וואס איז דער "ראם = וויזל-טור"?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
וואס איז דער "ראם = וויזל-טור"?
כד הוינא טליא האבן מיינע רעבעס אין חיידער געטייטש אויף ראם = וויזל טור.
איך ווייס נישט וואס א וויזלטור איז אלל עבאוט. אבער פון פסוק איז דירעקט משמע אז ס'יז עפעס אויסגעצייכענט אין זיינע גרויסע הערנער "וקרני ראם קרניו". ווידער איז באקאנט די גמרא אז א וויזל טור איז א ריזיגע באשעפעניש אין דוגמתו. פון אנדערע פסוקים זעהט אויס אז ס'יז א כשרע חיה וואס ווערט אויסגערעכענט בענעזאם מיטן פר.
אויב איז עס כשר איז מיר א וואונדער פארוואס דאס ווערט נישט אויסגערעכענט צווישן די ז' חיות טהורות (איל וצבי ויחמור אקו ודישן ותאו וזמר), אונקלס טייטשט דישון- ראם.
אין היינטיגן העברעאיש טייטשן זיי אויף ראם = בעל חיים בעל קרניים ORYX.
דאס זענען די פסוקי תנ"ך וואס זענען מכיל ראם: (קרעדיט קונקורדנציה)
אֵל מוֹצִיאָם מִמִּצְרָיִם כְּתוֹעֲפֹת רְאֵם לוֹ (במדבר כג כב)
בְּכוֹר שׁוֹרוֹ הָדָר לוֹ וְקַרְנֵי רְאֵם קַרְנָיו בָּהֶם עַמִּים יְנַגַּח יַחְדָּו אַפְסֵי-אָרֶץ וְהֵם רִבְבוֹת אֶפְרַיִם וְהֵם אַלְפֵי מְנַשֶּׁה (דברים לג יז)
וְיָרְדוּ רְאֵמִים עִמָּם וּפָרִים עִם-אַבִּירִים וְרִוְּתָה אַרְצָם מִדָּם וַעֲפָרָם מֵחֵלֶב יְדֻשָּׁן (ישעי' לד ז)
וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ-עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן-רְאֵמִים (תילים כט ו)
הושיעני מפי אריה ומקרני ראמים עניתני (תילים כב)
אויפן לעצטן פסוק ווערט געדרשנט כדלעיל, אז דוד איז ארויף אויף א בארג און ס'האט זיך גענומען גיין, האט ער געבעטן דעם רבוש"ע האט ער געשיקט א לייב און דער ראם האט זיך פארנויגט פארן לייב, האט דוד ווייטער מורא געהאט פונעם לייב האט דער רבוש"ע געשיקט א צבי וכו' און דאס האט דוד פארציילט ביי זיין תפילה "הושיעני מפי אריה ומקרני ראמים עניתני".

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
הרב שוועמל,
אן אינטערעסאנטע נושא.
עטליכע נקודות וואס איך האב דעם שבת צאמגעקלובען מפי ספרים וסופרים.
און מסכת זבחים דף קי"ג ע"ב רעדט די גמרא ארום בענין דער 'ראם'
די גמרא ברענגט דארט אראף א מימרא פון די גוזמות פון רבה בר בר חנה און מסכת ב"ב אז ער האט געזעהן א ראם און וויא גרויס עס איז געווען. די גמרא דארט און זבחים גייט אריין און א שמועס וויא אזוי איז דער 'ראם' לעבען געבליבען ביים מבול אויב עס איז געווען אזוי ריזיק גרויס און נישט געקענט אריין גיין און די תיבה. פיהרט די גמרא אויס אז נאר דער חוטם פון ראם האט אריין געשטעקט און די תיבה, און כדי ער זאל נישט אריין פאלען און וואסער, איז ער געווען צוגעבינדען צי די תיבה ביי איהרע הערנער.
תוס' דארט אויפען עמוד און ד"ה אורזילא דרימא, ברענגט אז זענען געווען וואס האבען געוואלט זאגען אז דער 'ראם' איז א בופל"ש (?buffalo) און מען האט עס טאקע געריפען ראם, אבער תוס' זאגט אז דאס איז נישט וואס די תורה מיינט ווייל מיר זעהן אז דער בופל"ש בני מלאכה נינהו ומושכין בקרון וחורשין בהן וראם לאו בר מלאכה הוא און ברענגט א פסוק און איוב ל"ט אז מען קען נישט טוהן מלאכה מיט א 'ראם' אוויא עס שטייט דארט התקשר ראם בתלם עבותו אם ישדד עמקים אחריך.
דארט און זעלבען תוס' זאגט תוס' פאר א פשיטא אז א ראם איז א מין חיה טהורה און אוהר חלב איז מותר.
בענין צו א ראם איז א חיה טהורה אדער נישט:
פון תוס' זעהט אויס אז זיי האבען געהאלטען אז דער ראם איז א חיה טהורה.
דער מגן אברהם און סימן תקפ"ו ס"ק ג' זאגט "וגם נראה לי דראם טהור הוא דמתרגמינן תאו (ביי די חיות טהורות און פרשת ראה) רימא, ועד דהא יש לו קרנים, ולחד פי' הוא סימן טהרה"
(הג"ה . דער מגן אברהם האט געהאט אן אנדערע גורסא און תרגום ווייל ביי אינז שטייט רימא אויף דישון אזוי וויא שוועמל האט געשריבען)
אינטערעסאנט איז אז און שיירי כנסת הגדולה (או"ח הגהות ב"י תקפ"ו א') שטייט אז דער ראם איז א בהמה טמאה

the SCY is the limit
פאראן וואס ווילן זאגן אז דאס איז די דיינעסאור וואס די ארכילאגן טענה'ען אז זיי האבן אמאל געלעבט און היינט זענען זיי נישטא.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום זונטאג אוגוסט 16, 2009 7:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
שמחה א דאנק פאר אייערע הערות.
דאס איז מיר שווער געווען, אויב איז ראם א אורקס דאן וואס איז זיין גרויסקייט אזוי משונהדיג כפי סיפורי חז"ל? עס איז דאך נישט מער ווי א פשוטע בעל חי מיט לאנגע קרניים.
זיס;
דו מיינסט צו זאגן מסתם דיינעסאור.
אגב וואס איז דיין מקור דערצו? ווי ווייט איך ווייס איז דער קאנטראווערסיעלער דיינעסאור פון די קראקאדיל אדער קענגערו משפחה.
דאס איז מיר שווער געווען, אויב איז ראם א אורקס דאן וואס איז זיין גרויסקייט אזוי משונהדיג כפי סיפורי חז"ל? עס איז דאך נישט מער ווי א פשוטע בעל חי מיט לאנגע קרניים.
זיס;
דו מיינסט צו זאגן מסתם דיינעסאור.
אגב וואס איז דיין מקור דערצו? ווי ווייט איך ווייס איז דער קאנטראווערסיעלער דיינעסאור פון די קראקאדיל אדער קענגערו משפחה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
אן אנדערע פראבלעם מיט צאמשטעלען דער ראם מיט דיינעסארס קען זיין די הערנער.
פון די אלע בילדער וואס מעהאט פון דיינעסארס, זעהט נישט אויס אז זיי זאלען האבען עפעס גרויסע הערנער, און מעזעהט ביי ברכת משה רבינו אז ער האט געבענטשט יוסף אז ער איז שטארק וויא א שור 'וקרני ראם קרניו', זעהט אויס אז איינע פון די מעלות פון א ראם זענען די שיינע הערנער זיינע, אוויא רש"י זאגט דארט.

- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
שוועמל האט געשריבן:כד הוינא טליא האבן מיינע רעבעס אין חיידער געטייטש אויף ראם = וויזל טור.
איך ווייס נישט וואס א וויזלטור איז אלל עבאוט.
"וויזל" מיינט "פעלד", און "טור" (אויף פויליש און רוסיש) מיינט טאקע "א ווילדער אקס" :
http://pl.wikipedia.org/wiki/Tur
http://en.wikipedia.org/wiki/Aurochs
די וואָר הענגט אויף א האָר
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ערנסטער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:כד הוינא טליא האבן מיינע רעבעס אין חיידער געטייטש אויף ראם = וויזל טור.

א ישר כח, שטימט שוין אויך דער באדייט פון א טור-גארטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ערנסטער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:כד הוינא טליא האבן מיינע רעבעס אין חיידער געטייטש אויף ראם = וויזל טור.
איך ווייס נישט וואס א וויזלטור איז אלל עבאוט.
"וויזל" מיינט "פעלד", און "טור" (אויף פויליש און רוסיש) מיינט טאקע "א ווילדער אקס" :
http://pl.wikipedia.org/wiki/Tur
http://en.wikipedia.org/wiki/Aurochs
אפשר איז דאס דער ריכטיגער טייטש פון ותרענה באחו, וואס אונזערע מלמדים פלעגן טייטשן "אין די וויזען"?
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
scy4851 האט געשריבן:דער מגן אברהם און סימן תקפ"ו ס"ק ג' זאגט "וגם נראה לי דראם טהור הוא דמתרגמינן תאו (ביי די חיות טהורות און פרשת ראה) רימא, ועד דהא יש לו קרנים, ולחד פי' הוא סימן טהרה"
ס'איז טאקע זעט אויס אז דער ראם אין תנ"ך און מדרשים איז נישט קיין Oryx , ווי אין היינטיקן העברעיש, נאר עפעס א סארט Buffalo:
די וואָר הענגט אויף א האָר
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ערנסטער האט געשריבן:scy4851 האט געשריבן:דער מגן אברהם און סימן תקפ"ו ס"ק ג' זאגט "וגם נראה לי דראם טהור הוא דמתרגמינן תאו (ביי די חיות טהורות און פרשת ראה) רימא, ועד דהא יש לו קרנים, ולחד פי' הוא סימן טהרה"
ס'איז טאקע זעט אויס אז דער ראם אין תנ"ך און מדרשים איז נישט קיין Oryx , ווי אין היינטיקן העברעיש, נאר עפעס א סארט Buffalo:
הרב ערענסטער,
און א פריערדיגע תגובה האב איך געברענגט א תוס' און זבחים וויא עס שטייט אז דער 'ראם' קען נישט זיין א Buffako
the SCY is the limit
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
הרב scy4851, ער שרייבט דארט אז ראם קען נישט זיין Buffalo, ווייל "בופל"ש בני מלאכה נינהו ומושכין בקרון וחורשין בהן וראם לאו בר מלאכה הוא".
דאס הייסט אז דעמולט מיטן ווארט "Buffalo" האט מען גערופען פאר אזעלכע אקסן וואס זענען "בני מלאכה". אבער היינט מיט דעם ווארט אין ענגליש מ'רופט דאך פאר ווילדע אקסן, נישט אזוי?
בכל אופן איך האב געמיינט צו זאגן אז ראם איז גיכער א סארט ווילדער אקס און נישט אן אנטילאפע, ווי אין היינטיקן העברעיש.
דאס הייסט אז דעמולט מיטן ווארט "Buffalo" האט מען גערופען פאר אזעלכע אקסן וואס זענען "בני מלאכה". אבער היינט מיט דעם ווארט אין ענגליש מ'רופט דאך פאר ווילדע אקסן, נישט אזוי?
בכל אופן איך האב געמיינט צו זאגן אז ראם איז גיכער א סארט ווילדער אקס און נישט אן אנטילאפע, ווי אין היינטיקן העברעיש.
די וואָר הענגט אויף א האָר
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
אינטערעסאנט כ'אב געזען אין תרגום אונקלס טייטשט אויף 'ותאו' ותורבלא.
נישט וויסנדיג וואס דאס מיינט האב איך פערצופאל אריינגעקוקט אין תרגום יונתן טייטשט ער די זעלבע זאך אין צוויי ווערטער 'ותור ברא', וואס מיינט א דרויסנדיגער אקס (פעלד אקס).
ל' ור' מלחלפות בה' מוצאות הפה כידוע.

לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
שוועמל האט געשריבן:ל' ור' מלחלפות בה' מוצאות הפה כידוע.
כידוע? וואט אר יו טאלקינג אבאוט?
הנה הה"א מוצאות:
אחה"ע מהגרון, גיכ"ק מהחיך, דטלנ"ט מהלשון, זסשר"ץ מן השניים, ובומ"ף מהשפתיים.
דאס יא זיי ווערן פארביטן צווישן פארשידענע שפראכן, אבער דאס איז גארנישט מיט די ה"א מוצאות.