס מערדער??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז נאריש צו מאכען א ביג דיעל פון ריפען די וויירוס טשיינע וויירוס אדער קאוויד ניינטין דאס מיינט נישט אז עס איז א סקאנדאל און מען דארף אנפאנגען זיכען פרעצעדענט אדער די היסטאריע ביכער א חוץ טאמער די מח פארנעמט נישט קיין קריטיק דאן איז ראטזאם נישט מיט צו האלטען ווייל קריטיק איז ארדינערי אין וואשינגטאן.

און אויב דו ווילסט שטארק ארויפברענגען די צוויי עבירות פון טראמפ דאן האסטו דיין שאנס ווי דו וועסט עס יעדע טאג קענען נאך אמאל ארויפברענגען מיט א פרישע היצערישע טון וואס ווי עס שיינט איז עס א פערזענליכע ווייטאג.

יא! א סך מענטשען האלטען אז די אינטעליזשענס קאמיונעטי זענען געוועהן ראונג אין 2016 עס איז נאר נישט די ריכטיגע פלאץ עס מודה צו זיין פארנט פון פוטין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

די מוח פארנעמט קריטיק, אבער נישט פון געוויסע וואס האבן פארטיידיגט טויזענט מאל ערגערס.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

כאפצעם האט געשריבן:ביידען וועט פרייטאג אנאנסירן די פארמירונג פון א "טשיילד סעפערעישאן טעסק פאורס" צו אויפזיכן און צוריק צו פאראייניגן אלע פארלוירענע קינדער מיט די עלטערן.

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

פרעזידענט ביידן פלאנירט צו ריפלעיסן די גאנצע פעדעראלע קאר פלאטע, מיט אמעריקאנע געמאכטע עלעקטראנישע אוטאס.

די פעדעראלע פלאטע באשטייט פון 645,000 קארס..

נאך אין די נייעס: ביידען שרייבט אינטער עקזעקיוטיוו ארדער צו פארבאטען די באניץ פון די טערם "טשיינע וויירוס"...


בקיצור עס קומען פיר יאר פון אסאך ליפטיגע yummy פרויערישע עקזעקיוטיוו ארדערס...


די עכטע אישוס זאל א צווייטער קעיר נעמען.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ירום הודו האט שוין אונטערגעשריבן צענדליגער ארדערס.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

צל עובר האט געשריבן:ירום הודו האט שוין אונטערגעשריבן צענדליגער ארדערס.



ס'הייסט?

דעמאקרעסי אדער דיקטאטאר?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מאובי תחכמינו....

טראמפ האט אויסגעלערנט ביי די וואנט אז ווילאנג עס איז נישט דא קיין צוויי דריטל אין ביידע הייזער איבערצודרייען א וועטא פון דעם פרעזידענט קעגן א געזעץ פון קאנגרעס אים אפצושטעלן, איז זיין מאכט גאר קנאפ באגרעניצט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווען ספינען די נייעס ברענגט ווען געלט וואלטען מאנכע דא געוועהן ביליאנערן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דאס אז טראמפ האט זיך געקריגט מיט פילע פון זיין אדמיניסטראציע און זיי ארויסגעווארפן שטעלט זיך ארויס צו האבן א פאזיטיווער אפעקט פארן לאנד, ווייל געווענליך איז דא א חלל ווען א נייע אדמיניסטראציע קומט אריין ווען עס ווערט נישט מיטגעטיילט פון גוטן ווילן פילע קריטישע אינפארמאציע. אבער יעצט טוען די אלע געוועזענע געווארפענע טראמפ באאמטע שטארק קאפארירן מיט די ביידען אדמיניסטראציע.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

די ווייסע הויז באארבייט ווייטער די פראגע צו דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ זאל באקומען אינטעלידזשענס בריפינגס

ב' יתרו פ״א


ווייסע הויז פרעס סעקרעטערי פרוי פסאקי זאגט אז די פראגע איז אינטער איבערזיכט און אין די נאנטע צוקונפט וועט געמאכט ווערן א באשלוס דערוועגן. געוועזענע פרעזידענטן באקומען געווענטליך אינטעלידזשענס בריפינגס אבער דעמאקראטן פארלאנגן אז טראמפ זאל עס נישט באקומען צוליב זיין רעקארד.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/33531

--------------------------------------------

די יוניטי וואס דא קומט פאר שרייט פון אלע זייטן

די זיסטע איז נאך אז ס'איז ניטאמאל דא ווער ס'זאל קוועטסשענען די גאנצע משוגעת, מ'האטעך דא צוטון מיטן דיקטאטור אליין

די מידיא און די דעמאקרעט'ס האבן אזוי גוט געברעין וואשעד דעם עולם אז טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראסי, אויף אזוי ווייט אז יעצט ווען די ביידען אדמיניסטראציע טוט די נער'ישע קינדער'ישע טיפשת'דיגע משוגעת זענען זיי גאר די נארמאלע באזעסענע אחריות'דיגע מענטשן. וועך.. פעך..
(--ווערטערלאז--)
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

Re: אפהאנדלונגען איבער ביידען אדמיניסטראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

ס'פעלט נישט אויס צו סטאפן, טראמפ ליינט עס עניוועי נישט..

האט נישט טראמפ אוועקגענומען די סעקיוריטי קליערענס פון געוועזענע אבאמא סטעף?
1 + 1 = חלה דעקל...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”