נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

ספעציעל זיך איינגעשריבן צו שרייבן די תגובה

כשטיי און איך טראכט קומט עס דוקא ביי וויליאמסבורג קרישקעלעך אדער ענדערש געדארפט עפענען א נייע אשכול פארדעם למשל מיטן נאמען "בירא דשתית מיניה מיא"

אבער פטור בלא כלום אי אפשר וזה החלי

נאך וואס איך בין אהיים געקומען איינע פון די פארגאנגענע טעג נאך א שווערע טאג ארבעט נעם איך אזוי ארויס די פאסט פון פאסט קעסטל צווישן אלע שנאר בריוולעך איז מיינע אויגן געפאלען אויף א פשוטע ענוועלאפ מיט די אויפשריפט "קהל בית דוד ד'אשוי"

טראכנדיג אזוי צו מיר אז עפעס קלינגט מיר די נאמען די יאר בעסער ווי אלע יארן ביז יא כהאב מיר דערמאנט סגעוועןפארגאנגענע יאר נאך פורים יענע מיטוואך פרשת ויקה"פ וואס כלל ישראל איז אויפגעשטאנען צו א שטילע וועלט (עכ"פ אין אמעריקע) בתי מדרשים פארשפארט מוסדות התורה פארשפארט בתי חינוך פארשפארט מקוואות פארשפארט נישט וויכטיגע געשעפטן פארשפארט אלעס צוליב "קאוויד-19".

וואס טוט מען דא גייט מען טאקע נישט קענען גיין אין מקוה היינט ?

גייט מען טאקע נישט קענען דאווענען היינט מיט מנין ?

שוין גערופן האב איך מיין דיין פרעגן וואס טוט מען דא האט ער גע'פסק'נט מקוה קען יוצא זיין מיט תשעה קבין

פרעג איך וואס טוט זיך מיט שחרית ? זאגט מיר רוף דיינע שכנים שטעל צאם אויף די פארטשעס און בשעת הדחק קען יוצא זיין אזוי אויך אקעי אומר ועושה איך הייב אן רופן איינעם נאכן צווייטען שוין ממוטשטעט זיך צאם צוקראצן א מנין (איך וואוין נישט אין ניי וויליאמסבורג וואס יעדע בנין פאר זיך האט בערך 5 מנינים) ביז איינער געט מיר א זאג די ווייסט איך האב געהערט פון איינעם אז אין אשוי קען מען דאווענען מיט מנין און נישט נאר דעיס אפילו די מקוה איז אפען זאג איך אים איך גלייב דיר נישט פארוואס אין די וועלט זאל עס די רב שליט"א צו לאזן מגייט דאך דארט אנהייבן קומען פון גאנץ שטאט פרעגט ער מיר נו די קענסט דעם רב פאר א מענטש וואס שפארט אמאל צו דאס ביהמ"ד (גראדע משפארט יא אמאל צו די שלאס נאר גאנץ שטאט קען סייווי די נאמבער) די ווייסט נישט אז די מקוה אין אשוי איז אפען לכל כמעט 24 שעה א טאג

שוין טראכט איך אזוי צו מיר לאמיר גיין זעהן וואס דארט טוט זיך קום איך אן דארט נישט מער און נישט ווייניגער די ביהמ"ד איז פיל מיט אידן דער לויפט אין מקוה (די מקוה איז אפילו געווען אפען שבת צופרי מיט מסירת נפש און אלעס פארן נישטיגע פרייז פון $2 יא איר הערט גוט קיין איין דאלאר האט מען נישט צוגעלייגט לאור המצב געווען וואס האבן געבעטן $5 $10 $20) דער לערנט אביסל פארן דאווענען דער לייגט שוין ר"ת משטעלט זיך אזוי דאווענען מנינים איינס נאכן צווייטן און נישט נאר דעיס די רב שליט"א האט אפילו געפענט זיין ספרים שטוב אויפן דריטן שטאק פון ביהמ"ד אז סזאל זיין פלאץ צו דאווענען (גיימיר נישט יעצט אריין אין די נושא יא געווען איסגעהאלטן אדער נישט איך וויל קיינעם נישט אויפרעגן איך שרייב נאר מיין פערזענליכע געפיל)

און די אויספיר דארף איך נישט אויספירן מיינעך ווייל יעדער ווייסט אז די ביהמ"ד האט געווירבלט מיט מענטשן ווי קיינמאל ביפאר מען איז געקומען דארט פון גאנץ וויליאמסבורג און איך מיין אז יעדער וואס ליינט דעם בריוו האט הנאה געהאט דערפון אויב נישט האט ער גאר א נאנטע קרוב וואס האט הנאה געהאט דערפון

איז דאס איז די סיבה וואס איך האב מחליט געווען אז דאס בריוול וואס איך האב ערהאלטן אין די פאסט איז נישט פלעין נאך א שנאר אקציע נאר דאסאיז עפעס ספעציעל און מען דארף זיך מער אנשטרענגן צו געבן וואס מער

און דערנאך האב איך גענומען די פענע אין דער האנט צו דערמאנען דעם עולם אז מדארף שטיצן דעם ביהמ"ד די יאר אסאך אסאך מער ווי אלע יארן
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פאר יעדע מארקעטינג גייט איר עפענען א נייע ניק?
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

שמואל בארג האט געשריבן:פאר יעדע מארקעטינג גייט איר עפענען א נייע ניק?

וואס שטערט דיר אז א אשוי אייניקל טרייט צו העלפן שאפן געלט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער דעוועלאפער פון די וואסער ברעג פראפערטי אויף 480-490 קענט עוועניו האט אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פערמיטן צו בויען צוויי בנינים איינס פון 22 שטאק און די אנדערע פון 21 שטאק, מיט א טאטאל פון 603,417 סקווער פוס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?


הצלחה גראסערי האט
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?

ברוקלין בעיגעל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?

עונג בעקערי
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

farshlufen האט געשריבן:דער דעוועלאפער פון די וואסער ברעג פראפערטי אויף 480-490 קענט עוועניו האט אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פערמיטן צו בויען צוויי בנינים איינס פון 22 שטאק און די אנדערע פון 21 שטאק, מיט א טאטאל פון 603,417 סקווער פוס.


וועלכע פראפערטי איז עס, סערטיפייד אדער קאן עדיסאן? דאכט זיך אז קאן עדיסאן האט געדארפט בלייבן קאמערשעל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ערשטע
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?

כמדומה אז קאפף אין ווילאמסבורג האט אויך.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

farshlufen האט געשריבן:דער דעוועלאפער פון די וואסער ברעג פראפערטי אויף 480-490 קענט עוועניו האט אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פערמיטן צו בויען צוויי בנינים איינס פון 22 שטאק און די אנדערע פון 21 שטאק, מיט א טאטאל פון 603,417 סקווער פוס.

וויפיל דערפון איז גרויסע דירות, און וויפיל דערפון גייט פאר לאו און מידעל אינקאום?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

כ'לאך האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?

עונג בעקערי



געזעהן ביי קאף אויף ל

?What is it and what is it good for
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פריילאך האט געשריבן:
כ'לאך האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:וועלעכע בעקערי פארקויפט "זויער טייג" (Sour dough) חלה ?

עונג בעקערי



געזעהן ביי קאף אויף לי

?What is it and what is it good for

קינוח פיו בין דגים לבשר.
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:פאר יעדע מארקעטינג גייט איר עפענען א נייע ניק?

וואס שטערט דיר אז א אשוי אייניקל טרייט צו העלפן שאפן געלט

גראדע נישט קיין אייניקל נאר סך הכל נישט געווען אייגעשריבן ביז יעצט און כדי צו שרייבן מיז מען האבן א ניק האב איך מיך איינגעשריבן ווייל די יערליכע מלוה מלכה איז די וואך האב איך געוואלט דערמאנען דעם עולם זיך אנצורופן ווארעם
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

farshlufen האט געשריבן:דער דעוועלאפער פון די וואסער ברעג פראפערטי אויף 480-490 קענט עוועניו האט אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פערמיטן צו בויען צוויי בנינים איינס פון 22 שטאק און די אנדערע פון 21 שטאק, מיט א טאטאל פון 603,417 סקווער פוס.

יאפס דאס פלאץ געהערט שוין נישט פאר אידן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:פאר יעדע מארקעטינג גייט איר עפענען א נייע ניק?

וואס שטערט דיר אז א אשוי אייניקל טרייט צו העלפן שאפן געלט

איך ווייס נישט ווער דער נייער ניק איז אבער איך האב די זעלבע פילינג כלפי מיינע קאראנע שולן, כ'געדענק דעם מיטוואך ויק"פ אינדעפרי אנקומענדיג צו תהלות יואל און דער ביהמ"ד איז ליידער געווען פארהאקט, און אריבערקראסענדיג די גאס איז דער מאנווידעא רב זז"ג געשטאנען און אריינגעלאזט יעדען איינעם בחפץ לב צו זיך אין שול און יעדן געוויזן די שבת שלאס נאמבער, געלאזט יעדן טון דארט וואס מ'וויל, מאכן מנינים, לערנען אגאנצן טאג, קלאסן זאלן זיך צאמקומען אין ווייבער שול וכו' כ'געדענק ווי א וואך צוויי שפעטער ווען די פייער דעפארטמענט האט פארשפארט די שול ווי כולל מעוררי השחר האבן געלערענט האבן זיי זיך אויך אריבערגעצויגן קיין מאנטווידעא ביז ערב פסח.. כ'פיל א שטארקע הכרת הטוב פאר דעם שול וואס האט זאוי שיין אריינגעלאזט פרעמדע וואס האבן קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין שייכות צו די קהילה..
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

?Any updates about central market
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:?Any updates about central market

וואס גייט פאר?

(מיט דעם בין איך געווארן א ואת האלף)
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

משה צימערינג האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:?Any updates about central market

ווטס גייט פאר?


central market is making construction they are extending the store from Middle of the summer. and I hear is going be like chestnut
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום מוצ"ש יאנואר 09, 2021 9:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך האב געהערט א שמועה אז בינגא גייט עפענען א ברענטש אין וויליאמסבורג דארט ווי דושינסקי בויט ביי wallabout, איינער קען באשטעטיגען אדער צולייגען פרטים?

otherwise נעמטס עס נישט צו ערנסט, סתם א שמועה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

נישטא קיין סאך וואס דארפן א בינגא אין וויליאמסבורג, עיין וואן סטאפ קאושער און געוועזענע כולל גראסערי וואס איז אמאל געווען. רוב ווילי איינוואוינער קוקן נישט אזויפיל אויף פרייזן ווי אויף די באקוועמליכקייט פון קענען אויפשרייבן און מען שיקט אלעס אהיים ביז א שעה.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פלעסטיק האט געשריבן:נישטא קיין סאך וואס דארפן א בינגא אין וויליאמסבורג, עיין וואן סטאפ קאושער און געוועזענע כולל גראסערי וואס איז אמאל געווען. רוב ווילי איינוואוינער קוקן נישט אזויפיל אויף פרייזן ווי אויף די באקוועמליכקייט פון קענען אויפשרייבן און מען שיקט אלעס אהיים ביז א שעה.

גא"מ
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויסער דעם, אין וויליאמסבורג האבן אסאך ווייניגער מענטשן קארס, און פון די וואס האבן יא, זענען דא גענוג וואס פארן שוין אזוי אויך קיין בארא פארק. איך זע נישט אז ס'זאל זיי לוינען, אויסער אויב זיי שטעלן צו דעליווערי.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אויסער דעם, אין וויליאמסבורג האבן אסאך ווייניגער מענטשן קארס, און פון די וואס האבן יא, זענען דא גענוג וואס פארן שוין אזוי אויך קיין בארא פארק. איך זע נישט אז ס'זאל זיי לוינען, אויסער אויב זיי שטעלן צו דעליווערי.

?KRM Supermarket is not delivering to Williamsburg
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”