יוםטובערליך האט דא האט געשריבן:בס"ד
אז מ'רעדט פון קה אכסוף, האב איך אמאל געטראכט אן אינטערעסאנטע זאך, אז לכאורה איז דאס פון די איינציגסטע ניגונים וואס וואו נאר מען זינגט עס, זינגט עס יעדער מיט די זעלבע ניגון, אפשר מיט קליינע טוישן אין די קנייטשן פונעם ניגון (איצט כאפ איך אז לכאורה איז די זעלבע זאך מיט לקל אשר שבת און אויך חי ד' פון שבת צופרי). ווייסט איינער צו הרה"ק מקארלין זי"ע האט אויך פארפאסט דעם ניגון אין צוגאב צו די ווערטער, און דעריבער איז דער ניגון מקובל צוזאמען מיט די זמירות? ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זינגען קה אכסוף מיט אן אנדערע ניגון.
כפי המקובל האט הרה"ק רבי אהרן מקארלין זי"ע געמאכט זיבן ניגונים אויף קה אכסוף, דריי דערפון ווייסט מען נאך היינט און די אנדערע פיר איז שוין נישט באקאנט. די דריי באקאנטע זענען 1) דער באוואוסטער וועלטס קה אכסוף 2) דאס וואס מען זינגט אין ויז'ניץ 3) א ניגון וואס מען זינגט אין קארלין (כידוע איז אין קארלין פאראן צענליגע ניגונים אויף קה אכסוף, דוכט זיך אז זיבעציג אין צאל, איינע פון די ניגונים האט ר' אהרן מחבר געווען - בנוגע די אנדערע איז אינטערעסאנט צו וויסן אז הרה"ק ר' שלמה קארלינער פלעגט יעדע וואך שבת מחבר זיין צוויי ניגונים אויף קה אכסוף, איינע ביינאכט און די צווייטע ביי שלש-סעודות, דוכט זיך אז אין קארלין זינגט מען קה אכסוף ביי שלש-סעודות, איך האב אויך געזען אזוי אין סלאנים וועלכע האלטן זיך תלמידים פון קארלין אז מען זינגט קה אכסוף ביי שלש-סעודות; איך מוז מודה זיין אז עס איז עפעס אויסטערליש צו זינגען קה אכסוף מיט פארמאכטע לעקטער און יעדער קען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן באשעפער אין אזעלכע געהויבענע שעות... אבער איך בין שוין דערווייל אינגאנצן פארפארן פונעם ענין, דער עיקר איז אז דער ניגון שטאמט פון הרה"ק ר' אהרן קארלינער זי"ע. וואס עס איז אבער יא אינטערעסאנט צו באמערקן אז דאס וואס דער וועלט זינגט אויף קה אכסוף, וואס איז מקובל אז דער ניגון זעלבסט שטאמט אויך פון הרה"ק ר' אהרן, אבער די ניגון זינגט מען נישט אין קארלין אויף קה אכסוף, נאר מען זינגט עס ביים יארצייט פון הרה"ק ר' אהרן, אביסל אנדערש ווי אונז זינגען עס).
דער לקל אשר שבת איז באקאנט אז דאס שטאמט פונעם הייליגן ראפשיצער וועלכער האט דאס געהערט אין הימל, יעדע חסידות האט אדאפטירט דעם ניגון אויף זיין מהלך, היינט איז באקאנט 36 מהלכים אין דעם ניגון, דוכט זיך אז כ"ק אדמו"ר מבורשין שליט"א פון בארא-פארק קען יעדע פון די 36 מהלכים (כידוע איז ער א ידען אין נגינה).
אויך דער חי ה' וואס מען זינגט אין רוב וועלט, איז מקובל אז הרה"ק מסיגעט האט דאס געהערט זינגען אין א קרעטשמע און האט געזאגט אז דאס האבן די לויים געזינגען אין בית-המקדש (עיין http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic ותמצא נחת).
ואתי בחי ה' קא עסקינן, איז שוין כדאי צו באמערקן אז אין געוויסע מקומות איז באקאנט א ניגון אויף חי ה', וואס דאס פלעגן די אנוסים אין שפאניע זינגען אין די קעלערן, וויבאלד ס'איז געווען לכתחילה א שפאנישע ניגון און מען האט דאס ארויפגעלייגט אויף חי ה', אזוי ווי ס'איז מקובל אויף די ניגון פון כל נדרי, אז דער ניגון איז ממקורו א שפאנישע ניגון, עס איז א מעשה באריכות אבל אין כאן מקומו.
איך בין שוין געפארן ממקום למקום ביז איך בין אינגאנצן פארפארן פונעם ארגינעלן ענין וואס מען האט אנגעהויבן, אבער עכ"פ עד כאן אומרים בשבת הגדול...