ניין! איך האלט נישט ביים אויפגעבן!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
ניין! איך האלט נישט ביים אויפגעבן!
טראץ דעם וואס כמעט קיינער האלט נישט ביים שרייבן היינט, איך ווייס נישט פארוואס, וועל איך מיך האלטן ביי מיינס און ווייטער שרייבן. אפילו איך דארף רעדן צו זיך אליינס.
טאמער איז דאס א סטרייק, און מ'האט מיר פארגעסן צו זאגן דערוועגן, זאל מען מיר ביטע זאגן ווי שנעלער.
טאמער האט מען אן אנדערע תירוץ, זאל מען עס ארויסווארפן פון די פענסטער און צוריק אריינקומען אין די קרעטשמע און שרייבן.
סיי וויאזוי, וועל איך נישט אויפגעבן דעם קאמף, אפילו אויב איך וועל דארפן קעמפן איינער אליין.
חזק חזק ואתחזק!

An article a day keeps the babies away
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
(סארי, איך בין נישט אין די מוט פון גראמען יעצט)
וואס פארשטייסטו נישט? דער עולם איז געשלאפן, און דו הגדול בתוכם, בין איך אנגעקומען און אויפגעוועקט דעם עולם. קומסטו דיך אן, נאכדעם וואס יעדער איז שוין געווען אויף און שוין אפילו צוריקגעגאנגען שלאפן, און דו פרעגסט אזא תמ'ישע (...) קשיא?
וואס פארשטייסטו נישט? דער עולם איז געשלאפן, און דו הגדול בתוכם, בין איך אנגעקומען און אויפגעוועקט דעם עולם. קומסטו דיך אן, נאכדעם וואס יעדער איז שוין געווען אויף און שוין אפילו צוריקגעגאנגען שלאפן, און דו פרעגסט אזא תמ'ישע (...) קשיא?
An article a day keeps the babies away
סארי איך בין נישט אין די מוט פון ענטפערן יעצט (איך האב געהאט אן ערנסטן קאמפיוטער קראך מיט א צוויי שעה צוריק, אריינקומענדיג כדרכי בגודש צום הויפן אשכולות אין קרעטשמע גופא, האב איך אנגעהויבן עפענען אחת ואחת אחת ושתים אחת ושלש אחת וארבע, אלעס מיטן שיפט און לעפט קליק כמבואר במקום אחר, ווען עס איז אנגעקומען צו 49 (געדענקט, דאס איז נאר אין קרעטשמע גופא, די זייטיגע פורומים האב איך שוין צוויי מאל אינמיטן טאג ערלעדיגט), האט אלעס געקראכט!!!! איך האב געמוזט פארלעשן דעם קאמפיוטער, און אנהייבן פון דאס ניי.
יעצט, וועלכע פראסטראציע איז ערגער? א שטילקייט, אדער א קאמפיוטער קראך צוליב אן איבערפלוס אין ווארע?
א גוטע נאכט (איך קוק אפילו נישט אויב דו ענטפערסט עפעס, די קרעטשמע האט מיר שוין געקאסט צוויי גלאטע שעות, באצאלסטו מיר אויף די שעה איז גוט, אז נישט, האמיר א גוטע נאכט)

מאשקע האט געשריבן:איכער: נישט געזארגט. אזוי ווי סאכדעס האט געזאגט, איז טאקע געווען.
איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך וועל טאקע נישט שרייבן אזוי אפט ווי אין די ימי עבודה, אבער אינגאנצן איגנארירן די קרעטשמע קען איך נישט.
איך פארשטיי נישט געהעריג. דו ביסט היינט געווען אויפן עראפלאן? מיינט דאך דאס אז יעצט ביסטו שוין צוריק עמי בבית, קומען דאך היצטערט די ימי עבודה, נו, וואס שרייבסטו אז דו וועסט טאקע נישט שרייבן אזוי אפט וכו', בלשון עתיד.
- KEWL
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3088
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
Re:
מאשקע האט געשריבן:אז דו זאגסט עפעס, בין איך אויך צופרידן.
און אגב, שכוח פאר'ן רחמנות האבן און ארויפברענגען דעם אשכול פונעם לעצטן בלאט.
זייער גערן
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
Re: Re:
KEWL האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:אז דו זאגסט עפעס, בין איך אויך צופרידן.
און אגב, שכוח פאר'ן רחמנות האבן און ארויפברענגען דעם אשכול פונעם לעצטן בלאט.
זייער גערן
קאל, אז דו ביסט שוין יא דא וויל איך דיר פרעגן, וויאזוי מאכט מען דעס אז דו ביסט שוין דא ניין יאר און דו ביסט נאך א שר מאה, דו האסט נאך א ניק צו וואס?
#סתם נייגעריג