בארביקיו ריב פילעי מיניאן אברהם פריד און חיזוק דרשות עי טיים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בארביקיו ריב פילעי מיניאן אברהם פריד און חיזוק דרשות עי טיים
ב"ה
די עולם ווייסט (פאנעט ווייסטו וואס די עולם ווייסט?) אז לעצטענס שרייב איך נישט דא קיין סאך צוליב מיין אנגעפילטע פיש . . . . . כ'מיין אנגעפילטע סקעדזשועל, און בעצם האב איך נישט געפלאנט צו שרייבן קיין באריכט מטעם החוּמוּס אתי, אבער למען וויכי לא אחשה, ווי קען מען דען צוריק ווייזן די ביטערע תחנונים פון מיין געטרייע ידיד (חאחאחא כ'האב'ם קוים געטראפן און שוין איז ער שוין "מיין געטרייע ידיד", אבער כ'בין זיכער אז וויכי איז מסכים), ממילא וועל איך שרייבן עד שידי מגעת ביז איך שלאף איין.
קודם כל כ'ווייס נישט וואו מיין באריכט באלאנגט צו עס באלאנגט דא אין נגינה אדער אין אידישע וועלטליכע נייעס אדער אין קרעטשמע גאר. איך וועל פרובירן אריין צו פלעכטן אביסל פון אלעס אבער לכבוד וויכי'ן וואס לכבודו שרייב איך וועל איך עס לייגן אין נגינה. אויב די מנהלים ווילן עס רוקן צו אן אנדערע פורום אדער אינגאנצן אויסמעקן הרשעות בידם.
די צווייטע קודם כל איז אז איך ווייס נאך דערווייל נישט וואס צו שרייבן און וואס נישט. און בעצם שטעלט זיך א שווערע קשיא פארוואס טאקע שרייב איך? פארוואס גיי איך נישט שלאפן און לאז די עולם צורו? און די קשיות זענען גאר גוטע קשיות און זיי פארלאנגן א גוטע תירוץ אבער כ'האב נישט איינס דערווייל. אבער איין זאך קען איך אייך יא זאגן, אז אלעס וואס איך האב געשריבן ביז יעצט איז געווען נאר אן הקדמה לצאת ידי שיטת "איכער".
שוין לאמיר זיך נעמען צום עבודה ווייל עס ווערט שפעט.
איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן, איך בין שוין געווען ביי זייער אסאך עווענטס, צוזאמקומענישן, טיש'ן, דינערס, טייס, פרישטאג'ן וכדו' אבער אזאנס האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט! אזא סדר, אזוי פראפעשאנעל, אזוי באטעמ'ט, אזוי שיין און הערליך, עס איז געווען ערענסט און לעבעדיג, איידל און רעש'יג, לאנג און בכלל נישט לאנגווייליג, קלאסיש אבער היימיש, בקיצור פון ווען מען איז ארויף אויפן שיף ביז מען איז אראפ האט אלעס געקלאפט ווי א זייגער. (איך ווינדער מיך טאקע אלעמאל פארוואס עפעס זאגט מען אז עס קלאפט ווי א זייגער און נישט ווי א האמער אדער א הארץ, גיי ווייס.)
איך האב נישט קיין צייט אריין צו גיין און אלע אלע אלע אלע אלע פרטים ווייל ערשטענס, איך ווער שוין מיד. צווייטענס, תקצר התרועה . . . וועא"מ. ממילא וועל איך פרובירן צו באשרייבן פרטים וואס די אנדערע האבן דערווייל נאך נישט באשריבן.
בעצם פארלאנגט זיך גאנצע ארטיקלן אויך די ארגעניזאציע "עי טיים", אבער איך בין נישטא פאר דעם, איך קען נאר איבערפארציילן צענדליגע ערשט האנטיגע עדיות וואס איך האב אליינס ביגעוואוינט וואס פארדעם בין איך טאקע דארט געווען.
אנגעקומען צום טשעלסי פיערס איז מען בערך צען צו זיבן און וויכי טעקסט שוין אומגעדולדיג, נו? וואו ביזטו? ביזט שוין אויפן שיף? וואס מיינט ער? בין איך דען א וויכטיג מאכער? איך קום אלעמאל אן שפעט. מען איז אריין פארקן ביי פיער 61 כאטש די שיף איז געווען ביי פיער 59.
מען איז געגאנגן אויפפיקען די טיקעטס און מיט די רעביצן שתחי' איז מען געגאנגן בארדן. די יונגע שגץ הייסט אויפהייבן די פוס פאר מען גייט ארויף אויף די טרעפ, דאס איז שוין א גאונות, כ'ווינדער מיך אין וועלכע קאלעדזש מען האט אים דאס געלערנט.
די וועיטערס הייסן ארויף גיין צום דריטע שטאק וואו די מארגעדזשעס זענען, איך גיי גלייך ארויף, איך זעה נישט קיין מארגעדזשעס אבער איך זעה פיינער עסן אויסגעלייגט אויף טישן ארום די גאנצע זאל. איך טראכט צו מיר, זאל איך עסן? עס גייט דאך זיין א גאנצע 7 קורס (נישט שעלט נאר קורס אזוי ווי א שיעור) סעודה. אבער עס שמעקט צו גוט און איך האב מיך שוין אמאל אפגעבריט מיטן זיך איינהאלטן ביי א שמארגעסבראד און דערנאך איז די עסן ביים סעודה נישט געווען אריין צו נעמען אין מויל (זארגט אייך נישט דא איז נישט געווען אזוי), און אויך נאך א סיבה איז אז די תאוה האט גובר געווען און מען האט אנגעפילט א טעללער מיט אלע מיני פליישן און ויאכלו וישתו.
שוין, מען האט דארט געטראפן שלמי פון מקימי געכאפט א קורצע שמועס מיט אים, דערנאך די אנדערע צדיק פון ח"י לייפליין (מי כעמך ישראל, אזויפיל וואוילע אידן) נאך א צוויי באקאנטע פון חדר, און ארויף אויפן דאך פון די שיף. אההההה עס בלאזט א פיינע ווארימע נאסע ווינטל. (וואס קען זיין בעסער פון דעם? א הייסע גלעזל ביער!) מען גייט צו די פראנט פון די שיף און מען פארויכערט זיך א געשמאקע פאפערוס ווען די ווינט בלאזט אין פנים אריין און די פיאות פלאטערן פון אונטען, יאנאש דו וואלסט עס ליב געהאט. (דאס איז עקטשועלי געשעהן שפעטער ווייל יעצט אידאך די שיף נאך נישט געפארן.)
שוין וויכי ווערט אומגעדולדיג ער הייסט מיך רופן. נו, אז מען הייסט פאלגט מען. וואו ביזטו? איך האב לאנג נישט געדארפט זוכן, אזוי ווי איך בין אריין אין זאל האבן איך געזעהן א יוקאן געפארקט אויפן זייט און דארט איז ער געשטאנען. איך קום צו צו אים שטרעק אויס די האנט צו געבן שלום און ער זאגט מי אז ער האט נישט קיי צייט יעצט ער איז ביזי אפדעיטן די עולם אין קרעטשמע. איר הערט א מעשה? ער זוכט מיך אבער ער האט נישט קיין צייט פאר מיך!!!
צייטליך און גרויזי זענען נישט געווען אזוי ביזי, צייטליך האט דאך געלאזט זיין בלעקבערי אינדערהיים און גרויז האט דאך נאר אפדעיטיד יעדעס מאל וואס ער האט געכאפט א דזשאכע פון וויכי. ביי דע וועי, יו וויל בי סורפרייזד אבער האט איר געוואוסט אז צייטליך איז אזוי איידל? איי וואז שאקד!!! די אמת איז אז איך בין אויך עפעס געווען גאר איידל דער נאכט. מיין ווייב וואלט זיך געווינטשן ווען איך בין ווען אזוי איידל יעדעס נאכט.
פוילישער האט מיר בכלל נישט דיסעפוינטעד. ער איז פונקט די זעלבע ווי עס זעט זיך ארויס פון זיינע ארטיקלן. מיט אים האב איך פארברענגט רוב נאכט און עס איז געווען גאר איינגענעם און אויך באלערנד.
בקיצור די עולם לאזט זיך אראפ אין די זאל, עס איז געווען גאר הייס א גאנצע נאכט און איך בין דאך א גרויסע שוויצער סתם אזוי, און דא איז עס געווען עפעס אויסטערליש, אבער כ'האב מיך געפילט אינדערהיים ווייל די קעמראס האבן כסדר אריינגעזומט צו די רעדנערס און זינגערס אויף די גרויסע סקרינס און מען האט געזעהן ווי עס רינט זיי שווייס פון אלע זייטן.
די זאל איז געווען געפאקט מן הקאצע על הקאצע, מיין ווייב זאגט אז ביי די פרויען איז אויך געווען געפאקט. שוין, מען האט געטראפן א פלאץ אין א ווינקל (קיין שטילע ווינקל איז אויף דער שיף נישט געווען אויסער אין ביסקיסע.), און מען זעצט זיך עסן, צוויי מיני פיש מיט צווי מיני געמויזאכץ און אויפן זייט איז דא פיקעלס איילבירטן און עפעס א מאדנע ביטערע דיפ. זייער געשמאק און באטעמ'ט.
די סדר העווענט האט איר דאך שוין געליינט ביי די אפדעיטס. נאר אפאר קלייניגקייטן.
דער יונגערמאן זאב ראוד פון קליוולאנד האט גערעדט מיט אזא מין שטארקייט און בטחון אזש א שטיין האט געקענט צוגיין. עס איז נישט צום גלייבן! אלע גרויסע דאקטוירים זאגן אז ער קען נישט האבן קיין קינדער און ער זאגט אז ער קען "דערווייל" נישט האבן קינדער. נישט קיין שום תרעומות אדער הארץ קלעמינישן נאר חיזוק און אמונה. פאר דער דרשה אליינס האט זיך געלוינט צו קומען. איך בין אליינס גאר שטארק מחוזק געווארן פון אים.
אלע רעדנערס האבן נישט געקענט אויפהערן צו רעדן וועגן רבי שאול ראזען מייסד ומנהל פון עי טיים. די אמת איז אז די איד איז מצדיקי דורינו און איל האלט אז מען קען זיך קוויטלען ביי אים. אבער איין מעלה וואס איז ווייס איבער אים וואס איז עולה על כילנה, און ר' זאב ראוד האט עס געזאגט, און איך האב עס אויך געהערט פון א יונגערמאן אויפן שיף וואס האט געדארפט צוקומען צו עי טיים פאר אפאר יאר. חוץ פון דעם וואס הרב ראזען אליינס פירט אן די גאנצע ארגעניזאציע קענען מענטשן צו קומען צו אים פערזענליך אויף זיין סעלפאון 24 שעה א טאג. ער הייבט אלעמאל אויף! ווען א איד דארף הילף, אן עצה, אדער סתם חיזוק ווייסט ער אז ער קען דיילן רבי שאול'ס סעלפאון אדער רעביצן ראזענ'ס סעלפאון און מען וועט אלעמאל אויפהייבן.
מיכאל איז א לץ שבלצים.
גערטנער הייבט די עולם.
פינקי איז יחיד בדורו בחכמת הגראמען.
העלפגאט זינגט פאוערפול.
אבער אברהם פריד איז די בעסט אוו דע בעסט, על כל פנים אויפן שיף היינט נאכט איז ער געווען די שטערן. ער האט געהויבן די עולם סיי מיט די ווארימע ניגונים און סיי מיט די שנעלע ניגונים. די הויכפונקט איז געווען ווען רבי שלום קעסלער איז אריין אין די מיט טאנצען די קאדאטשקע און דערנאך געטאנצן מיט רבי שאול ראזען, די עולם האט גאר שטארק מיטגעהאלטן די ניגונים ספעציעל נאך די מעין קארס. איין טענה וואס איך האב אויף אים איז אז ער וואלט געמגט וויסן וואס די נאמען פון די ארגעניזאציע איז, ער וואלט געמעגט וויסן אז ס'הייסט עי טיים און נישט עי טיעם. איך בין מלמד זכות אז ער איז געווען אנגעטרונקן.
געכאפט א שמועס'ל מיט שראלי ווערדיגער (ער האט נישט געזונגען) און גרשי מאשקאוויטש, און נאך עלעוו מאל אריין געבאמפט אין וויכין (וואו מען גייט איז ער) מער איבער דעם קוקט אין וויכי'ס אישית.
שוין א גוטע נאכט וויכי, צייטליך, גרויזי, פוילישער און אלע אנדערע וואס זענען דא, איך גיי שלאפן.
סי יו נעקסט טיים.
.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32539
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
קודם, איך וויל דא קלאר זאגן, "איך בין מסכים!".. איך בין לעווי'ס פרענד.. איך האב עם טאקע געזעהן היינט (נעכטן..) צום ערשטן מאל, אבער שוין גערעדט מיט עם כמה פעמים, און אונז האמער שוין געסקעדזשעלט א ביזנעס מיטינג פאר מארגען (היינט..) נאכט.. ס'לוינט זיך צו זיין זיין ידיד..
יעצט די ריפארט איז א געשמאק צו ליינען, ווי זיס ס'איז אראפגעלייגט, און מיט הומאר, און "קודם כל'ס".. עכ ט שיין, און גוט..
וועגן די אלע טשעפע'ס וואס דו ווארפסט אריין, דאונט ווארי, איך האב אין פלאן א שיינע פאר פארזעצונגען.. וועיט ענד סי.. איך בין א לב טוב, איינער וואס טשעפעט, קריגט צוריק..
לעווי, ס'אימער א כבוד אז דו רעדסט פון מיר, לכבוד מיר.. איט וואז עי פלעזשער טו מיט יו, ענד האופ טן סי יו טו-נייט.. טענקס עגעין.. פארן שרייבן..

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 718
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
- לאקאציע: אין ניו יארק
שאמעלייכעם, דער ארטיקל איז כמים קרים על נפש עייפה, לעצטענס לעכצן מיר אלע נאך עפעס אנארטיקל פון דעם לעווי. עס האט גענומען טיעם פראדוקשען'ס צוזאמען מיט עי טיים, און אוואדע וויכי אז אונז זאלמער זוכה זיין צו א קליינע הנאה. עניוועיס, איי וואלד לייק טו טענק אלל אוו יו הו העד עי פארט אין דיס, איי ריעללי ענדשויד איט. שקויעך לעווי.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

לעווי האט געשריבן:ב"ה
די עולם ווייסט (פאנעט ווייסטו וואס די עולם ווייסט?) אז לעצטענס שרייב איך נישט דא קיין סאך צוליב מיין אנגעפילטע פיש . . . . . כ'מיין אנגעפילטע סקעדזשועל, און בעצם האב איך נישט געפלאנט צו שרייבן קיין באריכט מטעם החוּמוּס אתי, אבער למען וויכי לא אחשה, ווי קען מען דען צוריק ווייזן די ביטערע תחנונים פון מיין געטרייע ידיד (חאחאחא כ'האב'ם קוים געטראפן און שוין איז ער שוין "מיין געטרייע ידיד", אבער כ'בין זיכער אז וויכי איז מסכים), ממילא וועל איך שרייבן עד שידי מגעת ביז איך שלאף איין.
זאגסט נישט שלעכט!
עד שידי "מגעת" ביז מיין האנט ווערט אפגעמוטשעט (מלשון יגיעה)!
דאס שרייב איך נאכן ליינען דעם ערשטן פאראגראף, יעצט גייט מען ליינען ווייטער.
אה שוין לאנג נישט געלייענט די לעווי שריפט, נאסטאלאגיע, איך וועל דיר נישט זאגן אז ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן, דו מוזט שרייבן נאך, אבער דיין פיש אידאך אנגעפילט סאו וואס קען איך פארלאנגן.
יא, איך בין אויך געווארן סורפרייזד ווען כ'האב מיך געטראפן מיט צייטליכ'ן דאס ערשטע מאל, דאס איז אן איידעלער אינגערמאן מיט א שמייכל אויפן פנים.
יא, איך בין אויך געווארן סורפרייזד ווען כ'האב מיך געטראפן מיט צייטליכ'ן דאס ערשטע מאל, דאס איז אן איידעלער אינגערמאן מיט א שמייכל אויפן פנים.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 718
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
- לאקאציע: אין ניו יארק
[quote="איזאק"
יא, איך בין אויך געווארן סורפרייזד ווען כ'האב מיך געטראפן מיט צייטליכ'ן דאס ערשטע מאל, דאס איז אן איידעלער אינגערמאן מיט א שמייכל אויפן פנים.[/quote]
גילוי!!!!
יא, איך בין אויך געווארן סורפרייזד ווען כ'האב מיך געטראפן מיט צייטליכ'ן דאס ערשטע מאל, דאס איז אן איידעלער אינגערמאן מיט א שמייכל אויפן פנים.[/quote]
גילוי!!!!
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
קרעמער האט געשריבן:לעווי האט געשריבן:ב"ה
די עולם ווייסט (פאנעט ווייסטו וואס די עולם ווייסט?) אז לעצטענס שרייב איך נישט דא קיין סאך צוליב מיין אנגעפילטע פיש . . . . . כ'מיין אנגעפילטע סקעדזשועל, און בעצם האב איך נישט געפלאנט צו שרייבן קיין באריכט מטעם החוּמוּס אתי, אבער למען וויכי לא אחשה, ווי קען מען דען צוריק ווייזן די ביטערע תחנונים פון מיין געטרייע ידיד (חאחאחא כ'האב'ם קוים געטראפן און שוין איז ער שוין "מיין געטרייע ידיד", אבער כ'בין זיכער אז וויכי איז מסכים), ממילא וועל איך שרייבן עד שידי מגעת ביז איך שלאף איין.
זאגסט נישט שלעכט!
עד שידי "מגעת" ביז מיין האנט ווערט אפגעמוטשעט (מלשון יגיעה)!
דאס שרייב איך נאכן ליינען דעם ערשטן פאראגראף, יעצט גייט מען ליינען ווייטער.
די מליצה וואלט געדארפט זיין עד שידי מיַגעת, נישט קיין שלעכטע פשט.
יישר כח אלע פאר די פיינע ווארימא אויפנאמע, איזאק, יאיא, פארשלאפן און די אנדערע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
ער' לעווי, שלום עליכם, לאנג נישט געהערט פון אייך, פון די געפילטע פיש גראדע יא, אבער פון אייך נישט.
וואסי נייעס? וויזוי איז געווען די קומזיץ? אה, כ'זאל אליינס ליינען? מיינסטו דען טאקע אז כ'האבעס נישט געליינט? האסטעך אן עקסטערע שטיקל געשריבן לכבודי, קענעך דען האבן ס'חוצפה און נישט ליינען? (יישר כח דערפאר, א גוטע פילונג געווען.)
יישר כחכם פאר די שיינע באשרייבונג, און לייג אוועק די געפילטע פיש אויף שבת, און אינדערוואכן האק אריין דא אביסל מער, סעפעס נאר אריין האקן אין וויכי'ן? הא? האק אריין דא אויך, אקעי?
הצלחה.