קעפלעך אין ווארד (Header)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

קעפלעך אין ווארד (Header)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איז שייך צו מאכן פארשידענע ערליי קעפעלעך אין ווארד? למשל ביי פרק א' זאל שטיין אויבן פרק א', ביי פרק ב' זאל שטיין פרק ב' א.א.וו. (איך רעד נישט פון המשלים לווארד)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

מיינסט צו זאגן פעידש נאמבערס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

דאס אויך... קען מען מאכן אז אינמיטן די פייל זאל זיך פריש אנהייבן די נומערס פון 1?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיט א סעקשאן ברעיק קען מען מאכן ביידע סיי די קעפל און סיי די נאמבער.

חוץ דעם קען מען אנשטעלן אז עס זאל נישט זיין סעים עז פריוויעס.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ריזיגע ריזיגע ריזיגע יישר כח "זיידעניו" פאר דיין הילף, דער פון אויבן זאל דיר בענטשן מיט כל מילי דמיטב, אמן ואמן.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

בין איך צו שפעט דא?
מאיר'ל איז טאקע אנטלאפן מיט'ן נשמה אין האנט פון קרעטשמער (זעציכאויס אז ער האט נישט געצאלט דעם פריץ...), אבער אנדערע קענען אויך הנאה האבן דערפון (אפילו מאיר'ל מיט זיין נייער ניק...).

מעגליך אז עס שוין ארומגערעדט געווארן דעם נושא ערגעץ אנדערש וואו אינ'ם ברייט פארצווייגטען קרעטשמער, זאל מיר איינער מודיע זיין דערפון ביטע. שוין, צו שפעט, איך שרייב שוין:

עס איז דא א געוואלדיגע און גאר גרינגע מהלך וויאזוי מען קען אנשטעלן אז די העדערס פונ'ם דף זאל מיטגיין צוזאמען מיט די פרקים פונ'ם עצם דף.

לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ:

    עפן דיין קאמפיוטער. אויב האסטו מעק לאמיר גיין ווייטער, אויב האסטו ווינדאויס וועל איך ווארטן... און ווארטן... און ווארטן... נו?? שוין, קום צוריק שפעטער ווען ס'איז אינגאנצען אפן און גרייט צו נוצן...

    עפן ווארד (לאמיר גיין דורך 2007 וואס דאס נוץ איך יעצט, אויב איר האט 2003 עסטו מיר פרעגן און כ'גיי זיך פרובירן צו דערמאנען זיין אייגענאריטיגן מהלך).

    עפן דיין פייל מיט צענדליגער אדער גאר הונדערעטער זייטן פון א קונטרס, א ספר, אן אינציקליפידיע וכדו'

    יעצט, אויב נוצטו שוין סטיילס (styles) קענסטו מיר איגנארירן ביז שפעטער. אויב נישט, כאפ אן אלע קעפליך וואס דו ווילסט לייגן פון אויבן (ס'איז דא גאר גרינגער וועגן וויאזוי עס איז מעגליך צו טון, אבער אין כאן מקומו להאריך), און מאך עס א סטייל (וויאזוי? אלע שאלות שפעטער), הערליך!

    גיי יעצט אריין צום העדער, גיי צום אינסערט (Insert) טעב, אינ'ם טעקסט (Text) סעקשאן, קליק אויפ'ן אונטערשטען חלק פון קוויק פארטס (Quick Parts) און האק פילד (Field), גיי צו StyleRef, און טרעף דיין קעפל סטייל, סעלעקט עס און דריק OK (אקעי).

רשע ולא נשלם, תם ונשלם!!

נ.ב. שפיל זיך ארום אין דעם דייעלאג קעסטעל ביי דעם StyleRef ביי די זייטיגע טשעק קעסטלעך, עס קען צוניץ קומען!

להתוודע ולהגלות: אויב האט איר נישט פארשטאנען אינגאצען אדער אינגאצען נישט פארשטאנען דעם נושא, ביטע זייט מיר מודיע דא, און איך וועל פרובירן מסביר צו זיין אביסל מער צוביסלעך. און וויאויך אויב האט איר מער שאלות בנוגע דעם ענין אדער בנוגע סטיילס אדער אנדערע ענינים וואס איך האב דא ארומגערעדט, ביטע זייט נישט קיין קטליא קניא און הערט נישט אויף פרעגן! איך ווארט דערפאר! אויב האט איר עני אנדערע שאלות בנוגע אייער ווינדאויס קאמפיוטער ביטע רופט טעקניקעל העלפ, איך וועל רעדן צו אייך נעקסטע יאר...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

איז דא מעגליכקייט אינמיטן א פייל צו אריינלייגן פיר באזונדערע זייטן וואס די דפים זאלן למשל זיין דף קמה-א קמה-ב קמה-ג קמה-ד?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”